מהיכן ירק זה חי - געהאלט פאר די מחנכים ומחנכות

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

הרב_שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8185
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » מיטוואך מאי 22, 2019 12:06 am

אין קרית יואל האט מען פאר א יאר צוריק יעדען געהעכערט די שכ"ל
Ecco Men's Melbourne Slip On Slip-On Loafer $65
https://amzn.to/34zrfdT

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1338
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך מאי 22, 2019 11:14 am

ביי מיר העכערט מען שכר לימוד אויף צוויי אופנים
ווען א קינד פארלאזט די מוסדות אנטשטוט עס זאל אראפגיין דעס קינד פונעם באלאנס. בלייבט עס די זעלבע.
נאכדעם העכערט מען סתם אזוי יעדע שטיק צייט.

האב איך פונקט נעכטען געהערט א שיינע מעשה. פון א מקור מוסמך

איינער (נאמען אוועיליבל אין אישי) האט אמאל געפערעגט דעם סאטמארען רבי''ו ז''ל.
פארוואס מלמדים צאלען נישט קיין שכ''ל. עס שטייט דאך אין די גמרא אז וויפיל מאיז מוסיף אויף דעם. איז מען אים מוסיף משמים. איז פשט אז סאיז אן עקסטערע אקאונט. סהאט נישט צוטוהן וויפיל מפארדינט.

האט אים דער רבי ז''ל גענטפערט. יא יא מדארף אבער לעבן מיט דעם.

עס וועט זיין גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עס וועט זיין גיט » מאנטאג מאי 27, 2019 3:26 pm

אזוי גייט עס

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 11:17 am

וואס איר האלט באמת אז די מלמדים און טיטשער'ס וואלטן געדארפט צאלן שכ"ל?!
ווי אזוי דארפן זיי לעבן?!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 11:21 am

מחשבהטובה האט געשריבן:דאס געהאלט פאנעם אנשי חינוך איז א פארוויטאגטע נושא, זאל איינער פון אונז פרובירן זיצן מיט זיינע אייגענע קינדער פאר 3 שעה און א צוה, איינמאל א וואך, לאמיר זעהן ווער ס'וועט דאס אויסהאלטן.
אונזער מלמדים זיצן מיט 25-30 קינדער אגאנצע טאג, יעדען טאג, פארשטייט זיך אז אין די מיקס זיצן כל מיני קינדער מיט אלע מינע קאנדישענ"ס, צו ס'איז adhd צו יעדע אנדערע נאמן אדער ראשי תיבות.
זיי האבן דעם תפקיד צו מחנך זיין אונזער קינדער, ערציהען די קומענדיגע דור זאל ליב האבן די אייבישטער און זיין תורה, אנע וועהרען נערוועז און באהאנדלן יעדע מצב מיט זיידענע הענטשוך.
כ'מיין אז סאיז דא א שטארקע אונטערשאצונג פון עלטערן און הנהלות וואס ס'מיינט זיין א מלמד אין 2019.
די נושא ווערט מער פארוויטאגט ווען ס'שטייען טאטעס אויפ'ן פארטש פון בית המדרש, 10 אזייגר פארטאגס מיט א קאווע און ציגערעטל, און שיסען מיינונגן און דעות אויף די ארבייט פון די מלמדים, אפגרעדט ווען די גרויסע מויל מאכער ווארפט אריין ווי ווייניג שעות די מלמדים ארבייטן. בשעת ווען די מלמד זיצט שוין צוויי שעה און מוטשעט זיך מיט דיין זוהן!
קטונתי צו פארשטיין די קעפ פון די הנהלה, ווען סאיז דא געלט פאר אלע מיני שטותים, ווי פלאקאטן און סיינס, נייע באסעס, און א מנין סעקרעטעריס גרינגער צו מאכן זייער ארבייט, אפיס דעסקס און די מאדערנסטע אינטערקום סיסטעמ"ס, אבער ווען מ'רעדט צו אויפהייבן די וועידזע"ס פון די מלמדים מיט א פאר דאלער האבן זיי מליון סיבות פארוואס ס'נישט מעגליך.
דא אין די שטעטל ווי איך וואוין האבען מלמדים שוין נישט באקומען קיין אינקרי"ס פאר קרוב צו 15 יאהר זייער ווידזע"ס דריידט זיך ארים 700.00-750.00 דולר א וואך. סאיז נארמאל??
א וואונדער אז סאיז א אפקומעניש פון מנהלים רוחניים צו טרעפען קוואליפיצירטע מלמדים? זיי מוזען זיך באגיין מיט די יונגע אומערפארענע יונגעלייט, וואס דאס איז בס"ה א טרענזישע"ן פון כולל צום ארבייטס פעלד, און כתוצאה מכך מוז מען האלטען און איין טרעינען נייע מלמדים, ומה יעשה הבן וכו.
כמיין אז אנשטאט זיין פארנומען 24 שעה מיט זיכען נייע וועגען און נייע שיטות און חינוך, דארף מען טראכטען ערענסט פון ראדיקאליש טוישן אונזער צוגאנג צו די מלמדים.
אז מוועט זיי צאהלן שיין, וועלען מיר האבן רוהיגערער, מער ערפארענער, מער פראפיסיאנאלע מלמדים, וועלען אונזער קינדער זיין מער צופרידן רוהיג פריילאך, זיי וועלען אנקוקען די חדר מער גונסטיג, גיין און חדר מיט א שמייכעל און בסופו של יום ליב האבן די אייבישטער מיט די תורה אויף א העכערע שטאפל, און בלייבן ערליכע יודען ממשיך צו זיין די מסורה לדורות הבאים.
מה דעתכם?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 11:21 am

לעכטל האט געשריבן:וואס איר האלט באמת אז די מלמדים און טיטשער'ס וואלטן געדארפט צאלן שכ"ל?!
ווי אזוי דארפן זיי לעבן?!

אזוי ווי אנדערע שוואכע פארדינער לעבן

התבונני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 11:27 am

סארקאזי האט געשריבן:איינער (נאמען אוועיליבל אין אישי) האט אמאל געפערעגט דעם סאטמארען רבי''ו ז''ל.
פארוואס מלמדים צאלען נישט קיין שכ''ל. עס שטייט דאך אין די גמרא אז וויפיל מאיז מוסיף אויף דעם. איז מען אים מוסיף משמים. איז פשט אז סאיז אן עקסטערע אקאונט. סהאט נישט צוטוהן וויפיל מפארדינט.
האט אים דער רבי ז''ל גענטפערט. יא יא מדארף אבער לעבן מיט דעם.

דאכט זיך מיר אז די מעשה איז געדריקט איז זכר צדיק לברכה ח"ד

אוועטאר
איינס
שר שמונת אלפים
תגובות: 8209
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 11:34 am

דברים אלו האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:וואס איר האלט באמת אז די מלמדים און טיטשער'ס וואלטן געדארפט צאלן שכ"ל?!
ווי אזוי דארפן זיי לעבן?!

אזוי ווי אנדערע שוואכע פארדינער לעבן

אמת און ווען סוואלט געווען א מהלך פאר אנדערע שוואכע פארדינערס וואלט מען דאס געדארפט טוען

די חילוק איז לאמיר זאגן א איינער וואס ארבעט אין גראסערי, אויב זיין בעל הבית וועט איהם לאזן אהיים נעמען ארדערס פאר פרי מיינט דאס אז ער דערלייגט געלט.

ביי שכר לימוד ווען דער מלמד באקומט פרי שכר לימוד קאסט דאס נישט פארן מוסדות, ווייל די מוסדות ראנט עני וועי
פארשטייט זיך אז אויב יעדער וועט דאס זאגן און נישט צאלן שכר לימוד וועט די מוסדות אינטערגיין, אבער דא מאכט מען א אויסנאם אז ער וויבאלד ער איז א מלמד זאל ער נישט צאלן
מאכט דען אויס פארן מוסדות צו א כתה האט 20 אדער 21 קינדער,?
די באס טראנספארטעישן קאסט דען מער אויב ממאכט נאך א סטאפ?
די פעיפער וואס מדארף פרינטן די שאלות און צעטליך סוף וואך קאסט דען עקסטער די פאר פעיפערס?
די לאנטש קאסט דען מער.. (אופס דא קען מען שוין יא זאגן אז סקאסט עפעס מער, און בפרט אויב נעמט מען צוזאם אלע מלמדים׳ס קינדער, אבער די ביסל מעג מען דאך געבן פאר אונזער כלי קודש)

