איבערלאזן קינדער אין קאר - סכנת נפשות

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

האט זיך שוין געמאכט אז איר האט איבערגעלאזט א קינד אין קאר?

יא
9
12%
ניין
68
88%
 
סך הכול שטימען: 77

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

איבערלאזן קינדער אין קאר - סכנת נפשות

תגובהדורך פאר'מוח'ט » זונטאג יולי 28, 2019 11:03 am

לעצטענס הערט מען זייער אפט איבער מענטשן וואס לאזן איבער אומוועלנדיג א קינד און קאר, און מען באצאלט דערפאר זייער טראגיש רח"ל, נאכן האבן א שטיקל דעבאטע אין איינע פון די אשכולות פון וואס דאס קומט, און וואס זענען די עצות וואס מען קען טוהן דערצו, לאמיר הערן דעם דעת הקהל איבער דעם נושא.

ס'פאסירט צוליב צוויי סיבות, אדער פארגעסט מען בכלל אז מען האט א קינד אין קאר (יא... ליידער דאס מאכט זיך ), אדער גייט מען ארויס פאר געציילטע מינוט און מ'ווערט פארשמועסט וכדומה... דעריבער איז דאס א שווערע נושא, גיי שלאג דיך מיטן מלאך פון שכחה...
לעצט פאראכטן דורך פאר'מוח'ט אום זונטאג יולי 28, 2019 11:13 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » זונטאג יולי 28, 2019 11:06 am

האביך לעצטענס געהערט א פיינעם עצה, ווען מען נעמט אריין א קינד אין קאר זאל מען אויפהענגן אויפן הונטערשטן פענסטער דעם צעטל וואס לויטעט BABY IN CAR און דאס וועט ציען אויפמערקזאמקייט פון די דורכגייער.
צוגעלייגטע
18017200-baby-on-board-warning-sign-in-the-back-window-of-a-car-to-advise-cars-behind-of-the-presence-of-a-to.jpg
18017200-baby-on-board-warning-sign-in-the-back-window-of-a-car-to-advise-cars-behind-of-the-presence-of-a-to.jpg (132.13 KiB) געזעהן 1543 מאל
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » זונטאג יולי 28, 2019 11:07 am

איך האב אמאל געהאט מיין משפחה אין קאר מיין ווייב איז ארויס מיט מיינע קינדער ביי א סטאר, מיין ווייב האט מיר געזאגט אז די בעיבי לאזט זי אין קאר, איך זייענדיג אויפן פאן האט מיין ווייב איבערגעזאגט 2 3 מאל יענקי בלייבט אין קאר( ער איז געשלאפן )
איך בין ציגעפארן אהיים ארויס פון קאר נישט וויסנדיג אז יענקי איז געבליבן
זייענדיג אינדערהיים ווי מאדענע עס הערט זיך האט מיין ווייבס ווערטער געגעבן ווי א קלינג אין אויער יענקי בלייבט אין קאר
איך בין צוריקגעלאפן צי מיין קאר ס'איז געווען אינמיטן זימער געטראפן די בעיבי פיין שלאפן אין ארויסגענומען ב''ה( קיינער פון די שכנים האבן נישט באמערקט צי מיין פרייד )
ער איז געווען 95 סעקונדעס אין קאר אליין איך האב געסעווד די דעש קעם וואס האט אלעס אפגעכאפט פין אינסייד די קאר

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » זונטאג יולי 28, 2019 11:09 am

לאזן די סעלפאן נעבן קינד מען קען זיין אויף בלוטוט אין קאר
אויפציעל טאר מען עניווקארעי נישט רעדן אינמיטן דרייוון....
לעצט פאראכטן דורך לייטער אום זונטאג יולי 28, 2019 11:10 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » זונטאג יולי 28, 2019 11:09 am

לייטער האט געשריבן:איך האב אמאל געהאט מיין משפחה אין קאר מיין ווייב איז ארויס מיט מיינע קינדער ביי א סטאר, מיין ווייב האט מיר געזאגט אז די בעיבי לאזט זי אין קאר, איך זייענדיג אויפן פאן האט מיין ווייב איבערגעזאגט 2 3 מאל יענקי בלייבט אין קאר( ער איז געשלאפן )
איך בין ציגעפארן אהיים ארויס פון קאר נישט וויסנדיג אז יענקי איז געבליבן
זייענדיג אינדערהיים ווי מאדענע עס הערט זיך האט מיין ווייבס ווערטער געגעבן ווי א קלינג אין אויער יענקי בלייבט אין קאר
איך בין צוריקגעלאפן צי מיין קאר ס'איז געווען אינמיטן זימער געטראפן די בעיבי פיין שלאפן אין ארויסגענומען ב''ה( קיינער פון די שכנים האבן נישט באמערקט צי מיין פרייד )
ער איז געווען 95 סעקונדעס אין קאר אליין איך האב געסעווד די דעש קעם וואס האט אלעס אפגעכאפט פין אינסייד די קאר

א דאפעלטע מזל...
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
א.ב.ג
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2019 1:13 pm

תגובהדורך א.ב.ג » זונטאג יולי 28, 2019 11:16 am

פאר'מוח'ט האט געשריבן:לעצטענס הערט מען זייער אפט איבער מענטשן וואס לאזן איבער אומוועלנדיג א קינד און קאר, און מען באצאלט דערפאר זייער טראגיש רח"ל, נאכן האבן א שטיקל דעבאטע אין איינע פון די אשכולות פון וואס דאס קומט, און וואס זענען די עצות וואס מען קען טוהן דערצו, לאמיר הערן דעם דעת הקהל איבער דעם נושא.

ס'פאסירט צוליב צוויי סיבות, אדער פארגעסט מען בכלל אז מען האט א קינד אין קאר (יא... ליידער דאס מאכט זיך ), אדער גייט מען ארויס פאר געציילטע מינוט און מ'ווערט פארשמועסט וכדומה... דעריבער איז דאס א שווערע נושא, גיי שלאג דיך מיטן מלאך פון שכחה...

דאס מציאות ווייזט אז דאס איז יעדעס מאל געשעהן דורכן פארגעסן אז מען האט בכלל א קינד אין די קאר! אין נישט דורכן פארנאסלעכיגן אין איבערלאזן דווקא די קינד פאר נאר 2-3 מינוט אין דערנאך זיך פארשלעפן..

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » זונטאג יולי 28, 2019 11:16 am

דא האביך איך געטראפן אן ענליכע אזא אשכול, דערף מען רעדן צו די אייוועלט פירער מען זאל דאס צוזאמשמעלצן.
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » זונטאג יולי 28, 2019 11:37 am

פארוואס זאלן קארן נישט האבן דעם זעלבן קנעפל וואס די באסעס האבן וואס מען דארף קוועטשן ביים הונטערשטן זיץ, כדי צו פארזיכערן אז קיינער איז נישט געבליבן?
ווייל ער איז א דרשו איד!

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » זונטאג יולי 28, 2019 11:38 am

עפפ געוויסע אקטעוויסטן אין א"י האבן אויפגעמאכט א בחינם'דיגע עפפ וועלכע דערמאנט אויב מ'האט איבערגעלאזט א קינד אין קאר אדער אין ערגעץ אנדערש
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

מי כעמך
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובהדורך מי כעמך » זונטאג יולי 28, 2019 12:02 pm

איך קלער אז ס'וואלט ווען געדארפט זיין א סענסער אין די קאר וואס אויב עס פילט אז א מענטש איז פארבליבן אין די קאר זאל עס אויטאמאטיש אנצינדען די עירקאנדישען, אזוי אויך זאל עס שיקען א מעסעדזש אדער גאר אריינריפן מיט א אויטאמעיטעד סיסטעם צו דער דרייווער אז א מענטש געפינט זיך אין די קאר. עס וואלט געראטעוועט מענטשליכע לעבנס נאך אזוי ווי סיעט בעלטס.
די היינטיגע טעכנעלאגיע וואלט עס געמעגט ערמעגליכן.
אז מ'איז פארבינדען פון אויבן פאלט מען נישט פון אונטען 10x(כרובים עליונים)

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » זונטאג יולי 28, 2019 2:02 pm

מי כעמך האט געשריבן:איך קלער אז ס'וואלט ווען געדארפט זיין א סענסער אין די קאר וואס אויב עס פילט אז א מענטש איז פארבליבן אין די קאר זאל עס אויטאמאטיש אנצינדען די עירקאנדישען, אזוי אויך זאל עס שיקען א מעסעדזש אדער גאר אריינריפן מיט א אויטאמעיטעד סיסטעם צו דער דרייווער אז א מענטש געפינט זיך אין די קאר. עס וואלט געראטעוועט מענטשליכע לעבנס נאך אזוי ווי סיעט בעלטס.
די היינטיגע טעכנעלאגיע וואלט עס געמעגט ערמעגליכן.

מיין קאר יעדעס מאל ווען מען לעשט עס אויס קלינג עס מיט א רימיינדער צו קוקן און די בעק סיעט

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » זונטאג יולי 28, 2019 11:55 pm

ביז מ'ווערט צוגעוואוינט און מ'דרייט זיך שוין נישט אויס.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 978
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג יולי 29, 2019 11:04 am

איין זאך וואס גייט מיר נישט אין קאפ אריין---
די שולד געפילען פון עלטערן זענען דאך איום ונורא, נישטא קיין גרעסערע עונש און צער פאר א טאטע אדער מאמע וואס האבן בידיים גורם געווען די טויט פון א אייגענעם קינד רח"ל!!!!
וואסי פשט אז מען קלאגט זיי אן ???
נישט עס פעלט אויס..... נישט עס גייט עפעס אויפטוען פאר איינעם..... מען נעמט א צובראכענעם מענטש און מען פייניגט אים נאכמער מיט עינו הדין און תפיסה!!!!

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מאנטאג יולי 29, 2019 11:15 am

דניאל אויערבאך האט געשריבן:איין זאך וואס גייט מיר נישט אין קאפ אריין---
די שולד געפילען פון עלטערן זענען דאך איום ונורא, נישטא קיין גרעסערע עונש און צער פאר א טאטע אדער מאמע וואס האבן בידיים גורם געווען די טויט פון א אייגענעם קינד רח"ל!!!!
וואסי פשט אז מען קלאגט זיי אן ???
נישט עס פעלט אויס..... נישט עס גייט עפעס אויפטוען פאר איינעם..... מען נעמט א צובראכענעם מענטש און מען פייניגט אים נאכמער מיט עינו הדין און תפיסה!!!!

ווען א קינד ווערט נפטר אינדערהיים, נעמט מען אויך די עלטערן פאר אויספארשונג זיכער צו מאכן ס'איז נישט געווען קייין פארנאכלעסיגקייט, מען דארף וויסן צו די אנדערע קינדער זענען סעיף, אזוי גייט דאס, ס'איז נישט קיין הפקר וועלט...
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג יולי 29, 2019 11:44 am

אויף קול מבשר 114 איז געווען נעכטן אן אינטערוויו מיט דובי וואלטער פון בליץ, ער האט גערעדט פון עפעס א געדאנק כ'האב נישט פארשטאנען פונקטליך וואס דאס איז אבער ס'האט זיך געהערט גוט, עפעס וואס פייפט און ווילאנג מען מאכט זיך נישט וואוסענדיג פייפט עס פון אינעווייניג און דערנאך פון אינדרויסן...
#סאמטינגלייקדעט
ווייל ער איז א דרשו איד!

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 978
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג יולי 29, 2019 1:24 pm

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:איין זאך וואס גייט מיר נישט אין קאפ אריין---
די שולד געפילען פון עלטערן זענען דאך איום ונורא, נישטא קיין גרעסערע עונש און צער פאר א טאטע אדער מאמע וואס האבן בידיים גורם געווען די טויט פון א אייגענעם קינד רח"ל!!!!
וואסי פשט אז מען קלאגט זיי אן ???
נישט עס פעלט אויס..... נישט עס גייט עפעס אויפטוען פאר איינעם..... מען נעמט א צובראכענעם מענטש און מען פייניגט אים נאכמער מיט עינו הדין און תפיסה!!!!

ווען א קינד ווערט נפטר אינדערהיים, נעמט מען אויך די עלטערן פאר אויספארשונג זיכער צו מאכן ס'איז נישט געווען קייין פארנאכלעסיגקייט, מען דארף וויסן צו די אנדערע קינדער זענען סעיף, אזוי גייט דאס, ס'איז נישט קיין הפקר וועלט...


"אויספארשונג" פארשטיי איך, נעוואדע דארף מען פארשן,
אויך וואלט איך פארשטאנען אז מען נעמט אוועק די איבריגע קינדער פאר זיין פארנכלעסיגט האט מען מורא.
אבער אנקלאגן און ארעסטירן פאר א שוגג וואס האט שוין באקמען דעם גרעסטן עונש???

עס דערמאנט מיך די סיין "סכנת מוות, ווייאלעיטארס וויל בי פראסעקיוטעד"...... קענסט אנקלאגן דעם טויטן.......

מי כעמך
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובהדורך מי כעמך » מאנטאג יולי 29, 2019 4:11 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:איין זאך וואס גייט מיר נישט אין קאפ אריין---
די שולד געפילען פון עלטערן זענען דאך איום ונורא, נישטא קיין גרעסערע עונש און צער פאר א טאטע אדער מאמע וואס האבן בידיים גורם געווען די טויט פון א אייגענעם קינד רח"ל!!!!
וואסי פשט אז מען קלאגט זיי אן ???
נישט עס פעלט אויס..... נישט עס גייט עפעס אויפטוען פאר איינעם..... מען נעמט א צובראכענעם מענטש און מען פייניגט אים נאכמער מיט עינו הדין און תפיסה!!!!

מסתמא האבן זיי מורא אז ער וועט זיך אליין איבערלאזן אין א קאר...
די רשעות איז אין לשער
מלכות הרשעה מהרה תעקר
אז מ'איז פארבינדען פון אויבן פאלט מען נישט פון אונטען 10x(כרובים עליונים)

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג יולי 29, 2019 4:48 pm

אויף דעם ווערט געזאגט: א מלכות של חסד אבער נישט קיין מלכות של רחמים
ווייל ער איז א דרשו איד!

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דינסטאג יולי 30, 2019 9:07 am

מי כעמך האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:איין זאך וואס גייט מיר נישט אין קאפ אריין---
די שולד געפילען פון עלטערן זענען דאך איום ונורא, נישטא קיין גרעסערע עונש און צער פאר א טאטע אדער מאמע וואס האבן בידיים גורם געווען די טויט פון א אייגענעם קינד רח"ל!!!!
וואסי פשט אז מען קלאגט זיי אן ???
נישט עס פעלט אויס..... נישט עס גייט עפעס אויפטוען פאר איינעם..... מען נעמט א צובראכענעם מענטש און מען פייניגט אים נאכמער מיט עינו הדין און תפיסה!!!!

מסתמא האבן זיי מורא אז ער וועט זיך אליין איבערלאזן אין א קאר...
די רשעות איז אין לשער
מלכות הרשעה מהרה תעקר

אויף וועלכע מלכות האקסטו? די געזעץ איז אין יעדן איינשטענדיגע מדינה, אמעריקע, ענגלאנד, מדינת ישראל, וכו'.
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דינסטאג יולי 30, 2019 9:09 am

צום קעפל,

ס'כאפט א פחד צו זעהן, ווי 11% האבן איבערגעלאזט קינדער אין קאר..... נישט אייביג איז דאס טראגיש, אבער דאס פאקט איז שרעקליך!
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שופר און 15 געסט