אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג יולי 25, 2019 4:31 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:אמת'דיג שיין אראפגעלייגט. יעצט לאמיר פארשטיין, אינטער סאציאליזם, וואס זאל שטופן א מענטש צו עפענען א גראסערי, שיך געשעפט, טעלעפאון קאמפעני א.א.וו. אויך וואס זאל שטופן מענטשן צו אינוועסטירן צייט און געלט צו ערפינדן פרישע זאכן?

אונטער סאציאליזם שטופט מען נישט קיין מענטשן צו עפענען גראסעריס, שיך געשעפטן, טעלעפאון קאמפעניס א.א.וו.

אדרבא, אונטער סאציאליזם איז אומלעגאל פאר פריוואטע מענטשן צו עפענען ביזנעסער, ווייל די גאנצע פוינט פון סאציאליזם איז אז אלע ביזנעסער זאלן זיין אונטער די אייגנטומערשאפט פונעם ציבור בשותפות.

און אויפ'ן ציבור איז שוין נישט שייך צו פרעגן "וואס זאל זיי שטופן צו עפענען ביזנעסער?", ווייל דער ציבור דארף עס עפענען פשוט אז ס'זאל זיין צו באקומען די פראדוקטן און סערוויסעס וואס די ביזנעסער פארקויפן.

יעצט קומט די מאלטי קוועסטשן: ווער איז ציבור?!
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג יולי 25, 2019 4:37 pm

איך חלום שוין אין וועלכע סטעיט צי מופן
איך קיק אן די פרי שכ''ל אין אסאך סטעיטס ווי א מורדיגע געווינס, פאר א קינדער געבענטשטע משפחה איז עס 20 30 טויזנט דאלאר א יאר

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג יולי 25, 2019 4:47 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:אמת'דיג שיין אראפגעלייגט. יעצט לאמיר פארשטיין, אינטער סאציאליזם, וואס זאל שטופן א מענטש צו עפענען א גראסערי, שיך געשעפט, טעלעפאון קאמפעני א.א.וו. אויך וואס זאל שטופן מענטשן צו אינוועסטירן צייט און געלט צו ערפינדן פרישע זאכן?

אונטער סאציאליזם שטופט מען נישט קיין מענטשן צו עפענען גראסעריס, שיך געשעפטן, טעלעפאון קאמפעניס א.א.וו.

אדרבא, אונטער סאציאליזם איז אומלעגאל פאר פריוואטע מענטשן צו עפענען ביזנעסער, ווייל די גאנצע פוינט פון סאציאליזם איז אז אלע ביזנעסער זאלן זיין אונטער די אייגנטומערשאפט פונעם ציבור בשותפות.

און אויפ'ן ציבור איז שוין נישט שייך צו פרעגן "וואס זאל זיי שטופן צו עפענען ביזנעסער?", ווייל דער ציבור דארף עס עפענען פשוט אז ס'זאל זיין צו באקומען די פראדוקטן און סערוויסעס וואס די ביזנעסער פארקויפן.

יעצט קומט די מאלטי קוועסטשן: ווער איז ציבור?!

א גוטע קשיא.

אבער ווען מ'רעדט פון איין לאנד, איז די רעגירונג (אויב ס'איז א דעמאקראטיע) א רשות וואס איז אונטער די אייגנטומערשאפט פונעם ציבור בשותפות.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

עולא
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 11:21 pm

תגובהדורך עולא » פרייטאג יולי 26, 2019 10:40 am

viewtopic.php?f=3&t=32479
שוין נישט א חלום 8.)

גרשון
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » פרייטאג יולי 26, 2019 2:51 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:סאו אין דיין ווערטער-בוך איז קאמוניזם ווען א מאנארכיע פארפיגט איבער די עקאנאמישע רעסארסן, און סאציאליזם ווען א דעמאקראטיע פארפיגט דעריף.

לויט דעם זע איך נאך אלס נישט וויאזוי דער ברייוו שרייבער איז א קאמוניסט, ער רעדט דאך אז "דער כלל" זאלן אונען די ביזנעסער.

אבער דער אמת איז אז דו ביסט זיך טועה, זוך עס נאך, נישט דאס איז די חילוק, אין פשוט אידיש וואלט מען עס געזאגט אזוי:

סאציאליזם: ביזנעסער (כולל יעדע זאך וואס מאכט געלט) באלאנגען פאר'ן כלל, און די פראפיטן (נאך אלע אויסגאבן אריינגערעכנט וועידזשעס) ווערן צוטיילט צווישן זיי!
קאמוניזם: אלעס באלאנגט פאר'ן כלל, און אלעס ווערט צוטיילט צווישן זיי! (נישטא קיין אויסגאבן, נישטא קיין וועידזשעס, נישטא קיין פראפיטן, נישטא קיין געלט!)

די חילוק איז אזוי בולט, אז מ'קען זיך ניטאמאל טועה זיין. אונטער קאמוניזם האט א מענטש גארנישט פון ארבעטן, און די איינציגסטע סיבה פארוואס א מענטש זאל ארבעטן איז אויב ער איז פאטריאטיש פאר די זאך, אויב ער אינדזשויט די ארבעט, אדער אויב ער ווערט געצווינגען דערצו.

משא"כ אונטער סאציאליזם באקומט מען א געהעריגע וועידזש, יעדער לויט ווי שווער ער ארבעט, און מ'קען זאגן אפילו לויט ווי די מארקעט זאגט, ווייל אויב גייט מען אונטערצאלן פאר א געוויסע ארבעט גייט זיין א מאנגל פון מענטשן וואס גייען עס וועלן טוהן, וואס וועט צווינגען אז מ'זאל צאלן מער דערפאר.

די איינציגסטע חילוק צווישן סאציאליזם און קאפיטאליזם איז, אז דאס געלט וואס ווערט פארדינט נישט דורך ארבעט נאר דורכ'ן אונען עפעס, איז עפעס פון וואס יעדער באקומט די זעלבע, ווייל יעדער איז א גלייכע שותף!

זייער שיין מסביר געווען סאציאליזם. אין אנדערע ווערטער, די גאנצע עקאנאמיע איז ווי איין גרויסע פירמע מיט די רעגירונג ערוועלטע אלס די פארזיצער פון דער פירמע, און אלע איינוואוינער אינעם לאנד ארבעטן פאר דער פירמע, יעדער לויט זיינע קוואליפיקאציעס, און באקומען באצאלט לויט'ן ווערד פון זייער ארבעט.

איך וויל נאר פארשטיין צוויי זאכן בנוגע דעם סיסטעם:

1. אויב ס'עקזיסטירט בלויז איין פירמע אינעם לאנד, איז דאך נישט דא קיין שום קאנקורענץ, און אז ס'איז נישט דא קיין קאנקורענץ, וואס זאל טרייבן די "פירמע" צו פראדוצירן בעסערע סחורה און אויפקומען מיט נייע געדאנקען? שטעל דיך פאר דו קומסט צום געשעפט וואו דו קויפסט שטענדיג איין און דו האסט טענות אויף א געוויסן פראדוקט. אויב ווייסט דער געשעפט אייגנטומער אז דו קענסט אים נישט סטראשען מיט'ן אנהויבן גיין צו אן אנדער געשעפט, פארוואס זאל ער בכלל ווילן אויסהערן דיינע טענות?

2. אויב סאציאליזם איז טאקע אזוי גוט, פארוואס איז נאכנישט דא קיין איין געהעריג לאנד וואס האט איינגעשטעלט אבסאלוטן סאציאליזם (כ'מיין אז ס'איז נישט דא)? כ'זע אז אפילו אזעלכע לענדער וואס זענען סאציאל געשטימט, א שטייגער ווי די נארדישע לענדער - דענמארק, שוועדן, און נארוועגיע - זענען אויך אוועקגעשטעלט אויף קאפיטאליזם, און זענען בלויז טיילווייז סאציאליסטיש.

גרשון
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » זונטאג יולי 28, 2019 6:31 pm

3. נישט נאר א לאנד איז נישט דא, אפילו א פארטיי וואס שטיצט אזא געדאנק מיין איך אז ס'איז נישט דא.

4. דו קומסט ווייטער צוריק צו דער זעלבער פראבלעם וואס ס'איז דא מיט קאמוניזם, כאטש אפשר נישט אזוי שטארק. מיט קאמוניזם איז די פראבלעם אז מענטשן זענען נישט אינטערעסירט צו ארבעטן, וויבאלד זיי באקומען גארנישט דערפון. דא איז טאקע דא א סיבה פארוואס צו ארבעטן, ווייל מ'פארדינט געלט דערפון, אבער וויפיל פוילע מענטשן זענען דא וועלכע קענען ענדערש באשטיין צו האבן א גאנץ יאר בין הזמנים און שלעפן זיך צום ארבעטן נאר ווייל זיי קענען נישט לעבן אנדערש? כעת קען מען אפילו אין די "סאציאליסטישע" לענדער, וואו ס'זענען דא אסאך רעגירונג פראגראמען, נישט אויסקומען בלויז פון דעם, יעדער איז געצווינגען צו ארבעטן, אבער אויב באקומט מען חלק כחלק מיט'ן יערליכן פראפיט, פארוואס זאל מען גיין בכלל ארבעטן?

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג יולי 29, 2019 6:42 pm

גרשון האט געשריבן:

גרשון האט געשריבן:3. נישט נאר א לאנד איז נישט דא, אפילו א פארטיי וואס שטיצט אזא געדאנק מיין איך אז ס'איז נישט דא.

על ראשון ראשון, ועל אחרון אחרון:

1. די טענה פון "קאנקורענץ" איז די איינציגסטע טענה לטובת קאפיטאליזם, און ס'ווערט אויך גענוצט אראפצולייגן אז ס'נעמט אוועק די פראבלעמען וואס קאפיטאליזם קען ברענגען מיט זיך, און סאציאליזם דארף עס צו לייזן, נעמליך, עקאנאמישע מיטמאכענישן צווישן די סאסייעטי, אז מענטשן קענען זיך נישט אויסקומען מיט'ן לעבן עקאנאמיש.

און די טענה גייט ווי פאלגענד: "אין א פרייע מארקעט וועלן סיי פרייזן זיך האלטן רעלאטיוו נידריג, סיי סערוויס וועט זיין פיין צוגעשטעלט, און אויך ארבעטער וועלן ווערן באצאלט נארמאל, ווייל געשעפטס לייט ווייסן אז זיי וועלן פארלירן זייערע קאסטומערס אויב זיי וועלן בעטן געפעפערטע פרייזן אדער צושטעלן שלעכטע סערוויס, און אז זיי וועלן נישט קענען טרעפן קיין ארבעטער אויב ארבעטער וועלן האבן א ברירה צו ארבעטן פאר אן ארבעטסגעבער וואס צאלט שענער." און לויט די וויזיע עקזעסטירן נישט אין א פרייע מארקעט די עקאנאמישע שווערעקייטן וואס סאציאליזם זוכט צו לייזן, ווייל מענטשן קענען זיך אויסקומען (צו קויפן פראדוקטן און סערוויסעס) מיט די געהאלט וואס זיי נעמען אהיים פון די ארבעט, און דערפאר איז אין אזא פאל סאציאליזם סייווי גענצליך איבריג, אפגעזען צו ס'קען ארבעטן אדער נישט.

די מציאות איז אבער, אז די שיינע בילד פון די "קאפיטאליסטישע גן עדן" וואס געוויסע האבן פאראויסגעזאגט איז קיינמאל נישט געקומען לידי מעשה.

און כדאי צו פארשטיין פארוואס דארף מען צום ערשט ארויסהאבן, אז אויב די "מארקעט פרייז" וואס מ'בעט פאר פראדוקטן איז א טייערע, אדער אויב די "מארקעט פרייז" וואס מ'צאלט פאר ארבעט איז א ביליגע, דאן איז בכלל נישט די זאך מסודר אויב קיינער בעט נישט "טייערער" פון דעם, אדער צאלט נישט "ווייניגער" פון דעם, ווייל די מארקעט פרייז פאר זיך איז גענוג שלעכט.

יעצט ווען די מארקעט וואלט געווען פארפלייצט גאר אסאך קליינע פירמעס אין יעדע אינדוסטריע, וואלט מעגליך געווען אז אין א געיעג צו כאפן ווי מער קאסטומערס וואלט יעדער געבעטן ביליגער פונעם צווייטן אזוי אז די פרייזן וואלטן געווען גאר ביליג, און אזוי אויך וואלטן ארבעטער געהאט גאר אסאך אויסוואלן וואו צו ארבעטן צווישן אזויפיל אנדערע פירמעס (און ווייניג ארבעטער ווייל גאר אסאך מענטשן זענען אליינס אין ביזנעס) וואס וואלט דראסטיש געהעכערט די "מארקעט פרייז" וואס מ'צאלט פאר ארבעט.

אזויווי אבער אין מציאות איז די מארקעט קאנטראלירט דורך עטליכע ריזן אין יעדע אינדוסטריע (וואס איז א דירעקטע רעזולטאט פון די "פרייע מארקעט" וואס איז אויסגעשטעלט אז איינמאל מ'איז אביסל גרויס קען מען זייער גרינג און שנעל וואקסן צו ווערן נאך פיל גרעסער), וואס פארשווערט פאר נייע קאנקורענצן אריינצוקומען, "זיי" קאנטראלירן וואס די "מארקעט" זאל זיין, און אז דו ווילסט נישט ארבעטן ביי זיי האסטו נישט צופיל אנדערע אויסוואלן (און סיווי צאלן נישט אנדערע בעסער, אדרבא אפילו אזויפיל איז זיי שווער צו צאלן ווען זיי פרובירן צו קאמפיטן).

און דער אמת איז אז יעדער קען זיך עס אליינס איבערצייגן אפילו אין לאקאלע פירמעס: וואס זעט מען ענדערש? אז איינער רוקט אראפ די פרייז און דער צווייטער רוקט עס אראפ נאכמער צו זיין נאך ביליגער, אדער אז איינער רוקט ארויף די פרייז און אלע טאנצן אים נאך ווייל "אז יעדער בעט אזויפיל דארף איך נישט זיין הונטערשטעליג און בעטן ביליגער ווי די מארקעט"??? און די חשבון איז זייער פשוט: קיינער גייט נישט זיין טייערער ווי די מארקעט ווייל ער וויל נישט פארלירן קיין קאסטומערס, אבער קיינער גייט אויך נישט זיין ביליגער ווי די מארקעט ווייל ער וויל נישט פארלירן קיין געלט... (אודאי זענען דא ביליגערע געשעפטן, ווייל יעדער האט זיך זיין ביזנעס מאדעל וויאזוי ער מאכט געלט, אבער יעדער קוקט אויף די מארקעט צו באשליסן א פרייז).

און באמת איז דאס נישט מער ווי א פשוט'ע זאך צו פארשטיין ווען מ'נעמט אין אכט אז מענטשן זענען אין ביזנעס פאר איין ציל: צו מאכן ווי מער פראפיט! און דערפאר וועט ער אטאמאטיש בעטן די מערסטע, צאלן די ווייניגסטע, און צושטעלן די שוואכסטע, וואס ער "קען", ווייל אזוי מאכט ער די מערסטע געלט!

איז לאמיר צוריקגיין צו דיין פראגע, דו פרעגסט וועגן די "חסרון" אין סאציאליזם אז ס'נישטא קיין קאנקורענץ, וואס איז פשוט אויב מ'גייט מיט הנחה אז קאפיטאליזם האט די "מעלה" פון קאנקורענץ. אבער איינמאל מ'האמיר אוועקגעשטעלט אז אונטער קאפיטאליזם איז - צוליב די גאר גרויסע פירמעס - בכלל נישט דא צופיל קאנקורענץ, קומט אויס אז אונטער סאציאליזם ליידט מען פיל "ווייניגער" פון דעם חסרון אז איינער אדער עטליכע האבן א מאנאפאל, ווייל הגם ס'איז דא אונטער סאציאליזם בלויז איין פירמע, האט אבער די איין פירמע נישט קיין אייגנטומער וואס צו אים באלאנגט די גאנצע, כמעט די גאנצע, אדער אפילו א גרויס טייל פון די פירמע, נאר אדרבא, יעדער איז די אייגנטומער פון גאר א קליין שטיקל (אין די פאראייניגטע שטאטן וואלט עס געוען איינס פון 330 מיליאן!) פון די פירמע, קומט אויס אז הגם זיי (די אייגנטומער) גייען נישט פארלירן קיין קאסטומערס דורכ'ן צושטעלן שוואכע סערוויס, גייט אבער יעדע שותף נאר פארדינען דערפון אזויפיל וואס "ער אליינס" גייט ליידן פון די שוואכערע סערוויס פון די אנדערע זייט. אין אנדערע ווערטער, דאס אז ס'איז נישטא קיין קאנקורענץ מאכט טאקע אז זיי זאלן נישט "מוזן" צושטעלן קיין גוטע סערוויס, אבער זיי האבן די ברירה צו צושטעלן "אויב זיי ווילן", און פארוואס זאלן זיי ווילן? ווייל זיי אליינס זענען די קאסטומערס וואס ליידן פון די שוואכע סערוויס!

למשל, ווען א פירמע וואס איז אונטער די אייגנטומערשאפט פון איינעם הערט אויף מיט א סערוויס וואס קאסט פאר די פירמע הונדערט מיליאן דאלאר, הגם די מיליאן קאסטומערס - אריינגערעכנט די אייגנטומער אליינס - וואלטן פאר יענע סערוויס געווען גרייט צו צאלן הונדערט דאלאר יעדער איינער, דאס הייסט אז צווישן אלע קאסטומערס אינאיינעם איז הונדערט מיליאן דאלאר עפעס וואס לוינט זיך צו אויסגעבן פאר די סערוויס, איז ער אבער גרייט צו פארלירן א באקוועמליכרייט אויף וואס ער וואלט געצאלט הונדערט דאלאר, כדאי צו פארדינען פון די אנדערע זייט הונדערט מיליאן... איי צווישן אלע קאסטומערס איז פארלוירן געגאנגען א סערוויס וואס האט א ווערט פון הונדערט מיליאן דאלאר, אבער דאס איז שוין נישט "זיין" געשעפט. משא"כ אויב ער וואלט געווען א מיליאנסטל שותף, און ער וואלט נאר באקומען הונדערט דאלאר פון די הונדערט מיליאן, וואלט ער בכלל נישט געהאט קיין סיבה צו שניידן די סערוויס אויסער אויב די סערוויס איז פאר א אינדיווידועל ווערט ווייניגער פון הונדערט דאלאר, וואס אין אזא פאל לוינט פאר יעדעם אז מ'שניידט עס - אויב יעדער איז א שותף וואס גייט מאכן א הונדערטער מער פראפיט אין די צייט וואס די סערוויס וואס ער פארלירט איז ווערט ווייניגער פון דעם.

סאו וואס ס'שטעלט זיך ארויס איז, אז די פראדוקטן און סערוויסעס וואס די "קאסטומערס" דארפן, ווערן צוגעשטעלט אונטער סאציאליזם, און זאכן וואס זיי דארפן נישט שטופט מען נישט ארויף אויף זיי. דאס איז אין שארפן קאנטראסט צו קאפיטאליזם, וואו גאנצעטע מארקעטס ווערן באשאפן און גע'מארקעט ווייל דאס ברענגט אסאך פראפיט פאר די ביזנעסער, און אסאך פראדוקטן און סערוויסעס וואס מענטשן וואלטן געקענט באשטיין צו קויפן איז נישטא ווייל פירמעס קענען מאכן מער געלט פון עפעס אנדערש.

2. די קשיא איז נישט נאר אויף די נארדישע לענדער, נאר אויף די פאראייניגטע שטאטן פונקט אזוי: פארוואס זענען דעמאקראטישע לענדער אזוי קאפיטאליסטיש, אויב פאר'ן ציבור וואס שטעלן אריין די געזעץ געבער אין די רעגירונג לוינט זיך מער סאציאליזם?

און דער אמת איז אז די תירוץ איז זייער פשוט, אז פאר די מיט די טיפע טאשן לוינט זיך זיכער קאפיטאליזם לכולא עלמא, און ווי דאס ווארט גייט "ווער ס'האט די מאה האט די דעה", און אין די פאל רעדט מען נישט פון קיין "מאה" נאר פון "ביליאנען מאות" וואס געוויסע זענען ווערט, און קאפיטאליזם איז אזוי וויכטיג פאר זייער סוקסעס, אז ס'לוינט זיך זיי צו אויסגעבן גאר אסאך שווערע געלטער - וואס זיי האבן - זיכער צו מאכן פאר יעדע פרייז אז ס'האלט אן בכל התוקף, אדער עכ"פ ווי שטארק מ'קען עס מאכן אנהאלטן.

און דער אמת איז אז נישט נאר ביזנעסלייט און פאליטיקאנטן זענען אזוי שטארק אין שטיצע פון קאפיטאליזם, נאר אפילו די פשוט'ע המון עם איז אין גרויס טייל - הגם נישט אזוי שטארק ווי די ביזנעסלייט און פאליטיקאנטן - אין שטיצע דערפון, צוליב ביליאנען דאלארן וואס ווערט אריינגעפלאסן דורך די וואס האבן, כדאי זיכער צו מאכן אז דער עולם "פארשטייט" וואס איז גוט פאר זיי...

אבער אז מ'רעדט שוין פון דעם אז ס'זענען נישטא קיין נארמאלע לענדער וואס זענען גענצליך סאציאליסטיש, איז כדאי ארויסצוברענגען דאס אז ס'זענען אויך נישטא קיין נארמאלע לענדער וואס זענען גענצליך קאפיטאליסטיש! סאו די גאנצע ארגומענט קעגן סאציאליזם הלמאי קיינער האט עס נאכנישט איינגעפירט איז בלויז גילטיג אויב מ'דעבאטירט צו מ'זאל לאזן "טיילווייזע סאציאיליזם" אדער איינפירן "פולקאמע סאציאליזם", אויב איז אבער די ארגומענט צו "קאפיטאליזם בכלליות" איז בעסער פון "סאציאליזם בכלליות", רעדט מען פון צוויי מהלכים וואס אין "יעדע" נארמאלע לאנד איז דא א געמיש פון "ביידע" פון זיי, און "קיין איינס פון זיי" איז נאכנישט געווארן פולקאם אויספרובירט אין "קיין איין" נארמאלע לאנד.

3. אין אמעריקע זענען דא צוויי גרויסע פארטייען, איינס דארף צו פארשטעלן די רעכטע פרא-ביזנעס אגענדע, און די צווייטע דארף צו הייסן אז זיי שטעלן פאר די מער לינקע פרא-ארבעטער אגענדע, אבער ווי באקאנט זענען ביידע פארטיי עסטעבלישמענטס פארכאפט דורך די אויבערשטע פונעם שטייסל וועמענס אינטערעסן זיי דינען, און מ'קען זיך פארשטעלן אז ס'וועט געשען די זעלבע מיט נייע פארטייען וואס וועלן אויפקומען און ווערן סוקסעספול כנזכר לעיל, און דאס איז שוין היינט א זאך מיט וואס אלע אמעריקאנער זענען איינשטימיג, און רוב פון די פשוט'ע המון עם איז שוין אויפגעברויזט דערויף.

רעדנדיג פון פארטייען, זייער אסאך סאציאליסטישע לענדער זענען געפירט געווארן דורך "קאמוניסטישע" פארטייען ווי ס'איז געווען אין די סאוויעטן פארבאנד, און עד היום אין כינע, קובא, לעאס, און וויעטנאם, און הגם די לענדער זענען נישט קאמוניסטיש נאר בלויז סאציאליסטיש, איז אבער א פארטיי נישט קיין "אקטועלע" וועג פון פירן, ס'קען בסך הכל מיינען א "וויזיע" וואס מ'האט (וואס קאמוניזם וואלט געקענט ארבעטן... נו פארוואס דען נישט...) און דערפאר איז עס נישט קיין סתירה ווען א "קאמוניסטישע פארטיי" פירט א "סאציאליסטישע רעגירונג", נאר אדרבא, קאמוניסטישע פארטייען וואס האבן פאר זיך דעם וויזיע, אימפלימענטירן סאציאליזם וואס קען יא ארבעטן און לעזט מער ווייניגער די פראבלעמען וואס קאפיטאליזם ברענגט מיט זיך.

4. ווער זאגט וויפיל פון די פראפיטן גייען גיין צו די איינוואוינער/שותפים אלס דיווידענד, און וויפיל גייט מען נוצן צו צאלן העכערע געהאלטן פאר די ארבעטער? ס'איז בכלל נישט מוכרח אונטער סאציאליזם אז די וועלפעיר וואס מ'באקומט פון די רעגירונג איז גענוג צום לעבן, טעכניש קען אפילו זיין א סאציאליסטישע רעגירונג וואס גיבט נישט קיין וועלפעיר בכלל, נאר די גאנצע הכנסה גייט פאר די ארבעטער, וואס אין אזא פאל ארבעט מען אסאך ענדערשער סיי צוליב וואס מ'מוז דורכצולעבן דעם טאג, און סיי צוליב וואס די געהאלט איז דאן פיל גרעסער ווי ווען מ'לאזט איבער א גרויס טייל פון די הכנסה פאר פראפיט וויאזוי ס'איז ביי א פאר פראפיט ביזנעס, די עיקר ווארט איז, אז וויאזוי מ'זאל עס נאר נישט דרייען וועלן די ארבעטער/קאסטומערס/אייגנטומער - אדער וויאזוי מ'וויל נאר אנרופן די "איינוואווינער" - ארויסנעמען א געזונטע ריוח פונעם געשעפט אויב זיי זענען די שותפים, ווייל דאס גאנצע געלט גייט אין איין וועג אדער די אנדערע אנקומען צו "זיי".
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

גרשון
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » דינסטאג יולי 30, 2019 6:49 pm

ש'כח פאר'ן געבן דעם לאנגען, קלארן הסבר. יאפס, כ'זע אז די טעאריע לעבט טאקע... ונזכה ונחיה ונראה צי ס'וועט אויך אויפלעבן עקאנאמיעס.

טראכט א מינוט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am

תגובהדורך טראכט א מינוט » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 11:24 am

ס'איז ארום געפארן בילדער ווי רבי לעיזער טרעט אויף אין סקיוורא ישיבה איבער די חתונה פלאן
מ'מעג עס ארויף לייגען אדער ס'קעגן תקנות המקום?

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 11:31 am

גרשון האט געשריבן:ש'כח פאר'ן געבן דעם לאנגען, קלארן הסבר. יאפס, כ'זע אז די טעאריע לעבט טאקע... ונזכה ונחיה ונראה צי ס'וועט אויך אויפלעבן עקאנאמיעס.

ניין אבער ביטע שיק מיר אין אישי

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 12:46 pm

אזוי שיין אראפגעלייגט, נישט צום גלייבן. דאס איז דער ערשטער מאל וואס איך האב געזעהן אזוי לאגיש אראפ געלייגט דעם סאציעליסטישע מהלך. כמותך ירבו באיי-וועלט. מיט נאך אפאר אזעלכע שרייבערס ווי דו, וועט דא זיין וואס צו ליינען!

יעצט צו די טעמע.

איין שטארקע טענה וואס איר האט אראפגעלייגט, איז אז אין קאפעטאליזם איז אויך נישט אמת'דיג דא קאמפעטישן, וויבאלד דער וואס איז גרויס, קען גרינג איינשלינגן די אלע קלענערע, און קיינער קען נישט קאמפיטן. א שטייגער ווי עמעזאן האט געטוהן.

מיין ענפער דערויף איז צוויי פאכיג.

איינס, אז איינע פון די זאכן וואס שטייט אין וועג פון פרישע עמך מענטשן צו קענען עפענען ביזנעסעס און קאמפיטן מיט גרעסערע קאמפעניס, איז די קאמפלעצירטע געזעצן און רעגולעישנס וואס באקירדעוועט יעדע אינדאסטרי. למשל, אויב איך וויל יעצט אעפענען א פעקל דעליווערי ביזנעס פון די נייע געגנטער אין לעיקוואד קיין מאנסי. וועל איך קודם דארפן גיין צו אן עקאונטענט און עפענען א ביזנעס. דערנאך וועל איך דארפן גיין צי די DOT צו באקומען זייער לייסענס. דערנאך לייעביליטי אינשורענס, ווארקערס קאמפ וכו' וכו'. דאס וועט נעמען חדשים און קאסטן גרויסע געלטער נאך איידער איך קען פארדינען א פעני. הערשט דערנאך וועט מען דארפן האלטן שטרענגע ביכער, אפשרייבן יעדע ביסל אינקאם און עקספענס, אויסרעכענען וויפיל פון מיין היים אפיס קען יא/נישט ווערן גערעכנט ווי אן עקספענס, וכו' וכו'. די גרויסע ביזנעסער קענען זיך ערלויבן צו צאלן פאר א 'קאמפלייענס אפיסער', די קליינע ביזנעסער נעמט עס ארויס זייער דם התמצית.

א ראי' האסטו דערצו, טאקע אויך פון עמעזאן. זיי האבן אויסגעשטעלט א סיסטעם וואס ערלויבט יעדע שמויגער עפענען א דעליווערי קאמפעני, און זיי שטעלן צו די לאגיסטיקס. די אלע וואס טוהן דאס, ראצערס בלע"ז, קאמפיטן פיין מיט UPS! הפלא ופלא.

צווייטענס, דאס וואס די גרויסע קאמפעניס שלינגן איין די קלענערע, איז וויבאלד זיי שטעלן למעשה גוט צו. זאל עמעזאן פראבירן צו מאכן זייער סערוויס/דעליוועריס שוואכער. עס וועט ניטש דוירען לאנג ביז זיי גייען אינטער. זיי האלטן אין איין אויפקומען מיט פרישע געדאנקן ווי אזוי זיך צו בעסער צושטעלן צו דעם קאסטומער, ווייל זיי האבן נישט קיין ברירה. איי זיי נעמען צו ביזנעס פון מענטשן, אין די זעלבע צייט געבן זיי ארבעט פאר מיליאונען מענטשן.

עס איז דא נאך וואס צו שרייבן, אבער נישט יעצט.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 6:00 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:איין שטארקע טענה וואס איר האט אראפגעלייגט, איז אז אין קאפעטאליזם איז אויך נישט אמת'דיג דא קאמפעטישן, וויבאלד דער וואס איז גרויס, קען גרינג איינשלינגן די אלע קלענערע, און קיינער קען נישט קאמפיטן. א שטייגער ווי עמעזאן האט געטוהן.

ערשטנס, אסאך פון די שווערעקייטן וואס דו האסט אויסגערעכנט ווי גיין צו אן אקאונטענט, האלטן שטרענגע ביכער וכדו' זענען זאכן וואס די איינציגסטע וועג וויאזוי מ'וואלט יענץ געקענט פארמיידן וואלט געווען מיט'ן בכלל נישט רעכענען קיין אינקאם טעקס, וואס דאן וואלט מען נישט געקענט צושטעלן אפילו אזעלכע פשוט'ע זאכן ווי א מיליטער, פאליציי קראפט, און אנדערע זאכן וואס כמעט יעדער איז מודה אז דאס דארף די רעגירונג צושטעלן.

אבער דער אמת איז אפילו אויב די רעגירונג זאל טאקע נישט נעמען קיין אינקאם שטייערן בכלל און נישט אנגיין וויפיל מענטשן פארדינען, וואלט א ביזנעס אייגנטומער נאך אלס געדארפט אן אקאונטענט, און נאך אלס געדארפט אפשרייבן יעדע ביסל אינקאם און עקספענס פשוט צו וויסן צו די ביזנעס מאכט געלט, צו באקומען אן הלואה ווען ס'פעלט אויס וכדו'.

וועגן אנדערע רעגולאציעס, אויסער דעם וואס אסאך רעגולאציעס זענען טאקע דא צו שטערן קאנקורענץ און העלפן מענטשן וואס זענען שוין אין ביזנעס ווי למשל דאס באקומען א לייסענס פון די DOT צו מעגן אפערירן אין א געוויסע רוט כדאי נישט צו אונטערברענגען עקזיסטירענדע ביזנעסער (דאס איז בעצם נישט קאפיטאליסטיש, אבער ס'איז וואס מ'רופט "קראני-קאפיטאליזם", ווייל עס טוט אונטער די נאמען פון "העלפן ביזנעס" שטערן אנדערע פון אריינקומען און עפענען ביזנעסער), זענען אפילו די רעגולאציעס וואס פארשווערן צו זיין אין ביזנעס לאו דוקא עפעס פון וואס נאר קליינע ביזנעסער ליידן, ווייל די גרויסע זענען דאך פונקט אזוי אונטער די רעגולאציעס.

אמת אז בהשקפה ראשונה קען אויסקוקן אז בסך הכל דערלייגן די קליינע מער ווייל די גרויסע שוויצן גרינגער אדורך די אלע שווערעקייטן, אבער די נאטור אז גרויסע קומען זיך גרינגער אויס איז לאו דוקא געבונדן צו רעגולאציעס, נאר ס'איז אין יעדע אספעקט, למשל ווען ס'זאל ווען נישט זיין קיין מינימום וועידזש וואלטן קליינע ביזנעסער פונקט אזוי געמוזט צאלן פאר ארבעטער די זעלבע אדער אפילו מער פון וואס די גרויסע צאלן, ווייל אז נישט וואלט קיינער נישט געזוכט צו ארבעטן ביי זיי.

דאס איז אויסער דעם וואס אלע רעגולאציעס זענען דא פאר א ציל, און אויב ס'איז נישטא צו העלפן - נאר גאר צו שטערן - "ביזנעס", איז עס אבער דא צו העלפן מענטשן, סאו אפילו אויב צו עפענען א ביזנעס מאכט עס שווערער, מאכט עס אבער פאר די סאסייעטי בכלליות גרינגער, למשל וואס האט א סאסייעטי פון א גוטע עקאנאמיע צוליב אסאך קאנקורענץ אין יעדע אינדוסטרי, אויב ווען איינער ווערט געשעדיגט קען ער גארנישט באקומען פונעם שולדיגן ווייל יענער האט נישט קיין לייעביליטי אינשורענס?

און די פשוט'ע וועג צו זען וועלכע וועג ס'איז בעסער, קען מען קוקן אויף די היסטאריע ווען ס'איז געווען עכטע קאפיטאליזם פאר טויזענטער יארן... אין הכי נמי די אפיציעלע "אידעאלאגיע" פון קאפיטאליזם איז בלויז צוויי הונדערט פופציג יאר אלט, איז אבער יענץ בלויז זינט ווען מ'האט געדארפט אן אידעאלאגיע מסביר צו זיין פארוואס קאפיטאליזם איז גוט (צוליב וואס די וועלט האט אנגעהויבן ווערן ציוויליזירט און מ'האט אנגעהויבן צו זוכן וועגן וויאזוי בעסער צו מאכן דאס לעבן פון מענטשן), אבער בעצם איז קאפיטאליזם די נאטורליכע וועג וויאזוי די וועלט פאָרט זינט ששת ימי בראשית, אז ווער ס'האט די מאכט צו טוהן עפעס קען עס טוהן, און ס'איז נישטא קיין "סיסטעם" וואס זאגט וואס מ'מעג יא אדער נישט טוהן, און ווער ס'קען די היסטאריע ווייסט וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט דאס לעבן פון די פויערן אונטער די פריצים, און צו זיי האבן געקענט קאמפיטן מיט זיי צוליב די "איש כל הישר בעיניו יעשה" וואס האט געלאזט יעדעם טוהן וואס ער האט געוואלט - אויב ער האט "געקענט".

וועגן דיין פוינט אז די גרויסע קאמפעניס שלינגן איין די קלענערע וויבאלד זיי שטעלן למעשה גוט צו, איז פשוט אז די סיבה פארוואס גרויסע "קענען" צושטעלן בעסער ווי קליינע איז ווייל זיי האבן די מעגליכקייט דערצו צוליב זייער גרויסקייט. אויך דאס אז זיי האלטן אין איין אויפקומען מיט פרישע געדאנקן ווי אזוי זיך צו בעסער צושטעלן צו דעם קאסטומער "ווייל זיי האבן נישט קיין ברירה", איז פשוט אז די קלענערע האבן פונקט אזוי נישט קיין ברירה נאר זיי קענען זיך עס פשוט נישט ערלויבן, און קורצן איז עס דאס וואס כ'אב פריער געשריבן: די "נאטור" איז, אז ווען מ'איז גרויס קען מען זיך אסאך בעסער אן עצה געבן ווי ווען מ'איז קליין, און צוליב דעם איז די נאטור פון קאפיטאליזם אז ס'וועלן אלס זיין גרויסע וואס וועלן ווערן גרעסער און גרעסער אין די צייט וואס ס'וועט אלס זיין שווערער און שווערער פאר פרישע אריינצוקומען, און דערפאר אלס שווערער פאר מענטשן צו טוהן עפעס צו די גרויסע ווען זיי שטעלן נישט צו דאס וואס זיי וואלטן צוגעשטעלט מיט עכטע קאנקורענצן.

און אגב, די מעלה פון א גרויסע ביזנעס אז ס'קען צושטעלן גרינגער און פאר ביליגער איז עכט, און דערפאר וואלטן אסאך קליינע ביזנעסער נישט געווען קיין עכטע עצה, צוליב וואס ס'וואלט אוועקגענומען דעם בענעפיט, משא"כ איין גרויסע פירמע וואס איז אונטער די אייגנטומערשאפט פון יעדעם איינעם, האט די מעלות פון א גרויסע פירמע, אבער אן די מאנאפאל און אנדערע חסרונות וואס קומען מיט ווען ס'איז אין די הענט פון יחידים פאר פראפיט.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

גרשון
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 8:56 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:און אגב, די מעלה פון א גרויסע ביזנעס אז ס'קען צושטעלן גרינגער און פאר ביליגער איז עכט, און דערפאר וואלטן אסאך קליינע ביזנעסער נישט געווען קיין עכטע עצה, צוליב וואס ס'וואלט אוועקגענומען דעם בענעפיט, משא"כ איין גרויסע פירמע וואס איז אונטער די אייגנטומערשאפט פון יעדעם איינעם, האט די מעלות פון א גרויסע פירמע, אבער אן די מאנאפאל און אנדערע חסרונות וואס קומען מיט ווען ס'איז אין די הענט פון יחידים פאר פראפיט.

אויסער דעם קען א גרויסע פירמע דורכפירן ריסורטש און אינוועסטירן אין פארשידענע פארשונגען וואס א קליינע ביזנעס וואלט קיינמאל נישט געקענט חלומ'ען.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 12:44 am

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:איין שטארקע טענה וואס איר האט אראפגעלייגט, איז אז אין קאפעטאליזם איז אויך נישט אמת'דיג דא קאמפעטישן, וויבאלד דער וואס איז גרויס, קען גרינג איינשלינגן די אלע קלענערע, און קיינער קען נישט קאמפיטן. א שטייגער ווי עמעזאן האט געטוהן.

מיין ענפער דערויף איז צוויי פאכיג.

איינס, אז איינע פון די זאכן וואס שטייט אין וועג פון פרישע עמך מענטשן צו קענען עפענען ביזנעסעס און קאמפיטן מיט גרעסערע קאמפעניס, איז די קאמפלעצירטע געזעצן און רעגולעישנס וואס באקירדעוועט יעדע אינדאסטרי. למשל, אויב איך וויל יעצט אעפענען א פעקל דעליווערי ביזנעס פון די נייע געגנטער אין לעיקוואד קיין מאנסי. וועל איך קודם דארפן גיין צו אן עקאונטענט און עפענען א ביזנעס. דערנאך וועל איך דארפן גיין צי די DOT צו באקומען זייער לייסענס. דערנאך לייעביליטי אינשורענס, ווארקערס קאמפ וכו' וכו'. דאס וועט נעמען חדשים און קאסטן גרויסע געלטער נאך איידער איך קען פארדינען א פעני. הערשט דערנאך וועט מען דארפן האלטן שטרענגע ביכער, אפשרייבן יעדע ביסל אינקאם און עקספענס, אויסרעכענען וויפיל פון מיין היים אפיס קען יא/נישט ווערן גערעכנט ווי אן עקספענס, וכו' וכו'. די גרויסע ביזנעסער קענען זיך ערלויבן צו צאלן פאר א 'קאמפלייענס אפיסער', די קליינע ביזנעסער נעמט עס ארויס זייער דם התמצית.

א ראי' האסטו דערצו, טאקע אויך פון עמעזאן. זיי האבן אויסגעשטעלט א סיסטעם וואס ערלויבט יעדע שמויגער עפענען א דעליווערי קאמפעני, און זיי שטעלן צו די לאגיסטיקס. די אלע וואס טוהן דאס, ראצערס בלע"ז, קאמפיטן פיין מיט UPS! הפלא ופלא.

צווייטענס, דאס וואס די גרויסע קאמפעניס שלינגן איין די קלענערע, איז וויבאלד זיי שטעלן למעשה גוט צו. זאל עמעזאן פראבירן צו מאכן זייער סערוויס/דעליוועריס שוואכער. עס וועט ניטש דוירען לאנג ביז זיי גייען אינטער. זיי האלטן אין איין אויפקומען מיט פרישע געדאנקן ווי אזוי זיך צו בעסער צושטעלן צו דעם קאסטומער, ווייל זיי האבן נישט קיין ברירה. איי זיי נעמען צו ביזנעס פון מענטשן, אין די זעלבע צייט געבן זיי ארבעט פאר מיליאונען מענטשן.

עס איז דא נאך וואס צו שרייבן, אבער נישט יעצט.

