תגובהדורך יש בו » זונטאג מאי 26, 2019 4:27 pm
דער היילגער צאנזער רב זצ"ל האט געזאגט, אז אין אנהויב האט ער געוואלט איבערמאכן די וועלט, ווען ער האט געזעהן אז ער קען נישט, האט ער געטראכט אז ער וועט נאר איבער מאכן זיין שטאט, ווען ער האט געזעהן אז דאס קען ער אויך נישט האט ער געטראכט אז נאר זיין משפחה, האט ער געזעהן אז דאס איז אויך נישט מעגליך, ביז ער האט געזעהן אז קוים זיך אליין קען מען פארעכטן,
קען איך א איד וואס ער האט זייער שטארק נישט געהאלטן פון זיך, האט ער געוואלט ארבעטן אויף זיך, ווען ער האט געזעהן אז ער קען נישט, האט ער געטראכט אז ער וועט איבער מאכן זיין משפחה, ווען ער האט געזעהן אז דאס קען ער אויך נישט האט ער געטראכט אז אפשר וועט ער איבער מאכן זיין שטאט, האט ער געזעהן אז דאס איז אויך נישט מעגליך, האט ער גטראכט אז ער וועט איבערמאכן די גאנצע וועלט. דו"ק וטישטע"ך
וכסיל לא יבין, (תהלים צ"ב ז)
א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער