עס וועט זיין גיט האט געשריבן:פריינד האט געשריבן:לעמעלע האט געשריבן:20 א שעה פאר א איגערמאן איז גאנץ שיין. אבער וואס טוט זיך פינעף יאר שפעטער? ער האלט נאך אלץ ביי 20 און דער אפיס ארבעטער האלט שוין ביי 40 (האפענטליך) סוי פארוואס זאל איינער ווילן ארבעטן ערגעץ ווי עס איז נישט דא קיין פאטענשיעל? כ'מיין אז רוב טעקסי דרייווערס גייען אריין בלויז אויף צייטווייליג ביז מען טרעפט א נארמאלע דזשאב (און עס פארשלעפט זיך)
דאס איז טאקע די איינציגסטע (עכטע) פראבלעם מיטן דרייווען קאר סערוויס, מען ארבייט זיך נישט ארויף, מען בלייבט די זעלבע ווערט ווי א נייע דרייווער וואס האט הערשט אנגעהויבן.
פאר א בעגינער איז עס זייער שיין באצאלט, אבער מען וואקסט נישט.
איך פערזענליך האלט נישט אזוי,
נאר נישט קיין חילוק וואו די ארבייטס, קען מען זיך אייביג ארויפארבייטן,
למשל אפילו א קאר סערוויס האט אויך שיינע באצאלטע ארבייטערס, ווי למשל דיספעטשער. מענידשער וכדו.
עס איז דא אין קרית יואל צענדליגע יונגעלייט וואס ארבייטען פאר 15$ 17$ א שעה
אין ביי די פרויען איז אפגערעד עס איז דא 100טער פרויען וואס לויפען ארויס מיט קליינע קינדער אין באקימען באצאלט $10 א שעה וויינגער ווי די ספאנישע גויטעס
פין די אנדערע זייט איז אביסעל ביליגער די דורת דא ווי אין וואמ"ס
וואס א פרוי מאכט 20$ א שעה אזוי ווי דא א מאן
אבער די ווייטאג איז אז ווען איינער ציט ארויף די רענט פאר א 5 ראמיגע דירה פאר 2000$ קומט א וואמ"ס אנוואינער וואס ביי אים איז עס א מציאה
אין כאפט עס( אבער די וועדשעס בלייבט די זעלבע)
וואלט ווען קיינער נישט געדינגען די דירה וואלט די לענדליר געמיסט אראפקריכען פין די פרייז
מען דארף עדשיקעטען די סיטי ארויסציערס אז א 5 ראמיגע דירה אין ק"י איז נישט מער ווערד ווי 1600
אפשר געבסטו מיר א נומער פון א פרוי וואס גייט 'ארויס' ארבעטן און מאכט נאר 10 א שעה? איך מיין ס'איז נישטא היינט אזוינס