ערשטנס, אסאך פון די שווערעקייטן וואס דו האסט אויסגערעכנט ווי גיין צו אן אקאונטענט, האלטן שטרענגע ביכער וכדו' זענען זאכן וואס די איינציגסטע וועג וויאזוי מ'וואלט יענץ געקענט פארמיידן וואלט געווען מיט'ן בכלל נישט רעכענען קיין אינקאם טעקס, וואס דאן וואלט מען נישט געקענט צושטעלן אפילו אזעלכע פשוט'ע זאכן ווי א מיליטער, פאליציי קראפט, און אנדערע זאכן וואס כמעט יעדער איז מודה אז דאס דארף די רעגירונג צושטעלן.

נישט ממש, די אינקאם טעקס איז ס"ה אביסעל איבער הינטערט יאר אלט. די רעגירונג האט ביז דאן געלעבט פון סעילס שטייער וכדו'. די אינקאם טעקס גיבט פאר די רעגירונג א מורא'דיגער קאנטראול איבער אירע בירגער, און שאפט זיי אסאך קאפ ווייטאג.

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:דאס איז אויסער דעם וואס אלע רעגולאציעס זענען דא פאר א ציל, און אויב ס'איז נישטא צו העלפן - נאר גאר צו שטערן - "ביזנעס", איז עס אבער דא צו העלפן מענטשן, סאו אפילו אויב צו עפענען א ביזנעס מאכט עס שווערער, מאכט עס אבער פאר די סאסייעטי בכלליות גרינגער, למשל וואס האט א סאסייעטי פון א גוטע עקאנאמיע צוליב אסאך קאנקורענץ אין יעדע אינדוסטרי, אויב ווען איינער ווערט געשעדיגט קען ער גארנישט באקומען פונעם שולדיגן ווייל יענער האט נישט קיין לייעביליטי אינשורענס?

לייעביליטי אינשורענס איז טאקע א גוטע משל. אויב איך קען מיר נאר ערלויבן הינדערט דאלער צו פאריכטן א לייט, וויל איך האבן דעם אפשען צו נעמען א פרישע הענדימען וויסענדיג אז ער האט נישט קיין אינשורענס, ווייל איך בין גרייט צו נעמען די ריזיקע אויף מיר. איך האב נישט די צוויי פיפציג צו צאלן פאר איינער וואס דארף דעקן א גאנצע אווערהע"ד. און אדרבא, זאל דער גרעסערע הענדימען פראקלאמירן 'פולי לייסענסד ענד אינשורד' און דאס וועט טאקע שטופן מענטשן אים צו ניצן. אבער ביטע צווינג מיר נישט דערצו.

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:און די פשוט'ע וועג צו זען וועלכע וועג ס'איז בעסער, קען מען קוקן אויף די היסטאריע ווען ס'איז געווען עכטע קאפיטאליזם פאר טויזענטער יארן... אין הכי נמי די אפיציעלע "אידעאלאגיע" פון קאפיטאליזם איז בלויז צוויי הונדערט פופציג יאר אלט, איז אבער יענץ בלויז זינט ווען מ'האט געדארפט אן אידעאלאגיע מסביר צו זיין פארוואס קאפיטאליזם איז גוט (צוליב וואס די וועלט האט אנגעהויבן ווערן ציוויליזירט און מ'האט אנגעהויבן צו זוכן וועגן וויאזוי בעסער צו מאכן דאס לעבן פון מענטשן), אבער בעצם איז קאפיטאליזם די נאטורליכע וועג וויאזוי די וועלט פאָרט זינט ששת ימי בראשית, אז ווער ס'האט די מאכט צו טוהן עפעס קען עס טוהן, און ס'איז נישטא קיין "סיסטעם" וואס זאגט וואס מ'מעג יא אדער נישט טוהן, און ווער ס'קען די היסטאריע ווייסט וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט דאס לעבן פון די פויערן אונטער די פריצים, און צו זיי האבן געקענט קאמפיטן מיט זיי צוליב די "איש כל הישר בעיניו יעשה" וואס האט געלאזט יעדעם טוהן וואס ער האט געוואלט - אויב ער האט "געקענט".

דאס איז נישט ממש ריכטיג. לויט ווי איך פארשטיי, בעפאר די אידעאלאגיע פון קאפיטליזם און פרייהייט האט זיך פארשפרייט, איז געווען די פיודאַל סיסטעם און וואס אלע מענטשן האבן געהערט צו זייער קעניג, און נאר געהאט אזוי פיל רעכט וויפיל מען האט זיי געגעבן. און דאס איז די סיבה פארוואס די פויערן זענען געווען אזוי אינטערדריקט. די פריצים זענען נישט דוקא געווען רייך. פילע פון זיי האבן זיך געטונקן אין חובות. קאפיטאליזם האט נישט דא געשפילט קיין ראלע.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 4:22 pm
לאקאציע: ביני עמודי דגירסא

תגובהדורך זעקס און ניינציגער » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 7:04 am

ווי איז דער שמועס פון רעבלעיזער פון דעם דאנערשטאג דערעוילם ווארט
טעיק איט איזי

גרשון
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 12:18 pm

איך זע נאך א שטארקע פראבלעם אין סאציאליזם: ביוראקראטיע. פארשלעפטקייט צוליב ביוראקראטיע איז מעשים בכל יום אין יעדן ארט וואו די רעגירונג'ס האנט איז פארמישט. אין א קאפיטאליסטישן סיסטעם וואו יעדער "כאפט" געלט, איז פשוט אז יעדער וויל אז זאכן זאלן זיך רוקן ווי שנעלער - עפענען א ביזנעס, פארקויפן, מאכן געלט, זיך בויען גרעסער, אא"וו. אויב וועט אבער די רעגירונג פארפיגן אויף אלץ און אלעמען וועלן זאכן בלי ספק ווערן פארשלעפט, ס'וועלן זיך כסדר מאכן קארופציע סקאנדאלן, און בכלל וועט די רעגירונג דארפן האבן אן אומגעהויערן מאס מיט ארבעטער צו קענען קעיר נעמען פון אזא גרויסע "פירמע."

לעב און שטרעב
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:12 pm

תגובהדורך לעב און שטרעב » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 2:52 pm

נישטא קיין שיעור די וואך?

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 4:08 pm

גרשון האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:און אגב, די מעלה פון א גרויסע ביזנעס אז ס'קען צושטעלן גרינגער און פאר ביליגער איז עכט, און דערפאר וואלטן אסאך קליינע ביזנעסער נישט געווען קיין עכטע עצה, צוליב וואס ס'וואלט אוועקגענומען דעם בענעפיט, משא"כ איין גרויסע פירמע וואס איז אונטער די אייגנטומערשאפט פון יעדעם איינעם, האט די מעלות פון א גרויסע פירמע, אבער אן די מאנאפאל און אנדערע חסרונות וואס קומען מיט ווען ס'איז אין די הענט פון יחידים פאר פראפיט.

אויסער דעם קען א גרויסע פירמע דורכפירן ריסורטש און אינוועסטירן אין פארשידענע פארשונגען וואס א קליינע ביזנעס וואלט קיינמאל נישט געקענט חלומ'ען.

טעאריע רעדט פון גרויסע ריזיגע ביזנעסער קעגן קלענערע אנליין ביזנעסער און נעץ געשעפטן. פאקטיש איז אונטער קאפיטאליזם פארהאן טויזנטער שיך געשעפטן, קליידער געשעפטן, גראסעריס, קיאסקן, רעסטוראנטן און דעליס, זייגער און דזשולערי געשעפטן, שיך רעפעיר און ניי פאבריקן. אויסער די טויזנטער קאנסטראקציע פירמעס, וועלכע לעבן נאר אדאנק קאפיטאליזם.

פאר א סיבה האט זיך סאציאליזם אויפגעלעזט נאך אזויפיל יאר וואס מ'האט עס פרובירט. קאמוניזם איז געווען א מיטל צו קענען פירן די לענדער סאציאליסטיש, פאקטיש איז עס איבעראל דורכגעפאלן, קאפיטאליזם האט זיך שנעלער פארגעשריטן און דיקטאוטוריזם איז אריינגעקומען אין אלע סאציאליסטישע לענדער לאזנדיג בירגער שטארבן פאר הינגער.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1996
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 6:24 pm

גרשון האט געשריבן:איך זע נאך א שטארקע פראבלעם אין סאציאליזם: ביוראקראטיע. פארשלעפטקייט צוליב ביוראקראטיע איז מעשים בכל יום אין יעדן ארט וואו די רעגירונג'ס האנט איז פארמישט. אין א קאפיטאליסטישן סיסטעם וואו יעדער "כאפט" געלט, איז פשוט אז יעדער וויל אז זאכן זאלן זיך רוקן ווי שנעלער - עפענען א ביזנעס, פארקויפן, מאכן געלט, זיך בויען גרעסער, אא"וו. אויב וועט אבער די רעגירונג פארפיגן אויף אלץ און אלעמען וועלן זאכן בלי ספק ווערן פארשלעפט, ס'וועלן זיך כסדר מאכן קארופציע סקאנדאלן, און בכלל וועט די רעגירונג דארפן האבן אן אומגעהויערן מאס מיט ארבעטער צו קענען קעיר נעמען פון אזא גרויסע "פירמע."

שטארקע סברה.

פּשוט און פּראָסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » זונטאג אוגוסט 04, 2019 12:09 am

לעב און שטרעב האט געשריבן:נישטא קיין שיעור די וואך?

כ׳האב מורא די ציונים האבן געלײגט א האנט אױף אים נאכן הערן די לעצטע שיעור

גײמיר פראטעסטירן?
בנערינו ובזקיננו נלך!!

#קאנספיראציע־אשכול־אלערט

אוועטאר
ציגעלע
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm

תגובהדורך ציגעלע » זונטאג אוגוסט 04, 2019 10:33 am

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
לעב און שטרעב האט געשריבן:נישטא קיין שיעור די וואך?

כ׳האב מורא די ציונים האבן געלײגט א האנט אױף אים נאכן הערן די לעצטע שיעור

גײמיר פראטעסטירן?
בנערינו ובזקיננו נלך!!

#קאנספיראציע־אשכול־אלערט

איך מיין עס איז די ערשטע מאל ער פארפאסט א שיעור זייט ער האט אנגעהויבען #סאמטינג פישי

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » זונטאג אוגוסט 04, 2019 12:15 pm

טעאריע, דו לעבסט נאך?...

איך האב נאך אסאך אויסצופאקן איבער דעם נושא, אבער סתם צו הערן מיין ווידער קול פון די אנדערע קאפיטאליסטן דא, איז נישט אינטערעסאנט.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » זונטאג אוגוסט 04, 2019 12:21 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:איין שטארקע טענה וואס איר האט אראפגעלייגט, איז אז אין קאפעטאליזם איז אויך נישט אמת'דיג דא קאמפעטישן, וויבאלד דער וואס איז גרויס, קען גרינג איינשלינגן די אלע קלענערע, און קיינער קען נישט קאמפיטן. א שטייגער ווי עמעזאן האט געטוהן.

מיין ענפער דערויף איז צוויי פאכיג.

איינס, אז איינע פון די זאכן וואס שטייט אין וועג פון פרישע עמך מענטשן צו קענען עפענען ביזנעסעס און קאמפיטן מיט גרעסערע קאמפעניס, איז די קאמפלעצירטע געזעצן און רעגולעישנס וואס באקירדעוועט יעדע אינדאסטרי. למשל, אויב איך וויל יעצט אעפענען א פעקל דעליווערי ביזנעס פון די נייע געגנטער אין לעיקוואד קיין מאנסי. וועל איך קודם דארפן גיין צו אן עקאונטענט און עפענען א ביזנעס. דערנאך וועל איך דארפן גיין צי די DOT צו באקומען זייער לייסענס. דערנאך לייעביליטי אינשורענס, ווארקערס קאמפ וכו' וכו'. דאס וועט נעמען חדשים און קאסטן גרויסע געלטער נאך איידער איך קען פארדינען א פעני. הערשט דערנאך וועט מען דארפן האלטן שטרענגע ביכער, אפשרייבן יעדע ביסל אינקאם און עקספענס, אויסרעכענען וויפיל פון מיין היים אפיס קען יא/נישט ווערן גערעכנט ווי אן עקספענס, וכו' וכו'. די גרויסע ביזנעסער קענען זיך ערלויבן צו צאלן פאר א 'קאמפלייענס אפיסער', די קליינע ביזנעסער נעמט עס ארויס זייער דם התמצית.

א ראי' האסטו דערצו, טאקע אויך פון עמעזאן. זיי האבן אויסגעשטעלט א סיסטעם וואס ערלויבט יעדע שמויגער עפענען א דעליווערי קאמפעני, און זיי שטעלן צו די לאגיסטיקס. די אלע וואס טוהן דאס, ראצערס בלע"ז, קאמפיטן פיין מיט UPS! הפלא ופלא.

צווייטענס, דאס וואס די גרויסע קאמפעניס שלינגן איין די קלענערע, איז וויבאלד זיי שטעלן למעשה גוט צו. זאל עמעזאן פראבירן צו מאכן זייער סערוויס/דעליוועריס שוואכער. עס וועט ניטש דוירען לאנג ביז זיי גייען אינטער. זיי האלטן אין איין אויפקומען מיט פרישע געדאנקן ווי אזוי זיך צו בעסער צושטעלן צו דעם קאסטומער, ווייל זיי האבן נישט קיין ברירה. איי זיי נעמען צו ביזנעס פון מענטשן, אין די זעלבע צייט געבן זיי ארבעט פאר מיליאונען מענטשן.

עס איז דא נאך וואס צו שרייבן, אבער נישט יעצט.

ערשטנס, אסאך פון די שווערעקייטן וואס דו האסט אויסגערעכנט ווי גיין צו אן אקאונטענט, האלטן שטרענגע ביכער וכדו' זענען זאכן וואס די איינציגסטע וועג וויאזוי מ'וואלט יענץ געקענט פארמיידן וואלט געווען מיט'ן בכלל נישט רעכענען קיין אינקאם טעקס, וואס דאן וואלט מען נישט געקענט צושטעלן אפילו אזעלכע פשוט'ע זאכן ווי א מיליטער, פאליציי קראפט, און אנדערע זאכן וואס כמעט יעדער איז מודה אז דאס דארף די רעגירונג צושטעלן.

נישט ממש, די אינקאם טעקס איז ס"ה אביסעל איבער הינטערט יאר אלט. די רעגירונג האט ביז דאן געלעבט פון סעילס שטייער וכדו'. די אינקאם טעקס גיבט פאר די רעגירונג א מורא'דיגער קאנטראול איבער אירע בירגער, און שאפט זיי אסאך קאפ ווייטאג.

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:דאס איז אויסער דעם וואס אלע רעגולאציעס זענען דא פאר א ציל, און אויב ס'איז נישטא צו העלפן - נאר גאר צו שטערן - "ביזנעס", איז עס אבער דא צו העלפן מענטשן, סאו אפילו אויב צו עפענען א ביזנעס מאכט עס שווערער, מאכט עס אבער פאר די סאסייעטי בכלליות גרינגער, למשל וואס האט א סאסייעטי פון א גוטע עקאנאמיע צוליב אסאך קאנקורענץ אין יעדע אינדוסטרי, אויב ווען איינער ווערט געשעדיגט קען ער גארנישט באקומען פונעם שולדיגן ווייל יענער האט נישט קיין לייעביליטי אינשורענס?

לייעביליטי אינשורענס איז טאקע א גוטע משל. אויב איך קען מיר נאר ערלויבן הינדערט דאלער צו פאריכטן א לייט, וויל איך האבן דעם אפשען צו נעמען א פרישע הענדימען וויסענדיג אז ער האט נישט קיין אינשורענס, ווייל איך בין גרייט צו נעמען די ריזיקע אויף מיר. איך האב נישט די צוויי פיפציג צו צאלן פאר איינער וואס דארף דעקן א גאנצע אווערהע"ד. און אדרבא, זאל דער גרעסערע הענדימען פראקלאמירן 'פולי לייסענסד ענד אינשורד' און דאס וועט טאקע שטופן מענטשן אים צו ניצן. אבער ביטע צווינג מיר נישט דערצו.

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:און די פשוט'ע וועג צו זען וועלכע וועג ס'איז בעסער, קען מען קוקן אויף די היסטאריע ווען ס'איז געווען עכטע קאפיטאליזם פאר טויזענטער יארן... אין הכי נמי די אפיציעלע "אידעאלאגיע" פון קאפיטאליזם איז בלויז צוויי הונדערט פופציג יאר אלט, איז אבער יענץ בלויז זינט ווען מ'האט געדארפט אן אידעאלאגיע מסביר צו זיין פארוואס קאפיטאליזם איז גוט (צוליב וואס די וועלט האט אנגעהויבן ווערן ציוויליזירט און מ'האט אנגעהויבן צו זוכן וועגן וויאזוי בעסער צו מאכן דאס לעבן פון מענטשן), אבער בעצם איז קאפיטאליזם די נאטורליכע וועג וויאזוי די וועלט פאָרט זינט ששת ימי בראשית, אז ווער ס'האט די מאכט צו טוהן עפעס קען עס טוהן, און ס'איז נישטא קיין "סיסטעם" וואס זאגט וואס מ'מעג יא אדער נישט טוהן, און ווער ס'קען די היסטאריע ווייסט וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט דאס לעבן פון די פויערן אונטער די פריצים, און צו זיי האבן געקענט קאמפיטן מיט זיי צוליב די "איש כל הישר בעיניו יעשה" וואס האט געלאזט יעדעם טוהן וואס ער האט געוואלט - אויב ער האט "געקענט".

