צווייפעל האט געשריבן:וואס טוט זיך האט געשריבן:פאראינטערסירט האט געשריבן:שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:נישט לעגאליזירן, דעקרימינאליזירן אזוי אז די קינדער כאפערס זאלן נישט קענען איינשפארן די געקידנעפטע חדר יונגלעך אין קאנצענטראציע לאגערן. (נישט אז איינער צווינגט די גאווערנמענט דאס צו טון יעצט, ווען עס איז יא קרימינאל אונטערן געזעץ. זיי טוען עס פשוט פאר שלעכטסקייט).
שעמסטעך נישט נאכצוזאגן קארטעז'ס שטותים??!!! אלעס צוליב שנאת טראמפ?
ר'איד איר ווייסט וואס קאנצענטראציע לאגער מיינט? נישט א נאצי לאגער! יא אויב מ'קידנעפט א קינד, און מ'פירט זיך אויף מיט אים מיט 'זערא טאלעראנץ', רוף איך דאס אים אריינגעלייגט אין א קאנצענטראציע לאגער!
טראמפ שיקט די קינדער אין גאז טשעמבערס ! - גאז קאמערן מיינט נישט נאצי גאז קאמערן, עס מיינט יעדע מאל וואס מהאלט איינעם געצווינגען אין א צימער וואס איז געהייצט דורך גאז וכו',
פעך, ווי אידן קענען אזוי רעדן, די נאציס האבן ארויסגעריסן מיינע זיידעס מיט זייערע קליינע קינדער פון זייערע הייזער/שטעט און פארטריבן הונדערטער מיילן ווייט מיט בהמות וואגאנען צו קאנציטראציע לאגערן וואס זענען געווען מחובר מיט מארד לאגערן, אז די ליקווידאציע/שקלאפעריי זאל גיין גרינג און עפישענט, פון דארט קומט דער מושג פון 'קאנציטראציע לאגערן'.
קומען די הפקר יונגען אין בארגן דעם שרעקליכן ווארט 'קאנציטראציע לאגערן' און שמירן דאס ארויף אויף טראמפ סזאל אויסזעהן שרעקעדיג, ווען סה"כ רעדט מען פון שמוגלער וואס ברענגען מיט קליינע קינדער, און אמעריקע האט א פראבלעם זיי צוריק צו שיקן פון ווי זיי קומען, נאר לייגן זיי און קעמפס מיט מטה כסא שלחן ומנורה.
א הערצליכע דאנק פארן ארויסברענגן קלאר, מיין טיפע ווייטאג וואס איך האב געהאט נאכן ליינען די שירות פון אומפאראנטפארליכע ניקים דא נאר א דאנק זייער שונאה צו טראמפ!!!