זענט איר מסכים אז גוגל זאל ארויסגעבן אייער סערטש היסטארי 90 יאר ארום ?

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

זענט איר מסכים אז גוגל זאל ארויסגעבן אייער סערטש היסטארי 90 יאר ארום ?

יא, אדרבה זאלן די אייניקליך זעהן וואספארא חשובע זיידע זיי האבן געהאט
7
7%
ניין, איך סטאפ היינט מיין אינטערנעט
5
5%
ניין, בישות וחרפות
53
52%
ניין, אלץ פרייוועסי וויל איך נישט
23
23%
ס'גייט מיך נישט אן
13
13%
 
סך הכול שטימען: 101

בבל
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

זענט איר מסכים אז גוגל זאל ארויסגעבן אייער סערטש היסטארי 90 יאר ארום ?

תגובהדורך בבל » מיטוואך יולי 03, 2019 10:16 am

טעאריע
מעגליך אז יארן ארום משיח וועט אוודאי קימען פארדעם, די היצטיגע דור וועט שוין זיין למטה מעשרה טפחים, וועלן די קימעדיגע דור ווילן וויסן זיידיס היסטאריע, פינקט ווי די קריג ארכיוון וואס מען האט יעצט ארויסגעגעבן, מען וועט קענען פינקליך וויסן דורך די סערטש היסטארי וואס איר זענט געווען, וואס איר האט געשריבן אויף אייוועלט א. א. וו.
זענט איר מסכים.? גיט אפ אייער שטימע

אגב ביים בית דין של מעלה ווערט אלעס געסעווד, אפשר מיט תשובה קענט איר מעקן אייער היסטארי

בבל
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מיטוואך יולי 03, 2019 10:42 am

נישט פארגעסן צי שרייבן אין די צוואה אז פאר די הספדים זאל א טעקנישן מעקן די היסטאריע

אוועטאר
היט דיין אויגען
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 21, 2019 11:03 am

תגובהדורך היט דיין אויגען » מיטוואך יולי 03, 2019 11:45 am

פרובירט
מקהלת הד''א

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג יולי 04, 2019 10:55 am

מ'דארף נישט קיין טעקנישן, קענסט אלעס זען און מעקן דא https://myactivity.google.com/myactivity

(אויסער אויב גוגל סעיווט עס נאך אלס אומלעגאל נאכן מעקן)
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

בבל
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » זונטאג יולי 07, 2019 12:48 am

היט דיין אויגען האט געשריבן:א מעשה וואס וועט פארקומען 50 יאר ארום...

משומר בלאקט עס, אפשר שרייבט עס איינער איבער פליס

אוועטאר
גם זקנתי
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2018 12:38 am
לאקאציע: היכל הנגינה

תגובהדורך גם זקנתי » זונטאג יולי 07, 2019 1:05 am

שנת תתט"ו... 50 יאר ארום... ס'איז נישט אזוי ווייט... די יארן לויפן סאך שנעלער פון וואס מ'טראכט...

די גאנצע וועלט רוישט, עס טוט זיך א טימל... וואס איז? גוגעל איז ארויס מיט א מוראדיגע המצאה, א חידוש: מיט די טעכנעלאגיע פון יענע צייטן וועט מען קענען צוריק אויס ארבעטן און איבער ליינען גאר אלטע דורכשרייבונגען וואס מענטשטן האבן זיך געשריבן ביים אימעיל צענדליגע יארן צוריק...
פארשטייט זיך אז ס'איז דא מיימינים און ס'איז דא משמאילים, יש דורשים לשבח ויש דורשים לגנאי. הללו אומרים, ווי קען מען טוהן אזוינס, ליינען פריוואטע זאכן וואס מענטשטן האבן זיך געשריבן, ס'זאל ווערן א רשות הרבים. הללו אומרים, ס'שוין אריבער צענדליגע יארן פון דעמאלטס, רוב מענטשן לעבן שוין נישט, ממילא איז עס נישט געפערליך.
אלץ פשרה האט מען מחליט געווען אז נישט יעדער וועט קענען ליינען יעדעמס באשרייבונגען, נאר די אייניקלעך וועלן באקומען די רשות ליינען זייערע זיידעס ווערטער, וואס ער האט זיך געשריבן מיט זיינע חברים א יובל צוריק...

א גרויס התרגשות ביי די ווייס פאמיליע... נעכטן באקומען די הודעה אז אלץ אייניקלעך פון זייער זיידן ר' גרונם קלמן, וועלן זיי קענען ליינען זיינע אלטע דורכשרייבונגען... ואל ייקל בעיניכם, דער זיידע ר' גרונם קלמן זז"ג איז פון די שיינע אידן, זקן שקנה חכמה, א מוסטער פון א חסידישע איד וואס כל ימיו האט ער מחנך געווען זיינע קינדער און אייניקלעך אויף תורה יראת שמים און חסידות... א שיינע איד, א חסידישער... היינט איז ער שוין זייער אלט, אביסל בגדר שברי לוחות, אבער דאך איז ער א דמות וואס מ'קען זיך לערנען פון אים הליכות ישרות ודרכי נועם.
די התרגשות איז געווען גרויס, לאו בכל יומא איתרחיש אזא מין זאך, מ'זאל קענען ליינען די געוואלדיגע ווערטער וואס די זיידע האט מן הסתם געשריבן נאך אין די גוטע יארן... ווען ער איז נאך געווען בתוקפו... אויב אונז האט ער כסדר מדריך געווען מיט געוואלדיגע הדרכות ישרות, מיט מוסר און חסידות, ווער ווייסט וואס ער געשריבן פאר זיינע חברים, די חבריא, וואס מן הסתם זענען אלע געווען בני עליה ווי אים און זיי האבן זיך דורך געשמוסט ענינים שיש בהם לימוד, בעניני עבודת ה' תורה תפילה אמונה תשובה וכו' וכו'. מ'גייט זיכער טרעפן אן אוצר בלום פון דברי תורה והתחזקות וואס וועלן ביילאכטן די וועלט.
די משפחה האט באקומען די פרטים און די פעסווארד ווי מ'קען אריין גיין און אלעס זעהן... די גאנצע משפחה נעמט זיך צאם מיט א הרגשה אז זיי שטייען יעצט פאר א מאורע וואס געשעט נישט יעדן טאג... אלע קינדער, אייניקלעך און איר-אייניקלעך, זענען זיך צאמגעוקמען, מ'דריקט וואס און וואו מ'דארף דריקן, און מ'גייט אריין, מ'הייבט אן צו ליינען...
מ'בליקט אהין, מ'בליקט אהער... מ'זעט דא-דארט שיינע זאכן, דברי תורה וחסידות, אבער עפעס... ס'ווערט אביסל נישט אנגענעם... די שטערן ווערט נאס... מ'ריקט זיך פון איין זאט בענקל צום צווייטן... די קינדער שיקן אוועק די אייניקלעך מיט א תירוץ אז קודם דארפן נאר די קינדער ליינען זייער טאטנס כתבים... וואס טוט זיך דא? דאס איז טאקע אונזער טאטע? אפשר איז עס א טעות?...
ס'ווערט זיי שווארץ פאר יד אויגן, זיי זיכן א גרוב וואו זיך באגראבן... אוי זענען די בושות גרויס, אוי זענען די בזיונות געפערליך... זיי זעהן געפערליכע שמוציגע ביישרייבונגען פון זייער טאטן... זייער טאטע, דער געווייקטע חסידישער איד וואס האט זיי כסדר מחנך געווען אויף קדושה און פרישות, אויף צניעות און שמירת עינים, שרייבט דא כאחד הגרועים... ער איז ממש געלעגן אין שמוץ און אין טינופת... זיך איינגעשריבן מיט פאלטשע נעמען - אמאל ווייבערישע - אין געשריבן כל דבר אסור... אנגערייצט אנדערע און געווען חוטא ומחטיא... ווען זיי זעהן די בילדער וואס זייער טאטע האט געהאט ביי זיך אין קאמפיוטער, חלש'ט שוין איין קינד אוועק... זיי געבן א בליק אין די היסטאריע וועלכע סייט'ס זייער טאטע איז אריין יעדן טאג, און נאך צוויי קינדער חלש'ן אוועק, איינער כאפט זיך ביים הארץ...
זיי זעהן אז א לאנגע תקופה האט ער זיך געשריבן די ערגסטע מיט א פרוי וואס האט געוויאנט נישט ווייט, און מיט די דעמאלטס'דיגע טעכנעלאגיע קען מען זעהן ווער יענע פרוי איז - און איבעריג זאגן אז ס'איז גארנישט א פרוי, ס'איז א צווייטע כולל-יונגערמען וואס האט צופעליג געלערנט יענע יארן מיט זייער טאטן אין כולל...
אוי וואס וועט זיין, וויאזוי וועלן מיר קענען קוקן אין טאטנס פנים... אוי וויי וויי... און וואס וועט זיין ווען אונזערע קינדער וועלן זעהן אונזערס...
אוי זענען די בושות גרויס, אוי זענען די בזיונות געפערליך - - -

טייערע חברים, די מעשה איז גארנישט קיין דמיון, דאס איז א מציאות וואס ווערט געפראוועט נאך יעדעמ'ס 120... מ'העפנט אויבן א קאמפיוטער און מ'זעט אלעס... נישט די קינדער זעהן, נאר די טאטעס און די זיידעס למעלה למעלה, דור אחר דור, די רבי'ס, די חברים, אלעס זעט מען... אין דבר נעלם ממך ואין נסתר מנגד עיניך...
אוי זענען די בושות גרויס, אוי זענען די בזיונות געפערליך - - - אוי לנו מיום הדין אוי לנו מיום התוכחה - - -
ס'דא מענטשן וואס האבן ליב געפילטע פיש,
און ס'דא מענטשן וואס גייען מיט א קוטשמע.

(קרעדיט: לאנגזאם)

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג יולי 07, 2019 1:11 am

;l;p- ;l;p- ;l;p-
גם זקנתי האט געשריבן:שנת תתט"ו... 50 יאר ארום... ס'איז נישט אזוי ווייט... די יארן לויפן סאך שנעלער פון וואס מ'טראכט...

https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג יולי 07, 2019 1:45 am

@בבל ס'האט זיך געלוינט אלע אנקעטעס ביז אהער אז 2 אידן(דערווייל) זאלן שטימען אויף. *ניין. איך סטאפ היינט מיין אינטערנעט*
. . . . . . .

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » זונטאג יולי 14, 2019 10:00 am

היט דיין אויגען האט געשריבן:א מעשה וואס וועט פארקומען 50 יאר ארום...

WOW איז דאס שארף.. אבער ס'איז בלויז דער ריינע אמת...
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 978
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג יולי 14, 2019 12:32 pm

איינער ביינונז אין סמעדרעש האט געזאגט,
די אייניקלעך אונזערע וועלן שוין ליידער זיין אזוי ווייט פון אונז און אזוי טיעף (משיח זאל פריער אנקימען) אז דאס וואס זיי וועלן זען פונעם זיידן וועט זיין כקליפת השום..........
זיי וועלן זיך ווינדערן נאר אזוי ווייניג צייט האט זיידי פארברענגט אויף די זאכען??? און טראץ דעם האט ער נאך געהאט א קאפ צו לערנען און דאווענען און ברענגען פרנסה??? דאס איז דאך ממש א מדריגה, הוי מתי יגיעו מעשי למעשי אבותי........... :lol:

אוועטאר
קו הישר
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

תגובהדורך קו הישר » זונטאג יולי 14, 2019 12:34 pm

בבל האט געשריבן:טעאריע
מעגליך אז יארן ארום משיח וועט אוודאי קימען פארדעם, די היצטיגע דור וועט שוין זיין למטה מעשרה טפחים, וועלן די קימעדיגע דור ווילן וויסן זיידיס היסטאריע, פינקט ווי די קריג ארכיוון וואס מען האט יעצט ארויסגעגעבן, מען וועט קענען פינקליך וויסן דורך די סערטש היסטארי וואס איר זענט געווען, וואס איר האט געשריבן אויף אייוועלט א. א. וו.
זענט איר מסכים.? גיט אפ אייער שטימע

אגב ביים בית דין של מעלה ווערט אלעס געסעווד, אפשר מיט תשובה קענט איר מעקן אייער היסטארי

א ריזיגן אינטערשייד צווישן גוגל ארויסגעבן און להבדיל בין .. לקודש אז בי"ד של מעלה זאל עס האבן איז די "קאנטעקסט" דאס הייסט די גאנצע בילד פונעם זוך.
איינער קען זוכן "בעסט רעסעפי פאר חזיר פלייש" וועט קומען זיין אייניקעל און זאגן וואס?!?! זיידי איז נכשל געווארן מיט עסן טריפה?! ווידער אבער בי"ד של מעלה וועט וויסן צוזאגן אז א חבר זיינע האט אים מיייעץ געווען צו טרייען עפעס א געוויסע רעסעפי פאר זיין כשר'ן רעסטעראונט גענוי ווויזוי מען קאכט להבדיל די טריפה'נע פלייש - פארשטייט זיך נאר מיט כשר'ה פלייש. ואידך זול גמור.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » זונטאג יולי 14, 2019 12:45 pm

אפשר וועט אין 50 יאר ארום יעדעס קינד סוירטשען אלסדינג ממילא וועט קיינער נישט זעהן קיין חסרון אינעם זיידענס נייגעריקייט. פארקערט ער ווערט ווערען חשובער מיט דעם אז ער האט זיך מתגבר געווען און אויפגעצויגען א שיינעם דור טראץ זיין וויסענשאפט און ידיעות בעניני דעלמא. נאר אויב עס וועט זיך אויפוויייזען היפאקראטיע וועט ער ווערען מושפל ובצדק.

מי כעמך
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובהדורך מי כעמך » דינסטאג יולי 16, 2019 10:25 am

אז די אייניקלעך וועלן אראפנעמען פון זייער סוירטש טיים צו קוקן וואס דער זיידע האט געסוירטשט וועט עס זיין א עילוי נשמה פארן זיידן...
אז מ'איז פארבינדען פון אויבן פאלט מען נישט פון אונטען 10x(כרובים עליונים)

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג יולי 16, 2019 11:48 am

מי כעמך האט געשריבן:אז די אייניקלעך וועלן אראפנעמען פון זייער סוירטש טיים צו קוקן וואס דער זיידע האט געסוירטשט וועט עס זיין א עילוי נשמה פארן זיידן...

זייער א שעין ווערטל. כ'האב אבער נישט ליב דעי מים גערעדאכטס אז אונזערע קינדער וועלן זיין ווייסעך ווי ווייט פון אונז.

דאס אז די דור פאלט אויף א שרעקליכן פארנעם איז איין זאך אבער גיין צולייגן שמאלץ מיט ספייסעס פעלט נישט אויס. פראקן וועט מען אונז ביידע אויף אלעמען און מ'מוז נישט סתם אזוי אפקילן מיט נעה אונזערע קינדער??? וואס רעדסטע?! זייערע מצוות וועלן זיין ווען זיי וועלן זיצן אויף גוגל א גאנצן טאג, זיי וואלטן דאך געקענט טון אסאך ערגערס. לאז געמאכט. דאס ברענגט נאר חרבנות. גיב נאר א קוק ווי די נישט היימישע רעדנערס רעדן ס'כאפט א פחד.

כנלע"ד
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 978
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג יולי 16, 2019 11:58 am

איך האב אויך נישט ליב
אבער גיין מיטן קאפ אין וואנט איז גאר עפעס אנדערש..... מען קען זיך נישט פארהוילען פונע'ם מציאות אז דער דור פאלט מיט יעדע יאר צו נייע דרגות ליידער

מי כעמך
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובהדורך מי כעמך » דינסטאג יולי 16, 2019 12:20 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך האב אויך נישט ליב
אבער גיין מיטן קאפ אין וואנט איז גאר עפעס אנדערש..... מען קען זיך נישט פארהוילען פונע'ם מציאות אז דער דור פאלט מיט יעדע יאר צו נייע דרגות ליידער

איך האב אויך נישט ליב.. אבער א איד וואס ווייסט אז ער דרייט זיך אויף נישט ריכטיגע פלעצער ווי קען ער ערווארטן זיינע קינדער זאלן זיך דרייען אויף בעסערע פלעצער אין סומכין על הנס..
אדרבה זאל עס א שאקל טאן...
אז מ'איז פארבינדען פון אויבן פאלט מען נישט פון אונטען 10x(כרובים עליונים)

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5078
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 4:28 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:איינער ביינונז אין סמעדרעש האט געזאגט,
די אייניקלעך אונזערע וועלן שוין ליידער זיין אזוי ווייט פון אונז און אזוי טיעף (משיח זאל פריער אנקימען) אז דאס וואס זיי וועלן זען פונעם זיידן וועט זיין כקליפת השום..........
זיי וועלן זיך ווינדערן נאר אזוי ווייניג צייט האט זיידי פארברענגט אויף די זאכען??? און טראץ דעם האט ער נאך געהאט א קאפ צו לערנען און דאווענען און ברענגען פרנסה??? דאס איז דאך ממש א מדריגה, הוי מתי יגיעו מעשי למעשי אבותי........... :lol:

;l;p-

צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: לעגאו מענטשעלע, מה ידידות און 19 געסט