איז עס א תכלית פארן חינוך פון קינד דאס גיין אין קעמפ ? אנקעטע

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

זעהט איר א תכלית אינעם חינוך ביים גיין אין קעמפ ?

זיכער, עס בויעט שטארק מיינע קינדער
47
52%
מיינע קינדער ווערן דארט חרוב
20
22%
כאטש פאר מיינע קינדער איז עס א תועלת לוינט עס נישט, צוליב די פראצענטן וואס גייען חרוב
19
21%
כאטש פאר מיינע קינדער איז עס א חורבן, לוינט עס צוליב די פראצענטן וואס שטייגן יא דערפון
4
4%
 
סך הכול שטימען: 90

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

איז עס א תכלית פארן חינוך פון קינד דאס גיין אין קעמפ ? אנקעטע

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג יולי 07, 2019 4:37 pm

וואס איז אייער מיינונג איבערן גיין זומער אין קעמפ, [פון א חינוך שטאנדפונקט].

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג יולי 07, 2019 4:57 pm

קיינמאל געהערט אזוינס מ'זאל חרוב ווערן אין קעמפ.
געווען אין קעמפ יארן, געשיקט די קינדער אין קעמפ יארן. קיינמאל קיין פראבלעם געהאט ב"ה.
עם איי מיסינג סאמטינג (חוץ שכל)?
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

יודישער
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 02, 2018 10:54 pm

תגובהדורך יודישער » זונטאג יולי 07, 2019 5:26 pm

נישט קיין אקאראטע אנקעטע!
פשוט ארויסגעווארפן יודיש געלט! נישט געטראפען אזא אפטציא. :?:
(מען קען ניצען דעי געלט פאראסאך בעסערע חינוך טאקטיקען)

גלות איד
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

תגובהדורך גלות איד » זונטאג יולי 07, 2019 5:30 pm

רעדט מען דא פון אינגעלך אדער פון מיידלעך?

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג יולי 07, 2019 5:32 pm

יודישער האט געשריבן:נישט קיין אקאראטע אנקעטע!
פשוט ארויסגעווארפן יודיש געלט! נישט געטראפען אזא אפטציא. :?:
(מען קען ניצען דעי געלט פאראסאך בעסערע חינוך טאקטיקען)

נישט קיין געלטיגע נושא דא בכלל
איי איי,-וועלט

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג יולי 07, 2019 5:59 pm

די וואס וואוטען 'חרוב', קענען פליז מסביר'ען.
כ'בין נייגעריג פון וואס מ'רעדט.
ביטול תורה? זיי געבן זיך נישט אנ'עצה דארט בגשמיות? זיי קריכן ארויס פון די שעללס/שעלטער?
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג יולי 07, 2019 7:23 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:די וואס וואוטען 'חרוב', קענען פליז מסביר'ען.
כ'בין נייגעריג פון וואס מ'רעדט.
ביטול תורה? זיי געבן זיך נישט אנ'עצה דארט בגשמיות? זיי קריכן ארויס פון די שעללס/שעלטער?

דא רעדט מען אביסל דערפון
viewtopic.php?p=1956497#p1956497

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1786
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג יולי 07, 2019 7:37 pm

קעמפ איז א תועלת פארן קינד אין כלליות.
עס בויט אויף דאס קינד אויף אן אופן וואס איז א טריט העכער פון סתם חינוך.
נאר וואס דדען? אמאל איז דא א קינד וואס פונקט פאר אים אדער איר איז נישט געראטן דער זומער קעמפ, פונקט ווי ס'פאסירט אין תלמוד תורה און אין שולע אין די ווינטער מאנאטן. מילא איז נישט קיין ראי' פון קיין פערזענליכע פעלער.

ס'איז אמאל קלאר, אז דאס לאזן קינדער זיך דארפן אליינס באשעפטיגן מיט זייערע באדערפענישן, אפי' מיט די הילף פון מדריכים, אבער די אחריות איז ביי זיי עפעס וואס מ'קען נישט מסביר זיין, זיי דארפן עס שפירן. און דאס איז א גאלדענער קאפיטל אין די חינוך פון אונזערע קינדער.

דארף מען נאר מתפלל זיין צו אנקומען צום ריכטיגן קעמפ, מיט די ריכטיגע מדריכים, און אזוי ווייטער. אזוי ווי ביי יעדע זאך..

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג יולי 07, 2019 8:09 pm

זאלץוואסער האט געשריבן:קעמפ איז א תועלת פארן קינד אין כלליות.
עס בויט אויף דאס קינד אויף אן אופן וואס איז א טריט העכער פון סתם חינוך.
נאר וואס דען? אמאל איז דא א קינד וואס פונקט פאר אים אדער איר איז נישט געראטן דער זומער קעמפ

נוסח אחר
קעמפ איז א חורבן פארן קינד אין כלליות.
עס ברענגט אויף דאס קינד נסיונות [בזמנינו] אויף אן אופן וואס איז א טריט העכער פון אונזערע יכולת אין חינוך.
נאר וואס דען? אמאל איז דא א קינד וואס פונקט פאר אים אדער איר איז יא געראטן דער זומער קעמפ

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » זונטאג יולי 07, 2019 10:25 pm

געהערט פון א משגיח פון בחורים אז סייווער סהאט א אפענער שפראך מיט בחורים ווייסט צו פארציילן אז אסאך פראבלעמען וואס בחורים גייען דורך האט זיך אנגעהויבן אלס קינד און קעמפ פון די לאנגע פרייטאגס און לאנגע שבת נאכמיטאגס וואס עס איז נישט דא אזא השגחה מעולה דענסמאל
רוב קעמפ'ס שטעלן נישט צו א משגיח וואס זאל זיכער מאכן אז אלס איז אויסגעהאלטן נאר מען מאכט צו די אויגן און מען האט אמונה ובטחון אז אלס איז גיט
קינדער און די צייט פלוידערן און פלוידערען והיא בכלל שיחת ילדים שמוציאין את האדם מן העולם ותוצאותיו מי ישורנה

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » זונטאג יולי 07, 2019 11:06 pm

איך קען נישט וואויטען. ווייל עס האט נישט אלע אפציעס. סאיז נישט קיין שאלה פון חרוב אדער נישט.
פון איין זייט האט עס א מעלה אז די קינדער ווערן מער אינדעפענדענט. זיי מוזען נעמען אחריות זיי גייען אביסל ארויס פון די באקס.
פון די אנדערע זייט וואס דארף מען אזויפיל משוגעתן. אזויפיל שוואויל טאג. סאיז זייער נישט גיט פאר זייער חינוך זיך צו באדען אין כל מיני ספארטס טריפס שאוס עדווענטשערס עסן טרינקען די קענסט זיי צופרידען שטעלן מיט אסאך ווייניגער. נאכדעים ווערן זיי אימיונט צו אסאך. מקען אנקומען צו א טיש פון כל טוב און שרייען כהאב נישט וואס צו עסן. אדער מגיבט זיי א טריפ און זיי זאגען נע סאיז נישט אונטרעסאנט דאס איז אלעס א פועל יוצא פון שטאפען מיט שוואוילטאג
און וואס איז מיט די בלוטיגע געלט פון עלטערן וויפיל דאס קאסט אפ זיי דארפן מחנך זיין די קינדער למעשה קלערן זיי אויף און מיר האבען נאכדעם א שווערערע פעלד

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » מאנטאג יולי 08, 2019 8:49 am

די לעצטע דריי אפציעס זענען בעיקר צו קינדער ווערן חרוב דארט
מאכט ווייניג א נ"מ צו מיינע צו דיינע
היינט איז עס מיינע מארגן איז עס דיינע

נתן בן ופסי
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » מאנטאג יולי 08, 2019 9:08 am

אויב סאיז הפקרותדיג איז עס א פראבלעם און די ישיבה אבער נארמאלערהייט האט די ישיבה א השגחה אויפן בחור. דאס אז דרייט מוט חבירים א גאנצען טאג און ער דארף זיך אליינס קיער נעמען איז א מוראדיגע זאך פארן מענטש עס בויעט אין זייער שטארק

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג יולי 08, 2019 10:09 am

סארקאזי האט געשריבן:איך קען נישט וואויטען. ווייל עס האט נישט אלע אפציעס. סאיז נישט קיין שאלה פון חרוב אדער נישט.
פון איין זייט האט עס א מעלה אז די קינדער ווערן מער אינדעפענדענט. זיי מוזען נעמען אחריות זיי גייען אביסל ארויס פון די באקס.
פון די אנדערע זייט וואס דארף מען אזויפיל משוגעתן. אזויפיל שוואויל טאג. סאיז זייער נישט גיט פאר זייער חינוך זיך צו באדען אין כל מיני ספארטס טריפס שאוס עדווענטשערס עסן טרינקען די קענסט זיי צופרידען שטעלן מיט אסאך ווייניגער. נאכדעים ווערן זיי אימיונט צו אסאך. מקען אנקומען צו א טיש פון כל טוב און שרייען כהאב נישט וואס צו עסן. אדער מגיבט זיי א טריפ און זיי זאגען נע סאיז נישט אונטרעסאנט דאס איז אלעס א פועל יוצא פון שטאפען מיט שוואוילטאג
און וואס איז מיט די בלוטיגע געלט פון עלטערן וויפיל דאס קאסט אפ זיי דארפן מחנך זיין די קינדער למעשה קלערן זיי אויף און מיר האבען נאכדעם א שווערערע פעלד

זייער גוט געשריבן אמת ויציב 100% עגרי צו יעדע ווארט

אוועטאר
היט דיין אויגען
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 21, 2019 11:03 am

תגובהדורך היט דיין אויגען » מאנטאג יולי 08, 2019 10:51 am

צי קעמפ מאכט חרוב יעדעם מסתם נישט איך בין נישט חרוב געגאנגען אין קעמפ
אבער ביי אונז אין קהילה הד''א איז ליידער דא א שיינע פאר אידן וואס זאגן אז זיי זענען חרוב געגאנגען אין קעמפ
וואס פארדעם אליינס (אן די געלט וואס די עולם האט נישט פראבלעם) וואלט מען געדארפט סטאפן קעמפ
פרובירט
מקהלת הד''א

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מאנטאג יולי 08, 2019 11:17 am

מען בעט די הנהלות המחנות זאלן אריינקומען מיט וואס מער ניק'ס,
נישט פארגעסן אויך אהערברענגען די נאכט וועכטער'ס, קאנסלער'ס, באנק רבי'ס וכו', דזשאסט קידינג
וויצן אין א זייט, האלטן באמת 52 פראצענט אידן אז קעמפ איז א תועלת??
מסתם דארף מען אפטיילן די אפסטעיט אידן פון די שטאטישע טאטע'ס

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » מאנטאג יולי 08, 2019 11:27 am

סארקאזי האט געשריבן:איך קען נישט וואויטען. ווייל עס האט נישט אלע אפציעס. סאיז נישט קיין שאלה פון חרוב אדער נישט.
פון איין זייט האט עס א מעלה אז די קינדער ווערן מער אינדעפענדענט. זיי מוזען נעמען אחריות זיי גייען אביסל ארויס פון די באקס.
פון די אנדערע זייט וואס דארף מען אזויפיל משוגעתן. אזויפיל שוואויל טאג. סאיז זייער נישט גיט פאר זייער חינוך זיך צו באדען אין כל מיני ספארטס טריפס שאוס עדווענטשערס עסן טרינקען די קענסט זיי צופרידען שטעלן מיט אסאך ווייניגער. נאכדעים ווערן זיי אימיונט צו אסאך. מקען אנקומען צו א טיש פון כל טוב און שרייען כהאב נישט וואס צו עסן. אדער מגיבט זיי א טריפ און זיי זאגען נע סאיז נישט אונטרעסאנט דאס איז אלעס א פועל יוצא פון שטאפען מיט שוואוילטאג
און וואס איז מיט די בלוטיגע געלט פון עלטערן וויפיל דאס קאסט אפ זיי דארפן מחנך זיין די קינדער למעשה קלערן זיי אויף און מיר האבען נאכדעם א שווערערע פעלד

דאס פלעגט דאך "סאטמאר מחנה רב טוב" שרייען אלע יארן, אז מען דארף נישט אזויפיל געבן פאר די קינדער.
למעשה האבן זיי זיך אויך אונטערגעגעבן, און מען מאכט היינט אלע מיני פאן

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » מאנטאג יולי 08, 2019 11:37 am

נתן בן ופסי האט געשריבן:אויב סאיז הפקרותדיג איז עס א פראבלעם און די ישיבה אבער נארמאלערהייט האט די ישיבה א השגחה אויפן בחור. דאס אז דרייט מוט חבירים א גאנצען טאג און ער דארף זיך אליינס קיער נעמען איז א מוראדיגע זאך פארן מענטש עס בויעט אין זייער שטארק

אין "דער איד" (כ'מיין פסח) איז געשטאנען פון א עלטערער וועטעראן משגיח וואס האט געשריבן אז אין זיינע צייטן פלעגט נישט זיין אזויפיל פראבלעמען, טאקע ווייל דעם וואס מען האט נישט אזויפיל נאכגעקוקט די בחורים, נאר זיי געלאזט אליינס 'וואקסן'. משא"כ היינט לאזט מען נישט דאס און יענץ מיט שטרענגע השגחות וכו'.
אין אנדערע ווערטער, א בחור האט אליינס שכל אז ער באלאנגט נישט וואו ער באלאנגט נישט. נאר אויב איז עס א 'רעסטריקשן' מטעם הישיבה, וויל ער שוין ווייזן אז ער קען יא!

דאס קען אויך זיין דער ענטפער צו קעמפ איז א תועלת אדער א חורבן

אויב איז די גאנצע איידיע פון 'קעמפ' אז א קינד זאל ווערן 'אינדעפענדענד', איז דאס אבער נאר אויב ער ווערט טאקע 'אינדעפענדענד'. דהיינו אויב נעמט ער נישט קעיר פון זיך טרעפט ער זיך אן וועש און אן עסן. אויב אבער איז די גאנצע קעמפ אונטער א שטרענגע קאנטראל, און ער האט עטליכע 'משגיחים' 'מדריכים' 'מלמדים' און וואס נישט, סוי מיט וואס איז ער 'אינדעפענדענט'? ס"ה האט מען אים אווקגענומען פון די מאמע'ס פארטוך און געלייגט אונטער'ן משגיח'ס פארטוך

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג יולי 08, 2019 11:51 am

איך וואלט ענדערשט געזאגט מען זאל אפפטיילען קינדער / בחורים / מיידלעך
מען קען נישט מאכן דערפון איין טשולענט
ווען איך האב געליינט דעם קעפל האט מיין מוח געטראכט פון קינדער האב איך געוואוט אז עס א גרויסע תועלת, דערנאך האב איך געזען די צדדים דא ווי מען רעדט פון בחורים האב איך אנגעהויבן טראכטען אביסעל אנדערשט

(מענין לענין באותו בנין די גאנצע קאנטרי אמת טאקע די שטאט איז זייער פרוצות'דיג אבער אין קאנטרי איז אויך דא זייער אסאך מכשולות)
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג יולי 08, 2019 12:21 pm

בענאק האט געשריבן:
נתן בן ופסי האט געשריבן:אויב סאיז הפקרותדיג איז עס א פראבלעם און די ישיבה אבער נארמאלערהייט האט די ישיבה א השגחה אויפן בחור. דאס אז דרייט מוט חבירים א גאנצען טאג און ער דארף זיך אליינס קיער נעמען איז א מוראדיגע זאך פארן מענטש עס בויעט אין זייער שטארק

אין "דער איד" (כ'מיין פסח) איז געשטאנען פון א עלטערער וועטעראן משגיח וואס האט געשריבן אז אין זיינע צייטן פלעגט נישט זיין אזויפיל פראבלעמען, טאקע ווייל דעם וואס מען האט נישט אזויפיל נאכגעקוקט די בחורים, נאר זיי געלאזט אליינס 'וואקסן'. משא"כ היינט לאזט מען נישט דאס און יענץ מיט שטרענגע השגחות וכו'.
אין אנדערע ווערטער, א בחור האט אליינס שכל אז ער באלאנגט נישט וואו ער באלאנגט נישט. נאר אויב איז עס א 'רעסטריקשן' מטעם הישיבה, וויל ער שוין ווייזן אז ער קען יא!

דאס קען אויך זיין דער ענטפער צו קעמפ איז א תועלת אדער א חורבן

אויב איז די גאנצע איידיע פון 'קעמפ' אז א קינד זאל ווערן 'אינדעפענדענד', איז דאס אבער נאר אויב ער ווערט טאקע 'אינדעפענדענד'. דהיינו אויב נעמט ער נישט קעיר פון זיך טרעפט ער זיך אן וועש און אן עסן. אויב אבער איז די גאנצע קעמפ אונטער א שטרענגע קאנטראל, און ער האט עטליכע 'משגיחים' 'מדריכים' 'מלמדים' און וואס נישט, סוי מיט וואס איז ער 'אינדעפענדענט'? ס"ה האט מען אים אווקגענומען פון די מאמע'ס פארטוך און געלייגט אונטער'ן משגיח'ס פארטוך


כ'ווייס נישט וואס סיגעשטאנען אינעם 'איד' אבער ס'איז בעלאוניס, ווער געדענקט נישט חיים הערש גאלד ארומגיין פאטראלירן אויפן ראוד אגאנץ שבת נאכמיטאג, אך און וויי איז געווען פאר א אינגל/בחור וואס ער האט געכאפט.
אגאנצע נאכט פלעגט זיין פעסטע השגחה אבער נאכווי!

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2944
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג יולי 08, 2019 12:28 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:האלטן באמת 52 פראצענט אידן אז קעמפ איז א תועלת??

איך האלט אזוי. סיי בגשמיות און סיי ברוחניות איז עס גוט. פאר מיידלעך איז שוין אפגערעדט, דער אייבישטער זאל אפהיטן ווי זיי וואלטן געגאנגן אגאנץ זומער אז נישט אין קעמפ. פאר יונגלעך/ בחורים איז עס אויך זייער געזונט אז מ'קען זיך אביסל אויסגעבן נישט אינעם טאטן'ס רשות און אויך זיין אפגעזינדערט פון די גאס אביסל.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג יולי 08, 2019 12:35 pm

כ'מיין אז איינער וואס איז אין קעמפ נישט געגאנגען קען נישט וועלן דא...

לגופו של ענין, איך קען פארשטיין אז פאר מאנכע איז קעמפ א פראבלעם, אבער געווענדליך פאר די זעלבע איז ישיבה אויך א פראבלעם
כ'קען נישט זען עפעס א חורבן אין קעמפ געשען. וואס פארדעם דארף מען אפשליסן אלע קעמפס

כ'מיין אז ווער ס'איז נאר אמאל געווען אין קעמפ. וועט אים עס אויפוועקן זיסע געשמאקע זכרונות בגשמיות אין רוחניות צוגלייך
די מציאות איז אז קעמפ בויט שטארק אויס א קינד/בחור

כ'רעד לגבי אינגלעך אין בחורים,אין נישט פון קיין געלט חלקים
איי איי,-וועלט

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג יולי 08, 2019 1:59 pm

nmi האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:האלטן באמת 52 פראצענט אידן אז קעמפ איז א תועלת??

איך האלט אזוי. סיי בגשמיות און סיי ברוחניות איז עס גוט. פאר מיידלעך איז שוין אפגערעדט, דער אייבישטער זאל אפהיטן ווי זיי וואלטן געגאנגן אגאנץ זומער אז נישט אין קעמפ. פאר יונגלעך/ בחורים איז עס אויך זייער געזונט אז מ'קען זיך אביסל אויסגעבן נישט אינעם טאטן'ס רשות און אויך זיין אפגעזינדערט פון די גאס אביסל.


לגבי די מיידלעך, איך זעה נישט פארוואס ס'זאל נישט קענען זיין קיין דעי קעמפ פאר גרויסע מיידלעך פונקט ווי פאר די קליינע.

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » מאנטאג יולי 08, 2019 2:08 pm

בענאק האט געשריבן:דאס פלעגט דאך "סאטמאר מחנה רב טוב" שרייען אלע יארן, אז מען דארף נישט אזויפיל געבן פאר די קינדער.
למעשה האבן זיי זיך אויך אונטערגעגעבן, און מען מאכט היינט אלע מיני פאן

ס׳נאך ווייט ווייט פון וואס טוט זיך אפ אין אנדערע קעמפס, די (ביידע) סאטמערע קעמפס זענען בעיסיקלי זומער חדר וואו מ׳לערנט פלייסיק מיט אביסל אַקטיװיטעטן משא"כ אנדערע.
טאקע אנדערש פון אמאל וואס מ׳ האט נאר געלערנט אבער בכלל נישט דומה צו אנדערע.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1500
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מאנטאג יולי 08, 2019 2:30 pm

אוודאי איז עס גוט פאר קינדער, אבער ס׳איז צו טייער פאר גאר אסאך עלטערן. נאך בערך 2 אלפים פאר יונגלעך און נאך בערך 3 אלפים פאר מיידליך.


@רצון טוב, מאך אן אנקעטע צו איז נישט צוויי וואכען גענוג פאר קעמפ (און אויך פאר קאנטרי) אזוי ווי אין יוראפ? וועל מיר דעמאלטס זעהן די רעזאלטאטען.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט