הגאון רבי נחום יברוב זצ"ל - כ"ה תמוז תשע"ט - בעל דברי סופרים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מיסתפינא
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:24 pm

הגאון רבי נחום יברוב זצ"ל - כ"ה תמוז תשע"ט - בעל דברי סופרים

תגובהדורך מיסתפינא » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 5:38 pm

ברוך דיין האמת

אין לאס אנדזשעלעס איז די וואך נפטר געווארן נאך א לענגער מחלה אחד מגדולי התלמידי חכמים בארץ ישראל, מרבני שארית ישראל וראש השוחטים, הגאון רבי נחום יברוב זצוק"ל.

רבי נחום איז געווען א זעלטענע מתמיד, א ריזן גאון, און איינער פון די גרעסטע מחברי ספרים בדורנו, זיינע ספרים דברי סופרים זענען געשריבען בעיון דקדוק רב, אין פולצאליגע מקצועות התורה, וועלכע ווערן אלע גענוצט דורך חשובי הלומדים והתלמידי חכמים, פון די מערסטע פאפולערע ספרים געשריבען דורך א מחבר בן זמנינו, די יאר האט ער נאך ארויס געגעבן צוויי כרכים אויף הל' ברכת הפירות.

דאס פארלוסט איז זייער גרויס.

דער נפטר איז געווען א איידעם ביי הגאון רבי אברהם קופשיץ זצ"ל, און האט אויפגעשטלעט א דור פון חשוב'ע בני תורה בלעה"ר, יהא זכרו ברוך.
עדיף חיים בבית, מאשר בבית החיים!

אוועטאר
איינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4432
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 5:43 pm

דאכט זיך סאיז דא שיעורים פון איהם אויף גאנץ ש״ס (איך מיין אין קול הלשון)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

מיסתפינא
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:24 pm

תגובהדורך מיסתפינא » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 6:29 pm

רשימת ספריו, מאוה"ח


דברי סופרים - הלכות אבילות א'
דברי סופרים - הלכות אבילות ב'
דברי סופרים - הלכות בדיקת הסכין
דברי סופרים - הלכות טריפות ובדיקות הריאה
דברי סופרים - הלכות טריפות העצמות
דברי סופרים - הלכות יחוד
דברי סופרים - הלכות מליחה
דברי סופרים - הלכות מליחה (מהדורה שניה)
דברי סופרים - הלכות סיפור יציאת מצרים - הגדה של פסח
דברי סופרים - הלכות רבית
דברי סופרים - הלכות שבת
דברי סופרים - קיצור הלכות אבילות ובקור חולים (מהדורה חמישית)
דברי סופרים - קיצור הלכות אבילות ובקור חולים (מהדורה שלישית)
דברי סופרים - קיצור הלכות טריפות הריאה
דברי סופרים - קיצור הלכות מליחה
משנה סדורה - יו"ט
משנה סדורה - שבת א'
משנה סדורה - שבת ב'
משנה סדורה - שבת ג'
ניב שפתים - הלכות איסור שקר (מהדורה רביעית)
ניב שפתים - הלכות איסור שקר
ניב שפתים - שערי ציון [שיחות הגה"צ רבי בן ציון במברגר זצ"ל]
עדיף חיים בבית, מאשר בבית החיים!

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 7:19 pm

קען איינער מעלה זיין א בילד פון איהם?

אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 7:28 pm

אוראייניקל האט געשריבן:קען איינער מעלה זיין א בילד פון איהם?

יא
צוגעלייגטע
-נחום-יברוב-e1564507246562.jpeg
-נחום-יברוב-e1564507246562.jpeg (63.63 KiB) געזעהן 1320 מאל
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)

געטראכט
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:59 pm

תגובהדורך געטראכט » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 7:45 pm

ער איז געווען דער וואס איז אויפגעקימען מיט די פרובלעם פין די איינשפריצען וואס מ'געט די עופות אין מאכט א שאלה ביי די צומת הגידין, געווען א ריזן ת''ח אין זיינע ספרים זענען גאר יסודותדיק אין דעקט יעדען נושא אויף גאר א ברייטע אופן,
גאר א גרויסע אבידה, איך פארשטיי ער האט געהאלטען אינמיטען נאך אפאר ספרים, חבל על דאבדין.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2894
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 8:05 pm

אלס א נהנה פון זיינע געוואלדיגע חיבורים טוט מיר זייער וויי זיין פריצייטיגע הסתלקות.
זיינע ספרים זענען אויף א דרך פון א ליקוט מיט מוסף נופך מדיליה בעמקות וסברא ישרה, ממש להפליא.
א שאד כ'האב נישט זוכה געווען זיך צו פארבינדן מיט אים פערזענליך.

@מיסתפינא, דאס וואס דו צייכנסט אן מליחה מהדורא שנית איז אומריכטיג, די 2'טע איז א חיבור לעצמו אליין צוטיילט פרקים און סעיפים (משא"כ די ערשטע איז אויפן מחבר).

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 1:07 am


גיזוגט
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 05, 2015 1:09 am

תגובהדורך גיזוגט » זונטאג אוגוסט 04, 2019 6:10 am

ער האט אויך געהאט אנגעפירט א גמ"ח און פארבארגן גרויסע געלטער...
יהא זכרו ברוך

משה ברמן
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 1:47 pm

תגובהדורך משה ברמן » זונטאג אוגוסט 04, 2019 7:48 pm

הגאון רבי נתן קאפשיץ איז זיין שוואגער?

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

בס"ד

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » זונטאג אוגוסט 04, 2019 8:02 pm

א מעכטיגער בעל חסד געוועהן, מקבל בספ"י ער אין זיין בני בית,
גאנץ עזרת תורה וויינט נאך אים,
זעלטען איינער זאל זיין אזא מושלם,
ועל כולם א שפל בירך שאין דוגמתו,
לו דומי' תהלה,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

אבן יקרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3025
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 1:42 pm

משה ברמן האט געשריבן:הגאון רבי נתן קאפשיץ איז זיין שוואגער?

ניין.

זיין פעטער
הרב יברוב איז געוועהן א איידעם פון הג"ר אברהם קופשיץ זצ"ל, די עלטערסטע ברודער פון הג"ר נתן שיבלח"ט.
ר' נתן זז"ג, איז די יונגסטע פון די ברידער הגאוה"צ לבית קופשיץ שליט"א און להבחל"ח. נאך איין שוועסטער איז יונגער, די רעבעצין פון הג"ר אברהם ליטמאנאוויטש שליט"א.

משה ברמן
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 1:47 pm

תגובהדורך משה ברמן » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 10:51 am

שכויעח!


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט