נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3097
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג יולי 09, 2019 4:50 pm

אוראייניקל האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:עס איז ערווארטעט א מאסיווע חתימה קאמפיין פארנט פונעם קאווע שטיבל ביים קרעטשמער לטובת ירחמיאל זייענדיג א עסקן לכל דבר שבקדושה ובפרט ביים מנדב זיין די יערליכע יארצייט סעודה לע"נ ר' ישעי' ב"ר משה זי"ע.


ווואאאאאאס?!!! ר' ישעי'לע איז שוין נישט דא?!, ווען איז עס געשעהן?, ברוך דיין האמת, יתומים היינו ואין אב. :oops:

יאפ. ער איז שוין ליידער נישטא. ווער וויל זיך מרחם דיין און עפענען אן אשכול איבערן פטורה פון הרה"ק ר'ישעי שטיינער וואס האט געוואונט אין קערעסטיר אונגארן?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג יולי 09, 2019 5:14 pm

א נייער האט געשריבן:מען זוכט א נייע מגיד שיעור פאר עין יעקב אין שניידער שול.

אויב איינער ווייסט פון אייינעם זאל זיך ווענדען צום גבאי'ן.


ר' אברהם דוד דעם דאקטער'ס געהילף, וואס איז פארנומען פארענטפערן דעם דאקטער אז ער איז נישט אינטערגעקויפט פון די שטאטישע באאמטע

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מיטוואך יולי 10, 2019 8:37 am

צייט שטיפער האט געשריבן:
א נייער האט געשריבן:מען זוכט א נייע מגיד שיעור פאר עין יעקב אין שניידער שול.

אויב איינער ווייסט פון אייינעם זאל זיך ווענדען צום גבאי'ן.


ר' אברהם דוד דעם דאקטער'ס געהילף, וואס איז פארנומען פארענטפערן דעם דאקטער אז ער איז נישט אינטערגעקויפט פון די שטאטישע באאמטע

דער רב לאזט אים נישט נעמען.
וד''ל.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך יולי 10, 2019 11:02 am

א נייער האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:
א נייער האט געשריבן:מען זוכט א נייע מגיד שיעור פאר עין יעקב אין שניידער שול.

אויב איינער ווייסט פון אייינעם זאל זיך ווענדען צום גבאי'ן.


ר' אברהם דוד דעם דאקטער'ס געהילף, וואס איז פארנומען פארענטפערן דעם דאקטער אז ער איז נישט אינטערגעקויפט פון די שטאטישע באאמטע

דער רב לאזט אים נישט נעמען.
וד''ל.

אודאי, די רב'ס רעביצין פארקויפט דאך גראזן און יוך

שוין, לאמיר נישט דא צופיל מאריך זיין, מען וועט נאך אריין קומען דא מעקן

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מיטוואך יולי 10, 2019 12:21 pm

מזל טוב.
דער זיידענער יונגערמאן דוד דעם דיין'ס, איז געווארן דער נייער מגיד שיעור אין די שניידער שול.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3097
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך יולי 10, 2019 12:48 pm

א נייער האט געשריבן:מזל טוב.
דער זיידענער יונגערמאן דוד דעם דיין'ס, איז געווארן דער נייער מגיד שיעור אין די שניידער שול.

מאכסט א וויץ.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מיטוואך יולי 10, 2019 1:01 pm

nmi האט געשריבן:
א נייער האט געשריבן:מזל טוב.
דער זיידענער יונגערמאן דוד דעם דיין'ס, איז געווארן דער נייער מגיד שיעור אין די שניידער שול.

מאכסט א וויץ.

קיין שום וויץ.
אסאך יודן זאגן ער איז פון די שענסטע יונגעלייט ביי אונז אין שטעטעל.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » מיטוואך יולי 10, 2019 1:13 pm

שוד ושבר אין שטעטל ווען א כאפטע יונגאטשעס, האבן באשלאסן צו אנהייבן פארוויילן די זוממער נעכט ביז אין די פינסטערע שעות אריין אין אלטען קרעטשמע אפזיצענדיג אויף די הילצערנע בענק און שאשקענענדיג מעיד, וואסער מיט א שמעק פון וואדקע, ווען נאכן נאס מאכן די גערגלעך נעמען זיי זיך זינגען מעלאָדיעס באגלייט מיט פילע כלערליי אונסטרומענטן, פידלען, פויקן און דזשומלען, זינגענדיג שעות נאכאנאנד אין שפיץ פון דעם קליינעם גראָבן בערקע חאצקעל׳ס, מיט זיין באסעווא שטימע - יא יא, דער מיט די פלושענע רויטע באקן - וואס מען קען גראדע נישט אוועק מאכן ווי ער מאכט נאך יאסעלעס שטיקלעך וואס ער הערט זיך א גאנצן טאג פון זיין רעקארד פלעיער, - אבער די דאזיגע פארזאמלונגען שמעקט נישט גוט, איבערהויפט נאך וואס אונטער די שוועלן און ביי די גרויסע שויבן שטעלן זיך די גרויסע מוידן, ווער ווייסט וואס דאס קען נאך צוברענגן.

דער שמש פון בי״ד שטיבל האט אונז בסוד גדול ונורא פאטרויעט אז ביים רב אין שטיבל טוהט זיך עפעס איבער א בריוו צו א קאל קוירע, תיכף עס וועט זיין פרישע ווארע וועלן מיר עס מעלדן.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4439
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג יולי 11, 2019 10:22 am

פאליציי האבן אפגעשפארט ארום בערטשע בעל עגלה'ס הויז נאכדעם וואס ער האט אויפגעהאנגן א שילד העכער זיין טיר דערציילענדיג אלעס וואס ער האט היינט געגעסן און וואו ער האט באזוכט. און ווי אויך אז ער גלייכט זייער שטארק חזן גראנעוויטש'ס אתה הראית.

זיי טענה'ן אז זיי פארשטייען נישט וואס עס האט אים פארכאפט דעם רוח עס צו טאהן, זיי האבן מורא אז מעגליך האט אים דעם שגעון פארכאפט און זיי שליסן אפ דאס ארומיגע ביז דער דאקטאר פונעם דערבייענדער שטעטל וועט אדורכרייזן קומענדיגס מאל וועלן זיי אים פארבעטן צו אונטערזוכן בערטשע'ן אויב אלעס איז מסודר.

שרייבענדיג די שורות זענען זיינע חברים געקומען פארציילן אז ער האט היצט בלאקירט זיין דם שונא מענדל הארטברויט פון קענען זען זיינע אויפשריפטן.

א צווייטע גרופע איז געקומען דערציילן אז ער האט די לעצטע עטליכע טעג שוין וואס ער הענגט אויף וויצן און ווערטלעך אויף זיין טיר.

וואס איז נאך מער אינטרעסאנט איז אז ער בעט זיך ביים עולם זאל זיך אפשטעלן זען און ציילט זיי אפ.. איעדע שטיק צייט צייכענט ער אן "103 קוקערס" "108 קוקערס" , די חברה טענה'ן אז זיי האבן ערנסט מורא אז ער'ז חלילה בארירט געווארן.

מען האפט אז אלעס זאל זיך אויסארבייטן צום גוטן. דערווייל פאלגט מען נאך מיט אינטערעסע זיינע מעשים.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג יולי 11, 2019 10:55 am

הע חכם. דאס איז זיין טיר?
לאמיר זעהן זיין וויאו...

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » דאנארשטאג יולי 11, 2019 12:34 pm

א קאמישע סצענע האט זיך היינט אין די פארטאג׳ס שעה׳ן אפגעשפילט אין ארטיגן יאטקע ווען דער אלטער באקאנטע שוחט איז געשטאנען ביים ארעמען קעלבעל וועם ער האט נעבעך היינט פארטאגס אזוי פריצייטאג אפגעשאכטן, בשעת דער קצב שטייט אין פאמפעט אריין לופט פון זיינע גראבע לונגען אריין צו די בהמה׳ס לונגען, און דער שוחט טאפט און קוקט פאר א סרכא - ס׳איז געווען א פחד צו קוקן אויף די שארפע אויגן פונעם קצב וואס האבן ארויסגעשטארצט פון אירע טיפע לעכער העכער זיינע רויטע אנגעבלאזענע אויסגעציפטע באקן ווען די לעצט פארבליבענע הארעלעך שטעלן זיך אויף ווי שפיזן א שטייגער ווי צו דראען דעם נעבעכ׳דיגן שוחט - וואגן זאלסטו זיך צו טרפה׳נען דעם איינצעלנעם בהמה, ווייל טאמער יא וועט ס׳גאנצע שטעטעל עסן דעם שבת בלויז עופות.

אבער ווי להכעיס האט דער שוחט דערשנאפט א ערנסטע שאלה פון א סירכא, ס׳הייבט זיך אים אן ווארפן הענט און פוס, דער ברייטביינערדיגער קצב הייבט שוין אויף קעגן אים זיינע דיקע לאפעס, דער שוחט האט זאפארט אנגעהויבן אפטרעטן נישט וועלענדיג ווערן צומאלן צווישן די דיקע רחיים של יד, דער קצב האט נאך דערכאפט א גוט׳ן שלעפ צו טוהן דעם שוחט ביי זיין לאנגן ציגעלע בארד אבער דאן האט ער מיט זיין מאגערן קערפער א שפרינג געטוהן איבער א טישל, לאזענדיג דעם קצב זיך ספראווען מיט זיין גרויסן שווערן גוף אים נאכיאגן, די טישל האט זיך איבערגעדרייט ס׳האט אנגעהויבן ווערן ששון, אפילו דער טויטער קעלבעל האט געפענט א פאָר קלאציגע אויגן.

פונקט דאן האט דער קצב׳ס פלונית׳טע - אויך אזא עיגול של דבלה געמוזט אריינקומען אין יאטקע גלייך פון שטאל מיט א גרויסע קרוג פריש געמאלקענע מילך, זי טרעפט זיך צווישן האמער און נאגל און שטאלפערט זיך אינעם איבערגעקערטן טישל און טרררראאאך, איבערגעקערט.
די מילך האט זיך אויסגעגאסן אויף די פרישע שטיקער בשר בהמה, דער שוחט איז אנטרינען און דער קצב טרעפט זיך מיט בשר וחלב ביי זיך אין יאטקע.

עס ווערט געשאצט אז דער שוחט איז נאך באהאלטן אין איינע פון די שייערן ארום דער יאטקע.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג יולי 11, 2019 12:59 pm

דער פליגל איז עפעס משהו משהו..., אזוי גוט צו אראפלייגן א מעשה.

בערל, אזאלכע מעשיות מאכן זיך יעדע וואך כמעט ביינונז.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21959
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 29, 2019 1:04 pm

פ.לאדאני 2120 למספרם

דער אויבער גובערנאטאר מיסטער לאזיאש האט היינט אינטערגעשריבן א געזעץ צו ערלויבן דאס נוצן א פלאסטישע זעקל, עס איז ווייטער נישט ערלויבט עס צו ערצייגן אדער פארקויפן אבער עס וועט זיין לעגאל עס צו באזיצן.

יאו נעפאט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3097
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג יולי 29, 2019 2:43 pm

farshlufen האט געשריבן:פ.לאדאני 2120 למספרם

דער אויבער גובערנאטאר מיסטער לאזיאש האט היינט אינטערגעשריבן א געזעץ צו ערלויבן דאס נוצן א פלאסטישע זעקל, עס איז ווייטער נישט ערלויבט עס צו ערצייגן אדער פארקויפן אבער עס וועט זיין לעגאל עס צו באזיצן.

יאו נעפאט.

סאו ס'האט זיך יא געלוינט די תענית. א שאד געווען די פארפירערעישענס
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מאנטאג יולי 29, 2019 2:47 pm

בערל קראקאווער האט געשריבן:א קאמישע סצענע האט זיך היינט אין די פארטאג׳ס שעה׳ן אפגעשפילט אין ארטיגן יאטקע ווען דער אלטער באקאנטע שוחט איז געשטאנען ביים ארעמען קעלבעל וועם ער האט נעבעך היינט פארטאגס אזוי פריצייטאג אפגעשאכטן, בשעת דער קצב שטייט אין פאמפעט אריין לופט פון זיינע גראבע לונגען אריין צו די בהמה׳ס לונגען, און דער שוחט טאפט און קוקט פאר א סרכא - ס׳איז געווען א פחד צו קוקן אויף די שארפע אויגן פונעם קצב וואס האבן ארויסגעשטארצט פון אירע טיפע לעכער העכער זיינע רויטע אנגעבלאזענע אויסגעציפטע באקן ווען די לעצט פארבליבענע הארעלעך שטעלן זיך אויף ווי שפיזן א שטייגער ווי צו דראען דעם נעבעכ׳דיגן שוחט - וואגן זאלסטו זיך צו טרפה׳נען דעם איינצעלנעם בהמה, ווייל טאמער יא וועט ס׳גאנצע שטעטעל עסן דעם שבת בלויז עופות.

אבער ווי להכעיס האט דער שוחט דערשנאפט א ערנסטע שאלה פון א סירכא, ס׳הייבט זיך אים אן ווארפן הענט און פוס, דער ברייטביינערדיגער קצב הייבט שוין אויף קעגן אים זיינע דיקע לאפעס, דער שוחט האט זאפארט אנגעהויבן אפטרעטן נישט וועלענדיג ווערן צומאלן צווישן די דיקע רחיים של יד, דער קצב האט נאך דערכאפט א גוט׳ן שלעפ צו טוהן דעם שוחט ביי זיין לאנגן ציגעלע בארד אבער דאן האט ער מיט זיין מאגערן קערפער א שפרינג געטוהן איבער א טישל, לאזענדיג דעם קצב זיך ספראווען מיט זיין גרויסן שווערן גוף אים נאכיאגן, די טישל האט זיך איבערגעדרייט ס׳האט אנגעהויבן ווערן ששון, אפילו דער טויטער קעלבעל האט געפענט א פאָר קלאציגע אויגן.

פונקט דאן האט דער קצב׳ס פלונית׳טע - אויך אזא עיגול של דבלה געמוזט אריינקומען אין יאטקע גלייך פון שטאל מיט א גרויסע קרוג פריש געמאלקענע מילך, זי טרעפט זיך צווישן האמער און נאגל און שטאלפערט זיך אינעם איבערגעקערטן טישל און טרררראאאך, איבערגעקערט.
די מילך האט זיך אויסגעגאסן אויף די פרישע שטיקער בשר בהמה, דער שוחט איז אנטרינען און דער קצב טרעפט זיך מיט בשר וחלב ביי זיך אין יאטקע.

עס ווערט געשאצט אז דער שוחט איז נאך באהאלטן אין איינע פון די שייערן ארום דער יאטקע.

;l;p-
געווענליך די ווילדע און אגרעסיווע נאטורן, טוען אויף אסאך אויף דער וועלט. אבער דו ווילדער, ערווארט נישט אז מען וועט דיר ליב האבן און פארצוקערן, אויב ביסטו ווילד וועט מען דיר אויסטרונקען דאס בלוט, נישט קיין חילוק וויפיל דו טוסט אויף.

גרעסער
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 8:22 pm

תגובהדורך גרעסער » מיטוואך יולי 31, 2019 6:46 pm

היינט איז די יארצייט פונעם רב זצ"ל
עפעס באריכטן איבער די לוי'?

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3097
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך יולי 31, 2019 6:56 pm

גרעסער האט געשריבן:היינט איז די יארצייט פונעם רב זצ"ל
עפעס באריכטן איבער די לוי'?

לוי' ארויף לוי' אראפ. תכלית משה ששון גייט צושטעלן צו בריקעוון היינט נאכט און מארגן אדער גייט ער לאזן דעם עולם אויסהינגערן כמנהגו?

בד"וו די יארצייט איז מארגן נישט היינט. לפי מנהג פ. לאדאני וואס מ'דאווענט מעריב ביי -72 (דהיינו 144 מינוט בעפאר אונזער 72) איז שוין כמעט די יארצייט.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

גרעסער
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 8:22 pm

תגובהדורך גרעסער » מיטוואך יולי 31, 2019 6:59 pm

לויט זיי איז עס היינט
צוגעלייגטע
Capture.PNG
Capture.PNG (363.58 KiB) געזעהן 1092 מאל

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3097
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך יולי 31, 2019 7:02 pm

גרעסער האט געשריבן:לויט זיי איז עס היינט

איך זעה נישט דא דעם רב. זיי נישט ברוגז
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

גרעסער
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 8:22 pm

תגובהדורך גרעסער » מיטוואך יולי 31, 2019 7:03 pm

איינס פארן לעצטן.
איך זע נישט גוט?

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3097
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך יולי 31, 2019 7:05 pm

גרעסער האט געשריבן:איינס פארן לעצטן.
איך זע נישט גוט?

אהההההה.... כ'האב געמיינט אז דו רעדסט פון זיין זיידא וואס זיין יאהרצייט איז מארגן....
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך יולי 31, 2019 7:15 pm

farshlufen האט געשריבן:יאו נאַפאָוט.

כצ"ל.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » מיטוואך יולי 31, 2019 11:34 pm

גרעסער האט געשריבן:לויט זיי איז עס היינט

אנטשולדיגט מיר, אבער איר מישט אויס. עס איז באמת געווען צוויי פפלאדאני'ס, און דאס איז פון דעם אנדערן.
mi a nagy ügy

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 12:20 am

ווער גייט דאווענען שחרית ראש השנה? דער דיין, וואס דאווענט שוין 20 יאר פארן עמוד, אדער דער רב'ס זון וואס האט אקארשט חתונה געהאט? וואס האלט דער עולם , איז עס יושר?
און אויב נעמט מען עס צו פונ'ם דיין, מעג ער זיך מאכן אן אייגן מנין?
mi a nagy ügy

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 8:23 am

גרויסע-גדולה האט געשריבן:ווער גייט דאווענען שחרית ראש השנה? דער דיין, וואס דאווענט שוין 20 יאר פארן עמוד, אדער דער רב'ס זון וואס האט אקארשט חתונה געהאט? וואס האלט דער עולם , איז עס יושר?
און אויב נעמט מען עס צו פונ'ם דיין, מעג ער זיך מאכן אן אייגן מנין?

א חוצפה און העזה, דער דיין העט דאווענען ווי געהעריג,אז דער רב'ס זון וויל זאל ער זיך מאכן אן אייגענע מנין....
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט