א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 20, 2019 5:32 pm

הכל הבל האט געשריבן:דאנערשטאג בהעלותך






נאך וואס דזשאו ביידען האט אריינשפאצירט אין הייס וואסער מיטן זיך עראינערן מיט נאסטאלגיע צו די צייטן ווען ער האט געארבעט האנט ביי האנט מיט סענאטארן וועלכע האבן געשטיצט אפצוטיילן די אפריקאנע אמעריקאנע געמיינדע
האט ער נעכטן נאכט נאכאמאל דערמאנט דעם זעלבן ספעציפישן סענאטאר ביים פאנדרעיזער אבער דאסמאל נישט אלץ א ביישפיל פון ארבעטן צוזאמען אויף א ציווילע פארנעם נאר ארויסצוברענגן אז ער האט געקעמפט אקעגן זייערע ווירדן
טייל פריימערי קעגנער פון ביידן האבן אים נעכטן דורכאויס דעם טאג אראפגעריסן פאר זיינע באמערקונגען און בוקער האט אים אפילו גערופן זיך צו אנטשולדיגן אבער ביידען האט צוריקגעשאסן אז בוקער זאל זיך גאר אנטשולדיגן פאר אים
דזשים קלייבורן און אנדערע אפריקאנע אמעריקאנע קאנגרעסלייט האבן פארטיידיגט ביידען'ס קאמענטארן און דער איינציגסטער רעפובליקאנער אפריקאנער אמעריקאנער סענאטאר טים סקאט האט געזאגט אז ער איז איבערראשט ווי סענסיטיוו די אטמאספערע איז לעצטנס געווארן איבער ווערטער באנוץ און אויסדרוקן און אז לינקע פליגל האט זיך ארויפגעכאפט אויף ווערטער וועלכע וואלט טאקע נישט געדארפט גענוצט וועגן אין אזא אויסלייג אבער די רעאקציע איבערגעטריבן
ביידען'ס קאמפיין שטאב זענען גראדע די וועלכע דרוקן אויף אויפברויז אויף זייער קאנדידאט ווייל זיי האבן אים זייער קלאר געווארןנט פון פאראויס נישט צו נוצן אזלעכע סענאטארן אלץ ביישפיל ארויסצוברנעגן זיין געדאנק נאר ליבערשט נוצן מקעין פאר אזא ביישפיל אבער ביידען האט זיך אויסגעפיפן אויף זיי
נעכטן ביים פאנדרעיזער האט ביידען זיך באדאנקט פאר שטיצער פארן אים גיבן א געלעגנהייט פארן מיר לאזן שפילן אין דעם קאנטעסט און אז עס גייט זיין זייער געמיין
*

נאכפאלגענדיג די בוקער קריטיק אויף סי ען ען האבן ביידען און בוקער גערעדט טעלעפאניש און בוקער האט לויט א קוואל זיך געהאלטן און איבערגעזאגט פריוואט דאס וואס ער האט געזאגט אין פובליק

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג יוני 20, 2019 5:36 pm

יישר כח, שטארק הנאה געהאט פון די געריכט באריכטן וועלכע איז היינט נישט צו קאמפליצירט פאר מיר...
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג יוני 20, 2019 5:36 pm

א גרויסע שכוח, האסט דיך בכלל נישט געדארפט אנטשולדיגן, אבער אן עקסטערע דאנק פאר די פאריכט איבער די סאציאלע מידיע בילל, יעצט מאכט עס שוין סענס.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » דאנארשטאג יוני 20, 2019 6:30 pm

עמעזינג דזשאב!! הכל הבל יו אר פאר דע בוקס!

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » דאנארשטאג יוני 20, 2019 8:28 pm

Wow this guy is unreal! Amazing tha j you very much

שטילער
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » דאנארשטאג יוני 20, 2019 8:39 pm

Wow what a job!!! Well done

נישטא קיין ווערטער!!!

א ריזיגן ישר כח!!

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3602
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דאנארשטאג יוני 20, 2019 8:56 pm

יישר כח הבל

פארוואס האט די סופרים קארט געשטימט קעגן מעקדאנאו איבער סטעטשו אוו לימיטעישען?

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5150
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג יוני 20, 2019 10:12 pm

WOW WOW! סארא לאנגע טיפע גרונטליכע ארבעט וואס דו לייגסט דא אריין. א דאנק פאר דיין עמעיזינג ארבעט.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3065
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג יוני 21, 2019 12:30 am

שכוח הכל פאר די היינטיגע מעסטער באריכט ספעציעל די געריכט קעיסעס.

און אן עקסטערן יישר כוח פארן אויסקלארן די געזעץ פארשלאג איבער סאציאלע פלאטפארמעס, אויב ס'איז אזוי אז זיי באקומען אויסנאמען פון ווערן אנגעקלאגט אויף לייבעל וכדו' איז דאך נישט מער ווי נארמאל אז זיי זאלן דארפן זיין נייטראל אן קיין שום בייעס.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג יוני 21, 2019 9:23 am

מצב כללי האט געשריבן:יישר כח הבל

פארוואס האט די סופרים קארט געשטימט קעגן מעקדאנאו איבער סטעטשו אוו לימיטעישען?

לייען איבער נאכאמאל, זיי האבן געאורטיילט אקעגן סמיט און אין שטיצע פון מעקדאנאו

נודניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

תגובהדורך נודניק » פרייטאג יוני 21, 2019 9:46 am

הכל הבל האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:יישר כח הבל

פארוואס האט די סופרים קארט געשטימט קעגן מעקדאנאו איבער סטעטשו אוו לימיטעישען?

לייען איבער נאכאמאל, זיי האבן געאורטיילט אקעגן סמיט און אין שטיצע פון מעקדאנאו



קעגן די פריערדיגע פסק פין די נידריגערע געריכטן?

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג יוני 23, 2019 10:36 am

זונטאג שלח





דער פרעמיער מיניסטער פון עטיאפיע האט באשטעטיגט אז פיר זענען אומגעקומען אריינגערעכנט די ארמיי הויפט און די פירער פון די צפון אמהארא געגנט און א פוטש פארזוך אין יענע ראיאן
דער ארמיי הופיט איז געשאסן געווארן דורך איינע פון זיינע לייבוועכטער און די פוטש אונטערגענומען דורך א הויכראנגיגקע מיליטערישע אפיציר מיט די הילף פון אנדערע איז דורכגעפאלן
*
אמווייניגסטנס זיבן ארבעטער און דריי און צוואנציג מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן ווען א זיבן שטאקיגע געביידע אונטער קאנסטרוקציע איז צוזאמגעפאלן אין סיהאנאוקוויל קאמבאדיא
*
פרעזידענט טראמפ האט ענדליך זיך גענומען אויסשטאפירן די העכסטע ראנגען אין די פארטיידיגונג דעפארטמענט
מארק עספער איז געווארן נאמינירט צו זיין די נייע פארטיידיגונג סעקרעטאר, רייען מעקארטי ווערט געשטעלט צו איבערנעמען עספער'ס פאזיציע אלץ ארמיי סעקרעטאר און דעיוויד נארקוויסט אלץ דעפיוטי פארטיידיגונג סעקרעטאר
עספער איז א נאנטע פריינט מיט פאמפעיא און די צוויי האבן געלערנט אינעם זעלבן קלאס און 1986 למספרם
*
סענאטאר מייק לי איבער די באשלוס פון טראמפ נישט צו אטאקירן איראן: נאכן רעדן מיטן פרעזידענט בין איך איבערצייגט אז ער האט געפאסט די ריכטיגע באשלוס, עס איז קלאר אז איראן איז א געפאר אבער נישט יעדע פראוואקאציע פארדינט א מיליטערישע רעאקציע
*
סענאטאר דזשעימס אינהאף איבער סענאטאר רענד פאול: עס שטעלט זיך ארויס אז איך האב מער סוקסעס מיט אים ווען מיר האבן נישט קיין געשפרעך..
*
פרעזידענט טראמפ זאגט אז זיין גרעסטע גרייז באגאנגען זינט ער איז אריינגעקומען אין אפיס איז געווען דאס שטעלן דזשעף סעשאנס אלץ אטוירני דזשענעראל
*
וויצע פרעזידענט מייק פענס וועט באזוכן ניו העמפשיר אום יולי 2 למספרם
*
וויצע פרעזידענט פענס איז ערישנען אויפן היינטיגן זונטאג פראגראם פון סי ען ען
מען האט אים געפרעגט אויב מענטשן'ס אקטיוויטעטן וועלכע ביישטייערן צו קלימאטן טויש איז א געפאר אויף וואס ער האט רעאגירט אז מיר וועלן אלעמאל נאכפאלגן סייענס איבער דעם
מען האט אים געדרוקט קלארער צו ענטפערן אבער פענס האט זיך צוריקגעהאלטן פון זאגן אז ער האלט אז עס איז א געפאר
פיליקס סעטער וועלכע איז א געוועזענע טראמפ ביזנעס פארבינדעטער האט איבערגעהיפט א געסקעדזשועלעטע פארהער דורך די די הויז שפיאנאזש קאמיטע פרייטאג אינדערפרי
דער קאמיטע פארזיצער עדעם שיף איז געווען גאר בייז און געסטראשעט מיט א סובפינע אבער אן אדוואקאט פאר סעטער האט ערקלערט אז סעטער האט זיך נישט גוט געשפירט און איז איינפאך פארשלאפן און ער האט נישט געהערט זיין וועקער זייגער קלונגען פרייטאג אינדערפרי און צוליב דעם פארפאסט די פארהער
*
דער ריכטער אין די פאול מענעפארט קעיס האט פארעפנטליכט 56 בלעטער וועלכע איז געווען פארזיגלט ביז איצט און עס שטעלט זיך ארויס צו זיין איינפאכע טעקסט מעסעדזשעס צווישן שאן העניטי און מענעפארט צווישן יולי 2017 למספרם און יוני 2018 למספרם
שאן העניטי האט געפרעגט פאול מענעפארט פארוואס ער האט נישט געקענט באקומען א דיעל מיט די רעגירונג א שטייגער ווי זיין געהילף ריק געיטס
מענעפארט: זיי וואלטן געוואלט פון מיר ארויסצוגעבן DT (דאנאלד טראמפ)
מענעפארט האט אראנזירט מיט העניטי צו רעדן מיט זיין אדוואקאט מייק דאונינג און קורצליך דערנאך אים געפרעגט ווי אזוי עס איז געווען און העניטי האט רעאגירט "גוט"
העניטי האט צוגעלייגט אז ער האט געבעטן דאונינג אים צו טיפן אינפארמאציע אויף א טעגליכע פארנעם און געזאגט פאר מענעפארט אז ער דארף מיך צושטעלן סחורה
מענעפארט האט רעאגירט: "ער וועט"
מענעפארט באדאנקט זיך אויך פאר העניטי פארן שטיין צו זיין זייט און העניטי רעאגירט: איך וועל טוהן סיי וואס איך קען דיר צו העלפן
ביי איין פאל האט העניטי אים געשריבן: איך וועל זיצן אין די די צעל נעבן דיינס
*
די לעצטע קאמפיין פיילינג צייגט אז היי יאר האט די רעפובליקאנע נאציאנאלע קאמיטע דערווייל א גרעסערע פראצענט פון זייער ביישטייערונגען פון קלענערע ביישטייערער ווי די דעמאקראטישע נאציאנעלע קאמיטע
ביי די רעפובליקאנער מאכן די קלענערע געלטער אויס 51% און ביי די דעמאקראטן 43%
*
א פרישע מאנמאוט אנקעטע צייגט אז 37% ווילן זעהן טראמפ ווידערערוועלט אקעגן 59% וועלכע ווילן א נייע פרעזידענט אין ווייסן הויז
*
לויט די מאנמאוט אנקעטע איז טראמפ צופרידנהייט צווישן מענער ביי 49% אקעגן 43 רומצופרידן צווישן פרויען זענען 33% צופרידן אקעגן 57 אומצופרידן
*
לויט מאנמאוט זענען 19% צופרידן פון די ארבעט פון קאנגרעס
*
ביי די דעמאקראטן טרעט מען אריין אין א גרויסע וואך ווען די 20 קאנדידאטן פאר פרעזידענט וועלן ענדליך זיך טרעפן און דעבאטירן צום ערשטן מאל אין מיאמי פלארידא דעם מיטוואך און דאנערשטאג אוונט
מען האט געפרעגט א רייע רעפובליקאנער וועלכע האבן שוין די ערפארונג פון שטיין אויף דעבאטע פלאטפארמעס ווי אזוי זיי וואלטן געראטן קאנדידאטן זיך אהערצושטעלן דורכאויס די נאכט און פאלגענד זענען עטליכע רעאקציעס:
לינדזי גרעהעם: זיי מאדנע
מיט ראמני: פרוביר נישט צו זיין מאדנע
קרוז: האב פאן
רוביא: זאג נישט איבער די זעלבע ענטפער דריי מאל.. (זיין אייגענע דורכפאל מיט ווען ער האט זיך פארהערט מיט טראמפ און קריסטי צווישן די אייאווע קאוקוסען און די ניו העמפשיר פריימערי)
*
די מיזעלס אויסברוך איבערן לאנד (ווער פאר א גוט יאר האט אהערגעבלאזן די אישו אויך אין די כמעט איינציגסטע אשכול וועלכע איז אימיוניזירט פון דערמאנען די טעמע?!..) האלט נישט צוריק פאליטיקאנטן אריינגערעכנט דעמאקראטן פון אקצעפטירן ביישטייערונגען פון אנטי וואקסינאציע פיגורן
די לעצטע ביישפיל איז אלבערט דוואקסין וועלכע האט געגעבן 24.9 טויזנט דאלער פאר די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאנגרעסיאנאלע קאמיטע און 5 טויזנט דאלער פאר ספיקער פעלאסי'ס פעק און אויך 25 טויזנט דאלער פאר די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע
*
די פעלד פון דעמאקראטן וועלכע לויפן פאר פרעזידענט האט היינט צובאקומען א פרישע נאמען ווען דער געוועזענער פענסילוועניע קאנגרעסמאן דזשאו סעסטאק האט געמאלדן אז אויך איז אינעם פארמעסט
סעסטאק האט דערלייגט א סענאט פארמעסט אין 2010 און אין 2016 למספרם אבער איצט האט ער באשלאסן צו לופין פאר פרעזידענט און איז שוין היינט זונטאג אין אייאווע
*
דזשאו ביידען וועלכע פלעגט זיך אויפטוהן אז די טראמפ שטייער שניטן גייען זיין א פארגאנגנהייט אין זיין ערשטע טאג אין אפיס האט שוין עטוואס גענידערט זיין רעטריק זאגנדיג ביי די דרום קאראליינע דעמאקראטישע קאנווענשאן אז אין זיין ערשטן טאג גייט ער עלימינירן טראמפ'ס שטייע שניטן "פאר די רייכע"
*
עליזאבעט ווארען איז ארויסגעקומען מיט א פלאן צו עלימינירן פריוואטע טורמעס אין לאנד
*
פיטע באטידזשעדזש האט אויפגענומען פרישע זעקס קאמפיין ארבעטער אין ניו העמפשיר
*
דזשוליאן קאסטרא קריטיקירט בעטא ארורק פאר זיין שטעלונג איבער צוריקדרייען א געזעץ וועלכע קרימינאליזירט דאס אריבערשפרייזן די גרעניץ אן ערלויבעניש
ארורק האט אויסגעדרוקט זארג אז צוריקדרייען אזא געזעץ וועט מאכן שווערער צו ברענגן קלאגעס אויף דראג שמוגלער אבער קאסטרא זאגט איצט אז מיר האבן פאר דעם אנדערע לעגאלע מאכענאציעס
*
קאמאלא העריס וועט זיך אומקערן קיין אייאווע אם יולי 4 למספרם פאר א דריי טאג באזוך ווי צווישן אנדערן וועט זי אפהאלטן א טאון האל
*
קאמאלא העריס האט פאריגע וואך באקומען איר ערשטע קאנגרעסיאנאלע אינדארסירונג פון א קאנגרעסמאן אויסער קאליפארניע ווען על גרין האט זיך אנגעשלאסן אין די העריס וואגאן
פארלאפענע פרייטאג האט זי ערהאלטן צוויי פרישע אינדאסירונגען פון קאנגרעסלייט אויסער קאליפארניע ווען די צוויי מיטגלידער פונעם קאנגרעסיאנאלע אפריקאנע אמעריקאנע קאוקוס עסלי העסטינגס פון פלארידא און האבן צוגעווארפן זייער שטיצע פאר העריס
*
אין צפון קאראליינע איז ארויסגעקומען א פובליק פאליסי אנקעטע וועלכע שטעלט דעם אמטירנדע דעמאקראטישע גאווערנאר ראי קופער פאראויס פונעם רעפובליקאנער ליוטענאנט גאווערנאר דען פארעסט 45%-41%
לויט די אנקעטע זענען 40% צופרידן פון קופער'ס ארבעט צו 41% אומצופרידן
*
טראץ די וואלקן ארום ווידערערוויילונג פון די וועסט ווירדזשיניע גאווערנאר שיינט די נאציאנאלע פארטיי פירערשאפט דערווייל צו ווארפן פולשטענדיגע שטיצע אונטער זיין קאמפיין און די רעפובליקאנע נאציאנאלע גאווערנאר אסאסיאציע האט אראנזשירט א פאנדרעיזינג און דער נעבראסקע גאווערנאר וועלכע איז די איצטיגע אסאסיאציע פארזיצער האט פערזענליך אנטייל גענומען אינאיינעם מיט דאנאלד טראמפ הצעיר
*
מארגן מאנטאג וועט ניו העמפשיר'ס דעמאקראטישע סענאטארשע באקומען אפיציעל איר ערשטע מעגליכע אפאנענט ווען גענעראל דאן באלדאק וועט מעלדן אז ער לויפט צום סענאט אויף די רעפובליקאנע טיקעט
*
אין ווייאמינג גייט סענאטאר מייק ענזי רעטייערן און דער געוועזענע קאנגרעס פרוי לומיס האט פרייטאג אריינגעגעבן פאפירן צו קענען לויפן פאר דעם זיץ
לומיס האט געהאלטן די קאנגרעס זיץ וועלכע ליז טשעיני האלט איצט און אויך ליז טשעיני וועלכע זעהט זיך נישט אויג צו אויג מיט לומיס קלערט צו לויפן פאר דעם זיץ און א העפטיגע פריימערי קען מעגליך פארקומען
*
דער געוועזענער קאלעפארניע קאנגרעסמאן דערעל אייסא באטראכט נאכאמאל צו לויפן צום קאנגרעס
די רעדע איז נישט פון צוריקכאפן א דעמאקראטישע זיץ נאר ער האלט אן אויג אויף די פופציגסטע דיסטריקט זיץ אין פאל קאנגרעסמאן -האנטער וועלכע איז פארוויקלט אין לעגאלע פראבלעמען און זיין פרוי האט זיך לעצטנס דערקלערט שולדיג- באשליסט צו רעזיגנירן אדער נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג וועט אייסע אין אזא פאל מעגליך לויפן פאר דעם זיץ
*
אין קענטאקי האבן די "פראפעסיאנאלע פייערלעשער" וועלכע מאכט אויס 43% פון די פייערלעשער יוניאנס אין די סטעיט אינדארסירט דעם דעמאקראטישן קאנדידאט פאר גאווערנאר
*
די לינקע דיסטריקט אטוירני פון סאן פראנציסקא גייט זיך אריבערציען קיין לאס אנדזשעלעס צו קענען לויפן פון לינקס אקעגן די ארטיגע דיסטריקט אטוירני
ער האט זיך שוין געטראפן מיט פירער פון די "אפריקאנע אמעריקאנע לעבנס מאכן אויס" באוועגונג אין בעפארברייטונג צו זיין פארמעסט
די אינטערסאנקייט פון די פארמעסט איז אז די לאס אנזשעלעס דיסטריקט אטוירני אקעגן וועם ער וויל לויפן איז אן אפריקאנע אמעריקאנע פרוי
*
אין אייאווע האט דער איינציגסטער רעפובליקאנער אויף וועמען מען האט געהאט האפענונג צו לויפן צום צווייטן קאנגרעסיאנאלן דיסטריקט געמאלדן אז ער לויפט נישט
די זיץ גייט זיין אן אפענע זיץ געהאלטן ביז איצט דורך די דעמאקראטן אבער טראמפ האט עס געוואונען אין 2016 למספרם
*
א לאנגיעריגע ווירדזשיניע דעמאקראט רופט פאר קאמפיין פינאנץ רעגולאציעס אפצושטעלן.. (הערט גוט) דזשארדזש סאראס און זיינע אקטיוויטעטן אין לאקאלע פאליטיק
*
פאלגענד איז א נייעסל וואס מיר האבן געשריבן אין יוני 9 למספרם:

4 באזונדערע ביטעס זענען שוין געווארן געשיקט צום סופרים קאורט אריינגערעכנט איינס אייערנעכטן מיטוואך דורכן סאליסיטאר דזשענעראל זוכנדיג צו אפעלירן די אורטייל פונעם ערשטן סירקוט געריכט איבער די פארטא ריקא פינאנציעלע איבערזיכט און מענעדזשמענט באורד קעיס
פרעג מיך נישט אויב איך האט באשטעטיגונג דערצו אבער עפעס א פארגעפיהל און א שמעק האב איך אז די סופרים קאורט גייט אקצעפטירן די קעיס

עד כאן פון דעמאלטס
פארגאנגענע דאנערשטאג האט די סופרים קאורט אקצעפטירט די קעיס
*
פאלגענד איז אונזערס א באריכט פון א צייט צוריק
ביים ענדע פון די באריכט איז דא אן ענדע און עפילאג ווי אזוי די קעיס האט זיך געענדיגט פרייטאג אינדערפרי אין סופרים קאורט
א ניו יארקער מאן האט געעפנט א טראסט אין וועלכע ער האט אריינגעלייגט א טייל פון זיין פארמעגן פון וועלכע די פארדינסטן וועלן בענעפיטירן זיינע דריי קינדער
א צייט שפעטער האט מען צוטיילט די טראסט אין דריי צו זיין באזונדער פאר יעדן קינד
איינע פון די קינדער וואוינט היינט אין נארט קאראליינע און דער טראסטי האט אין די לעצטערע יארן געפיילט שטייערן מיט די נארט קאראליינע סטעיט באאמטע אויף די פארדינסטן פון יענעם ספעציפישן טראסט
נאך עטליכע יאר האט ער זיך געכאפט אז אייגנטליך האט די טראסט גארנישט קיין שייכות מיט נארט קאראליינע און ער האט פארלאנגט פון די סטעיט א ריפאנד אויף די איינגעצאלטע שטייערן אבער די סטעיט האט זיך אנטזאגט צוריקצוצאלן די געלט זאגנדיג אז וויבאלד די בעניפיטירער פון די טראסט איז א נארט קאראליינע רעזידענט דארף די שטייערן גיין פאר די סטעיט
נאך א געראנגל אין געריכט האט די נארט קאראליינע סטעיט סופרים קאורט געאורטיילט אזוי ווי די נידריגע געריכט אז די סטעיט איז אומבארעכטיגט איינצומאנען די שטייערן ווייל די סטעיט האט נישט קיין עכטע שייכות צום טראסט אין די וואוין ארט פון א בעניפיטירער איז נישט גענוג זיי צו לאזן בעטן שטייער

נישט לאנג דערויף איז די אמעריקאנע סופרים קאורט ארויסגעקומען מיט א באזונדערע היסטארישע אורטייל אויף די רעכט פון סטעיטס צו מאנען אינטערנעט שטייער אויף סעילס וועלכע ווערן דורכגעפירט אין זייערע סטעיטס
די סופרים קאורט האט דערמיט איבערגעדרייט פריערדיגע פרעצעדענט וועלכע האט פארבאטן סטעיטס איינצומאנען שטייער אויף אקטיוויטעטן אן דעם וואס די באטרעפנדע זענען פיזיש אנוועזנד אין די סטעיט
די היסטארישע אורטייל האט נישט קלאר ערלקערט וועלכע סארט אנוועזנהייט איז גענוג פאר א סטעיט צו קענען בעטן שטייער נאר האט בלויז געשריבן אז אויף אינטערנעט סעילס קען מען בעטן שטייער

איצט האט די סופרים קאורט אויפגענומען די נארט קאראליינע טראסט שטייער קעיס און איז א דראמאטישע אנטוויקלונג צוליב וואס די געריכט האט שוין נישט באהאנדלט אזעלכע קעיס פאר יארן לאנג און קומט קורץ נאכן אורטיילן אינעם אינטערנעט שטייער קעיס
מיטן אויפנעמען די קעיס איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז אין דעם פאל וועט די געריכט יא צוריק אריינקריכן אין די פונדאמענטאלע פראגע צו דעצידירן וועלכע סארט אנוועזנהייט אין א סטעיט באדייט אז די סטעיט קען בעטן שטייער

אפגעזעהן אויף וועלכע וועג די געריכט וועט גיין וועלן די קאנסקווענצן זיין גאר באדייטפול
אויב וועט די געריכט באשטעטיגן די נארט קאראליינע סופרים קאורט פסק וועלן פילע טראסטיס וועלכע האבן שוין איינגעצאלט שטייערן אין לויף פון די לעצטערע יארן וועלן מעגליך קענען צוריקבעטן ריפאנדס עס זענען מעגליך דא סטעטשו אף לימיטעישאנס צו פארלאנגען א ריפאנד דעריבער זאלן טראסטיס שוין אריינגעבן די עדווענסד פראטעקטעד ריקוועסט פאר א ריפאנד אז אין פאל פון אזא פסק זאלן זיי שוין האבן געבעטן איצט די ריפאנד און ווען די פסק קומט ארויס(ווארשיינליך ערשט אין יוני למספרם) זאל די ריפאנד פארלאנג גיין למפרע אויף איצט
אויב די סופרים קאורט גיט רעכט פאר נארט קאראליינע און איר רעכט צו מאנען די שטייער וועט די סטעיט קענען צוריקגיין צו בעטן שטטיער פון אלע טראסטיס וועלכע האבן נישט געצאלט קיין שטייערן ביז היינט אפלערנענדיג די געזעץ ווי די נארט קאראליינע געריכטן האבן עס אפגעלערנט און איצט וועט די סטעיט קענען צוריקבעטן די געלט (ווען עס קומט צו די סטעיטס רעכט איינצומאנען עקזיסטירט נישט קיין סטעטשו אף לימיטעישאנס, נאר ביי די בירגערס רעכט צו בעטן א ריפאנד איז דא די איינפיר..)
די פראבלעמען קענען אין אזא פאל אריבערגיין די סטעיט גרעניצן ווייל די אלע וואס האבן נישט געצאלט קיין שטייערן באזירט אויף די הנחה האבן אבער יא געצאלט די שטייער אין אנדערע סטעיטס ווי די טראסט איז געווארן געעפנט
איצט זאלן אזעלכע טראסטיס איינגעבן פאר א עדווענסד פראטעקטעד ריקוועסט פאר א ריפאנד אין יענע סטעיטס ווייל זיי וועלן אנשטאט דארפן זאלן די שטייערן אין די סטעיטס ווי די בעניפיטירער וואוינט
מעגליך אז די באטרעפנדע סטעיטס וועלן זאגן אז א אויף צוריק גייט א קאזע און דאן וועט אויסקומען אז טראסטיס וועלן עווענטועל האבן געצאלט דאפלט שטייערן
איינמאל דארט וואו טראסט איז געווארן געשאפן אין איינמאל מרור אין חרוס.. אפפס, דארט וואו די בעניפיטירער וואוינט

פרייטאג האט די סופרים קאורט איינשטימיג געאורטיילט אקעגן די סטעיט
די אורטייל איז געווארן געשריבן דורך ריכטערין סאטאמיאר

שטילער
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » זונטאג יוני 23, 2019 11:25 am

א דאנק הבל!!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג יוני 23, 2019 12:52 pm

שטילער האט געשריבן:א דאנק הבל!!

יישר!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג יוני 23, 2019 1:03 pm

א דאנק! קורץ שארף קלאר און געשמאק

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3065
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג יוני 23, 2019 1:04 pm

שכוח הכל!!

איין זאך פארשטיי איך נישט, פארוואס דער טראסטי האט ענדערש געוואלט צאלן די ניו יארק'ע טייערע טעקס ווי איידער צאלן די נארט קאראליינע אביסל ביליגערע טעקס?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5681
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג יוני 23, 2019 1:11 pm

א געשמאק. יישר כח!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג יוני 23, 2019 3:52 pm

ממש א מחיה!
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
בראנפן גלעזל
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
לאקאציע: אין שענק

תגובהדורך בראנפן גלעזל » זונטאג יוני 23, 2019 5:15 pm

א גרויסן יישר כח, איך בין טאקע קוים אנגעקומען דא, אבער איך פאלאו דיר שוין פון אינדרויסן פאר א לאנגע צייט.
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » זונטאג יוני 23, 2019 5:30 pm

יישר כח. הערליך קלאר געשמאק אהההה!!

וויל נישט
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 11:49 am

תגובהדורך וויל נישט » זונטאג יוני 23, 2019 6:13 pm

געלעגער האט געשריבן:א דאנק! קורץ שארף קלאר און געשמאק

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » זונטאג יוני 23, 2019 9:23 pm

הכל הבל האט געשריבן:זונטאג שלח



ער האט זיך שוין געטראפן מיט פירער פון די "אפריקאנע אמעריקאנע לעבנס מאכן אויס" באוועגונג אין בעפארברייטונג צו זיין פארמעסט

בלעק לייוו מעטערס?
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 24, 2019 10:48 am

מאנטאג שלח




ריאד גיבט איבער אז איינער איז אמגעקומען און זיבן זענען פארוואונדעט געווארן ווען רעבעלן אין תימן האבן אטאקירט א א לופטפעלד אין דרום סאודיע אראביע
*
פראטעסטירער אין האנג קאנג פלאנירן א פרישע ראלי צו באקומען דעקונג אין די צייט פון די בעפארשטייענדע G- 20 סאמיט
*
א פרישע אמעריקאנע קריגס שיף איז אנגעקומען צום מיטל מזרח צו שטיין גרייט צו פארטיידיגן אמעריקאנאע אינטערעסן פון איראנער פראוואקאציעס
*
סענאטארן מארק ווארנער (ד) און דזשאש האולי (ר) שלאגן היינט פאר אן אומפארטייאישע ביל צו פארלאנגען פון סאציאלע מידיא פלאטפארמעס צו מיטטיילן מיט די קאנסומער און פינאנציעלע רעגולאטורן וועלכע דאטא זיי נעמען צוזאם פון באנוצער און ווי אזוי זיי נוצן די אינפארמאציע פאר אייגענע פראפיטן
*
די קאנגרעס רולס קאמיטע וועט היינט נאכמיטאג באהאנדלען די טערמינען פון א ביל וועלכע וועט צושטעלן 4.5 ביליאן דאלער אין היומאניטערישע הילף ביים גרעניץ
די ביל איז ערווארטעט אויף מארגן צו ווערן דעבאטירט און באשטעטיגט דורכן פולן קאנגרעס
*
פאלגענד איז א באריכט וואס מיר האבן געשריבן מיט עטליכע מאנאטן צוריק און מיר ציטירן עס נאכאמאל צוליב אן אפדעיט וואס איר וועט ליינען ביים ענדע:
די רעפובליקאנער פארמירן אן אפעראציע גערופן "פאטריאט פאס" צו אדרעסירן די פארשמעלערטע אויבערהאנט איבער די דעמאקראטן ווען עס קומט צו ביישטייערונגען פון רייכע און אנערקענענדיג די וויכטיגקייט צו קאנקורירן בעסער איבער איבער קלענערע געלטער פון די ברייטערע המון אלץ אן אנטפער צו די גאר סוקסעספולע "עקט בלוי" דעמאקראטישע אונטערנעמונג אין די פארלאפענע מידטוירם
די אונטערנעמונג וועט גענצליך רעפארמירן די פאנדרעיזינג אפאראט פון די פארטיי געצילט אויסצוקוועטשן די מאקסימום פון קליינע ביישטייערונגען
די אנטוויקלונג קומט נאך רופן מיט א צייט צוריק פון דזשעראד קושנער מיטש מעקאנעל קעווין מעקארטי און שעלדאן עדעלסאן וועלכע האבן פארלאנגט א רעוואלוציע אויף דעם פראנט
די ווענדונג האט נאכגעפאלגט מיט עטליכע וואכן פון קאמפליצירטע פארהאנדלונגען און איצט האט מען דערגרייכט אן אפמאך אונטער וועלכע "דאטא טראסט" וועט אוועקשטעלן די פינאנציעלע טעכנישע אפאראט און א באקאנטע פאנדרעיזינג פלאטפארמע וועט מאקסימיזירן די קליענטן באזע און מארקעטן פאר זייערע ביישטייערונגען
עד כאן פון אונזער באריכט דאן
וואס האט פאסירט זינט דאן?
רעפובליקאנער האבן געהאפט צו האבן גרייט דעם נייעם אונטערנעמונג אויף פעברואר למספרם אבער זאכן האבן זיך פארשלעפט און ענדליך איז היינט דער טאג ווען די נייע פלאטפארמע גערופן "זיג רויט" גייט אפיציעל אריין אין באנוץ
דורכאויס א מיטינג מיט פאליטיישע סטראטעגיסטן אין ווייסן הויז פריער אין יאר האט פרעזידענט טראמפ צו ערשט פארגעשלאגן צו רופן די פלאטפארמע "עקט רעד" אלץ א דירעקטע קאנקורענץ צו "עקט בלוי" אבער שפעטער האט ער פארגעשלאגן עס צו רופן "זיג רויט" זאגנדיג אז אין די צייט וואס זיי זאלן עקטן זאלן מיר געוואונען און די נאמען איז טאקע עווענטועל געווארן אויסגעקליבן
נעכטן נאכט זענען האבן רעפובליקאנער קאנגרעסיאנאלע פירער ערהאלטן א באריכט איבער די פארשריט און ערוואטעטע קאמפיין צולאזן די אפעראציע גיין פובליק
איינע פון די שטרויכלונגען מיט וואס פארטיי באאמטע האבן זיך געדארפט ספראווען איז געווען איינצושטילן זארגן פון א גרופע הויז רעפובליקאנער וועלכע האבן זיך געפארכטן אז די נייע פלאטפארמע וועט קענען ווערן אויסגענוצט דורך קאנדידאטן וועלכע נעמען אונטער פריימעריס אקעגן אמטירנדע קאנגרעס מיטגלידער
*
די וואל סטריט דזשורנאל אין אן אפ עד רופט פאר א טראמפ העילי טיקעט מיט די טעאריע אז העילי וועט בייהילפיג זיין אריבערצוברענגן מעסיגע סובארבן פרויען וויילער
*
פייערלעשער אין אייאווע האבן ענדליך נאכגעפאלגט די ביישפיל פון די נאציאנאלע פייערלעשער יוניאן וועלכע האט גאר פריה אינדארסירט דזשאו ביידען
די אייאווע יוניאן האט איצט באשלאסן ארויסצוקומען אינדארסירן ביידען פאר פרעזידענט
*
דזשאו ביידען האט היינט געלאזט לויפן אן אפ עד אין די מיאמי העראלד איבער זיינע אימיגראציע פלענער
ער רופט:
צו מאכן די דרימערס אלץ אמעריקאנער
גיבן יושר'דיגע באהאנדלונג פאר די 11 מיליאן אומלעגאלע אימיגראנטן
שטעלט זיך אקעגן טראמפ'ס שריט צו עלימינירן די אבאמא עקזעקוטיוו ארדער אויף דאקא
אקעגן פאמיליע צוטיילונג
בעסערע פארבינדונג מיט לאטינא אמעריקאנער
בעסער אויסשטאפירן גרעניץ אונטערזוכונג טעכנאלאגיע
*
בעטא ארורק איז אויפגעקומען מיט א פרישע פאליסי געדאנק אז אלע אמעריקאע פאמיליעס וועלכע פארמאגן נישט קיין מיליטערישע מיטגלידער זאלן צאלן א נייע שטייער וועלכע זאל העלפן דעקן די קאסטן פון העלט קעיר פאר מילטיערישע וועטעראנען אין צוקונפטיגע מלחמות
*
ווארען'ס אייאווע קאמפיין האט שוין אפגעהאלטן אוונטן אין אלע ניין און ניינציג קאונטיס פון די סטעיט
נישט ביי אלע פון זיי האט ווארען זעלבסט אנטייל גענומען אבער אפילו אן איר איז די אנוועזנהייט פון די קאמפייין שטארק וויכטיג פאר ארגאנאזירונג און קאמפיין אקטיוויטעטן
*
בערני סאנדערס וועט היינט מעדלן א פארשלאג אפצורופן דאס לאנד'ס 1.6 טריליאן דאלער אין סטודענטן הלוואות און עס דעקן דורך א שטייער אויף וואל סטריט טראנזאקציעס
*
דזשאו ביידען איז נישט דער איינציגסטער וועלכע טרעט אריין אין די דעבאטע וואך אין שאטן פון א ראסע קאנטערווערסיע נאר אויך פיטע באטידזשעדזש ווערט געפלאגט און אויספרובירט איבער זיין מעגליכקייטן צו אדרעסירן די ראסע טעמע
באטידזשעדזש איז די מעיאר פון סאוט בענד אינדיאנא און פון זיינע שוואכקייטן איז אלץ געווען זיינע באציאונגען מיט די אפריקאנע אמעריקאנע געמיינדע וועלכע זענען נישט געווען איבריג באצויבערנד
די עפאכע פון שיסערייען דורך פאליציי אויף אפריקאנע אמעריקאנע און די באוועגונג עס אפצושטעלן האט געפירט צו ברייטע רעפארמען אינעם הינזיכט פון פאליציי באציאונגען מיט די לאקאלע געמיינדעס אין אזלעכע גרויסע שטעט ווי ניו יארק סיטי, לאס אנדזשעלעס און מיאמי ווי די פאליציי האט געלייגט גרויס געוויכט צו טוישן די אויסזעהן פון זייערע דעפארטמענטס און פארזיכערן אז די פאלייצי קראפט באשטייט פון מער מינאריטעטן ווי אמאל
סאוט בענד אבער האט נישט געמאכט קיין פארשריט אין דעם געביט און איז לויט די דאטא געווארן מער ווייס אונטער די פירערשאפט פון מעיאר באטידזשעדזש
אין די איצטיגע טעג געפונט זיך באטידזשעדזש אינדערהיים זיכער צו מאכן אז די שטאט ערהוילט זיך פון די עמאציאנאלע וואונדן פון א פרישע שיסעריי אין וועלכע א ווייסע פאליציי מאן האט פאטאל דערשאסן אן אפריקאנע אמעריקאנער
נעכטן זונטאג איז פארגעקומען א פרעסע קאנפרענץ דורכן מעיאר און די אטמעספערע איז געווען אויסנאם היציג און נאנט צו כאאס גראד פון אנהויב ווען די ערשטע פראגע אז געקומען פון א פארטרעטער פון על שארפטאן
אגב, די שוועריגקייט פון באטידזשעדזש צו אפעלירן צו די אפריקאנע אמעריקאנער איז אויך איבער זיין מתועב'דיגע לעבנסשטייגער
מען דארף פארשטיין אז טראץ וואס יענע געמיינדע שטימט אלעמאל איבערוויגנד פאר די דעמאקראטן איז עס צוליב די עקאנאמישע פאליסיס וועלכע איז אין זייערע אינטערעסן צוליב וואס ארימקייט און ערציאונג איז אויף זייער א נידריגע שטאפל און זיי זענען אנגעוואנדן אויף רעגירונג הילץ און אינטערווענץ
אבער די ארכי ליבעראלע בלאק וועלכע וויל אין פרינציפ א מער סאציאליסטישע רעגירונג באשטייט פון אמיינסטנס ווייסע געבילדעטע אינאיינעם מיט די יונגע אויפקומענדע גענעראציעס וועלכע זוכן מער פרייהייט און רעכטן פאר אלע סארט לעבנסשטייגער און זוכן וואס מער רעפארם צו א לינקס ווען עס קומט צו סאציאלע און געזעלעשאפטליכע טעמעס
די אפריקאנע אמעריקאנע זענען אבער גלויביג און רעליגיעז אויף א פיל גרעסערע פראצענט ווי די איבריגע ליבעראלע טייל פון די פארטיי און פארטרעט מער א מעסיגע דעמאקראטישע פארטיי פירערשאפט
זיי האבן געוועלט פאר אבאמא איבער קלינטאן פאר פארשטענדליכע סיבות אבער צווישן קלינטאן און סאנדערס זענען זיי איבערוויגנד געגאנגען מיטן ערשטן
איצט מיט באטידזשעדזש מוטשעט ער זיך שטארק מיטן איבערצייגן די מער רעליגיעזע גרופע אז צו באוראויגן זייערע צווייפלען איבערן אריינוועלן אזא סארט קאנדידאט אין אויף אזא הויכע פאזיציע
*
די ספיקער פון די סטעיט הויז אין מעין שרה גידעאן (ד) מעלדט היינט אפיציעל אז זי נעמט אונטער א סענאט פארמעסט אקעגן סענאטארשע סוזען קאלינס (ר)
*
די סופרים קאורט האט היינט נישט געמאלדן קיין שום אפדעיט אין די דאקא קעיס
*
די סופרים קאורט האט היינט נישט געמאלדן קיין שום אפדעיט אין די אלאבאמא אנטי רציחה קעיס
*
די סופרים קאורט האט געמאלדן אז קומענדיגע מיטוואך וועלן זיי ארויסגעבן פרישע אורטיילן
*
די סופרים קאורט האט היינט אפגעווארפן א פארלאנג פון קלעגער וועלכע האבן פרובירט צו שטעלן אין צווייפל די רעכט פון פרעזידענט טראמפ ארויפצושטעלן איבער פיר ביליאן דאלער אין ווערט טאריפס אויף אימפארטירטע סטיעל און אלומינום פון אויסלאנד
טראמפ האט זיך באנוצט מיט א "נאציאנאלע זיכערהייט" דעקונג פאר די טאריפס און די קלעגער האבן געזוכט איבערצוהיפן די סירקוט קאורטס און זיך ווענדן גראד צום העכסטן געריכט רעדוצירנדיג דערמיט די שאנסן אז די ריכטער זאלן עס אקצעפטירן און היינט אינדערפרי האבן זיי עס טאקע אפגעווארפן
*
עמינענט דאמעין איז א באקאנטע רעכט וועלכע די פיפטע אמענדעמנט צו די קאנסטיטוציע שטעלט צו פאר די פעדעראלע, סטעיט און לאקאלע רעגירונגען צו פארכאפן באדנס אונטער פריוואטע אייגנטום אין פאל וואס זי איז וויכטיג פאר רעגירונג אינטערעסע בתנאי אז די רעגירונג שטעלט צו יושר'דיגע אנטשעדיגונג פאר די באטראפענע אייגנטומער
אין 1985 למספרם האט די סופרים קאורט געאורטיילט אז בעפאר קלעגער קענען זיך ווענדן צו די פעדעראלע דיסטריקט געריכטן זיך צו באקלאגן איבער פארכאפטע פקאפערטי דורך די סטעיט פאר וועלכע זיי האבן נישט באקומען די ריכטיגע אנטשעדיגונג דארפן זיי צו ערשט דורכגיין אלע פראצעדורן און פרובירן יעדע מעגליכע פארהאנדלונג מיט די סטעיט רעגירונג און אלע פארבונדעטע אגענטורן און אלע שטאפלען פונעם סטעיט אדער לאקאלן געריכט סיסטעם און בלויז אויב נאך אלע פרואוון זענען פרוכטלאז און מען קען זיך נישט דורכקומען קענען זיך די אייגנטומער ווענדן צום פעדעראלן געריכט
די אורטייל האט שווער געווירקט אויף פראפערטי אייגנטומער וועלכע האבן געדארפט אויסגעבן זייער לעצטע האב און גוטס צו דעקן די לעגאלע קאסטן פון אזא לאנגע שטרייט אבער איז געווען א געוואונטשענע אורטייל פאר די סטעיט רעגירונגען
ראוס מערי ניק האט זיך אין 1970 למספרם איינגעהאנדעלט א באדן פון ניינציג אקער לאנד אין סקאט טאונשיפ וועלכע געפונט זיך אין לאקאוואנא קאונטי אין פענסילוועניע
אין 2008 למספרם האט א צווייטער איינוואוינער אין די טאונשיפ אנדעקט דאקומנעטאציע אז זיינס א קרוב ליגט מעגליך באערדיגט איןא בית הקברות וועלכע איז אינערהאלב די שטח פון ניק
יענער האט אנגעהויבן פארלאנגען מיט די שטיצע פונעם טאונשיפ פירערשאפט אז ער זאל באקומען צוטריט צו שטח צו קענען זוכן און דערגיין אויב און וואו זיין קרוב'ס געביין געפונט זיך
ניק האט זיך אנטזאגט דערפון זאגנדיג אז אין די טייל פון די שטח ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט איבער א בית הקברות וועלכע זאל זיך געפונען אין איר
נאך א לענגערע געראנגל פון עטליכע יאר האט די טאון אין 2012 למספרם אריבערגעפירט אן ארדער אז אלע בתי קברות אינערהאלב די טאון מוזן האבן צוגעשטעלט צוטריט פון די נענטסטע שאסיי און זיין אפן פארן פובליק דורכאויס די בייטאג שטונדן
גלייך נאכן באשטעיגן די נייע פארארדענונג איז א טאון ארבעטער אריין אן ערלויבעניש אין ניקס שטח און אנדעקא א רייע פון שטיינער וועלכע ער האט אפגעשאצט צו זיין מצבות פון א בית הקברות
אין 2013 למספרם האט די טאון אריינגעגעבן א באקלאגעניש אקעגן ניקס אז זי פארלעצט די נייע פארארדענונג צוצושטעלן צוטריט פארן פובליק צו א בית הקברותאבער ניקס האט זיך נישט וואוסנדיג געמאכט פירנדיג צו א פרישע באקלאגעניש אין אקטאבער 2014
נאך די ערשטע באקלאגעניש האט ניקס געקלאגט די טאון אין א סטעיט געריכט פארן צונעמען איר שטח און נישט געבן קאמפענצאסיע אבער די געריכט האט ארויסגעווארפן די קלאגע זינט די טאון האט דערווייל בלויז געשיקט א קאמפלעין אבער נישט גענומען סיי ווועלכע פאקטישע שריט איר ארויסצורוקן פון איר פראפערטי
זי האט זיך דאן געוואנדן צום פעדעראלן דיסטריקט געריכט וועלכע האט באזירט אויפן אויבנדערמאנטן סופרים קאורט אורטייל געשריבן אז צוילב וואס ניקס איז נאכנישט דורך אלע סטעיט געריכט פראצעדורן איז די קעיס נאכנישט רייף פאר פעדעראלע איבערזיכט
ניקס האט אפעלירט די אורטייל צום דריטן קרייז געריכט וועלכע האט ווידערהאלט וואס די דיסטריקט געריכט האט געשריבן
די טענה פון ניקס איז געווען איבער ווי אזוי אפצולערנען יענע סופרים קאורט אורטייל און וואו ווייט עס גייט און צו עס איז טאקע אויסגעהאלטן אז עס זאל גיין אזוי ווייט
די די דריטע קרייז געריכט וועלכע האט אנגענומען די סופרים קאורט אורטייל אינגאנצן און אויף א זייער א ברייטע פארנעם איז געווען אין איינקלאנג מיט ענליכע אורטיילן פון די זעקסטע, ניינטע און צענטע קרייז געריכטן ווידעראום די ערשטע, פערטע און זיבעטע קרייז געריכטן האבן געהאלטן אנדערש און שטארק באגרעניצט די סטעיט רעכטן און די פארלייכטערט פאר אייגנטומער זיך צו ווענדן צום פעדעראלן געריכט סיסטעם שנעלער
ניקס האט זיך דעריבער געוואנדן צום סופרים קאורט צו דעצידירן וועלכע קרייז געריכטן האבן די אויבערהאנט און אויך ציטירט א פריערדיגע פאל ווען אן אייגנטומער האט אויל פרובירט צו אפעלירן אזא קעיס אבער די סופרים קאורט האט אפגעזאגט די ביטע און ריכטער ראבערטס האט דאן געשירבן אינאיינעם מיט ריכטער קענעדי אז די געריכט וואלט יא געברויכט איבערקוקן די פריערדיגע סופרים קאורט פרעצעדענט און באשליסן אויב איר איינצוצוימען אבער יענע קעיס איז לויט די געריכט נישט געווען פאסיג פאר אזא געלעגנהייט און די געריכט האט באשלאסן צו ווארטן אויף א בעסערע קעיס
איצט האט ניקס געמאכט דעם ארגומענט אז די קעיס אויף וועלכע מען האט געווארט איז אנגעקומען און די געריכט זאל אקצעפטירן איר קעיס און אזוי האט טאקע פאסירט
אין מערץ 2018 למספרם איז איר וואונטש געווארן נאכגעגעבן און די געריכט האט באשטימט די מונדליכע ארגומענטן אויף אקטאבער יענע יאר אבער עס איז געווען נאך איידער ריכטער ברעט קעווענאו איז געווארן איינגעשוואוירן און אום נאוועמבער לממספרם האט די געריכט באשטימט א צווייטע רונדע ארגומענטן אן אנגעבן א ראציאנאלע אורזאך דערצו אבער אנאליסטן האבן שוין דאן פארשטאנען אז די געריכט האט זיך צושפאלטן 4-4 און זיי האבן געוואלט אז קעווענאו זאל קענען אפגעבן זיין שליסל שטימע און דעריבער האבן זיי געוואלט אז ער זאל אויך מיטהאלטן די ארגומענטן וועלכע זענען פארגעקומען אום יונואר 16 למספרם
פרייטאג האט די געריכט געאורטיילט 5-4 אקעגן די דריטע קרייז געריכט
די אורטייל איז געווארן געשריבן דורך הויפט ריכטער ראבערטס ווי ער דרייט צוריק די טייל פונעם פרעצעדענט סופרים קאורט אורטייל וועלכע פארלאנגט פון אייגנטומער דורכצוגיין די גאנצע סטעיט קאורט פראצעדור שרייבנדיג אז יענע אורטייל מאנגלט אין געהעריגע ערקלערונג און איז נישט איבריג פארשטענדליך
ריכטער קעיגען האט געשריבן די קען אורטייל פאר די ליבעראלע בלאק און שטארק קריטיקירט די לייכטקייט מיט וואס די אנדערע זייט באנעמט זיך (שוין צום צווייטן מאל אין די לעצטערע וואכן) מיט פריערדיגע פרעצעדענט
די ליבעראלן זענען שטארק באזארגט אז די נאכאנאנדע איבערפארן פריערדיגע פרעצעדענט וועט זיך נישט אפשטעלן ביי דעם נאר איז גרייט צו דעם באדן איבערצודרייען די פרעצעדענט אורטייל איבער חוקי רציחה
*
פאלגענד איז אונזערס א באריכט פון א צייט צוריק
ביים ענדע פון די באריכט איז דא אן ענדע אין עפילאג ווי אזוי די קעיס האט זיך געענדיגט היינט אינדערפרי אין סופרים קאורט
די סופרים קאורט האט דאנערשטאג אקצעפטירט אויסצוהערן א קעיס איבער די רעכט פון די רעגירונג נישט צו באשוצן טרעידמארקס מיט נעמען סלאגאנען און וועלכע זי באטראכט אלץ פראבלעמאטיש פראוויצירנד אדער אומסענסיטיוו
אין 2017 למספרם האט שוין די געריכט איינשטימיג ארויסגעווארפן א פעדעראלע געזעץ וועלכע ערלויבט די רעגירונג זיך צו רעזערווירן די רעכט פון נישט באשטעטיגן וואולגארע און אומסענסיטיווע פראזן אין א טרעידמארק אבער די ריכטער האבן זיך געטיילט אין צוויי איבער די אורזאך פון זייער באשלוס
ריכטער אליטא האט געשריבן זיין מיינונג פארטרעטנדיג אויך ראבערטס טאמאס און ברייער זאגנדיג אז עס פארלעצט די ערשטע אמענדמענט וועלכע באשוצט שפראך פון מענטשן אפילו זי איז נישט איבריג שיין
ריכטער קענעדי האט געשריבן פאר סאטאמיאר קעיגען און גינזבורג מאכנדיג דעם ארגומענט אז מען קען נישט האבן צוטרוי אין א רעגירונג אפיס וועלכע וועט האבן איבערזיכט אויף אלע פארלאנגטע טרעידמארק אפליקאציעס זינט זי קען שטארק איבערטרייבן וועלכע סארט אויסדרוקן ווערט קאטעגאריזירט אלץ ראסיסטיש אין די צייט וואס זי איז מעגליך בלויז אביסל אינטערסאנט
ריכטער גארסוטש האט נישט אנטייל גענומען אין יענעם קעיס צוליב וואס די ארגומענטן זענען פארגעקומען אין יונואר למספרם נאך איידער ער איז געזעצן אויפן באנק
אין 2015 למספרם האט די געריכט אויך איבערגעקוקט אן אן ענליכע א קעיס און געאורטיילט 5-4 אז די סטעיט טעקסאס איז ערלויבט נישט ארויסצוגעבן לייסענס פלעיטס מיט סימבאלן וועלכע צייכענען אפ די קאנפעדערעיט קריג אבער ביי די 2017 אורטיילן האט ריכטער אליטא ערקלערט אז די צוויי קעיסעס זענען אין פאקט גאר אנדערש צוליב וואס די לייסענס פלעיטס זענען רעגירונג אייגנטום און די רעגירונג פאר זיך קען באשליסן צו באגרעניצן איר אייגענע שפראך
היינט מאנטאג אינדערפרי האט די געריכט געאורטיילט אז די רעגירונג קען נישט אפזאגן צו גיבן טרעידמארקס פאר אזלעכע אויסדרוקן
די אורטייל האט געשריבן ריכטערין קעיגען און געהאט די שטיצע פון ריכטער טאמאס, גיזנבורג, אליטא, גארסוטש און קעווענאו
ראבערטס, ברייער און סאטאמיאר האבן געשריבן אורטיילן אין וועלכע זיי שטימען טיילווייז איין אבער זענען קעגן טיילן פון די מאיאריטעט אורטייל
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג יוני 24, 2019 11:54 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

שטילער
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » מאנטאג יוני 24, 2019 11:24 am

דיין קלארקייט איז צו שטוינען!

ישר כח הבל!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3065
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג יוני 24, 2019 12:06 pm

יישר כוח הכל!
כ'האב זייער הנאה פון די קאורט קעיסעס.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Williamsburg, בעריש'ל, ברוך, גולם פון וואשינגטאן, קרית וויזניץ פראיעקט, שרייב-פעדער און 31 געסט