געדאנקען

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

קישקע זאפט
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 17, 2019 5:42 pm

געדאנקען

תגובהדורך קישקע זאפט » מיטוואך יוני 26, 2019 4:35 pm

צוויי וואכן צוריק האט בערל געמאכט קידוש ביינונז אין ביהמ"ד,
וואלסטו געוויסט ווער מיין חבר בערל איז, וואלסטו פארשטאנען פארוואס איך האב מיך שוין געהאלטן ס'מאגן ליפטיג פון ליל שישי.

בערל איז פון דע מענטשן וואס געבורן קינדער אין ארדער צו קענען מאכן א קידוש/וואכנאכט/עס"א אזוי אז די סאוט אפריקע בערן זאלן זשעליס ווערן.

הכלל, האלט אייך הינגעריג, ס'קומט א קידוש.

ביי שוכן עד איז צוגעגנגען א שוואגער פון אונזער בעל שמחה וואס האט מיך גראדע היפש נערווירט באט איך האב דעסיידעט זיך נישט צו בייזערן אויפ'ם, סכ"ס איז עס נישט זיין פולט, איך העמער שוין א צווייטע מאל עקסטער אפרעכענען מיט דער וואס האט איינגערעדט פאר די אלע וואנעביס אז די "קי" איז נישט וואס מ'זאגט נאר "וויזוי" מ'זאגט עס...
און ביסיידס, האט זיך מיר געדאכט אז איך שמעק שוין די קישקע זאפט, איז פארוואס זיך נאריש מאכן איבער אזא קלייניקייט.

ס'גאנצע ביהמ"ד בלי שום יוצא מן הכלל האט אויסגעפלאצט אין א הילכיגן מזל טוב בעת מיין קליינער קומט צו לויפן מיט איין אטעם אז די בעבי הייסט נחמה (אנטערסאנטער נאמען, מסתם נאך איינע פון די לעיטעסט היט ניגונים, אזוי ווי דער האט אייערנעכטן א נאמען געגעבן זיין קליינטשיקס "גוגל" אלס סגולה ער זאל אויסוואקסן א ידען... [א עכטע מעשה, געווען אין די נייעס] )

מיין צדיק'ל קומט מיר מבשר זיין ביי רביעי אז ס'דא א קידוש אין די שאמעס'ס אפיס און אבאנטש טאטעס לאכן דארט, און פארלאנגט תשובה פארוואס איך וויל נישט קומען, די אויסרייד אז טאטי ברויך נאך מעבר סדרה זיין האט אים לגמרי נישט באפרידיגט, (וואס זאל איך אים זאגן, ס'נישט מיין טייפ? גיי לערן מיט א בחור ברטנורא...),
"אבער יענקי'ס טאטע איז דארט" שרייט ער (שטיל...) מיט אן איינגעקנייטשטע שטערן, ווי איינער זאגט, יעצט האב איך דיך גע'קארנערט... אבער ווי נישט ווי אידעך מיין בני בית נישט געווען דארט זיך אנצונעמען פארעים, האב איך אים געוויזן מיטן (צווייטן) פינגער ווי מ'זאגט, שפעטער, (קוצקע דיך איבער בלע"ז [ח"ו נאר א ווערטל] ).

טא מעיק די שארט סטארי שארטער, ממש פאר די בעל תפילה האט אנגעהויבן ברוך פון מוסף בין איך געוואר געווארן פונעם נייעם תקנה.......

נישטא קיין קישקע זאפט, נישטא קיין אווערנייט, און קיין "הערינג" נידער!
"קעיק און ברוינפען" זה הוא.

וויזוי איך האב דאן געפילט ברויך איך אייך נישט מסביר'ן, נאר אזויפיל יא, אנשטאט אנהויבן קלעטערן איעדע וואך צו א צווייטע חבר און אנקומען צו אייער קיכלעך און טוט-פיקס, אדער גאר הערינג מיט סאודע וואסער, האמיר דעסיידעוועט בעזר הבורא איינצופירן א נייעם מנהג, און געלויבט גאט, פארגנגענעם שבת האט עס געארבעט עבאוו אלל עקספעקטעישנס.

דערווייל טוה מיר אזוי (נאכנישט קיין לאו, און מיר זענען אלעמאל אפען פאר טשעינזשעס),

~קדש, גלייך דערנאך וואס אלע קינדער זענען שוין אריינגעקומען פון גאס, גיסט מען אן ס'גלעזל מיט וואדפארט ריזערף (כ'האף כ'זאג עס גוט נאך)
(נישט אנצורייצן על'עך זאגן די מעניו על הסדר ס'פשוט'סטע שייך [כ'רעד נאר פון די עסן חלק] ).

~אייער קיכל, עם מין דג הנקרא בלשון חיבה הערינג.

~נאכן זיך וואשן ברענגט מען אריין די קישקע זאפט מיט הייס אויסגעקאכטע בונדלעך הנקרא בלשון חיבה טשולענט, גאלע, לעבער 2×,

~קיקלען למיניהם וכמובן מאיליו בתוכם הקישקינו המהולל והמשובח.

~סעלמאן/ווייט/געפילטע פיש (איש לפי אכלו), דיפים למיניהם, אייער (מיט א צוויבל בערך אזוי גרויס ווי א סעסעמי סיד), און דיזערט.

אמת טאקע אז ס'בלייבט איבער פיש אבער ס'אלץ בעסער פון ווען ס'בלייבט איבער ס'גאנצע קראקפאט פאר די זינטאג נאכטמאל (וואס דאן האט'ס א טעם ווי מצה מוצא פסח), מ'עסט ווייניגער וויט, און במילא אז מ'פאקט מיט א סדר איז דא פלאץ פאר אלעם, און יעדער איז העפפי, איקלודיט די נוטרישעניסט (לייען: ווייב).

איי העסטו פרעגן אז מיין פאטער האט געטוהן אנדערש, אבער מיין פאטער האט געהאט הערינג און ביהמ"ד... במילא די טוישט עניוועיס טויש מיט א שעפ לעפל... (דיסקלעימער: איך פסק'ן נישט איך שמיעס נאר אויס).

אין עני קעיס ס'זאל זיין לכבוד שבת קודש.

Haklal
שר האלף
תגובות: 1033
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מיטוואך יוני 26, 2019 4:50 pm

איך בין שיעור אראפגעפאלן פין בענקל..
וועלכע קי מיינסטו..?

שירה פען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 06, 2017 9:49 am
לאקאציע: office

תגובהדורך שירה פען » מיטוואך יוני 26, 2019 5:05 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-
music helps your mood

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4483
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך יוני 26, 2019 5:13 pm

יוש ביסטו גוט!!!!

געוויסע 'אנ"ש' הייבן אן אזוי נערווירנד אזש ביזן שר האלפיים קען איך זיי נישט אנקוקן... ווייניג הייבן אן אזוי געשמאק!! כה לחי זאפטי!
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

פעשען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 5:40 pm

תגובהדורך פעשען » מיטוואך יוני 26, 2019 5:15 pm

גוט.

אויכמער א נייער דא..

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך יוני 26, 2019 6:49 pm

גוט! כהאב הנאה פון פרישע ניקס וואס שרייבן צום זאך. קיפעם קאמינג..

קישקע זאפט
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 17, 2019 5:42 pm

תגובהדורך קישקע זאפט » דאנארשטאג יוני 27, 2019 1:23 am

דאנקע שיין אלע.

@פעשען שכח פאר די קאמפלעמענט.

און עקסטער א שכח פאר @אסדר און @כאפצעם.

פארנימען
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 01, 2019 3:43 pm

תגובהדורך פארנימען » דאנארשטאג יוני 27, 2019 1:28 am

כ'קען נישט קומען צום אטעם...

;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
שמארטיקל
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm

תגובהדורך שמארטיקל » דאנארשטאג יוני 27, 2019 3:01 am

זוי אויסגעמיטשעט פונעם קאנטשרי פאקן, כ'וויל מיך אביסל אויסלופטערן מיט א גוטע לאך און פארגעסן פון אלע צרות,

מאך איך מיך באקוועם אין קרעטשמע, כ'טרעף א נייע עשקל געדאנקען, ס'אידאס? א קליק,

חחחחחחחחחח האהאהאהאהא ססססס

פיין הנאה געהאט אין געלאכט... יישר כח! שרייב נאך...

(יוש, צירוק צום פאקן...)

אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

תגובהדורך א גוטע ניק » דאנארשטאג יוני 27, 2019 4:57 am

פארדעים דארף מען צוטיילן די סעודה און די ערשטע ריפט מען ר' חדק'

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג יוני 27, 2019 11:30 am

:lol: :lol: ;l;p- ;l;p-
. . . . . . .

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג יוני 27, 2019 12:50 pm

קישקע זאפט האט געשריבן:צוויי וואכן צוריק האט בערל געמאכט קידוש ביינונז אין ביהמ"ד,
וואלסטו געוויסט ווער מיין חבר בערל איז, וואלסטו פארשטאנען פארוואס איך האב מיך שוין געהאלטן ס'מאגן ליפטיג פון ליל שישי.

בערל איז פון דע מענטשן וואס געבורן קינדער אין ארדער צו קענען מאכן א קידוש/וואכנאכט/עס"א אזוי אז די סאוט אפריקע בערן זאלן זשעליס ווערן.

הכלל, האלט אייך הינגעריג, ס'קומט א קידוש.

ביי שוכן עד איז צוגעגנגען א שוואגער פון אונזער בעל שמחה וואס האט מיך גראדע היפש נערווירט באט איך האב דעסיידעט זיך נישט צו בייזערן אויפ'ם, סכ"ס איז עס נישט זיין פולט, איך העמער שוין א צווייטע מאל עקסטער אפרעכענען מיט דער וואס האט איינגערעדט פאר די אלע וואנעביס אז די "קי" איז נישט וואס מ'זאגט נאר "וויזוי" מ'זאגט עס...
און ביסיידס, האט זיך מיר געדאכט אז איך שמעק שוין די קישקע זאפט, איז פארוואס זיך נאריש מאכן איבער אזא קלייניקייט.

ס'גאנצע ביהמ"ד בלי שום יוצא מן הכלל האט אויסגעפלאצט אין א הילכיגן מזל טוב בעת מיין קליינער קומט צו לויפן מיט איין אטעם אז די בעבי הייסט נחמה (אנטערסאנטער נאמען, מסתם נאך איינע פון די לעיטעסט היט ניגונים, אזוי ווי דער האט אייערנעכטן א נאמען געגעבן זיין קליינטשיקס "גוגל" אלס סגולה ער זאל אויסוואקסן א ידען... [א עכטע מעשה, געווען אין די נייעס] )

מיין צדיק'ל קומט מיר מבשר זיין ביי רביעי אז ס'דא א קידוש אין די שאמעס'ס אפיס און אבאנטש טאטעס לאכן דארט, און פארלאנגט תשובה פארוואס איך וויל נישט קומען, די אויסרייד אז טאטי ברויך נאך מעבר סדרה זיין האט אים לגמרי נישט באפרידיגט, (וואס זאל איך אים זאגן, ס'נישט מיין טייפ? גיי לערן מיט א בחור ברטנורא...),
"אבער יענקי'ס טאטע איז דארט" שרייט ער (שטיל...) מיט אן איינגעקנייטשטע שטערן, ווי איינער זאגט, יעצט האב איך דיך גע'קארנערט... אבער ווי נישט ווי אידעך מיין בני בית נישט געווען דארט זיך אנצונעמען פארעים, האב איך אים געוויזן מיטן (צווייטן) פינגער ווי מ'זאגט, שפעטער, (קוצקע דיך איבער בלע"ז [ח"ו נאר א ווערטל] ).

טא מעיק די שארט סטארי שארטער, ממש פאר די בעל תפילה האט אנגעהויבן ברוך פון מוסף בין איך געוואר געווארן פונעם נייעם תקנה.......

נישטא קיין קישקע זאפט, נישטא קיין אווערנייט, און קיין "הערינג" נידער!
"קעיק און ברוינפען" זה הוא.

וויזוי איך האב דאן געפילט ברויך איך אייך נישט מסביר'ן, נאר אזויפיל יא, אנשטאט אנהויבן קלעטערן איעדע וואך צו א צווייטע חבר און אנקומען צו אייער קיכלעך און טוט-פיקס, אדער גאר הערינג מיט סאודע וואסער, האמיר דעסיידעוועט בעזר הבורא איינצופירן א נייעם מנהג, און געלויבט גאט, פארגנגענעם שבת האט עס געארבעט עבאוו אלל עקספעקטעישנס.

דערווייל טוה מיר אזוי (נאכנישט קיין לאו, און מיר זענען אלעמאל אפען פאר טשעינזשעס),

~קדש, גלייך דערנאך וואס אלע קינדער זענען שוין אריינגעקומען פון גאס, גיסט מען אן ס'גלעזל מיט וואדפארט ריזערף (כ'האף כ'זאג עס גוט נאך)
(נישט אנצורייצן על'עך זאגן די מעניו על הסדר ס'פשוט'סטע שייך [כ'רעד נאר פון די עסן חלק] ).

~אייער קיכל, עם מין דג הנקרא בלשון חיבה הערינג.

~נאכן זיך וואשן ברענגט מען אריין די קישקע זאפט מיט הייס אויסגעקאכטע בונדלעך הנקרא בלשון חיבה טשולענט, גאלע, לעבער 2×,

~קיקלען למיניהם וכמובן מאיליו בתוכם הקישקינו המהולל והמשובח.

~סעלמאן/ווייט/געפילטע פיש (איש לפי אכלו), דיפים למיניהם, אייער (מיט א צוויבל בערך אזוי גרויס ווי א סעסעמי סיד), און דיזערט.

אמת טאקע אז ס'בלייבט איבער פיש אבער ס'אלץ בעסער פון ווען ס'בלייבט איבער ס'גאנצע קראקפאט פאר די זינטאג נאכטמאל (וואס דאן האט'ס א טעם ווי מצה מוצא פסח), מ'עסט ווייניגער וויט, און במילא אז מ'פאקט מיט א סדר איז דא פלאץ פאר אלעם, און יעדער איז העפפי, איקלודיט די נוטרישעניסט (לייען: ווייב).

איי העסטו פרעגן אז מיין פאטער האט געטוהן אנדערש, אבער מיין פאטער האט געהאט הערינג און ביהמ"ד... במילא די טוישט עניוועיס טויש מיט א שעפ לעפל... (דיסקלעימער: איך פסק'ן נישט איך שמיעס נאר אויס).

אין עני קעיס ס'זאל זיין לכבוד שבת קודש.

ווען פלאנסטו צו עסן די קאמפאוט, נאך די טשולענט אדער נאך די אייער?

און ווען פלאנסטו אריינצוריקן דעם באטל סעלצער, נאך די טשולענט אדער נאך די אייער?

און וואס טיצעך מיטן ביר?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

א גולם
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » דאנארשטאג יוני 27, 2019 12:51 pm

;l;p-

וכן אני נהגין, זייער גוט ארויסגעברענגט!

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג יוני 27, 2019 1:06 pm

קישקע זאפט האט געשריבן:, אזוי ווי דער האט אייערנעכטן א נאמען געגעבן זיין קליינטשיקס "גוגל" אלס סגולה ער זאל אויסוואקסן א ידען... [א עכטע מעשה, געווען אין די נייעס] )
.

אין שוועדן. ויקרא שמו בישראל: גוגל.
געווענליך די ווילדע און אגרעסיווע נאטורן, טוען אויף אסאך אויף דער וועלט. אבער דו ווילדער, ערווארט נישט אז מען וועט דיר ליב האבן און פארצוקערן, אויב ביסטו ווילד וועט מען דיר אויסטרונקען דאס בלוט, נישט קיין חילוק וויפיל דו טוסט אויף.

קישקע זאפט
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 17, 2019 5:42 pm

תגובהדורך קישקע זאפט » דאנארשטאג יוני 27, 2019 3:06 pm

nmi האט געשריבן:ווען פלאנסטו צו עסן די קאמפאוט, נאך די טשולענט אדער נאך די אייער?

און ווען פלאנסטו אריינצוריקן דעם באטל סעלצער, נאך די טשולענט אדער נאך די אייער?

און וואס טיצעך מיטן ביר?


איז אזוי, די קאמפאוט/דיזערט ווי געשריבן האמער געגעסן נאך די אייער, אבער גראדע האסטו מכוון געווען צו מיין שוויגער'ס טאכטער.

סעלצער איז א אישא ווען צו טרינקען? איך בין געווענלעך מסיים דורכאויס א שבת סעודה צווישן צוויי און דריי באטלעך, אין מוקדם ומאוחר.

ביר? שבת צופרי? כ'ווייס נישט, כ'האב עס נישט געזעהן ביי מיין טאט'ן.

אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

תגובהדורך א גוטע ניק » דאנארשטאג יוני 27, 2019 4:39 pm

אהער און אהין האט געשריבן:
קישקע זאפט האט געשריבן:, אזוי ווי דער האט אייערנעכטן א נאמען געגעבן זיין קליינטשיקס "גוגל" אלס סגולה ער זאל אויסוואקסן א ידען... [א עכטע מעשה, געווען אין די נייעס] )
.

אין שוועדן. ויקרא שמו בישראל: גוגל.

זענען זיי טאקע יודן אדער נאר א ווערטל?

Kollel
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » זונטאג יוני 30, 2019 2:37 am

אהער און אהין האט געשריבן:
קישקע זאפט האט געשריבן:, אזוי ווי דער האט אייערנעכטן א נאמען געגעבן זיין קליינטשיקס "גוגל" אלס סגולה ער זאל אויסוואקסן א ידען... [א עכטע מעשה, געווען אין די נייעס] )
.

אין שוועדן. ויקרא שמו בישראל: גוגל.

האבעך נישט געוואוסט אז 15 יאר צוריק רופט מען הערשט אייערנעכטן...

קישקע זאפט
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 17, 2019 5:42 pm

תגובהדורך קישקע זאפט » זונטאג יוני 30, 2019 8:00 pm

Kollel האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:
קישקע זאפט האט געשריבן:, אזוי ווי דער האט אייערנעכטן א נאמען געגעבן זיין קליינטשיקס "גוגל" אלס סגולה ער זאל אויסוואקסן א ידען... [א עכטע מעשה, געווען אין די נייעס] )
.

אין שוועדן. ויקרא שמו בישראל: גוגל.

האבעך נישט געוואוסט אז 15 יאר צוריק רופט מען הערשט אייערנעכטן...


ס'איז פאריגע וואך געווען אין די נייעס, קען זיין 15 יאר צוריק איז אויך געווען אזא מעשה, נישט באקאנט.

קישקע זאפט
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 17, 2019 5:42 pm

תגובהדורך קישקע זאפט » זונטאג יוני 30, 2019 8:20 pm

"Reminder, tonight is the wedding in Monroe"
ליין איך מיין צווייטע העלפט'ס טעקסט מעסעזש,

איי איז דאס געווען גוטע צייטן, ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער ווען מיין שווער האט מיר געפרעגט אויב איך וויל איבערנעמען ס'רעדל... איך האב אזוי מהיכי תיתי'דיג צוגעשאקלט מיט'ן קאפ, מיר האבן זיך געטוישט פלאץ מיט די שוויגער עלטערן און איינמאל איך בין שוין געזיצן אינעם פיילעט זיץ, זיכער געמאכט אז איך פעיס זיי נישט אין שפיגל, ערשט דאן האמער זיך ערלויבט אויסצושפרייטן מיינע ליפן צו די צוויי זייטן און פארעם פון א שמייכעל...

א חוץ וואס איך בין בעיסיקלי בע"ב אויפן רעדל, בין איך אויך מער ווייניגער בע"ב אויף די טעמפעטשער, און אודיו וואליום... וואס הגם מ'קען אמאל פארלאנגען אז ס'איז צו קאלט אדער הייס, אביסעל שטילער, כ'מיין דו פארסט אביסעל צו שנעל, אא"וו, ווי נישט זענען זיי די בעלי בתים פונעם וויעקעל, (זיין אינשורנס קען ח"ו ארויפגיין נישט מיין...), אבער ווייסטעך ווי ס'גייט, מ'ריקט אראפ פאר צוויי מינוט און דערנאך גייט מען צוביסלעך ארויף, אזוי אז איך דארף נישט וויסן אז ער כאפט אז איך טוה עס בדוקא... עכ"פ ער דארף נישט וויסן אז איך ווייס אז ער כאפט...

אצינד אבער שטיי איך אזוי זעקסע נאכמיטאג און מיין ווייב זיכט א בעביסיטער, מיין שוויגער איז אויפ'ן וועג צום חתונה, איין מיידל-שוועגערן האט שוין מיין שוואגער געכאפט און ס'איז איר צו שווער אנצונעמען ביידע (פארוואס דען יא), און די אנדערע האט מארגן א פיינעל...

נאכ'ן זיך איינבעטן ביי איר און צוזאגנדיג א שיינער סכום, האט זי מסכים געווען, אבער נישט מער ווי דריי שעה, און נאר פון נאך ניין דרייסיג, ווייל ביז דעמאלטס לערנט זי מיט א חברותה (סטאדיט בלע"ז).

צוריקגעריקט די שיעור מיט א שעה, געלאזט וויסן אז היינט ברויך מען נישט קיין גרויסע זאכן, מ'העט שוין עסן ביים חתונה, מוישי העט זיכער צושטעלן עפעס לייטיש, ער אידעך די עושר פון די פעמעלי.

זיץ איך אזוי אויפן ראוד, פעסנדיג א קאר נאך א קאר, נעמענדיג נקמה אויף די אלע יארן וואס זיי האבן מיט א אזא רשעות'דיגע קאלטקייט געפעסט מיין פאטער זז"ג, די מוזיק געט צו צום רואיגקייט פונעם סיטואציע, און אזוי ריק איך מיך כסדר מיט נאך א מייל נענטער צום הייליג'סטן שטאט אויפן ערד קוגל.

אין א מזל'דיגע שעה האמער דערגרייכט אונזער דעסטינאציע, דאנקנ'דיג דעם בורא עולם פאר'ן מקבל זיין אונזער תפלת הדרך, ריק איך מיך אזוי אריין צווישן צוויי שפיגלען, א לוקסוס וואס איז נישט דא אינעם סיטי (וויכי אלערט).

אויפ'ן וועג אריין אין זאל ווערן מיר אינפאמירט לויטן טאקט פונעם בעיס אז מ'האלט אינמיטן דעם צווייטע טאנץ, און נאכן באקומען א ווארימע שאמאלייכעם פון חזקי'ן וועמען כ'האב דאכצעכמער נאכנישט געטראפן זייט די פאריגע חתונה אין מאנרא, בין איך פריילעך צו הערן אז מ'האט קוים אנגעהויבן אפאר מינוט צוריק.

די ארגינעלע פלאן האט געלויטעט אז מ'גיימער מיט'ן אייבערשטנס הילף אויפ'ן וועג פונעם טיר ביז די האט-פוד טרעפן ס'ערשטע העלפט וועמען מ'ברויך היינט באגריסן, און אויפן וועג צוריק ס'צווייטע, הגם נישט פארדעם קומט מען צו א חתונה, ביסט גערעכט, שוין עמער אויסצוען אביסעל די וועג צוריק צום טיר, ביסט העפפי? דו פארגעסט, מיין בעביסיטער האט א פיינעל, נאט מיי פולט.

אבער דא איז געשעהן די פאנטשער, כ'קום שוין ענדליך אן צום צווייטן עק זאל ווי די הייסע עסן זענען געווענליך פלאצירט, ואיננו! נישטא קיין קיין עסן! גארנישט! אפילו די טראדיציענאלע איטאליע'ן אייסעס איז שוין אויסגעגנגען... אלטס וואס איך זעה איז גופלען און פענסי ווארמערס.

כ'קוק אויפן זייגער, ס'איז ס"ה אפאר מינוט נאך האלב עלעווע, ס'איז פעסט אינמיטן הארא טאנץ, קרובים און באקאנטע קומען און גייען, אבער קיין עסן איז נישטא.

נאך א קורצע אינטערוויו מיט א חבר/קרוב מיינער, בין איך געוואר געווארן אז ס'איז אינגאנצן נישט קיין מוקרה, אין פאראדייס האל אין מאנרא איז פונעם צווייטע'ן טאנץ און ווייטער נישטא קיין פוד צו באקומען.

פרעג איך אייך, איז דאס נארמאל, מענטשליך, אויסגעהאלטן?

ביי דע חתונה האט געזינגען א קווייער, א איין מאן באנד (לפי תקנת הברך משה זצ"ל), פיר אינסטרעמענטן, מיט לייטינג.

איז אזוי שווער אויפצוגעבן איינס אדער צוויי פון די אינסטרעמענטן (וואס איז ארום זעקס מאות איטש) און צושטעלן ווי א מענטש נאך צוויי דריי בעקעלעך עסן?

איז אזוי וויכטיג א פיפטע קווייער-זינגער (נאך ניין הינדערט מאות)?

איך גיי נישט אריין יעצט אין די חתונה הוצאות צוימונג רעגולאציעס נושא, נאר מיין פוינט איז אז דו שפענסט שוין יא, פארוואס נישט שפענדן אויף נארמאלע פשוטע פארשטענדליכע זאכן און צושטעלן ווי א מענטש פאר דיין קרוב וואס קומט פון א צוויי שעה'יגע וועג שפעציעל פאר דיינעט וועגן?

ברויכסט נישט צושטעלן קיין ספער-ריפ (הגם ס'וואלט זיך ווען געפאסט פאר אזא נגיד ווי דיר וואס ערלויבט זיך א זיבענער שטריימל), באט איך רעד זשאסט פון בעסיקס, אפילו שלישקעס איז נישט געווען, נאטינג.

פארוואס אין די נארישע יאנטשי באטראנטשי כינור עקשטיין בר מצוה זאל פארשטייען מען אז עסן איז א נעסעסערי און דאס קען מען נישט קאטן?

די מעשה איז אווער, כ'האב מיך שוין אויסגעלערנט פאר נעקסט טיים אז בעפאר מ'האט א פאראדייס חתונה אין מאנרא דארף מען שאר מאכן אז מ'איז זאט, אדער אז מ'קומט אן גענוג פרי, מיט דעם האב איך שוין שלום געמאכט,
ס'באדערט מיר נאר אז מיין צווייטע קאזין גייט געדענקן אז איך בין געווען ביי זיין חתונה אין כינור עקשטיין....

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג יוני 30, 2019 8:29 pm

זאפטיג זיס! א געשמאק פון א פעדער!

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1111
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » זונטאג יוני 30, 2019 9:45 pm

קישקע זאפט איז פיין
קישקע זאפט איז גוט
ביים קידוש שארפט ער זיך די ציין
ביי די חתונה קומט ער מיט אפעטיט

אלס מיט א בוידעם אויסגעלאזט
און מיט געדאנקען זיך צולאזט

איי געשמאק....
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

Kollel
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » זונטאג יוני 30, 2019 10:23 pm

קישקע זאפט האט געשריבן:"Reminder, tonight is the wedding in Monroe"
ליין איך מיין צווייטע העלפט'ס טעקסט מעסעזש,

איי איז דאס געווען גוטע צייטן, ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער ווען מיין שווער האט מיר געפרעגט אויב איך וויל איבערנעמען ס'רעדל... איך האב אזוי מהיכי תיתי'דיג צוגעשאקלט מיט'ן קאפ, מיר האבן זיך געטוישט פלאץ מיט די שוויגער עלטערן און איינמאל איך בין שוין געזיצן אינעם פיילעט זיץ, זיכער געמאכט אז איך פעיס זיי נישט אין שפיגל, ערשט דאן האמער זיך ערלויבט אויסצושפרייטן מיינע ליפן צו די צוויי זייטן און פארעם פון א שמייכעל...

א חוץ וואס איך בין בעיסיקלי בע"ב אויפן רעדל, בין איך אויך מער ווייניגער בע"ב אויף די טעמפעטשער, און אודיו וואליום... וואס הגם מ'קען אמאל פארלאנגען אז ס'איז צו קאלט אדער הייס, אביסעל שטילער, כ'מיין דו פארסט אביסעל צו שנעל, אא"וו, ווי נישט זענען זיי די בעלי בתים פונעם וויעקעל, (זיין אינשורנס קען ח"ו ארויפגיין נישט מיין...), אבער ווייסטעך ווי ס'גייט, מ'ריקט אראפ פאר צוויי מינוט און דערנאך גייט מען צוביסלעך ארויף, אזוי אז איך דארף נישט וויסן אז ער כאפט אז איך טוה עס בדוקא... עכ"פ ער דארף נישט וויסן אז איך ווייס אז ער כאפט...

אצינד אבער שטיי איך אזוי זעקסע נאכמיטאג און מיין ווייב זיכט א בעביסיטער, מיין שוויגער איז אויפ'ן וועג צום חתונה, איין מיידל-שוועגערן האט שוין מיין שוואגער געכאפט און ס'איז איר צו שווער אנצונעמען ביידע (פארוואס דען יא), און די אנדערע האט מארגן א פיינעל...

נאכ'ן זיך איינבעטן ביי איר און צוזאגנדיג א שיינער סכום, האט זי מסכים געווען, אבער נישט מער ווי דריי שעה, און נאר פון נאך ניין דרייסיג, ווייל ביז דעמאלטס לערנט זי מיט א חברותה (סטאדיט בלע"ז).

צוריקגעריקט די שיעור מיט א שעה, געלאזט וויסן אז היינט ברויך מען נישט קיין גרויסע זאכן, מ'העט שוין עסן ביים חתונה, מוישי העט זיכער צושטעלן עפעס לייטיש, ער אידעך די עושר פון די פעמעלי.

זיץ איך אזוי אויפן ראוד, פעסנדיג א קאר נאך א קאר, נעמענדיג נקמה אויף די אלע יארן וואס זיי האבן מיט א אזא רשעות'דיגע קאלטקייט געפעסט מיין פאטער זז"ג, די מוזיק געט צו צום רואיגקייט פונעם סיטואציע, און אזוי ריק איך מיך כסדר מיט נאך א מייל נענטער צום הייליג'סטן שטאט אויפן ערד קוגל.

אין א מזל'דיגע שעה האמער דערגרייכט אונזער דעסטינאציע, דאנקנ'דיג דעם בורא עולם פאר'ן מקבל זיין אונזער תפלת הדרך, ריק איך מיך אזוי אריין צווישן צוויי שפיגלען, א לוקסוס וואס איז נישט דא אינעם סיטי (וויכי אלערט).

אויפ'ן וועג אריין אין זאל ווערן מיר אינפאמירט לויטן טאקט פונעם בעיס אז מ'האלט אינמיטן דעם צווייטע טאנץ, און נאכן באקומען א ווארימע שאמאלייכעם פון חזקי'ן וועמען כ'האב דאכצעכמער נאכנישט געטראפן זייט די פאריגע חתונה אין מאנרא, בין איך פריילעך צו הערן אז מ'האט קוים אנגעהויבן אפאר מינוט צוריק.

די ארגינעלע פלאן האט געלויטעט אז מ'גיימער מיט'ן אייבערשטנס הילף אויפ'ן וועג פונעם טיר ביז די האט-פוד טרעפן ס'ערשטע העלפט וועמען מ'ברויך היינט באגריסן, און אויפן וועג צוריק ס'צווייטע, הגם נישט פארדעם קומט מען צו א חתונה, ביסט גערעכט, שוין עמער אויסצוען אביסעל די וועג צוריק צום טיר, ביסט העפפי? דו פארגעסט, מיין בעביסיטער האט א פיינעל, נאט מיי פולט.

אבער דא איז געשעהן די פאנטשער, כ'קום שוין ענדליך אן צום צווייטן עק זאל ווי די הייסע עסן זענען געווענליך פלאצירט, ואיננו! נישטא קיין קיין עסן! גארנישט! אפילו די טראדיציענאלע איטאליע'ן אייסעס איז שוין אויסגעגנגען... אלטס וואס איך זעה איז גופלען און פענסי ווארמערס.

כ'קוק אויפן זייגער, ס'איז ס"ה אפאר מינוט נאך האלב עלעווע, ס'איז פעסט אינמיטן הארא טאנץ, קרובים און באקאנטע קומען און גייען, אבער קיין עסן איז נישטא.

נאך א קורצע אינטערוויו מיט א חבר/קרוב מיינער, בין איך געוואר געווארן אז ס'איז אינגאנצן נישט קיין מוקרה, אין פאראדייס האל אין מאנרא איז פונעם צווייטע'ן טאנץ און ווייטער נישטא קיין פוד צו באקומען.

פרעג איך אייך, איז דאס נארמאל, מענטשליך, אויסגעהאלטן?

ביי דע חתונה האט געזינגען א קווייער, א איין מאן באנד (לפי תקנת הברך משה זצ"ל), פיר אינסטרעמענטן, מיט לייטינג.

איז אזוי שווער אויפצוגעבן איינס אדער צוויי פון די אינסטרעמענטן (וואס איז ארום זעקס מאות איטש) און צושטעלן ווי א מענטש נאך צוויי דריי בעקעלעך עסן?

איז אזוי וויכטיג א פיפטע קווייער-זינגער (נאך ניין הינדערט מאות)?

איך גיי נישט אריין יעצט אין די חתונה הוצאות צוימונג רעגולאציעס נושא, נאר מיין פוינט איז אז דו שפענסט שוין יא, פארוואס נישט שפענדן אויף נארמאלע פשוטע פארשטענדליכע זאכן און צושטעלן ווי א מענטש פאר דיין קרוב וואס קומט פון א צוויי שעה'יגע וועג שפעציעל פאר דיינעט וועגן?

ברויכסט נישט צושטעלן קיין ספער-ריפ (הגם ס'וואלט זיך ווען געפאסט פאר אזא נגיד ווי דיר וואס ערלויבט זיך א זיבענער שטריימל), באט איך רעד זשאסט פון בעסיקס, אפילו שלישקעס איז נישט געווען, נאטינג.

פארוואס אין די נארישע יאנטשי באטראנטשי כינור עקשטיין בר מצוה זאל פארשטייען מען אז עסן איז א נעסעסערי און דאס קען מען נישט קאטן?

די מעשה איז אווער, כ'האב מיך שוין אויסגעלערנט פאר נעקסט טיים אז בעפאר מ'האט א פאראדייס חתונה אין מאנרא דארף מען שאר מאכן אז מ'איז זאט, אדער אז מ'קומט אן גענוג פרי, מיט דעם האב איך שוין שלום געמאכט,
ס'באדערט מיר נאר אז מיין צווייטע קאזין גייט געדענקן אז איך בין געווען ביי זיין חתונה אין כינור עקשטיין....


האלאו!! קומסט אריין קלאר!

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג יולי 01, 2019 12:40 pm

ס'איז בעצם גאר א ווייטער בליק פון די זאל באאמטע

פארוואס מחי' זיין איין איד, ווען מ'קען מחי' זיין אסאך מער??

שטעלדעך פאר ס'איז יא דא אויף וואס זאט צו ווערן, בלייב מיר דאך אלע הונגעריג/דארשטיג נאך א גלעזל קישקע זאפט!!
. . . . . . .

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג יולי 01, 2019 1:53 pm

Kollel האט געשריבן:
קישקע זאפט האט געשריבן:"Reminder, tonight is the wedding in Monroe"
ליין איך מיין צווייטע העלפט'ס טעקסט מעסעזש,

איי איז דאס געווען גוטע צייטן, ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער ווען מיין שווער האט מיר געפרעגט אויב איך וויל איבערנעמען ס'רעדל... איך האב אזוי מהיכי תיתי'דיג צוגעשאקלט מיט'ן קאפ, מיר האבן זיך געטוישט פלאץ מיט די שוויגער עלטערן און איינמאל איך בין שוין געזיצן אינעם פיילעט זיץ, זיכער געמאכט אז איך פעיס זיי נישט אין שפיגל, ערשט דאן האמער זיך ערלויבט אויסצושפרייטן מיינע ליפן צו די צוויי זייטן און פארעם פון א שמייכעל...

א חוץ וואס איך בין בעיסיקלי בע"ב אויפן רעדל, בין איך אויך מער ווייניגער בע"ב אויף די טעמפעטשער, און אודיו וואליום... וואס הגם מ'קען אמאל פארלאנגען אז ס'איז צו קאלט אדער הייס, אביסעל שטילער, כ'מיין דו פארסט אביסעל צו שנעל, אא"וו, ווי נישט זענען זיי די בעלי בתים פונעם וויעקעל, (זיין אינשורנס קען ח"ו ארויפגיין נישט מיין...), אבער ווייסטעך ווי ס'גייט, מ'ריקט אראפ פאר צוויי מינוט און דערנאך גייט מען צוביסלעך ארויף, אזוי אז איך דארף נישט וויסן אז ער כאפט אז איך טוה עס בדוקא... עכ"פ ער דארף נישט וויסן אז איך ווייס אז ער כאפט...

אצינד אבער שטיי איך אזוי זעקסע נאכמיטאג און מיין ווייב זיכט א בעביסיטער, מיין שוויגער איז אויפ'ן וועג צום חתונה, איין מיידל-שוועגערן האט שוין מיין שוואגער געכאפט און ס'איז איר צו שווער אנצונעמען ביידע (פארוואס דען יא), און די אנדערע האט מארגן א פיינעל...

נאכ'ן זיך איינבעטן ביי איר און צוזאגנדיג א שיינער סכום, האט זי מסכים געווען, אבער נישט מער ווי דריי שעה, און נאר פון נאך ניין דרייסיג, ווייל ביז דעמאלטס לערנט זי מיט א חברותה (סטאדיט בלע"ז).

צוריקגעריקט די שיעור מיט א שעה, געלאזט וויסן אז היינט ברויך מען נישט קיין גרויסע זאכן, מ'העט שוין עסן ביים חתונה, מוישי העט זיכער צושטעלן עפעס לייטיש, ער אידעך די עושר פון די פעמעלי.

זיץ איך אזוי אויפן ראוד, פעסנדיג א קאר נאך א קאר, נעמענדיג נקמה אויף די אלע יארן וואס זיי האבן מיט א אזא רשעות'דיגע קאלטקייט געפעסט מיין פאטער זז"ג, די מוזיק געט צו צום רואיגקייט פונעם סיטואציע, און אזוי ריק איך מיך כסדר מיט נאך א מייל נענטער צום הייליג'סטן שטאט אויפן ערד קוגל.

אין א מזל'דיגע שעה האמער דערגרייכט אונזער דעסטינאציע, דאנקנ'דיג דעם בורא עולם פאר'ן מקבל זיין אונזער תפלת הדרך, ריק איך מיך אזוי אריין צווישן צוויי שפיגלען, א לוקסוס וואס איז נישט דא אינעם סיטי (וויכי אלערט).

אויפ'ן וועג אריין אין זאל ווערן מיר אינפאמירט לויטן טאקט פונעם בעיס אז מ'האלט אינמיטן דעם צווייטע טאנץ, און נאכן באקומען א ווארימע שאמאלייכעם פון חזקי'ן וועמען כ'האב דאכצעכמער נאכנישט געטראפן זייט די פאריגע חתונה אין מאנרא, בין איך פריילעך צו הערן אז מ'האט קוים אנגעהויבן אפאר מינוט צוריק.

די ארגינעלע פלאן האט געלויטעט אז מ'גיימער מיט'ן אייבערשטנס הילף אויפ'ן וועג פונעם טיר ביז די האט-פוד טרעפן ס'ערשטע העלפט וועמען מ'ברויך היינט באגריסן, און אויפן וועג צוריק ס'צווייטע, הגם נישט פארדעם קומט מען צו א חתונה, ביסט גערעכט, שוין עמער אויסצוען אביסעל די וועג צוריק צום טיר, ביסט העפפי? דו פארגעסט, מיין בעביסיטער האט א פיינעל, נאט מיי פולט.

אבער דא איז געשעהן די פאנטשער, כ'קום שוין ענדליך אן צום צווייטן עק זאל ווי די הייסע עסן זענען געווענליך פלאצירט, ואיננו! נישטא קיין קיין עסן! גארנישט! אפילו די טראדיציענאלע איטאליע'ן אייסעס איז שוין אויסגעגנגען... אלטס וואס איך זעה איז גופלען און פענסי ווארמערס.

כ'קוק אויפן זייגער, ס'איז ס"ה אפאר מינוט נאך האלב עלעווע, ס'איז פעסט אינמיטן הארא טאנץ, קרובים און באקאנטע קומען און גייען, אבער קיין עסן איז נישטא.

נאך א קורצע אינטערוויו מיט א חבר/קרוב מיינער, בין איך געוואר געווארן אז ס'איז אינגאנצן נישט קיין מוקרה, אין פאראדייס האל אין מאנרא איז פונעם צווייטע'ן טאנץ און ווייטער נישטא קיין פוד צו באקומען.

פרעג איך אייך, איז דאס נארמאל, מענטשליך, אויסגעהאלטן?

ביי דע חתונה האט געזינגען א קווייער, א איין מאן באנד (לפי תקנת הברך משה זצ"ל), פיר אינסטרעמענטן, מיט לייטינג.

איז אזוי שווער אויפצוגעבן איינס אדער צוויי פון די אינסטרעמענטן (וואס איז ארום זעקס מאות איטש) און צושטעלן ווי א מענטש נאך צוויי דריי בעקעלעך עסן?

איז אזוי וויכטיג א פיפטע קווייער-זינגער (נאך ניין הינדערט מאות)?

איך גיי נישט אריין יעצט אין די חתונה הוצאות צוימונג רעגולאציעס נושא, נאר מיין פוינט איז אז דו שפענסט שוין יא, פארוואס נישט שפענדן אויף נארמאלע פשוטע פארשטענדליכע זאכן און צושטעלן ווי א מענטש פאר דיין קרוב וואס קומט פון א צוויי שעה'יגע וועג שפעציעל פאר דיינעט וועגן?

ברויכסט נישט צושטעלן קיין ספער-ריפ (הגם ס'וואלט זיך ווען געפאסט פאר אזא נגיד ווי דיר וואס ערלויבט זיך א זיבענער שטריימל), באט איך רעד זשאסט פון בעסיקס, אפילו שלישקעס איז נישט געווען, נאטינג.

פארוואס אין די נארישע יאנטשי באטראנטשי כינור עקשטיין בר מצוה זאל פארשטייען מען אז עסן איז א נעסעסערי און דאס קען מען נישט קאטן?

די מעשה איז אווער, כ'האב מיך שוין אויסגעלערנט פאר נעקסט טיים אז בעפאר מ'האט א פאראדייס חתונה אין מאנרא דארף מען שאר מאכן אז מ'איז זאט, אדער אז מ'קומט אן גענוג פרי, מיט דעם האב איך שוין שלום געמאכט,
ס'באדערט מיר נאר אז מיין צווייטע קאזין גייט געדענקן אז איך בין געווען ביי זיין חתונה אין כינור עקשטיין....


האלאו!! קומסט אריין קלאר!


האלאו סע האט מיט פארידייס נאטינג...

דאס קארגע מחותן וויל נישט ספענדן אין א 2 בעקעלער קיגל סע קאסט א 50 פער טעצל.

נארמאלע מענטשן געבן דאס יא.

קישקע זאפט
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 17, 2019 5:42 pm

תגובהדורך קישקע זאפט » מאנטאג יולי 01, 2019 2:57 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:
האלאו סע האט מיט פארידייס נאטינג...

דאס קארגע מחותן וויל נישט ספענדן אין א 2 בעקעלער קיגל סע קאסט א 50 פער טעצל.

נארמאלע מענטשן געבן דאס יא.


אלע/רוב מחותנים וואס מאכן חתונה אין פאראדייס זענען קארג, בעת אלע וואס מאכן חתונה אין כינור עקשטיין זענען נישט?
דאן פארוואס איז כינור יאנטשי?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: רואיגער און 14 געסט