דאס איז נישט ממש ריכטיג. לויט ווי איך פארשטיי, בעפאר די אידעאלאגיע פון קאפיטליזם און פרייהייט האט זיך פארשפרייט, איז געווען די פיודאַל סיסטעם און וואס אלע מענטשן האבן געהערט צו זייער קעניג, און נאר געהאט אזוי פיל רעכט וויפיל מען האט זיי געגעבן. און דאס איז די סיבה פארוואס די פויערן זענען געווען אזוי אינטערדריקט. די פריצים זענען נישט דוקא געווען רייך. פילע פון זיי האבן זיך געטונקן אין חובות. קאפיטאליזם האט נישט דא געשפילט קיין ראלע.

פאר ס'איז געווען אינקאם טעקס האט די רעגירונג געלעבט פון גרעניץ שטייערן, וואס האט אויך די מעלה אז איינער וואס וויל מאכן געלט פון פארקויפן זאכן אין לאנד וועט עס ענדערש לאזן מאכן אין לאנד כדאי נישט צו צאלן דעם שטייער, אבער פון די אנדערע זייט איז דאן אויך נישט געווען די מעלה פון קאנקורענץ פון וואס די פרייע מארקעט קאפיטאליסטן רעדן.

סעילס טעקס איז נאך ערגער פון א פלאכע ראטע אינקאם טעקס, ווייל ביי א פלאכע ראטע אינקאם טעקס צאלט כאטש דער בעסערע פארדינער מער, ער צאלט נאר נישט קיין גרעסערע פראצענט, משא"כ ביי סעילס טעקס צאלט דער וואס פארדינט א ביליאן דאלאר די זעלבע פון דעם וואס פארדינט גארנישט אויב קויפט ער פאר די זעלבע סכום (אין הכי נמי אז א גרעסערע פארדינער האט א שאנס צו אויסגעבן מער געלט, אבער קיינער קען אים נישט צווינגען אויסצוגעבן א גרויס טייל פון זיין געלט, און דער שוואכער פארדינער מוז דאך אויך אויסגעבן וויפיל זיין לעבן קאסט אים, און די וואס מאכן גאר אסאך געלט געבן אויס פיל קלענערע פראצענטן פון זייער אינקאם ווי דער שוואכער פארדינער).

וועגן די לייעביליטי אינשורענס, אט דאס טאקע איז די פראבלעם, די רעגירונג האט מורא אז אויב די וועסט האבן די אפציע וועסטו עס נאך רחמנא ליצלן טוהן, און די רעגירונג האלט אז אויב איז די מציאות איז אז סאסייעטי איז מער מסודר ווען מ'האט יא אינשורענס, דארף מען טוהן וואס מ'קען אז מ'זאל עס האבן.

וועגן וויאזוי די וועלט האט זיך געפירט אינעם מיטל-אלטער, די דאזיגע מיטאָס איז איינע פון די יסודות אויף וואס די "פרייהייט" באוועגונגען אריינגערעכנט "פרייע מארקעט קאפיטאליזם" זענען געבויט, נעמליך, אז אן "קאנטראל" איז דא "פרייהייט". די מציאות איז אבער אז ווען קיינער איז נישט און קאנטראל, קומט איינער און נעמט קאנטראל, און ער צווינגט ארויף זאכן אויף אנדערע און יענער מוז עס טוהן נישט ווייל ער "טאר" אים נישט אנפייפן, נאר ווייל ער "קען" אים נישט אנפייפן!

וואס איך זאג אין אנדערע ווערטער איז, אז די אמאליגע קעניגן האבן נישט געהאט קיין מאכט וואס א "סיסטעם" האט זיי געגעבן, נאר וואס "די נאטור" האט געמאכט אז זיי זאלן האבן צוליב די געלט און מאכט וואס זיי האבן געהאט, און זינט די נאטור האט זיך נישט געטוישט, איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס ס'זאל זיין אנדערש אויב ווען נישט די "רעגולאציעס" וואס "באגרעניצן" געוויסע פרייהייטן וואס מענטשן וואלטן נאטורליך געהאט.

און די זאך איז שייך ביי יעדע סארט פרייהייט, אריינגערעכנט א פרייע עקאנאמישע מארקעט.

אויב ס'וואלט נישט געווען אויף די בוק קיין שום באגרעניצונג וואס מ'מעג יא אדער נישט טוהן, הגם יעדער וואלט "געמעגט" טוהן וואס זיי וואלטן געוואלט, אבער וואלטן זיי "געקענט"? אויב ס'וואלט נישט געווען אויף די בוק קיין שום באגרעניצונג וואס מ'מעג יא אדער נישט טוהן, וואס וואלט למשל געקענט אפהאלטן עמעזאן און גוגל פון אפקויפן ריזיגע שטחים און פארדינגען בלויז פאר ווער ס'ארבעט ביי זיי, וואס דאס וואלט אטאמאטיש "געצווינגען" די אלע וואס טרעפן נישט קיין דירה ערגעץ אנדערש צו מוזן ארבעטן ביי זיי אפילו אויב זיי צאלן גאר שוואך, און זיכער וואלט מען נישט געקענט עפענען אן אייגענע ביזנעס, הגם טעכניש "מעג מען", וואלט יענץ בעסער געווען פון די אמאליגע קעניגרייכן וואס האט פונקט ווי די היינטיגע גרויסע קאמפאניס צוגעשטעלט "דזשאבס" פאר זייערע בירגער?
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

גרשון
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » זונטאג אוגוסט 04, 2019 5:19 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:פאר ס'איז געווען אינקאם טעקס האט די רעגירונג געלעבט פון גרעניץ שטייערן, וואס האט אויך די מעלה אז איינער וואס וויל מאכן געלט פון פארקויפן זאכן אין לאנד וועט עס ענדערש לאזן מאכן אין לאנד כדאי נישט צו צאלן דעם שטייער, אבער פון די אנדערע זייט איז דאן אויך נישט געווען די מעלה פון קאנקורענץ פון וואס די פרייע מארקעט קאפיטאליסטן רעדן.

דאס איז זיכער א שטארקע טענה אפצופרעגן די וואס האלטן אז מ'דארף לאזן די עקאנאמיע "נאטורליך," נעמליך ווייל לויט דער נאטור וואלט געווען איש את רעהו חיים בלעו, ווי דו זאגסט. דאס איז פונקט ווי די אלגעמיינע געזעלשאפט און באציאונגען צווישן מענטשן קען נישט זיין "נאטורליך," נאר מוז זיין מיט קאנטראל פון פאליציי, יוריסדיקציע, און מיליטער צווישן אנדערע לענדער.

ס'ווענדט אבער נישט אפ די קאפיטאליסטן אינגאצן. ווייל זיי וועלן טענה'ן אז אין הכי נמי, מ'דארף האבן רעגירונג קאנטראל אז מ'זאל נישט קענען בא'עולה'ן יענעם עקאנאמיש - מאנאפולירן די מארקעט צו שטארק, האנדלען מיט זאכן וואס א צווייטער האט א פאטענט, אא"וו - און פון דעם אליין וואלט עס שוין נישט אויסגעקוקט ווי אונטער די פריצים וועלכע האבן נישט געדארפט אפגעבן קיינעם דין וחשבון און האבן געקענט טון ככל העולה על רוחם, אבער מער פון דעם פעלט שוין נישט אויס, ווייל איינמאל די מארקעט ווערט געפירט יושר'דיג איז בעסער די רעגירונג זאל שטיין ווי ווייטער. (איך האלט גראדע נישט אז ס'איז טאקע אזוי, איך זאג נאר אז מ'קען זיי נישט אפווענדן פונעם סיסטעם וואס איז געווען מיט עטליכע הונדערט יאר צוריק.)

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » זונטאג אוגוסט 04, 2019 5:40 pm

ווי כ'האב שוין געשריבן אויבן, גיי איך נישט אריין אין דעם צו אבסאלוטע סאציאליזם איז בעסער אדער ערגער ווי טיילווייזע, נאר צו אבסאלוטע סאציאליזם איז בעסער אדער ערגער ווי אבסאלוטע קאפיטאליזם.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט