א שטורעם אין מאנסי

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך יולי 10, 2019 1:45 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:קוקט אויס ווי עפעס א צדיק הדור, קיינמאל געוויסט מיר האבן נאך אזעלעכע צדיקים
(איז דאס נאך א פ. לאדאני אשכול?)

ס'איז דא אידן וואס זענען צדיקים אפילו אן זיין א רבי.
נאר זיי פארדינען ערליך דעם טיטל דורך זייערע אומצאליגע מעשי צדקות וחסד, ושמם הטוב הולך לפניהם פון זיך אליינס, which is the case here במלוא מובן המילה.
(הגם דער איד איז גראדע א רב פון א ביהמ"ד אויך).

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך יולי 10, 2019 1:49 pm

דאן אפשר זאגט מען מיר כאטש אין אישי פון וואס מען רעדט, איך פלאטץ שוין פאר נייגער

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך יולי 10, 2019 2:01 pm

אזא מין שטורעם
ודי לחכימא ברמיזא
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » מיטוואך יולי 10, 2019 3:04 pm

פאר די אלע וואס ווייסן נישט פון וועם מ'רעדט, איר האט דא א געלעגענהייט צו מקיים זיין די גרעסטע מתן בסתר! ווי דער געבער וויסט נישט פאר וועם ער געט און די נעמער ווייסט נישט פון וועם ער באקומט!
כאפטס אריין און געט'ס א שיינע נתינה איידער איר געפינט אויס ווער דער מדובר איז, איינמאל איר געפינט אויס וועט איר איינזעהן אז אלעס וואס מ'האט דא געשריבן איז ווייניגער ווי מקצת שבחו און די מצב איז אמת'ר ווי אמת און איר קענט דעמאלטס מוסיף זיין! מ'וועט אייך נישט אפזאגן!
תזכו למצוות!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך יולי 10, 2019 4:59 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:דאן אפשר זאגט מען מיר כאטש אין אישי פון וואס מען רעדט, איך פלאץ שוין פאר נייגער
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

מחשב
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך יולי 10, 2019 6:05 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:דאן אפשר זאגט מען מיר כאטש אין אישי פון וואס מען רעדט, איך פלאץ שוין פאר נייגער


מ'ברויך מאכן א קאל פרא סיסטעם דא...

מ'קען דאך שיקן אישי'ס פאר עטליכע אויפאמאל.. נו ווי שווער איז שוין צו טייפן מחשב?
הוי מחשב...

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » מיטוואך יולי 10, 2019 6:42 pm

הרה"צ מבארוב שליט"א

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1092
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מיטוואך יולי 10, 2019 8:12 pm

איך ווייס אויך ווער דאס איז און אלעס איז אמת ויציב. איך פארשטיי נאר נישט וואס די מיליטערישע סוד איד דא.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » מיטוואך יולי 10, 2019 8:32 pm

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:איך ווייס אויך ווער דאס איז און אלעס איז אמת ויציב. איך פארשטיי נאר נישט וואס די מיליטערישע סוד איד דא.

סהאט נישט מיט קיין מיליטערישע סוד
זעהסט נישט זיי זענען מרמז פון אלע זייטן? נישט מעגליך נישט צו כאפן ווער דאס איז
האסט אמאל געזעהן א קאמפיין ווי משרייבט ארויס די נאמען?
אוואדאי איז נישט קיין כבוד ארויס צי שרייבן אזא רב׳ס נאמען אפענערהייט אויף אלע צעטלעך
אבער צווישן מענטשען גלייב איך נישט איינער טרייט עס צי באהאלטן

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1092
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מיטוואך יולי 10, 2019 8:40 pm

גראף פאטאצקי האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:איך ווייס אויך ווער דאס איז און אלעס איז אמת ויציב. איך פארשטיי נאר נישט וואס די מיליטערישע סוד איד דא.

סהאט נישט מיט קיין מיליטערישע סוד
זעהסט נישט זיי זענען מרמז פון אלע זייטן? נישט מעגליך נישט צו כאפן ווער דאס איז
האסט אמאל געזעהן א קאמפיין ווי משרייבט ארויס די נאמען?
אוואדאי איז נישט קיין כבוד ארויס צי שרייבן אזא רב׳ס נאמען אפענערהייט אויף אלע צעטלעך
אבער צווישן מענטשען גלייב איך נישט איינער טרייט עס צי באהאלטן

גערעכט
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מיטוואך יולי 10, 2019 9:45 pm

ביי אונז אין שוהל הענגט אן אפיציעלן צעטל פון די דייני הקהילה מיטן נאמען.

פארווייטאגט
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » מיטוואך יולי 10, 2019 11:56 pm

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
גראף פאטאצקי האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:איך ווייס אויך ווער דאס איז און אלעס איז אמת ויציב. איך פארשטיי נאר נישט וואס די מיליטערישע סוד איד דא.

סהאט נישט מיט קיין מיליטערישע סוד
זעהסט נישט זיי זענען מרמז פון אלע זייטן? נישט מעגליך נישט צו כאפן ווער דאס איז
האסט אמאל געזעהן א קאמפיין ווי משרייבט ארויס די נאמען?
אוואדאי איז נישט קיין כבוד ארויס צי שרייבן אזא רב׳ס נאמען אפענערהייט אויף אלע צעטלעך
אבער צווישן מענטשען גלייב איך נישט איינער טרייט עס צי באהאלטן

גערעכט



קען זיין.

פון די אנדערע זייט, מ'רעדט דא צוזאם אזויפיל מעשיות אויף א מענטש, עס קוקט אויס ווי עפעס א פארצייטישער בעל מדרגה, וואס קען מאכן אז מענטשען זאלן ווערן נייגעריג, פארוואס ער האט נאך קיינמאל נישט געהערט פון אזא גדול.

אוועטאר
רינדעכיג
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: וואו נישט

תגובהדורך רינדעכיג » דאנארשטאג יולי 11, 2019 3:28 pm

ק/פ פון וואטס עפפ

אחינו בני ישראל!
 
עס רעדט צו אייך א איד וועלכער האט נאך קיינמאל נישט גערעדט צום פאבליק, 
 
אבער עס קומט אמאל א מצב וואס ההכרח לא יגונה.
 
לאמיר אייך דערציילן א געשיכטע וואס בדידי הוה עובדא.
 
איך פלעג אלע יארן זיין א נהנה מיגיע כפי מיט א ברייטקייט געארבעט שווער און פארדינט ב"ה זייער שיין.
ויהי היום, אין ויהי אלא לשון צער.... די ביזנעס האט ליידער געכאפט א שלעכטע דריי, און ווען די מזל שפילט גייט אלעס מיטן פיטום אראפ, איך בין געווארן א בעל חוב, אזש כ'האב זיך געשעמט ארויסצוגיין אויפן גאס...
 
א ידיד מיינער האט מיר דאן פארבינדן מיט'ן מאנסי'ער צדיק, פארזיכערנדיג מיר אז איך בין אין גוטע הענט... בלויז א טאג דערויף האב איך געהאט אין האנט א טשעק פון א גמ"ח, א סכום עצום! גענוג צו דעקן אלע מיינע חובות, און נאך אביסל צו קענען ממשיך זיין מיין ביזנעס.
 
כ'האב געמאכט דריי פעימענטס פאר'ן גמ"ח, אבער מער האב איך ליידער נישט געקענט. דער גמ"ח אפיס האט כסדר גערופן אז עס דארף ווערן באצאלט, כ'האב זיי געענטפערט אז ס'איז נישט אין מיין יכולת, מער האב איך פון זיי נישט געהערט.
 
צוויי יאר שפעטער האט מיר די מזל ב"ה צוריק אויפגעשיינט, פארשטייט זיך אז כ'האב נישט פארגעסן פונעם גמ"ח, איך רוף זיי אן אז איך וויל זיי באצאלן דעם הלוואה, זיי קוקן אויף מיין אקאונט, און מיינע אויערן גלייבן נישט וואס איך הער: "ס'איז געווארן אפגעצאלט פאר צוויי יאר צוריק", ענטפערט רואיג דער סעקראטאר אויפן אנדערן זייט ליין.
 
"דאס מוז זיין א טעות" האלט איך זיך ביי דאס מייניגע. איך בעט צו רעדן מיטן בעל הגמ"ח אליינס, כ'ווער אריבער געטרענספערט צום מנהל, און איך פרוביר אים אויפצוקלערן דעם טעות וואס דא גייט פאר. ער עפנט אויף מיין אקאונט, און זאגט מיר צו מיין שטוינונג, אז דאס איז נישט קיין טעות! כ'האב פשוט געהאט אויף מיין הלוואה דעם בעסטן ערב וואס שייך, אן ערב וואס צאלט כסדר אויס הלוואות אן פרעגן קיין שאלות. 
 
איך בין געבליבן שאקירט... מען רעדט דא פון א ריזן הלוואה! דער צדיק האט נישט אזוי פיל, וויאזוי קען דאס זיין?
 
ער פרעגט מיר: דו האסט זיך נישט געוואונדערט וויאזוי דו האסט אפילו געקענט באקומען אזא הלוואה? אן אזא קראנטן ערב גיבט זיך נישט אזאלכע הלוואות...
 
און ער לייגט צו שטיל: דא ביזט נישט דער ערשטער און נישט דער לעצטער.
 
כ'האב אבער מחמת גרויס בושה נישט געקענט רופן דעם צדיק איבערבעטן און מקיים זיין דעם והשיב... האב איך געמאכט דעם בעל הגמ"ח פאר א שליח אים צוריקצוצאלן דאס געלט.
 
מורי ורבותי יעצט ווען אט די אלע פעולות פונעם צדיק האבן אים אריין געשלעפט אין אזא מצב איז אונזער חיוב אונזער פליכט אלס הכרת הטוב אים צו באצאלן!
 
עס איז אונזער ערבות, פאר אונזער ערב
מנאי הק'..........
 
(כ'וואלט געשריבן מיין נאמען ווען נישט איך שעם זיך)
 

https://www.charidy.com/storm/1
די חסימה באטן איז גרייט, ווער ס'האט נישט קיין איבעריגע צייט צו טראכטן פארן שרייבן וועט ווערן נחסם...

(קרעדיט: @וויכי)


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], rogers און 8 געסט