באד אראלסען האלאקאוסט רעקארדס
די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד
- farshlufen
- שר עשרים אלפים
- תגובות: 22086
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
לפי מיין החשבון איז מיין באבע געווען 12 יאר, לפי זייער דאטום איז זי דעמאלטס געוועהן 20 יאר.
ס׳קען טאקע זיין אז מיין באבע האט געוואלט אז זיי זאלן מיינען אז זי איז עלטער צו בלייבן ארבייטן.
למעשה, איז נישט מסתבר אז א 12 יעריגער זאל קענען איינרעדן זי איז 20, דעס מאכט מיך טראכטען אז אפילו מיר ווייסן קלאר אז זי איז נישט געוועהן 20, דארפען מיר פארשען ווי אלט זי איז טאקע געוועהן דעמאלטס.

- בערל קראקאווער
- שר האלף
- תגובות: 1067
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
- לאקאציע: בעקבתא דמשיחא
נא_שכל האט געשריבן:מיקא האט געשריבן:ב''ה דורך {מיקא ווארמאש
אויסגערעכענטע מענטשען-פרעסער!!!
און בקרוב וועט מען קענען 'אליין' נישטערן אין די ריזן זאמלונג פון אינפארמאציע, ווען עס וועט ווערן מסודר און צוגעשטעלט פאסיג פארדעם צוועק, ווי די מוזיאום ארבייטער שטרענגען זיך אן דאס אנצויאגען בשלימות, דאס שפעטסטע ביז יאר 2010.
יא, מיר קענען גיין צום זיידנס קבר, און אים איינמעלדן אז אלע זיינע מיסטעריעס וואס איז אים שווער געווען במשך די יארן זענען געלעזט געווארן... און ער אליינס וועט אונז מער קיינמאל נישט קענען דערציילן און אנטפלעקן 'אונזערע מיסטעריעס' אויף די געפונענע ארכיוון. די אינגע דורות וועלן קוקן אויף די ארכיוון ווי א האן אין בני אדם.
אין צוויי יאר ארום - איז די דעדליין, ווען מיר וועלן קענען 'אליין' נאכזוכען די מיליאנען ארכיוון, און רופן די קוים פארבליבענע 90 יעריגע זיידעס, זיי זאלן אונז זאגען וואס צו זוכען..
מיט גרויס ווייטאג
ב.ח.א. און ש.ג.א
זייער א אינטערסאנטער באריכט.
און ווי ווייטאגליך איז אז יעצט איז שוין אריבער כמעט 10 יאר פון דעמאלטס און רוב אלטע לייט געפונען זיך שוין אין גן עדן העליון און מ'קען זיי גארנישט פרעגן.
ס'איז קלאר א רוב חלק פון די דאקומענטן האבן זיי מבער געווען, רוב פון די משפחות טרעפט מען נישט אלע רעקארדס, אויב עפעס נאר א זכר פון א טראנספארט קארטל וכדומה.
מיקא׳ס אינהאלטספולע שורות קאסט טרערן
בנוגע דאס נישט ארויסגעבן די דאקומענטן ביז יעצט, ווען רובו ככולו געליטענע זענען שוין נישט מיט אונז, איז זיכער א געמיינע טאקטיק עס זאל שוין נישט זיין מיט וועם צו גיין צום טיש.
בלייבט נאר איבער אויסצופירן עס זאל שוין זיין ונקם ישיב לצריו בב״א
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
- farshlufen
- שר עשרים אלפים
- תגובות: 22086
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- farshlufen
- שר עשרים אלפים
- תגובות: 22086
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
בראשית ברא האט געשריבן:ר' מיכל'ע?
לכאורה

איז ער דאך באמת געוועזן אן עלעקטריקער, אנגעצינדן און אנגעפלאקערט אידן לאביהן שבשמים.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.
- farshlufen
- שר עשרים אלפים
- תגובות: 22086
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4996
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם הדמיון
farshlufen האט געשריבן:לב בשר האט געשריבן:ווייסט עמיצער אויב מ׳קען זיך פארלאזען?
מיר קומט אויס אז די טויט אורזאכן זענען פאלש דורכאויס, אלעמאל פארצייכענט אדער א מחלה ל"ע אדער פיינטליכע באמבערדירונג.
אין האב געפונען ביי עטליכע אז די אורזאך איז געווען: לונגען-ערצינדונג... אונטערגעשריבן דורך דעם פאטלאג.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
-
- שר מאה
- תגובות: 139
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm
לב בשר האט געשריבן:ווייסט עמיצער אויב מ׳קען זיך פארלאזען אויף די געבורטס דאטום אלס ריכטיג?
איך זעה דארט די דאטום פון מיין באבע און לפי מיין חשבון איז עס אפגערוקט מיט אכט יאר!
עטליכע פון מיינע זיידעס האבן אריינקומענדיג קיין אמעריקע איינגעגעבן א שפעטערע געבורטס טאג - די אנגעגעבענע סיבה - ווייל זיי האבן זיך געוואלט פרעזענטן יונגער, פאר פארשידענע סיבות.
ביי מיר האב איך באשטעטיגט אז די דאטום'ס אויף די באד-ארלסאן דאקומענטן איז מער אמת ווי די אפיציעלע אמעריקאנער פאפירן.
-
- שר האלף
- תגובות: 1219
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm
farshlufen האט געשריבן:בראשית ברא האט געשריבן:ר' מיכל'ע?
לכאורה
איז ער דאך באמת געוועזן אן עלעקטריקער, אנגעצינדן און אנגעפלאקערט אידן לאביהן שבשמים.

-
- שר האלף
- תגובות: 1219
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm
נא_שכל האט געשריבן:מיקא האט געשריבן:ב''ה דורך {מיקא ווארמאש
אויסגערעכענטע מענטשען-פרעסער!!!
און בקרוב וועט מען קענען 'אליין' נישטערן אין די ריזן זאמלונג פון אינפארמאציע, ווען עס וועט ווערן מסודר און צוגעשטעלט פאסיג פארדעם צוועק, ווי די מוזיאום ארבייטער שטרענגען זיך אן דאס אנצויאגען בשלימות, דאס שפעטסטע ביז יאר 2010.
יא, מיר קענען גיין צום זיידנס קבר, און אים איינמעלדן אז אלע זיינע מיסטעריעס וואס איז אים שווער געווען במשך די יארן זענען געלעזט געווארן... און ער אליינס וועט אונז מער קיינמאל נישט קענען דערציילן און אנטפלעקן 'אונזערע מיסטעריעס' אויף די געפונענע ארכיוון. די אינגע דורות וועלן קוקן אויף די ארכיוון ווי א האן אין בני אדם.
אין צוויי יאר ארום - איז די דעדליין, ווען מיר וועלן קענען 'אליין' נאכזוכען די מיליאנען ארכיוון, און רופן די קוים פארבליבענע 90 יעריגע זיידעס, זיי זאלן אונז זאגען וואס צו זוכען..
מיט גרויס ווייטאג
ב.ח.א. און ש.ג.א
זייער א אינטערסאנטער באריכט.
און ווי ווייטאגליך איז אז יעצט איז שוין אריבער כמעט 10 יאר פון דעמאלטס און רוב אלטע לייט געפונען זיך שוין אין גן עדן העליון און מ'קען זיי גארנישט פרעגן.
ס'איז קלאר א רוב חלק פון די דאקומענטן האבן זיי מבער געווען, רוב פון די משפחות טרעפט מען נישט אלע רעקארדס, אויב עפעס נאר א זכר פון א טראנספארט קארטל וכדומה.
למעשה אידן, ס'איז נאך יא דא וועם צו פרעגן! טאקע זייער זייער ווייניג אבער ס'איז נאך דא. האבט שכל, כאפט אריין, ווייל אין א יאר צוויי איז טאקע גארנישט דא מער!
בעיקר איז דא נאך א שיינע פאר נשים צדקניות קרובין למאה וואס זיצן אין שטוב כל כבודה בת מלך, און מ'ווייסט נישט איבער זיי. אבער זענען קלאר קע"ה.
פרעגט ענק נאך, ס'קוקט אויס ביי די מענער זייט אין שול פון מושב זקנים אז ס'איז כמעט אווער מ'זאגט שוין קדיש יתום נאך עלינו מלעשט שוין אויס די לעקטערס, ביי די עזרת נשים אבער הערט מען נאך ווי זיי זאגן תהלים.
-
- שר האלף
- תגובות: 1792
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
- לאקאציע: הייליגע שטעטל
בראשית ברא האט געשריבן:נא_שכל האט געשריבן:מיקא האט געשריבן:ב''ה דורך {מיקא ווארמאש
אויסגערעכענטע מענטשען-פרעסער!!!
ףא
מה.
למעשה אידן, ס'איז נאך יא דא וועם צו פרעגן! טאקע זייער זייער ווייניג אבער ס'איז נאך דא. האבט שכל, כאפט אריין, ווייל אין א יאר צוויי איז טאקע גארנישט דא מער!
בעיקר איז דא נאך א שיינע פאר נשים צדקניות קרובין למאה וואס זיצן אין שטוב כל כבודה בת מלך, און מ'ווייסט נישט איבער זיי. אבער זענען קלאר קע"ה.
פרעגט ענק נאך, ס'קוקט אויס ביי די מענער זייט אין שול פון מושב זקנים אז ס'איז כמעט אווער מ'זאגט שוין קדיש יתום נאך עלינו מלעשט שוין אויס די לעקטערס, ביי די עזרת נשים אבער הערט מען נאך ווי זיי זאגן תהלים.
איז דא א אשכול וועגן די נושא צי אויסניצן די צייט און רעדן מיט קריג איבערלעבר.?
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2898
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm
farshlufen האט געשריבן:דאס איז מונקא טאבאר, ניין?
מונקא טאבאר רעקארדס האב איך נאך אין ערגעץ נישט געטראפן עפעס זאכליך. (לא ראינו אינו ראי׳).
די רעקארדס איז בעיקר פון דייטשלאנד משא׳׳כ מונקא טאבאר איז אונגארישע מיליטער.
די נענטסטע וואס איך האב געטראפן פון מונקא טאבאר איז די אונגארישע מיליטערי ארכייווס וואס מען דארף שיקן ריקוועסטס בכתב בכתב הידוע בלשון מאדיאר.
איך האב געטראפן אויף די רעפיודזשי דאקומענטן פון שנת תש׳׳י פון מיין זיידן פון די רעקארדס זיין היסטארי וואס דארט שרייבט ער פונקטליך וועלכע זמנים ער איז געווען אין מונקא טאבאר און אזוי אויך די פונקטליכע אפטיילונג און דיווידזשן ווי ער איז געווען ברענגענדיג איין טריט נענטער.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2898
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6672
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
נא_שכל האט געשריבן:שוין געטראפען עטליכע קרובים מיט פונקטליכע דעאטאלן.
איטערעסאנט אז מיין מאמע ע"ה שטייט דארט דער ריכטיגע געבורטס דאטום 02.11.1922
אבער דא און אמעריקע איז אויף איהרע פאפירען געווען געשריבען אוהר געבורטס 02.11.1924 מיט צוויי יאהר שפעטער
און זי האט טאקע אהנגעפאנגען קריגען סאשעל סעקיוריטי ווען זו איז ריכטיג אלט געווארען 67
the SCY is the limit
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2898
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4996
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם הדמיון
Gevald Geshrigen האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:דאס איז מונקא טאבאר, ניין?
מונקא טאבאר רעקארדס האב איך נאך אין ערגעץ נישט געטראפן עפעס זאכליך. (לא ראינו אינו ראי׳).
די רעקארדס איז בעיקר פון דייטשלאנד משא׳׳כ מונקא טאבאר איז אונגארישע מיליטער.
די נענטסטע וואס איך האב געטראפן פון מונקא טאבאר איז די אונגארישע מיליטערי ארכייווס וואס מען דארף שיקן ריקוועסטס בכתב בכתב הידוע בלשון מאדיאר.
איך האב געטראפן אויף די רעפיודזשי דאקומענטן פון שנת תש׳׳י פון מיין זיידן פון די רעקארדס זיין היסטארי וואס דארט שרייבט ער פונקטליך וועלכע זמנים ער איז געווען אין מונקא טאבאר און אזוי אויך די פונקטליכע אפטיילונג און דיווידזשן ווי ער איז געווען ברענגענדיג איין טריט נענטער.
ס'איז געווען א טראנספארט פון אידישע אונגארישע סאלדאטען קיין מויטהאוזן (וואס האט געהאט אינטער זיך די קלענערע גוססען 1 און גוססען 2) לאגער אין וויען.
א קרוב וואס מ'האט אלס געמיינט ער איז געפאנגען געווארן ביים דינען אין די אונגארישע מיליטער, איז גאר אנגעקומען אין מויטהוזן לאגער מיט אנדערע אידישע אונגארישע סאלדאטן, דארט געארבייט עטליכע חדשים ביז זיין פטירה [וואס איז אגב דא יעצט א פונקטליכע דאטום און צייט].
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
חיים אלכסנדר האט געשריבן:לב בשר האט געשריבן:ווייסט עמיצער אויב מ׳קען זיך פארלאזען אויף די געבורטס דאטום אלס ריכטיג?
איך זעה דארט די דאטום פון מיין באבע און לפי מיין חשבון איז עס אפגערוקט מיט אכט יאר!
עטליכע פון מיינע זיידעס האבן אריינקומענדיג קיין אמעריקע איינגעגעבן א שפעטערע געבורטס טאג - די אנגעגעבענע סיבה - ווייל זיי האבן זיך געוואלט פרעזענטן יונגער, פאר פארשידענע סיבות.
ביי מיר האב איך באשטעטיגט אז די דאטום'ס אויף די באד-ארלסאן דאקומענטן איז מער אמת ווי די אפיציעלע אמעריקאנער פאפירן.
דאס ווייס איך אז ביים אריינקומען קיין אמעריקע האט מען אנגעגעבן פאלשע אינפא, אפילו די נעמען זענען אפט געוועהן פאלש.
מיין שאלה איז ביי די מלחמה זעלבסט. האט דען עמיצער געהאט א פאלשע נאמען? כמו״כ האב איך געמיינט אז די אנגעגעבענע DOB זענען אויך געוועהן ריכטיג.
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פרלמן משה און 3 געסט