אנעקעטע: וועלכע פילטער ניצט איר?

אלעס איבער קאמפיוטער, און קאמפיוטער פראגראמ'ס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

וועלכע פילטער ניצט איר?

GenTech
43
17%
Techloq
19
8%
גדר
39
16%
משומר
87
35%
Net Spark
3
1%
NetFree
21
8%
Nativ
5
2%
אנדערע
21
8%
איר ניצט בכלל נישט
10
4%
 
סך הכול שטימען: 248

אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 4:22 pm
לאקאציע: ביני עמודי דגירסא

אנעקעטע: וועלכע פילטער ניצט איר?

תגובהדורך זעקס און ניינציגער » מיטוואך יולי 24, 2019 10:05 am

מסתם נישט אויסגערעכנט אלע נאר כפי ידיעתי,
דער עולם זאל ארויפקומען מיט אנדערע.
טעיק איט איזי

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך יולי 24, 2019 10:26 am

מי כעמך!

אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 4:22 pm
לאקאציע: ביני עמודי דגירסא

תגובהדורך זעקס און ניינציגער » מיטוואך יולי 24, 2019 10:41 am

אנדערע?
טעיק איט איזי

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך יולי 24, 2019 10:46 am

זעקס און ניינציגער האט געשריבן:אנדערע?

עס איז דא NetSafe (וועבזייטל https://netsafepro.com/) און OpenDNS.

אבער טויש נישט גארנישט אין דער אנקעטע ווייל זיי זענען נישט אזוי פאפולער, און ווען דו טויש פאלירסטו אלע שטומען פון ביז אהער.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אור
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מיטוואך יולי 24, 2019 11:10 am

OpenDNS איז יא גאנץ פאפולער מייניך

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2629
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך יולי 24, 2019 11:18 pm

משומר ווייט ליסט.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מיטוואך יולי 24, 2019 11:23 pm

iPhone restriction מיט עטליכע עפפס
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג יולי 25, 2019 10:46 am

איך גיי ניסלעך פאר נעטפרי, איך האב זיך אסאך נאכגעפרעגט פאר'ן טוישן פון משומר צו נעטפרי, און איך האב געהערט אסאך קאמפלעינס פון באנוצער. למעשה זענען דאס אלע געווען אידן וואס האבן דאס גענוצט פאר בערך א יאר צוריק. בין איך געגאנגען און זיך נאכגעפרעגט ביי איינער וואס נוצט עס כהיום, און ער האט מיר געגעבן גאר גוטע אינפא. איבער דעם פילטער און איך האב עס אינסטאלירט... איך בין מיר מחי' דערמיט. שנעלע סערוויס, זייער כשר [מער ווי פילע אנדערע], גוט צוגעשטעלט בגשמיות אויך. און.. ס'האט אויך חסרונות פונקט ווי יעדע פילטער. אבער איך בין מיר מחי' דערמיט.
ווייל ער איז א דרשו איד!

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4966
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג יולי 25, 2019 10:51 am

קענסט אביסל מער מסביר זיין די 'זייער כשר [מער ווי פילע אנדערע]' חלק?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוהב ציון
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:45 pm

תגובהדורך אוהב ציון » דאנארשטאג יולי 25, 2019 10:59 am

איך מיין אז TAG שטיפט צו ניצען GENTECH

אוהב ציון
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:45 pm

תגובהדורך אוהב ציון » דאנארשטאג יולי 25, 2019 11:01 am

איינער ווייסט ווי מ'קען טרעפען א פילטער בחינם איך דארף לייגען א פילטער פאר גוים און א ארבעטס פלאץ

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג יולי 25, 2019 11:13 am

ווישוואש האט געשריבן:קענסט אביסל מער מסביר זיין די 'זייער כשר [מער ווי פילע אנדערע]' חלק?

זאל נישט אויסגערעדט זיין, איך וויל נישט בארעדן אנדערע פילטער'ס. סאו איך וועל שרייבן אן נעמען.
אנדערע פילטער'ס וואס פעינטן אומאויסגעהאלטענע בילדער, מאכן כסדר גרויסע טעותים, צום ביישפיל א טונקעלע גויטע מיט האלבע בגדים וועט בלייבן געהעריג, ווייל ס'דערקענט נישט א מענטשליכע קאליר... און די פינקע קראקס דערנעבן וואס איך וויל באשטעלן וועט זיין געפעינט שווארץ... וכהנה "רבות"... אזוי אויך קענען די פילטערס אדורכלאזן בטעות געוויסע אומאויסגעהאלטנע שרייב-ווערק וכדו'. משא"כ נעטפרי.
ביי זיי ווערט "יעדע" בילד וואס קומט אריין אין דיין קאמפיוטער "געבלאקט און פארדעקט אינגאנצן" ביז ווילאנג א "מענטש" קוקט עס איבער און עפנט עס! זיי האבן א ריזן שטאב מיט גויטעס וואס זיצן און קוקן דורך בילדער וואס קומען אריין, און עס נעמט געווענליך צווישן 20 און 30 סקונדעס עס זאל ווערן דורכגעקוקט. און איינמאל א בילד איז געווארן עפראווד ביי זיי, ווערט עס אפן ביי יעדעם, און וען א צווייטער באקומט עס וועט עס שוין נישט זיין געבלאקט ביי יענעם. [און אזוי איז אויך מיט יעדע סייט וואס זיי עפענען פאר איינעם ווייל ס'געווארן עפראווד, ווערט עס אפן ביי יעדעם.] עס האט א געוויסע אומאנגענעמליכקייט אז "אין געוויסע פעלער" נאכדעם וואס די בילד איז געווארן "נשלח לבדיקה" דארף מען ריפרעשן די פעידזש אז עס זאל זיך עפענען (נאכדעם וואס עס ווערט עפראווד) אבער די רוחניות'דיגע בענעפיט האט ביי מיר איבערגעוואויגן. און דאס גייט אויך אן ביי בילדער וואס קומען אין אימעיל פון קאמפעניס וכדו' וואס ביי אנדערע פילטערס איז דאס ביי מיר קיינמאל נישט פארדעקט געווארן...
דערנאך אין די חלק פון געשריבענע זאכן, אויב זייער ראבאטישע סיסטעם דערקענט סיי וואספארא שמץ פון שמוץ אדער כפירה וכדו' קען מען נישט ליינען יענע שורות און עס וועט ארויפקומען כזה xxxxxxxxx!
עכ,פ דערווייל האב איך נאכקיינמאל נישט געזען אן אומאויסגעהאלטענעם בילד אדער אומאויסגעהאלטענע תוכן דורך דעם פילטער! ב"ה און דער אייבישטער זאל העלפן ווייטער! [חוץ דעם אויב באמערקסטו עפעס אומאויסגעהאלטן - א זאך וואס ביי מיר האט דאס נאכנישט פאסירט - קען מען גלייך דריקן א קנעפל אינדערזייט צו באריכטן א פראבלעם.
ועוד.
ווייל ער איז א דרשו איד!

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4966
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג יולי 25, 2019 11:27 am

אינטערעסאנט, שכח.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

הינדל
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 3:35 pm

תגובהדורך הינדל » דאנארשטאג יולי 25, 2019 11:50 am

גראדע עס איז דא אסאך מענטשען וואס האבן אויף די קאמפיוטער techloq אין די טעלעפאון gentech סאו מען דארף קענען וואטען צוויי מאל

אוועטאר
ציגעלע
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm

תגובהדורך ציגעלע » דאנארשטאג יולי 25, 2019 12:12 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:איך גיי ניסלעך פאר נעטפרי, איך האב זיך אסאך נאכגעפרעגט פאר'ן טוישן פון משומר צו נעטפרי, און איך האב געהערט אסאך קאמפלעינס פון באנוצער. למעשה זענען דאס אלע געווען אידן וואס האבן דאס גענוצט פאר בערך א יאר צוריק. בין איך געגאנגען און זיך נאכגעפרעגט ביי איינער וואס נוצט עס כהיום, און ער האט מיר געגעבן גאר גוטע אינפא. איבער דעם פילטער און איך האב עס אינסטאלירט... איך בין מיר מחי' דערמיט. שנעלע סערוויס, זייער כשר [מער ווי פילע אנדערע], גוט צוגעשטעלט בגשמיות אויך. און.. ס'האט אויך חסרונות פונקט ווי יעדע פילטער. אבער איך בין מיר מחי' דערמיט.

וויפל בעטן זיי א חודש? אין וויאזוי פארבינדט מען זיך מיט זיי?

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג יולי 25, 2019 12:15 pm

ציגעלע האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:איך גיי ניסלעך פאר נעטפרי, איך האב זיך אסאך נאכגעפרעגט פאר'ן טוישן פון משומר צו נעטפרי, און איך האב געהערט אסאך קאמפלעינס פון באנוצער. למעשה זענען דאס אלע געווען אידן וואס האבן דאס גענוצט פאר בערך א יאר צוריק. בין איך געגאנגען און זיך נאכגעפרעגט ביי איינער וואס נוצט עס כהיום, און ער האט מיר געגעבן גאר גוטע אינפא. איבער דעם פילטער און איך האב עס אינסטאלירט... איך בין מיר מחי' דערמיט. שנעלע סערוויס, זייער כשר [מער ווי פילע אנדערע], גוט צוגעשטעלט בגשמיות אויך. און.. ס'האט אויך חסרונות פונקט ווי יעדע פילטער. אבער איך בין מיר מחי' דערמיט.

וויפל בעטן זיי א חודש? אין וויאזוי פארבינדט מען זיך מיט זיי?

https://netfree.link/wiki/How_to_join_NetFree
איך געדענק נישט פונקטליך וויפיל עס קאסט, אבער בערך $10 א חודש
ווייל ער איז א דרשו איד!

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » דאנארשטאג יולי 25, 2019 12:44 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:iPhone restriction מיט עטליכע עפפס

מיט די בחנם'דיגע Gentech Profile? (וואס פארמיידט אז מען זאל קענען ריסעטען די iPhone Restrictions)

אוועטאר
בראנפן גלעזל
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
לאקאציע: אין שענק

תגובהדורך בראנפן גלעזל » דאנארשטאג יולי 25, 2019 12:47 pm

זייער העפי מיט NetFree
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק

צדיקים
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 10, 2018 2:31 pm

תגובהדורך צדיקים » דאנארשטאג יולי 25, 2019 12:48 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:איך גיי ניסלעך פאר נעטפרי, איך האב זיך אסאך נאכגעפרעגט פאר'ן טוישן פון משומר צו נעטפרי, און איך האב געהערט אסאך קאמפלעינס פון באנוצער. למעשה זענען דאס אלע געווען אידן וואס האבן דאס גענוצט פאר בערך א יאר צוריק. בין איך געגאנגען און זיך נאכגעפרעגט ביי איינער וואס נוצט עס כהיום, און ער האט מיר געגעבן גאר גוטע אינפא. איבער דעם פילטער און איך האב עס אינסטאלירט... איך בין מיר מחי' דערמיט. שנעלע סערוויס, זייער כשר [מער ווי פילע אנדערע], גוט צוגעשטעלט בגשמיות אויך. און.. ס'האט אויך חסרונות פונקט ווי יעדע פילטער. אבער איך בין מיר מחי' דערמיט.

גא"מ

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2796
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג יולי 25, 2019 12:50 pm

נאכן ניצן פולע אנדערע, וואס האבן סיי נישט גוט געפילטערט, און סיי געמאכט שטאטער דעם קאמפיוטער
בין איך אריבער צו נעטפרי, און זייט דעמאלט'ס בין איך מורא'דיג צופרידן, סיי פון די פילטער, און סיי פון די קאסטומער סערוויס, בין ברוחניות און בין בגשמיות (דערצו קאסט דאס א שיבוש יעדע חודש).
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דאנארשטאג יולי 25, 2019 1:01 pm

שמו האט געשריבן:נאכן ניצן פולע אנדערע, וואס האבן סיי נישט גוט געפילטערט, און סיי געמאכט שטאטער דעם קאמפיוטער
בין איך אריבער צו נעטפרי, און זייט דעמאלט'ס בין איך מורא'דיג צופרידן, סיי פון די פילטער, און סיי פון די קאסטומער סערוויס, בין ברוחניות און בין בגשמיות (דערצו קאסט דאס א שיבוש יעדע חודש).

כ'ווייס נישט אבער ביי מיר טויגט דאס אויף כפרות, יעדער בילד ביז דאס בריוועלע גייט אוועק... (כ'מיין צו זאגן היז דער שמויגער אין טשיינע טשעק דאס), נעמט א יאר מיט א מיטוואך +... יעדע פייל וועלכע איז געשיקט געווארן צו נאך אירע ווערט פארהאקט... (קענסט מיר זאגן וואס דאס האט מיט אידישקייט צו פארקנאקן א בלויזע PDF פייל???!!!), אויב כ'וואנדער צום ערשטן מאל אריין אין א זייטל וועלכע זיי האבן נאכנישט באגעגענט 'קאסט' דאס א 'ריקוועסט'... בקיצור לענ"ד תפסת מרובה לא תפסת...
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דאנארשטאג יולי 25, 2019 1:04 pm

אוהב ציון האט געשריבן:איינער ווייסט ווי מ'קען טרעפען א פילטער בחינם איך דארף לייגען א פילטער פאר גוים און א ארבעטס פלאץ

K9 Web Protection ? פאר אונז אידעלעך איינער וואס קען אביסל די קליינע אותיות איז דאס ווערדלאז... אבער פאר גוים איז דאס מעגליך גוט.
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג יולי 25, 2019 1:27 pm

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:נאכן ניצן פולע אנדערע, וואס האבן סיי נישט גוט געפילטערט, און סיי געמאכט שטאטער דעם קאמפיוטער
בין איך אריבער צו נעטפרי, און זייט דעמאלט'ס בין איך מורא'דיג צופרידן, סיי פון די פילטער, און סיי פון די קאסטומער סערוויס, בין ברוחניות און בין בגשמיות (דערצו קאסט דאס א שיבוש יעדע חודש).

כ'ווייס נישט אבער ביי מיר טויגט דאס אויף כפרות, יעדער בילד ביז דאס בריוועלע גייט אוועק... (כ'מיין צו זאגן היז דער שמויגער אין טשיינע טשעק דאס), נעמט א יאר מיט א מיטוואך +... יעדע פייל וועלכע איז געשיקט געווארן צו נאך אירע ווערט פארהאקט... (קענסט מיר זאגן וואס דאס האט מיט אידישקייט צו פארקנאקן א בלויזע PDF פייל???!!!), אויב כ'וואנדער צום ערשטן מאל אריין אין א זייטל וועלכע זיי האבן נאכנישט באגעגענט 'קאסט' דאס א 'ריקוועסט'... בקיצור לענ"ד תפסת מרובה לא תפסת...

דאס שוין נישט! עס נעמט בערך צווישן 20 און 30 סקונדעס.
ווייל ער איז א דרשו איד!

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג יולי 25, 2019 1:40 pm

הינדל האט געשריבן:גראדע עס איז דא אסאך מענטשען וואס האבן אויף די קאמפיוטער techloq אין די טעלעפאון gentech סאו מען דארף קענען וואטען צוויי מאל

מען קען טאקע אויסוועלען צוויי אפציעס

אבער נאכן שטימען קען מען שוין נישט נאכאמאל אפ' מען האט געשטימט פאר ווינציגער ווי לכתחלה ערלויבט
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » דאנארשטאג יולי 25, 2019 1:42 pm

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
אוהב ציון האט געשריבן:איינער ווייסט ווי מ'קען טרעפען א פילטער בחינם איך דארף לייגען א פילטער פאר גוים און א ארבעטס פלאץ

K9 Web Protection ? פאר אונז אידעלעך איינער וואס קען אביסל די קליינע אותיות איז דאס ווערדלאז... אבער פאר גוים איז דאס מעגליך גוט.


נישט מייעוץ צו לייגן K9, עס האט שוין נישט קיין שום סופארט פון די קאמפני וואס מאכט עס, חוץ פון דעם וואס עס מאכט די קאמפיוטער און די אינטערנעט מורא'דיג שטאט.


צוריק צו “קאמפיוטער און פראגרעמינג”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 0 געסט