נייעס איבער דיזיזעס וויירוסעס און וואקסינען "נישט קיין דעבאטעס"

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג יוני 25, 2019 1:08 pm

דממה דקה האט געשריבן:מיזעלס קעיסעס אין די סיטי איז ארויף צו 596, די סיטי האט צוגעלייגט 8 נייע קעיסעס צו די ליסט, 4 אין וויליאמסבורג, 1 אין בארא פארק, 2 אין קראון הייטס, 1 אין וועסט קווינס (די ערשטע אין יענע געגנט)

קיקענדיג ביי חודש איז נאר צוגעקומען 4 קעיסעס אין JUNE עס האלט טאטעל ביי 9, און פאריגע וואך האט עס געהאלטן ביי 5, דאס הייסט אז 4 פון די "נייע" קעיסעס זענען אלטע קעיסעס וואס די סיטי איז יעצט געוואר געווארן און צוגעלייגט למפרע.

https://www1.nyc.gov/site/doh/health/he ... asles.page


מיזעלס אין די סיטי איז ארויף צו 609, מיט דרייצן קעיסעס, 8 אין וויליאמסבורג, 3 אין בארא פארק, 1 אין קראון הייטס, 1 אין סאנסעט פארק, 1 אין וועסט קווינס (די טאטעל איז 14, כנראה אז די פון וועסט קווינס איז א טעות, ווייל פאריגע וואך איז אויך געווען 1 פון וועסט קווינס, וואלט געדארפט זיין די טאטעל פון וועסט קווינס 2, למעשה איז די טאטעל נאר איינס, סא עס איז לכאורה בטעות פארבליבן פון פאריגע וואך)

קיקענדיג ביי חודש האלט מען ביי 16 אין JUNE, דאס מיינט אז נאר 7 קעיסעס פון די 13 זענען נייע קעיסעס, די איבריגע זענען אלטע קעיסעס.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג יוני 25, 2019 11:47 pm

נאך אפאר מעשיות אשר לא יעשו אין כינע, ווי קליניקס און שפיטעלער האבן געגעבן פאלטשע און נישט עפעקטיוו אדער עקספייערטע וואקסינען ארבעט די כינעזער רעגירונג אויף שטייפע געזעצן און שטרענגע איבערזיכט אויף וואקסינען.

http://www.ecns.cn/m/news/politics/2019 ... 8790.shtml

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך יוני 26, 2019 12:09 am

ריסערטשערס אין אויסטראליע שטודירן דאס waning immunity פון מיזעלס, לויט ווי זיי זאגן איז דא אפשר א מקום צו איינפירן א דריטער ממר שאט, מען מוז עס נאך שטודירן צו זעהן אויב עס וועט טאקע העלפן פאר לייפ-טיים אימיוניטי.

אויך ברענגן זיי ארויס אז די מענטשען וואס באקומען מיזעלס נאך וואס זיי האבן געהאט א ממר שאט האבן נישט אלע סימפטאמען ווי מענטשן וואס באקומען מיזעלס און האבן נישט געהאט קיין שאט, ממילא איז וויכטיג דאס צו שטודירן און וויסן וויאזוי עס צו דייעגנאוזן און באהאנדלן.

אויך טוהן זיי באטאהנען אז פיל מענטשן ווייסען נישט אז זיי האבן נישט געהאט א צווייטע ממר שאט וואס איז וויכטיג צוליב וואס עס טוט פיל העכערן די שאנס צו זיין אימיון צו מיזעלס.
https://ajp.com.au/news/measles-immunit ... ng-greyer/

https://www.bendigoadvertiser.com.au/st ... o-measles/

https://www.news.com.au/lifestyle/healt ... b12dc98cbc

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך יוני 26, 2019 12:31 am

אן אינטערעסאנטער ארטיקל ווי דער שרייבער ברענגט ארויס אז די אנטי-וועקס מאוומענט איז בעצם נישט געוואקסן, פערצענטועל איז יעצט א די זעלבע אדער גאר א גרעסערע פראצענט וואקסינירט ווי די לעצטע 30 יאר,

ווי אויך הויבט ער ער ארויס אז אפילו עס איז אמת אז געוויסע געגנטן וואס זענען שטארק קאנדענסט און עס איז דא מערערע וואס זענען נישט וואקסינירט און דארט איז דא שטערקערע אויסברוכן, אבער יעדע פון זיי איז געקומען פון אויסלאנד,

דערנאך ברענגט ער ארויס אז אפילו אין אויסלאנד ווערט די וואקסינאציע ראטעס שטארקער און שטארקער, און די פלעצער ווי מען איז נישט וואקסינירט איז עפי"ר ווי מען האט נישט די מעגליכקייט אדער די פינאנציעלע מעגליכקייט עס צו געבן.

בקיצור לשיטתו איז די אויסברוך נישט צוליב א פארמערונג אין אנטי-וועקסערס.

דער שרייבער איז נוטה אז מיזעלס ווייל עס איז אזוי contagious קימט עס אין waves, דהיינו אז יעצט איז דא אן אויסברוך און הונדערטער צו טויזענטער מענטשן ווערן אינפעקטעד, און אויך פילע טויזנטער וואקסינירן זיך צוליב דעם, דערנאך קימט אויס אז די אלע זענען יעצט אימיון, און זיי וועלן נישט כאפן קיין מיזעלס א לאנגע צייט, דערנאך במשך די יארן ווערט עס ווייניגער בוז צום נעקסטן אויסברוך וחוזר חלילה.

https://slate.com/technology/2019/06/me ... risis.html

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך יוני 26, 2019 1:17 am

אן אינטערעסאנטער ארטיקל פון BBC איבער מיזעלס אין אוקריינא, באזירט ארום א מעדיקל סטודענט וואס איז געשטארבן נאכן באקומען מיזעלס, (אינמיטן שרייבן זיי אז ער האט געהאט 2 MMR שאטס, ביי 12 חדשים און ביי זעקס יאר) פארציילן זיי דארט פארשידענע אינטערעסאנטע נקודות וואס האבן גורם געווען צו די מצב פון מיזעלס אין אוקריינא.

ערשטענס זאגן זיי אז ביז יאר 01' האט אוקריינא אימפארטירט די ממר וואקסינען פון רוסלאנד, און די וועלט געזונט ארגאניזאציע WHO זאגט אז יענע וואקסינען זענען נישט געווען עפעקטיוו.

צווייטנס, ביי די צוזאמפאל פון קאמוניזם און דאס זעלבסטשטענדיגקייט פון אוקריינא האט געהערשט א ארעמקייט און נאכגעלאזטקייט אין די העלט צענטערן ןוי די וואקסינען זענען נישט געהעריג באהאנדלט געווארן מיט די cold chain, דהיינו האלטן די וואקסינען צו די ריכטיגע טעמפראטור עס זאל נישט אויסוועפן.

דריטענס ברענגן זיי ארויס אז נאך צוזאמפאל פון קאמוניזם איז געוואקסן א שטארקע אימ-טראסט אין אלעס, ובתוכם צו די מעדיצינישע וועלט און צו וואקסינען, אוקריינער גלייבן אז אלעס איז קאנספיראציעס פון די מערב וועלט, זיי שרייבן אז מענטשן באצאלן די דאקטוירים צו שרייבן אז זיי האבן געגעבן די וואקסינען, זיי באשולדיגן די מידיע און פאליטישאן'ס אין פארשפרייטן די אנטי-וועקס טעאריעס, און זיי וויזען אן אויף א ברייט געדעקטע נייעס איבער א קינד וואס איז געשטארבן נאך אן ממר שאט, און פיל האבן אויפגעהערט וואקסינירן, למעשה האט זיך אויסגעשטעלט אז די קינד איז געשטארבן צוליב אנדערע קאמפליקאציעס.

און אז ווען די מיזעלס אויסברוך האט זיך אנגעהויבן האבן זיי אנגעפרעגט די לבוב - לעמבערגער גובערניע וויפיל קינדער זענען נישט אימיוניזירט האבן זיי געענטפערט אז 20 טויזנט, למעשה נאכן איבערקוקן סקול רעקארדס האבן זיי געזעהן אז די נאמבערס איז נענטער צו 50 טויזענט צוליב די אלע פאלטשע אימיוניזאציע צעטליך.

https://www.bbc.com/news/stories-48668841

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך יוני 26, 2019 10:58 pm

די UN וועט דעם פרייטאג אפהאלטן א קאנפערענץ אין די די UN HEADQUARTERS איבער וויאזוי אפצושלאגן פאלטשע אינפארמאציע איבער וואקסינען

https://www.unicef.org/press-releases/u ... paign=news

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך יוני 26, 2019 11:09 pm

דממה דקה האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:אין סטעיט "מעין" האלט ביים דארכגיין א געזעץ צו עלימינירן גענצליך די רעליגעזע עקזעמפשאן'ס, אויב די גארווערנאר שרייבט אינטער די ביל ווען מעין זיין די 4טע סטעיט אין אמעריקא וואס ערלויבט נישט קיין רעליגעזע עקזעמפשאן, נאכפאלגענדיג קאליפארניע מיסיסיפי און וועסט ווירדשיניע.

די גאווערנאר האט אונטערגעשריבן דאס געזעץ, אויך ליגט אין די ביל אז די "מעין" דיזיז קאנטראל זאל האלטן חשבון און ריפארטען אלע עפעקטס פון וואקסינען.


אקטיוויסטן וואס זענען קעגן צוויי נייע געזעצן אין מעין, איינס פון זיי איז די געזעץ וואס האט אוועקגענומען די רעלידשעס עקזעמפשאן פאר די וואקסינען, ארבעטן צו מאכן א בירגער וועטא אויף די געזעץ און עס ברענגען צו א רעפערענדום אויפן נאוועמבער בעלאט, אויב האבן זיי 63000 חתימות ביז סעפטעמבער 16 גייט די געזעץ אויף האלד ביז די וואלן אין נאוועמבער וואס וועט אנטשיידן די ווילן פון פאלק.

https://www.timesrecord.com/articles/ma ... tion-laws/

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג יוני 27, 2019 9:10 pm

די פלו וואקסין דאס יאר איז געווען 27% עפעקטיוו אין די עוורידש, דאס קימט נאך וואס אנפאנג פון די פלו סיזאן איז עס געווען 47% פראצענט עפעקטיוו, אבער שפעטער איז אנגעקומען א שטערקערע פלו סטרעין, און צו דעם איז די פלו שאט נישט געווען מער ווי 9% פראצענט עפעקטיוו.

https://abcnews.go.com/Health/wireStory ... d-63987394

(איך פארשטיי נישט פארוואס עס ווערט אזוי גערעכנט, וואס איז שייך צו רעכענען האלב און האלב, מען נעמט דאך נאר איין שאט פארן גאנצן סיזאן, אויב סוף סיזאן איז עס נישט מער ווי 9% עפעקטיוו איז עס דאך בפועל נישט געווען מער ווי 9% פראצענט, ווייס איך נישט)

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מוצ"ש יוני 29, 2019 11:50 pm

ראקלענד קאונטי האט נישט גע'אפדעיט די צאל מיזעלס קעיסעס פאר 10 טעג, די סיטי און די CDC אפדעיטן וועכענטליך, ראקלענד האט גע'אפדעיט פיל אפטער, דערווייל שטייט נאך 275 קעיסעס זייט june 19.

http://rocklandgov.com/departments/heal ... formation/

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג יולי 01, 2019 11:07 am

די צאל מיזעלס קעיסעס אין די פאראייניגטע שטאטן ביי 1095, ארויף מיט 18 פון א וואך בעפאר

https://www.cdc.gov/measles/cases-outbreaks.html

אוועטאר
מים חיים
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » מאנטאג יולי 01, 2019 12:02 pm

וואו איז די פלאץ פאר נייעס ארום די נייע אומשאטצבארע מוסדות ? דא אדער ביי וואקסינען דעבאטע ?
נעכטן געווען א אסיפה אין מאנסי

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג יולי 01, 2019 12:38 pm

מים חיים האט געשריבן:וואו איז די פלאץ פאר נייעס ארום די נייע אומשאטצבארע מוסדות ? דא אדער ביי וואקסינען דעבאטע ?
נעכטן געווען א אסיפה אין מאנסי

דא נישט.
אין אקטועלע פארום ביי איינע פון די אשכולות

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג יולי 01, 2019 1:12 pm

די אוקריינא רעגירונג גיבט איבער אז די צאל מיזעלס זינט אנהויב יאר האלט ביי 55,300.
29,316 קינדער, און 25,987 ערוואקסענע, מיט 18 פאטאליטעטן.
http://moz.gov.ua/article/news/z-pochat ... ja-spalahu

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג יולי 01, 2019 6:48 pm

אפעלאט געריכט קענטאקי באשטעטיגט די נידריגע געריכט'ס פסק אז די העלט דיפארטמענט איז בארעכטיגט צו אפהאלטן אומ-וואקסינירטע פון אריין אין סקול אין די צייט פון אן אוטברעיק

די קעיס איז איבער א טשיקען-פאקס אוטברעיק אין א געגנט אין קענטאקי, ווי די לאקאלע העלט דיפארטמענט האט פארארדענט אלע אומ-וואקסינירטע אז זיי טארן זיך נישט געפונען אין סקול ביז 21 טעג נאך די לעצטע טשיקען-פאקס קעיס, דער אנקלאגער האט גע'טענהט אז ער איז נישט וואקסינירט צוליב זיינע רעליגיעזע אנשויאונגען, די געריכט האט נישט אנגענומען זיינע טענות, און יעצט האט די אפעלאט געריכט אויך מיטגעשטימט אז די העלט דיפארטמענט האט ריכטיג געהאנדלט.

https://nkyhealth.org/2019/07/01/media- ... ak-upheld/

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג יולי 02, 2019 10:19 am

די צאל מיזעלס אין ניו יארק סיטי האלט ביי 619, ארויף מיט 10 פון א וואך בעפאר

מיט 5 קעיסעס אין בארא פארק, 3 אין וויליאמסבורג, 1 אין לאנג איילענד סיטי, און 1 אין רעד-הוק.

טאטעל קעיסעס פאר JUNE האלט ביי 25, דאס מיינט אז 9 קעיסעס זענען נייע.

https://www1.nyc.gov/site/doh/health/he ... asles.page

---

ראקלענד קאונטי האט נאך נישט גע'אפדעיט זייט JUNE 19

http://rocklandgov.com/departments/heal ... formation/

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג יולי 02, 2019 10:29 am

די American Camp Association וואס פארטרעט 17 קעמפס אין ראקלענד קאונטי, קלאגט אן די ראקלענד קאונטי העלט דיפארטמענט אין די פעדעראלע געריכט אין ווייט פלעינס, פאר איבערגעטריבענע פארלאנגען פון העלט דאקומענטן און באווייזן, אן דעם וואס זיי זאלן פארזיכערן די סעיפטי און סעקיוריטי פון די אינפארמאציע וואס זיי פארלאנגען.

https://www.courthousenews.com/summer-c ... le-change/
לעצט פאראכטן דורך דממה דקה אום דינסטאג יולי 02, 2019 5:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג יולי 02, 2019 10:52 am

דממה דקה האט געשריבן:נאך אפאר מעשיות אשר לא יעשו אין כינע, ווי קליניקס און שפיטעלער האבן געגעבן פאלטשע און נישט עפעקטיוו אדער עקספייערטע וואקסינען ארבעט די כינעזער רעגירונג אויף שטייפע געזעצן און שטרענגע איבערזיכט אויף וואקסינען.

http://www.ecns.cn/m/news/politics/2019 ... 8790.shtml



די געזעץ איז געווארן באשטעטיגט

https://www.reuters.com/article/us-chin ... SKCN1TU0B3

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג יולי 02, 2019 2:28 pm

דממה דקה האט געשריבן:ראקלענד קאונטי האט נאך נישט גע'אפדעיט זייט JUNE 19

http://rocklandgov.com/departments/heal ... formation/

oops
זיי האבן יעצט צוגעלייגט איין נייע קעיס

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

אין א פריערדיגע תגובה viewtopic.php?p=1943816#p1943816 האבן מיר געברענגט אן ארטיקל איבער היילן יענע מחלה ל"ע ה"י דורך מיזעלס

היינט איז די וועלטליכע נייעס אויף איבער אן שטודיע וואס איז געווען סוקסעספול צו היילן א געוויסע סארט פון די מעשה ל"ע מיט א פשוטע פארקילעכץ cold


https://www.forbes.com/sites/victoriafo ... er-cancer/

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג יולי 08, 2019 2:45 pm

די צאל מיזעלס קעיסעס אין US האלט ביי 1109, ארויף מיט 14 פון א וואך בעפאר

https://www.cdc.gov/measles/cases-outbreaks.html

---

די צאל מאמפס קעיסעס האלט ביי 1471

https://www.cdc.gov/mumps/outbreaks.html

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג יולי 08, 2019 3:02 pm

דממה דקה האט געשריבן:די צאל מיזעלס קעיסעס אין US האלט ביי 1109, ארויף מיט 14 פון א וואך בעפאר

https://www.cdc.gov/measles/cases-outbreaks.html

---

די צאל מאמפס קעיסעס האלט ביי 1471

https://www.cdc.gov/mumps/outbreaks.html

https://www.theatlantic.com/magazine/ar ... or/592756/
שויתי ה' לנגדי תמיד

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג יולי 09, 2019 10:08 pm

די סיטי האט נאך נישט גע'אפדעיט נארמאל טוען זיי אפדעיטן יעדע מאנטאג.

---

אין ראקלענד קאונטי האלט די צאל קעיסעס ביי 278

http://rocklandgov.com/departments/heal ... formation/

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך יולי 10, 2019 11:09 am

די צאל מיזעלס אין די סיטי איז ארויף צו 620, עס איז צוגעקומען 1 נייע קעיס אין בארא פארק.

פאר די חודש JULY איז גארנישט צוגעקומען, ממילא איז די איין קעיס אן אלטע קעיס.


https://www1.nyc.gov/site/doh/health/he ... asles.page

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מיטוואך יולי 10, 2019 11:52 am

בס"ד
דממה דקה האט געשריבן:אין א פריערדיגע תגובה viewtopic.php?p=1943816#p1943816 האבן מיר געברענגט אן ארטיקל איבער היילן יענע מחלה ל"ע ה"י דורך מיזעלס
היינט איז די וועלטליכע נייעס אויף איבער אן שטודיע וואס איז געווען סוקסעספול צו היילן א געוויסע סארט פון די מעשה ל"ע מיט א פשוטע פארקילעכץ cold
https://www.forbes.com/sites/victoriafo ... er-cancer/

שוין דערמאנט עטליכע מאל, עס איז נישט די מיזעלס און נישט די קאלד.
עס איז א מהלך, וואס מען ארבייט שוין דערויף צענדליגער יארן, צו נעמען א "וויירוס" - און אויסליידיגן די אינהאלט, נאר נוצן די סטרוקטור אלס א "כלי" - צו דעליווערן מעדיצין אריין ביז'ן שעדליכן צעל אריין, און א וויירוס סטרוקטור האט די בעסטע שאנסן זיך אריינצוכאפן זייער שטארק אינעם צעל.
מען פרובירט אלע ערליי וויירוס'ן, דערווייל מאכט מען איין אסיפה נאכ'ן אנדערן, און יעצט נאך איינס. גארנישט מיט די מיזעלס אדער קאלד. דאנקע שעהן.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך יולי 10, 2019 12:05 pm

ליין די תגובה וואס איך האב צוגעצייכנט, איך האב אלעס מסביר געווען דארט נאך בעסער ווי די ביסט עס מסביר, ממש א שאד עס צו נעמן צו הארצן.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט