שיק א בריעף צו State Education Department and Board of Regents

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
א גוטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » מאנטאג יולי 08, 2019 2:14 pm

בס"ד
ה' תמוז תשע"ט

לכבוד הורי התלמידים וכל הקהל הקודש שיחיו שיחיו,


אחרי דרך מבוא השלום – ווי מיר אלע ווייסן, האט די ניו יארק סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט פארגעשלאגן נייע רעגולאציעס און אינספעקציעס אויף אלע פריוואטע מוסדות און סקולס, וואס וועט ח"ו ענדיגן דעם ערליכן חינוך כפי המסורה, וואס רבינו הקוה"ט זי"ע האט אוועקגעשטעלט, וואס און ווי אזוי מיר זאלן און און שטרעבן צו ערציען אונזערע קינדערלעך בעז"ה.

דער געזעץ וועט פארלאנגן ח"ו, צווישן אנדערע, צו לערנען מער ווי פיר שעה פער טאג לימודי חול אין זיבעטע און אכטע קלאס, און דריי שעה אין היי-סקול (ישיבה קטנה). עס פארלאנגט אז מ'זאל לערנען 12 סאבדזשעקטס. עס וועט ברענגן כסדר'דיגע אינספעקציעס, און עס וועט געבן די אויטאריטעט פאר די לאקאלע סקול באורדס צו באשליסן ווער עס איז געאייגנט מחנך צו זיין אונזערע קינדער.
דאס איז א גזירה נגד תורתנו הקדושה און קעגן אונזער ערליכן חינוך, וואס מיר קענען נישט דערלאזן ח"ו.

די סטעיט נעמט איצט אן קאמענטארן איבער'ן געזעץ. עס איז וויכטיג צו לאזן הערן אונזער קעגנערשאפט און טענות דערויף.

די כלל ישראל ארגאניזאציע וואס שטייט אויפ'ן פראנט צו פארטיידיגן דעם ערליכן חינוך, פערל"ס, האט אונטערגענומען א בריוו קאמפיין, אז אלע עלטערן זאלן שיקן בריוון קעגן די גזירה, וואס וועט אריינגעגעבן צו די סטעיט.

צו שיקן א בריוו דארפט איר בלויז גיין צו voice.pearlsny.org
פולט אריין אייער נאמען, אדרעס, אי מעיל, און די צאל קינדער וואס גייען אין מוסדות התורה. אויב ווילט איר שיקן אן אויטאמאטישן בריוו אנגעגרייט דורך פערל"ס, דרוקט Send the Email,

איר קענט אויך דריקן Show Letter צו זען דעם בריוו. אויב איר ווילט עס ארומטוישן, אריינלייגן נאך קאמענטארן א.ד.ג., קענט איר דריקן אויבען, אויף די לינקע זייט, Edit Text. וועט איר זענט פערטיג, דריקט Send the Email.

געדענקט: ס'איז קריטיש וויכטיג אז יעדע יחיד זאל לאזן הערן אונזער קעגנערשאפט כדי עס זאל קומען א גרויסע צאל קאמענטארן קעגן דעם געזעץ, בעז"ה אפצושלאגן די גזירה. מאכט זיכער עס נישט אפצולייגן, נאר אלע עלטערן זאלן שוין אריינשיקן זייערע בריוון דורך דעם וועב-סייט.

בזכות וואס מיר טוען וואס מיר קענען צו באשיצן דעם ערליכן חינוך, און בזכות וואס מיר וועלן מתפלל זיין להעביר רוע הגזירה, וועט דער אייבירשטער העלפן מיר זאלן אלע זעהן הצלחה אינעם ערליכן חינוך פון אונזערע קינדער און אייניקלעך, און מיר וועלן אי"ה אלע זוכה זיין צו זען זרעא חיי וקיימא בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות באמת, על דרך הסלולה לנו דורך אבותינו ורבותינו זי"ע, און לכל הברכות האמורות בתורה.

בכבוד רב,
הנהלת הישיבה
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13214
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג יולי 08, 2019 2:26 pm

א גוטן האט געשריבן:בס"ד
ה' תמוז תשע"ט

לכבוד הורי התלמידים וכל הקהל הקודש שיחיו שיחיו,
............................
............................
בכבוד רב,
הנהלת הישיבה

וועלכע מוסד/ קהלה איז דאס?
יעדער איינער האט צוטריט צום אינטערנעט :?: :?: :?: :?:

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13214
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תיקון טעות

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג יולי 08, 2019 2:55 pm

Y G <info@pearlsny.org> Sun, Jul 7, 2019 at 3:48 PM
To:
See attached copy of letter. Letters should be mailed to us at the address below. We don’t have a separate letter for grandparents, but for those people who do have internet access, there’s an option to edit the letter before sending it. After clicking on “show letter”, there will be an option to “edit letter” on the left side.

Check back with me on Tuesday for talking points for people who want to write their own letters. We will highlight important points for them to include in their letters.

Parents for Educational And Religious Liberty in Schools

12 Heyward Street Suite #313

Brooklyn, NY 11249

347-620-6301Thank you for taking the time to help out with this important issue.

Tizku L’mitzvos!


איך האב נישט צוגעלייגט דעם בריעף

parents letter.pdf
(34.28 KiB) דאונלאודעד 105 מאל
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום דינסטאג יולי 09, 2019 8:33 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אץ קוצץ
שר חמש מאות
תגובות: 636
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » מאנטאג יולי 08, 2019 3:28 pm

5000

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג יולי 08, 2019 3:56 pm

אץ קוצץ האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:2115children

די ערשטע טאג האט געברענגט היבש א קליינע צאל קינדער צו ווערן פארטרעטן אינעם בריוו קאמפיין.

פאר זונטיג, July 4 weekend, איז עס גאר שטארק...

גערעכט
היינט פארט שוין היבש ארויף די מספר תלמידים וואס זייערע עלטערן האבן געטין די ריכטיגער שריט
עס האלט ביי 5382
מארגן ברויך מען שוין שיקן א סעקיוריטי קא. פאר ווער עס טוט נישט די מינימום פאר זיינע קינדערלעך.

אוועטאר
בת היענה
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 20, 2015 12:29 pm

תגובהדורך בת היענה » מאנטאג יולי 08, 2019 7:41 pm

איז יעדער דא אויסגעשפארט געווארן פונעם שמועס אדער איז עס נאר מיך?

אוועטאר
בת היענה
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 20, 2015 12:29 pm

תגובהדורך בת היענה » מאנטאג יולי 08, 2019 7:42 pm

וואס איז דער משונהדיגע סענסערשיפ דא? מען קען שוין נישט האבן א נערמאלע שמועס?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג יולי 08, 2019 7:45 pm

בת היענה האט געשריבן:וואס איז דער משונהדיגע סענסערשיפ דא? מען קען שוין נישט האבן א נערמאלע שמועס?

איר זענט אויף א פאבליק פלאטפארמע וואס ווערט געליינט נישט נאר פון אזעלכע וואס איר ווילט. נישטא קיין שום תועלת צו אריינגיין אין אזעלכע שמועסן, אויב עפעס קען עס נאר קאליע מאכן.

חוץ מזה, אז איינער וויל בכוונה פארדרייען אן אשכול מיינט נאכנישט אז מען דארף עס לאזן.

אוועטאר
בת היענה
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 20, 2015 12:29 pm

תגובהדורך בת היענה » מאנטאג יולי 08, 2019 7:46 pm

אויב די אביעקטיווע בליק האט ווערט, האט יעדער די רעכט עס צו הערן, אויב עס האט נישט ווערט, קען מען עס דיבאנקן. וואס איז די מעקעריי דא?

אוועטאר
בת היענה
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 20, 2015 12:29 pm

תגובהדורך בת היענה » מאנטאג יולי 08, 2019 7:46 pm

קיינער פארדרייט נישט, אזוי ארבייט א שמועס.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג יולי 08, 2019 7:49 pm

אז איר פארשטייט נישט דעם ענטפערט איז פשוט אז איר ווייסט נאכנישט אלעס. א 'שמועס' ארבעט אזוי, אבער אן 'אשכול' ובפרט אין ולאחיו אפטיילונג ארבעט נישט אזוי.

אוועטאר
בת היענה
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 20, 2015 12:29 pm

תגובהדורך בת היענה » מאנטאג יולי 08, 2019 7:50 pm

איז רוקט אריבער דעם שמועס אין א נייע אשכול. סדא אפאר מענטשן וואס האבן אריינגעארבייט אין זייערע תגובות. נישט שיין.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג יולי 08, 2019 7:57 pm

איר ווילט פשוט גיין אהין און צוריק? כ'קען נאר איבערזאגן וואס כ'האב פריער געזאגט, אזא שמועס קומט נישט אין א פאבליק פלאטפארמע. פינטל. אז איר פארשטייט עס נישט איז דאס נאר אלץ חסרון ידועה.

אוועטאר
בת היענה
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 20, 2015 12:29 pm

תגובהדורך בת היענה » מאנטאג יולי 08, 2019 8:00 pm

די איינציגסטע סיבה פארוואס עס קומט נישט אויף א פאבליק פלאטפארמע איז אויב מען קען נישט דעבאנקען א פארקערטע טעאריע. אויף אנדערע ווערטער- פריוואטע אגענדע

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מאנטאג יולי 08, 2019 8:18 pm

איך מיין אז פערלס וואלט אויך געדארפט מאכן א בריוו וואס מען זאל קענען ארומשיקן צו ביזנעס קאנטאקטס וכדומה וואס האבן נישט קיין קינדער אין די ישיבה סיסטעם. איך מיין אז אזא בריוו קען האבן א גרעסערע השפעה אויף די באורד מעמבערס זעהנדיג אז די אלגעמיינע באפעלקערונג קומט אויך ארויס אין שטיצע פון די פריוואטע סקול חינוך.

מען קען למשל שרייבן אז איך בין באפריינדעט / טוה ביזנעס מיט ארטאדאקסישע יודן וואס האבן באקומען א ישיבה חינוך און איך זעה אז זיי זענען שיין מצליח און זיי האבן די פארשטאנד און קענטעניס צו פירן א אנשטענדיגן און מוצלחדיגע לעבנס שטייגער, און אין די זעלבע צייט נישט מוותר זיין אויף זייער רעליגיעזע פרינציפן. על כן בעהט איך פון די באורד אז זיי זאלן זיך נישט מישן אין די פריוואטע סקול סיסטעם.

פארשטייט זיך אז מען דארף עס אויסברייטערן און אראפשרייבן פראפעסיענאל. אזא בריוו קען מען פארשפרייטן צו ביזנעס קאנטאקטס אויף אימעיל, LinkedIn.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13214
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג יולי 08, 2019 8:25 pm

בר דעת האט געשריבן:איך מיין אז פערלס וואלט אויך געדארפט מאכן א בריוו וואס מען זאל קענען ארומשיקן צו ביזנעס קאנטאקטס וכדומה ...........

שיק זיי אן אימעיל
info@pearlsny.org

אוועטאר
א גוטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » מאנטאג יולי 08, 2019 8:26 pm

קיקיון האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:בס"ד
ה' תמוז תשע"ט

לכבוד הורי התלמידים וכל הקהל הקודש שיחיו שיחיו,
............................
............................
בכבוד רב,
הנהלת הישיבה

וועלכע מוסד/ קהלה איז דאס?
יעדער איינער האט צוטריט צום אינטערנעט :?: :?: :?: :?:

UTA 82
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג יולי 08, 2019 9:17 pm

רצון טוב האט געשריבן:
אץ קוצץ האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:2115children

די ערשטע טאג האט געברענגט היבש א קליינע צאל קינדער צו ווערן פארטרעטן אינעם בריוו קאמפיין.

פאר זונטיג, July 4 weekend, איז עס גאר שטארק...

גערעכט
היינט פארט שוין היבש ארויף די מספר תלמידים וואס זייערע עלטערן האבן געטין די ריכטיגער שריט
עס האלט ביי 5382
מארגן ברויך מען שוין שיקן א סעקיוריטי קא. פאר ווער עס טוט נישט די מינימום פאר זיינע קינדערלעך.

האלט שוין באלד ביי שבעת אלפים ב"ה, דאפעלט ווי נעכטן.

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מאנטאג יולי 08, 2019 10:37 pm

קיקיון האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:איך מיין אז פערלס וואלט אויך געדארפט מאכן א בריוו וואס מען זאל קענען ארומשיקן צו ביזנעס קאנטאקטס וכדומה ...........

שיק זיי אן אימעיל
info@pearlsny.org


Ok, איך האף אז איינער זעהט עס.

אץ קוצץ
שר חמש מאות
תגובות: 636
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » מאנטאג יולי 08, 2019 11:59 pm

7000

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13214
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג יולי 09, 2019 8:51 am

איך האב דא נישט צוגעלייגט דעם נוסח פון דעם בריעף וואס PEARLS האט מיר געשיקט
איך האב עס יעצט פעראכטען

download/file.php?id=216783

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דינסטאג יולי 09, 2019 9:16 am

ב"ה ערגעץ האלט מען, בערך די צאל ווי 1 האלב פון די סאטמאר פראקציע אין וומ"ס
1957submissions, representing 7182 children
די פראגע איז נאר האבן די שווערע צענדליגע טויזענטער אנדערע קינדער נישט קיין עלטערן? פארוואס ברענט עס נישט אזוי פאר יעדן צו ראטעווען די חינוך פון זייערע קינדער
עס הייבט אהן ווערן פארשטענדליך וויאזוי אידן איבער די וועלט האבן נישט משיג געווען בעת די ערד האט געברענט פאר 80 יאר צוריק דורך די נאציס
מענטשן ווילן נישט גלויבן אז עפעס שלעכט און שרעקעדיג קומט פאר.

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג יולי 09, 2019 9:26 am

רצון טוב האט געשריבן:ב"ה ערגעץ האלט מען, בערך די צאל ווי 1 האלב פון די סאטמאר פראקציע אין וומ"ס
1957submissions, representing 7182 children
די פראגע איז נאר האבן די שווערע צענדליגע טויזענטער אנדערע קינדער נישט קיין עלטערן? פארוואס ברענט עס נישט אזוי פאר יעדן צו ראטעווען די חינוך פון זייערע קינדער
עס הייבט אהן ווערן פארשטענדליך וויאזוי אידן איבער די וועלט האבן נישט משיג געווען בעת די ערד האט געברענט פאר 80 יאר צוריק דורך די נאציס
מענטשן ווילן נישט גלויבן אז עפעס שלעכט און שרעקעדיג קומט פאר.

80% פראצענט עלטערן האבן נישט קיין ציטריט אדער צו אייוועלט אדער נישט צו פוירלס וועבזייטל, די 20% זאגסטע האבן דאך שוין כמעט יעדער געשיקט
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (17.26 KiB) געזעהן 1339 מאל

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דינסטאג יולי 09, 2019 9:49 am

גא"מ
איך האב נאר געזען די קאמפיין דא אויפען וועלטעל, אסאך יודען האבן ב"ה נישט קיין צוטריט צו די וועב אין אפילו די וואס יא זענען זיי נישט אויף איי-וועלט,
זאל מען הענגען צעטליך און אלע בתי מדרשים און אלע מוסדות זאלען שיקען צעטליך וועלען כמעט אלע שיקען

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג יולי 09, 2019 10:11 am

פארוואס טאקע ליגט דאס נישט אין די בתי מדרשים ווי א יעדע קאמפיין?


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט