א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 778
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » פרייטאג מאי 10, 2019 8:55 am

Thank you very much!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7713
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג מאי 12, 2019 12:39 pm

זונטאג אמור




פרעזידענט טראמפ האט געהאט געבעטן ווייסע הויז ספעציעלע קאונסיל עמעט פלאד צו פרעגן דאן מקגהען אויב ער וואלט מסכים געווען צו שרייבן אז לויט זיין מיינונג האט טראמפס פארלאנג נישט קוואליפיצירט פאר אן אבסטראקשען קעיס
לויט די באריכט האט מקגהען זיך אנטזאגט עס צו טוהן

*

רודי דזשוליאני האט אפגערופן זיין רייזע קיין אוקריינע וואו ער האט אנגעבליך געדארפט פארשן די לעצטיגע ביידען סקאנדאל

*

עס איז לעצטנס אפירגעקומען אלטע קאמענטארן פון דזשאו ביידען ווי ער רעדט פון ארעסטירן ארבעטסגעבער וועלכע נעמען אויף אומלעגאלע אימיגראנטן , און אז סענקטשיוערי סיטיס טארן נישט פארלעצן פעדעראלע געזעצן, אויך אז א צוים איז נויטיג אפצושטעלן די פלוס פון דראגס וועלכע קומט אריין און לאנד דורך די גרעניץ פון די קארופטירטע מעקסיקא

*

קאנגרעספרוי ריטשארד ניעל האט געשיקט סובפינעס צו פארלאנגען צוטריט צום פרעזידענטס שטייער בויגן רעקרדס אויף שפעטסטנס מאי 17 למספרם

*

קיין איין דעמאקראט האט נאכנישט געליינט די ווייניגער צענזורירטע ווערסיע פון די מולער באריכט
פון די 6 רעפובליקאנער וועלכע זענען געווארן אויטאריזירט עס צו זעהן האבן עס אלע געליינט אויסער קאנגרעסמאן נונעז

*

קאנגרעסמאן דזשערי נאדלער האט פארגעשלאגן א פרישע דעיל פאר אטוירני דזשענעראל באר זיך דורכצוקומען איבער די אומצענזורירטע מולער באריכט
דערווייל ווארנט נאדלער מקגעהן מיט קאנטעמפט אויב ער קאאפערירט נישט מיט די סובפינע

*

רעפובליקאנער אין מישיגען און אין אהייא בעטן פונעם סופרים קאורט ארויסצושליידערן סטעיט אורטיילן אקעגן עלעקטארעל מאפעס געשריבן באזירט אויף פארטייאישע גערימענדערינג
די ריכטער פלאנען אין די קומענדיגע וואכן באשליסן איבער אזעלכע קעיסעס אין מערילענד און נארט קאראליינע און וועלן מעגליך איינמאל פאר אלעמאל דעצידירן אויב גערימענדערינג איז אויסגעהאלטן

*

סענאטאר רענד פאול איז געווארן געפרעגט איבער טראמפס סטעיטמענט אז עס וואלט געווען אקעי פאר אים צו בעטן פון באר צו פארשן ביידען
פאול האט רעאגירט אז ביידע זייטן טוען דאס
ווען מען האט אים געפרעגט איבער טראמפס קאמף מיט קאנגרעס און פאזיציע פון נישט קאאפערירן האט פאול געזאגט אז קאנגרעסמאן עדעם שיף איז אן היפאקריט ווייל ער האט געשטיצט די רעכט פון אבאמא זיך צו באנוצן מיט עקזעקוטיוו פריווילעיגיע

*

געוועזענע ווירדזשיניע דעמאקראטישע גאווערנאר טערי מעקאליף וועלכע האט לעצטנס אויסגעשלאסן א פרעזידענטליכע פארמעסט באטראכט ערנסט ווידער צו לויפן פאר גאווערנאר

*

די קענטאקי דעמאקראטישע הויז פירער ראקי עדקינס וועלכע לויפט פאר גאווערנאר האט נעכטן אפגעהלטן א ראלי וואו פילע טראמפ שטיצער האבן אנטייל גענומען
עדקינס איז אן אפענע לוחם אנקעגן חוקי רציחה און האט געשטימט פאר א רייע רציחה פארבאט געזעצן וועלכע זענען איצט טייל פון א געריכטליכע קאמף

*

מערסטנס דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאטן אקצעפטירן נישט קיין קארפארעיט געלט שטיצע אבער די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע איז אין געשפרעכן מיט קארפארעיט ספאנסארס צו פאנדן די נאציאנאלע קאנווענשאן וועלכע וועט פארקומען אין יולי 2020 למספרם אין מילוואקי

*

זינט יונואר 2017 למספרם האט די רעפובליקאנע נאציאנאלע קאמיטע אויפגעטריבן מיט 173 מיליאן מער ווי די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע

*

אין צפון קאראליינע טוט גארלענד טאקער זיך פארמעסטן אין א פריימערי אקעגן דעם אמטירנדער רעפובליקאנע סענאטאר טאם טיליס
טאקער האט שוין אויסגעגעבן נאנט צו 200 טויזנט דאלער אויף אקס טעלעוויזיע רעקלאמעס
טיליס און זיינע שטיצער האמערן אקעגן טאקער אנצייגנדיג אויף א אפ-עד אין וועלכע טאקער שרייבט נעגאטיוו איבער טראמפ אין 2016 למספרם און די טיליס מענשטן באצייככענען אים אלץ אן אנטי טראמפ אקטיוויסט

*

לעאנארדא דיקעפריא איז א באקאנטע שפילער און פילם פראדוצירער און אן ענווייראמענטאליסט
ער קלערט איצט צו לויפן אין מאנאטאנא פאר גאווערנאר אדער פאר סענאטאר

קאנגרעספרוי ליז טשעיני האט אנטייל גענומען לעצטע וואך ביי א קאמפיין אוונט פאר ברעדלי בירנע וועלכע פארמעסט זיך אין די רעפובליקאנע פריימערי צום אלאבאמא סענאט זיץ ארויסצושטויסן סענאטאר דאג דזשאונס
ביים פאנדרעיזינג איז אריינגעקומען אריבער 100,000 דאלער

*

עס ווערט מער און מער קלאר אז דזשאן דזשעימס וועלכע האט פארהעלטנמעסיג שמאל פארלוירן די מישיגען סענאט זיץ און 2018 למספרם וועט נאכאמאל לויפן אין 2020 למספרם און די פראגע וועלכע איז נאכנישט אנטשידן איז אויב ער לויפט צום סענאט אדער צום קאנגרעס
דזשיעמס איז אן אפריקאנער אמעריקאנער און האט זיך געטראפן מיט טראמפ פארלאפענע וואך דינסטאג
באזונדער האט ער געהאט א געשפרעך לעצטע וואך אין מישיגען מיט וויצע פרעזידענט פענס
און האט געהאט באזונדערע דיסקוסיעס מיט טאד יאנג וועלכע איז די נאציאנאלע רעפובליקאנע סענאטאריעל קאמפיין פארזיצער און מיט טאם עמער וועלכע איז די נאציאנאלע רעפובליקאנע קאנגרעסיאנאלע קאמפיין פארזיצער
ווי עס שיינט איז די ווייסע הויז פארכאפט אין די שלאכט צווישן די קאנגרעס און סענאט רעקרוטירער איבער ווער עס זאל באקומען דזשעימס

*

מיזורי ליוטענאנט גאווערנאר ריוועס וועלכע לויפט צו ווערן גאווערנאר האט אויפגעטריבן 1.04 מיליאן אין 2019 למספרם

*

א באריכט צייגט אז די סקעדזשועל פון פונעם וועסט ווירדזשיניע גאווערנאר דזשים דזשאסטיס צייגט אז ער איז גאר אסאך אפוועזנד פון די ארבעט

*

א מאכטפולע דעמאקראטישע אקטיוויסט אין ניו דזשערסי ווארנט דעם דעמאקראטישן גאווערנאר פיל מורפי אז ער זאל זיך רישן אויף א פריימערי פארמעסט אין 2021 למספרם

*

דזשעי אינסלי שליסט זיך אן מיט בערני סאנדערס צו קריטיקירן דזשאו ביידענס מיטל גראונג קלימאט פלאן
די ביידען מאשין ווארפט אפ די טערמין מיטל גראונד מיט וואס זייענע קעגנער פרובירן צו כאראקטעריזירן זיין פלאן

*

א באוועגונג קומט פאר אין האליוואד ביי ארטיגע פראדוצירער נישט צו טוהן ביזנעס אין דזשארדזשיע זינט די סטעיט האט באשטעיגט די שארפסטע אנטי חוקי רציחה געזעץ אין לאנד
דערווייל איז די נייע אנטי דזשארדזשיע ווינט איינגעהאלטן זינט מען ערווארט סייווי אז די געזעץ זאל אנקומען אין געריכט

*

קאליפארניע גאווערנאר געווין ניוסאם זאגט אז די סענאטארשע פון זיין סטעיט קאמאלא העריס טוט איבערשטייגן אירע פריימערי קעגנער
ער זאגט אז פיטע בוטידזשעדזש פרובירט צו זיין מער ווי איין סארט מענטש

בערני סאנדערס און קאנגרעספרוי קארטעז שלאגן פאר א ביל וועלכע וועט פארבאטן קרעדיט קארד פירמעס צו רעכענען מער פון 15 % אינטערעסט

*

אין 2018 למספרם האט דעמאקראט ליזיע פלעכטער ארויסגעשטויסן דעם אמטירנדער קאנגרעס מעמבער פון די 7'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט אין טעקסאס און געוואונען דעם פארמעסט מיט 52.5 % פון די שטימען
פיערס בוש וועלכע איז אן אייניקל פונעם ערשטן פרעזידענט בוש קלערט ערנסט צו לויפן פאר דעם זיץ וועלכע איז אמאל געווען רעפרעזענטירט דורך זיין זעליגן זיידן דזשארדזש הערבער וואלקער בוש און ער וויל עס איצט צוריק פארכאפן פאר די רעפובליקאנער
דערוויייל אבער טוט וועסלי האנט וועלכע האט שוין דערקלערט אז ער לויפט אין די פריימערי מאכן פארשריט האנט איז אן אפריקאנער אמעריקאנער ארמיי וועטעראן און האט איצט געמאלדן אז ער איז אויפן וועג צו באריכטן פאנדרעיזינג פון 400 טויזנט דאלער פארן צווייטן קווארטאל און ער האט אנגעקניפט באציאונגען מיט טייל פון די פארטיי'ס גרעסטע ביישטייערער פון טעקסאס
אויך טוט קאנגרעס מינאריטעט פירער קעווין מעקארטי שטיצן האנט קאנדידאטור איבער א מעגליכע בוש קאנדידאטור און קוקט ארויס אז טראמפ זאל זיך אויך שטעלן אונטער האנט מיט די האפענונג צוריקונעמען דעם דיסטריקט
די דיסטריקט האט געוועלט פאר ראמני איבער אבאמא אבער פאר קלינטאן איבער טראמפ

*

דזשאן פאול סטיווענס איז א נאמען וואס די מער עלטערע דא וועלן געדענקן
סטיוונעס איז געווען א סופרים קאורט ריכטער וועלכע איז געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט פארד און האט ערפילט א זיץ ווואס איז ליידיג געווארן דורך א ריכטער וועלכע איז נאך געוואןר נאמינירט דורך פרעזידענט פרענקלין רוזוועלט
סטיווענס האט רעטייערט אין 2010 און געווארן באטראכט ביים ענדע פון זיין קאריערע אלץ א ליבעראלע שטימע אויפן געריכט
זיין רעטייערמענט האט ערמעגליכט פרעזידענט אבאמא צו שטעלן ריכטערין קעיגען אויפן באנק
סטיווענס איז היינט 99 יאר און ערשיינט אריצט מיט א פרישע בוך און האט דעם וויקענד קריטיקירט פרעזידענט טראמפ און געזאגט אז ער נוצט אויס צופיל רעכטן וועלכע באלאנגען נישט פאר אים

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » זונטאג מאי 12, 2019 12:40 pm

ישר כח הבל
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג מאי 12, 2019 11:22 pm

שכוח הבל!

דאס וואס ס'קומט פאר אין נארט קאראליינע איז היבש אינטערעסאנט...
טיליס האט דאך "כמעט" אנידערגעשטימט טראמפ'ס עמערזשענסי דעקלעראציע, סוי וויאזוי באשולדיגט ער אנדערע אין נישט זיין גענוג געטריי צו טראמפ?
לעצט פאראכטן דורך פאראינטערסירט אום זונטאג מאי 12, 2019 11:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » זונטאג מאי 12, 2019 11:22 pm

שקר האט געשריבן:ישר כח הבל

פינחס
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

תגובהדורך פינחס » זונטאג מאי 12, 2019 11:36 pm

א גרויסע שכח

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג מאי 12, 2019 11:41 pm

אוי איז דאס געווען קריספי, וואו איז די קאווע געווען הייס

חזק ואמץ
Keep it up
保持
Bliv ved
ga zo door
continuez
mach weiter
csak így tovább
continuate così
がんばり続ける
custodiant eam
tak trzymaj
ține-o așa
Так держать
Seguid así

און נאכאמאל מיטן מאמע לשון
גיי אן
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22894
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מאי 13, 2019 12:33 am

פיינע פרישע סחורה! טענקס!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

וויל נישט
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 11:49 am

תגובהדורך וויל נישט » מאנטאג מאי 13, 2019 8:55 am

איפה פייביש האט געשריבן:Thank you very much!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7713
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 13, 2019 11:28 am

מאנטאג אמור



פארלאנגען זענען געווארן געמאכט אז די פראנצויזישע פארלאמענט זאל עפענען אן אויספארשונג אויף די פארבינדונגען פון די פירערין פון די עקסטרעם רעכטע פארטיי מארינע לע פען מיט סטיוו בענאן
*
שוועדישע פראקורארן האבן צוריק געעפנט אלטע קלאגעס אקעגן וויקיליקס גקינדער אסאנדזש איבער א קעיס אומפארבינדן מיט וויקיליקס אקטיוויטעטן
די אנטוויקלונג קען נאכמער פארשלעפן די פארזוכן פון די אמעריקאנע רעגירונג אים אויסצוליפערן שנעל קיין אמעריקא
*
די יו ען סעקרעטאר אנטאניא גוטערעז האט אויסגעלויבט ניו זילאנד'ס שריט איבער קלימאטן טויש זאגנדיג אז עס איז וויכטיג צו אריבערטוישן שטייער פארלאנגען פון פארדינסטן צו קארבאן, און אז מער דארף רעכנען שטייער פון פאלושן ווי איידער פון מענטשן
*
כינע מעלדט טאריף העכערונגען אויף 60 ביליאן דאלער ווערט אין האנדל מיט אמעריקא
די פרישע שריט רוקט אויף טאריפס פון 10% צו 20 אדער 25%
*
סרי לאנקא בלאקירט אויף צייטווייליג סאציאלע מידיא און מעסעדזשינג עפפס אין ליכט פון די שוידערליכע אטאקע אויף א מוסולמענישע קירכע אין לאנד
*
קאנגרעס איז היינט נישט אין סעסיע אבער גייט די וואך דעבאטירן א פארבאט אויף דיסקרימינאציע פון מתועבים
*
די סענאט וועט עפענען איר היינטיגע סעסיע אום 3 נאכמיטאג צו דעבאטירן די נאמינאציע פון מייקל טראנקעל (וועלכע איז געלאפן צום 14'טע דיסטריקט אין טעקסאס אין 2012 למספרם) צו סערווירן אלץ דיסטריקט ריכטער פאר מזרח טעקסאס
אום 5:30 וועט פארקומען די אפשטימונג פאראויסצורוקן די נאמינאציע
טראנקעל איז געווארן באשטעטיגט אין די יורידישע קאמיטע מיט 12-10 באזירט אויף פארטיאישע ליניעס און וועט זיין די 64'סטע דיסאטריקט ריכטער פון טראמפ צו ווערן באשטעטיגט
*
די סופרים קאורט האט זיך היינט אומגעקערט פון א צוויי וואכן אורלויב
אום 9:30 האבן זיי ארויסגעגעבן די ארדערס אבער נישט אין קיין היי פראפיל קעיסעס ווי די בעקער פון ארעגאן וועלכע האט נישט געוואלט סערווירן א באשטעלונג פאר מתועבים אדער די אינדיאנא חוק אקעגן רציחה אדער די קעיס איבער די ארעסטאנטן אין גוואטאנאמא בעי
אום 10 אזיייגער איז די סופרים קאורט ארויס מיט אן אורטייל אקעגן עפל ערלויבנדיג קאנסומער צו קלאגן פאר דעמעדזשעס פון אייפאון עפפס
די קלאגע באשולדיגט עפל אי נוצן איר מארקעט דאמינאנץ צו הייבן די פרייזן אויף איר עפפ סטאר
די היינטיגע 4-5 אורטייל קען לייגן מער דרוק אויף די פירמע צו שניידן די 30 צענט אפצאהל וועלכע זי רעכנט ביי סעילס דורך זייער עפפ
אלע 4 ליבעראלע ריכטער האבן געשטימט אקעגן עפל און צוגאב צו ריכטער קעווענאו
( פאלגענד איז אן אויסצוג פון ווי אזוי מיר האבן באריכטעט די קעיס אביסל ברייטער אין די צייט פון די מונדליכע ארגומענטן:
אום 2011 למספרם האבן א גרופע קאנסומערס אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן די עפל טעכנאלאגע פירמע מיט די טענה אז זייער מאנאפאל אויף די אייפאון עפפס אפעקטירט אומ'יושר'דיג די עפפ באנוצער
זייער טענה איז אז טראץ וואס עפפ דעוועלאפער באשטימען אליין זייערע פרייזן זענען די פרייזן העכער ווי זיי וואלטן געווען צוליב וואס עפל רעכנט פון די דעוועלאפער א דרייסיג צענט קאמישאן אויף יעדע איינקויף און זיי ערלויבן בלויז עפפס וועלכע ווערט קאנטראלירט דורך די פירמעס אייגענע אינטערנעט אפארעיטינג סיטעם צו ווערן פארקויפט שאפט עס אן אומבאלאנסירטע מאנאפאל וועלכע פירט צו הויכע פרייזן
די געריכט האט ארגינעל געאורטיילט אין שטיצע פון עפל זאגנדיג אז די קלעגער האבן נישט קיין סטענדיג אין געריכט זינט עפל רעכנט נישט פון זיי דירעקט סיי וועלכע אפצאל (אין אנדערע ווערטער, אויב איינער קען אבן א טענה זענען עס די זעלבסשטענדיגע דעוועלאפער וועלכע פארקויפן די עפפס)
אין יונואר 2017 למספרם האט אן די 9'טע סיקרוט קאורט אף אפיעלס איבערגעדרייט די אורטייל און עפל האט זיך גראד געוואנדן צום סופרים קאורט צו אפעלירן דעם אורטייל זאגנדיג אז אן אורטייל אין שטיצע פון די אנקלעגער טוט באדראען די צוקונפט פון טעכנאלאגישע אנטוויקלונג
היינט מאנטאג האט די סופרים קאורט אויסגעהערט די קעיס אין וועלכע די טראמפ אדמיניסטראציע האט גענומען די זייט פון עפל און צייגט אן אז צוליב וואס די גרעסטע טייל פון טעכנאלאגישע ערפינדונג אינפראסטרוקטור איז באזירט אין קאליפארניע זענען פולע אנטי טראסט קלאגעס פון זעלבן קאליבער אויסגעשטעלט צוצופאלן צום יוריסדיקציע פונעם 9'טן געריכט וועלכע גיבט א פרייע האנט פאר אנקלעגער וועלכע די סופרים קאורט דארף אפשטעלן
די ריכטער האבן היינט אויסגעקוקט היבש סימפאטיש גענויגט צו די אנקלעגער )
*
פאול קלעמענט איז א גאר פראמינענטע רעפובליקאנע אדוואקאט וועלכע האט פארטרעטן די אנטי אבאמא קעיר שטעלונג אין סופרים קאורט זאגט אז ער אקעגן די פאליסי פון די יוסטיץ דעפארטמענט זיך צו שטעלן אויף די זייט פון די אבאמאקעיר קלעגער
ער זאגט אז ער איז נישט געווארן קיין שטיצער פונעם געזעץ אבער די דעפארטמענט דארף פארזעצן זייער טראדיציאנאלע פאליסי פון פארטיידיגן געזעצן וועלכע קאנגרעס האט באשטעטיגט
*
מאנטאנא גאווערנאר גרייט זיך צו מעלדן זיין קאנדידאטור פאר פרעזידענט
ער איז אפן צו עלימינירן די פיליבאסטער אין סענאט
*
דזשאו ביידען וועט היינט קאמפיינען אין ניו העמפשיר
*
בערני סאנדערס וועט היינט אויפטרעטן מיט סענאטאר מערקי און קאנגרעספרוי קארטעז אין האוערד יוניווערסיטי אין וואשינגטאן די סי איבער די נייע גרין דיעל
*
אן ענגע גרופע פון האליוואד פערזענליכקייטן האבן אפגעהאלטן א זיצונג און דיסקוסירט געדאנקען ווי אזוי ארויסצוהעלפן די קאנדידאטור פון עליזאבעט ווארען
ווארען זעלבסט באטייליגט זיך נישט ביי רייכע פארמאכטע פאנדרעיזערס אבער איר קאמפיין ארבעט שטיל מיט רייכע לייט וועלכע שטיצן א ווארען טיקעט צו שאפן געלט אונטערצוטרייבן איר פארמעסט
*
בעטא ארורק גייט אנטייל נעמען אין א סי ען ען טאון האל אין די מאין אייאווע אום מאי 21 למספרם
*
א פרישע מיינונגס פארשינדהייט האט זיך אנטוויקלט אין די דעמאקראטישע פריימערי ווען עליזאבעט ווארען רופט אויפצוברעכן פעיסבוק און קארי בוקער האט זיך נעכטן קלאר אויסגעשטעלט דערקעגן
קאמאלא העריס זאגט אז מען דארף עס ערנסט באטראכטן
*
די נאמען האוערד שולץ איז כמעט פארשוואונדן פון די ארענע
לויט געהילפן איז עס צוליב א רוקן אפעראציע וועלכע ער איז אריבער און האט אים אראפגעבונדן אבער זיין סאציאלע מידיא פראפאגאנדע איז אויך גענצליך איינגעשלאפן און ער האט דערווייל נישט געמאכט קיין ערנסטע צוגרייטונגען פאר א פרעזידענטליכע פארמעסט
*
אין אייאווע'ס ערשטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האט דעמאקראט עיבי פינקענאוער ארויסגעשטויסן אין 2018 למספרם דעם אמטירנדער קאנגרעסמאן ראד בלום
היינט אינדערפרי האט עשלי הינסאן געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר דעם זיץ
הינסאן קעןמעגליך אויסשטייןא פריימערי פארמעסט פונעם געוועזענעם קאנגרעסמאן בלום אבער ער האט גוטע נאמען באקאנטשאפט פון זיינע צייטן אלץ נייעס ענקאר און פארמאגט שטארקייט אין די סובארב טייל פונעם דיסטריקט
*
מיר אלע ווייסן וויפיל דאס געשריבענע ווארט באאיינפלוסט די געדאנקענגאנג פון אירע ליינער און די ערנסטע פאראנטווארטליכקייט וועלכע ליגט טאקע אויף די פלייצע פונעם שרייבער אבער לויט א באריכט איז גאר די היינטיגע וועלט ארדער מיט פרעזידענט טראמפ ביים שפיץ פונעם אמעריקאנע רעגירונג ווירטשאפט טאקע די פרוכט פון געשריבענע ארטיקלען און עדיטאריעלס מיט יארן צוריק
דאנאלד טראמפ איז אויפגעוואקסן אין די 1950'גער יארן למספרם אין די ניו יארק מעטראפאליטען געגנט ליינענדיג די דעילי ניוס וועלכע איז געווען צו יענע צייט די צייטונג וועלכע האט געהאט די גרעסטע צירקולאציע אין לאנד
די צייטונג פלעגט פארקויפן ארום צוויי מיליאן עקזעמפעלארן אין א געווענליכע טאג און ארום 4 מיליאן פון די זונטאג אויפלאגע
דאנאלד'ס פאטער פרעד פלעגט זיין פון די גרעסטע עדווערטייזער אין די צייטונג און רעגלמעסיג ערשיינען אין די ריעל עסטעיט קאלום מאכנדיג די שאנסן גאר שטארק אז דער יונגער דאנאלד פלעגט אסאך פילעווען און שעפן זיין נייעס פון אט דעם צייטונג
אין די יארן פאר טראמפס געבורט און אויך שפעטער אריין אין טראמפס יוגנט פלעגט די צייטונג שטופן א רעכט גענויגטע פאפוליזם ווינט וועלכע דערמאנט גאר שטארק די היינטיגע טראמפ באוועגונג
טראמפס ווערטער באנוץ איז ממש סינאנים מיט אויסדרוקן וועלכע די צייטונג פלעגט אסאך נוצן אשטייגער ווי אז "אנקל סעם איז געווארן פארוואנדלט אין אין אנקל סאקער ווייל אזויגערופענע אליאירטע אין נאטא טוען נאכאנאנד ארויסקוועטשן געלט פון אמעריקע און נישט באצאלן וואס עס קאסט איר צוצושטעלן פארטיידיגונג"
די אויבנדערמאנטע אייסערונגען זענען געשירבן געווארן צענלדיגע מאל אין יענע יארן אינעם דעילי ניוס
די צייטונג פלעגט אויך האמערן אקעגן די אומפאראנטווארטליכע אינטערנאציאנאלע אפמאכן און אין 1946 למספרם האט זייערס א קארטון פארגעשטעלט ווי סטאלין האקט שטיקער פון אן אנגעטרונקענע אנקל סעם אין די צייט ואס סעם שטעלט צו פרישע הילף און געלטער פארן רוסישער פירער און זיינע קאמעראדן
און אן עדיטאריעל וועלכע שרייט אז די קאמוניסטן לאכן פון אונז
אויך איבער אימיגראציע וועלכע איז גראדע אין יענע צייט געווען היסטאריש נידריג און געזעצן זענען געווען גאר שטרענג האט די ניוס גערופן פאר נאך מער שארפערע געזעצן ווארענענדיג אז אויסלענדער ווילן פארפלייצן אונזער טעריטאריע אין די מיליאנען און געניסן פון אונזער רייכטום און אראפשלעפן אונזער לעבנס סטאנדארטן און אז וואשינגטאן איז וויליג אוועקצושענקן אונזער לאנד
די צייטונג האט אין א סעריע עדיטאריעלס ארויסגעטרעטן אקעגן די אין די רעגירונג וועלכע האבן "בלוטיגע הערצער" און ווילן "באגיין גוטע טאטן און ראטעווען די וועלט" אויף אונזער חשבון און אויך אויסגעבן אנזער געלט פאר קאמוניסטיש און פאשינסטישע לענדער צוגלייך
אין די 1940'ער האט די ניוס אפילו געפיטערט אנטיסעמיטישע העצע שרייבנדיג איבער א געוויסע אידיש אפשטאמיגער אז ער איז געווען טייל פון א גלאבאלע אידישע קאנספיראציע אראפצוברענגן גענעראל דזשארדזש פעטאן
ווען די דעילי ניוס טרעקלעך פלעגן פארביי פארן די אידישע געגנטער אין די בראנקס און אין ברוקלין פלעגט מען זיי נאכשרייען "נאצי נייעס"
די בני ברית ארגאנאזאציע האט דאן דורכגעפירט א רעזאלוציע צו פארדאמען די צייטונגס פארזוך צו פארשפרייטן רעליגיעזע העצע
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג מאי 13, 2019 12:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג מאי 13, 2019 11:51 am

יישר כח הבל קלאר געשריבן כשלחן הכרוך ומוכן לאכול קאקאש.
אגב איך מיין אז מדארף טוישן די קעפל צי אייער שפייז סענדוויטש זינט די די נייעס קומען לעצטנעס אין פארמיטאג שעות
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג מאי 13, 2019 12:20 pm

שקויעח הבל, די קאקאש איז זייער פיין געווען. (מיין בארד איז נאך פארשמירט מיט טשאקלאד :?: )

די לעצטע שטיקל פון היינט וועגן די דעילי ניוס,איז זייער זייער אינטערסאנט, אבער, ס'האט גארנישט מיט די היינטיגע נייעס. עס קומט זיך עם א אשכול פאר זיך אליין.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג מאי 13, 2019 12:24 pm

יישר כוח!

וואס'ע די פראבלעם אז די פראנצויזישע פארטיי פירער זאל האבן קאנטאקט מיט סטיוו בענאן?

אינטערסאנט וויאזוי די דעילי ניוז האטצעך געריקט פון עקסטרעם רעכט צו סענטער לינק... אייגענטליך מסתם האט עס געטוישט בעלעבוס עטליכע מאל אינדערמיט...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2101
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג מאי 13, 2019 12:41 pm

הבל דו גייסט פון גוט צו בעסער און צו נאך בעסער

א גרויסן דאנק!
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

שטילער
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » מאנטאג מאי 13, 2019 12:49 pm

הבל, איך הייב אן פארשטיין וואס די אויסדרוק ״בעסער האט נישט קיין שיעור״ באדייט!

איך בּאַלעק מיר די פינגער יעדע איינציגע טאג!!

גיי אן!!! ישר כח!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7713
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 13, 2019 1:24 pm

א שקויעך פאר יעדן פאר די גוטע רייד!
עס גיבט מוט אנצוגיין!

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג מאי 13, 2019 1:31 pm

הכל, יו אר די בעסט .

די ארבעט וואס ווערט אריינגעלייגט איז וועל אפרישיעטעט.
דאס שארט זיך נישט ארויס פון דער ארבעל אזוי אין איין מינוט.

רייך און קלאר געשריבן כדי שירוץ הקורא בן.

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » מאנטאג מאי 13, 2019 1:37 pm

shimon7323 האט געשריבן:הכל, יו אר די בעסט .

די ארבעט וואס ווערט אריינגעלייגט איז וועל אפרישיעטעט.
דאס שארט זיך נישט ארויס פון דער ארבעל אזוי אין איין מינוט.

רייך און קלאר געשריבן כדי שירוץ הקורא בן.
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג מאי 13, 2019 2:16 pm

@הכל ממש! איך האף אז דו האסט א מאשינקעלע וואס סטאפט די צייט אין די טיים ווא דו מאכסט די רעפארטאזש....
ווען ס'קומט אריין א ניייעס'ל וואס מ'קען נישט געבן אזא באריכט אפ אין איין פאראגראף, נאר פארלאנגט זיך אביסל לענגערע, העסטו נישט אויפגעבן, נאר there we go!!.
And a huge thanks to
ויקרא שמו בישראל:
הכל הבל
Everything is foolishness
一切都是愚蠢的
alt er tåbelighed
alles is dwaasheid
tout est bêtise
Alles ist Torheit
minden bolondság
tutto è pazzia
すべてがばかげている
quae quidem stultitia
wszystko jest głupotą
все глупость
todo es tonteria

און מיט'ן ניייעס'ל פון
אלעס איז נארישקייטן
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג מאי 13, 2019 2:16 pm

א ריזן דאנק אייך.
מענטשען כאפן אפילו נישט וואס דאס מיינט צו האבן יעדן איינציגסטן טאג א פולע באריכט. דאס נעמט שעות אויף שעות פון ריסערטש, אפשרייבן מיט אזא זאפט, איבער פון טעותים. האבן דאס יעדן איינציגסטן טאג איז ווערט א מאדאל!

דבר החרדים מירושלים
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

תגובהדורך דבר החרדים מירושלים » מאנטאג מאי 13, 2019 2:19 pm

ציפערן ווייזן אז בלויז 7% מענטשן נעמען די מיהא צו באדאנקען איינעם באשרייבונג פון וואס זיי האבן הנאה
שכויח הבל

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1913
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מאנטאג מאי 13, 2019 2:48 pm

ווי איז לייק ?
You only live one but if you do it right, once is enough

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » מאנטאג מאי 13, 2019 3:04 pm

דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:ציפערן ווייזן אז בלויז 7% מענטשן נעמען די מיהא צו באדאנקען איינעם באשרייבונג פון וואס זיי האבן הנאה
שכויח הבל


כאפ׳ט א בליק וויפיל ליינער עס זענען דא.
זעהט אויס אז רוב עולם האט קיין צייט אדער רשות כתיבה, אבער מען ליינט און מען האט הנאה אין גרויסן!!

יישר כח בשם כל הקהל הקודש באתרא הדין ובכל אתר ואתר!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » מאנטאג מאי 13, 2019 3:12 pm

שטילער האט געשריבן:הבל, איך הייב אן פארשטיין וואס די אויסדרוק ״בעסער האט נישט קיין שיעור״ באדייט!

איך בּאַלעק מיר די פינגער יעדע איינציגע טאג!!

גיי אן!!! ישר כח!
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

וימאןX3
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:04 pm

תגובהדורך וימאןX3 » מאנטאג מאי 13, 2019 11:39 pm

האלץ האקער האט געשריבן:
שטילער האט געשריבן:הבל, איך הייב אן פארשטיין וואס די אויסדרוק ״בעסער האט נישט קיין שיעור״ באדייט!

איך בּאַלעק מיר די פינגער יעדע איינציגע טאג!!

גיי אן!!! ישר כח!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ברוך, פראצעדור און 33 געסט