איך וואלט דאס צוגעגלייכט צו די בעקעריס וואס סוף טאג לאזן זיי זייערע ארבעטערס אהיים נעמען פאר פרי די איבריגע געבעקסן וואס בלייבט איבער.

און נאכאמל ס׳איז נישט ממש דומה אבער קרוב לזה, און ווען מרעדש פון א מלמד וואס איז א כלי קודש, און ניין זיי מאכן נישט קיין מעלאנעס, די ביסל מעג מען זיך רעכענען מיט זיי

(בד״ו איך מיין אז טראנספארטעישן בעט מען יא פון מלמדים)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 1:27 pm

איינס האט געשריבן:

איינס שליט"א זאגט זייער גוט!
אבער נאך עפעס: דו וואלסט געוואלט שוקן דיינע קינדער אינטער די הענט פון א 'שוואכע פארדינער' אזא נעבעכדיגע מענטש? אפשר פארשטיי אז עס וועט אים מאכן 'אביסל' טאקע 'נאר אביסל' גרינגער?! און מסתמא וועט עס אזוי אויך בעסער זיין פאר אונזער אייגענע קינדער?!
שווער צו פארשטיין?!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 1:51 pm

מחשבהטובה האט געשריבן:דאס געהאלט פאנעם אנשי חינוך איז א פארוויטאגטע נושא, זאל איינער פון אונז פרובירן זיצן מיט זיינע אייגענע קינדער פאר 3 שעה און א צוה, איינמאל א וואך, לאמיר זעהן ווער ס'וועט דאס אויסהאלטן.
אונזער מלמדים זיצן מיט 25-30 קינדער אגאנצע טאג, יעדען טאג, פארשטייט זיך אז אין די מיקס זיצן כל מיני קינדער מיט אלע מינע קאנדישענ"ס, צו ס'איז adhd צו יעדע אנדערע נאמן אדער ראשי תיבות.
זיי האבן דעם תפקיד צו מחנך זיין אונזער קינדער, ערציהען די קומענדיגע דור זאל ליב האבן די אייבישטער און זיין תורה, אנע וועהרען נערוועז און באהאנדלן יעדע מצב מיט זיידענע הענטשוך.
כ'מיין אז סאיז דא א שטארקע אונטערשאצונג פון עלטערן און הנהלות וואס ס'מיינט זיין א מלמד אין 2019.
די נושא ווערט מער פארוויטאגט ווען ס'שטייען טאטעס אויפ'ן פארטש פון בית המדרש, 10 אזייגר פארטאגס מיט א קאווע און ציגערעטל, און שיסען מיינונגן און דעות אויף די ארבייט פון די מלמדים, אפגרעדט ווען די גרויסע מויל מאכער ווארפט אריין ווי ווייניג שעות די מלמדים ארבייטן. בשעת ווען די מלמד זיצט שוין צוויי שעה און מוטשעט זיך מיט דיין זוהן!
קטונתי צו פארשטיין די קעפ פון די הנהלה, ווען סאיז דא געלט פאר אלע מיני שטותים, ווי פלאקאטן און סיינס, נייע באסעס, און א מנין סעקרעטעריס גרינגער צו מאכן זייער ארבייט, אפיס דעסקס און די מאדערנסטע אינטערקום סיסטעמ"ס, אבער ווען מ'רעדט צו אויפהייבן די וועידזע"ס פון די מלמדים מיט א פאר דאלער האבן זיי מליון סיבות פארוואס ס'נישט מעגליך.
דא אין די שטעטל ווי איך וואוין האבען מלמדים שוין נישט באקומען קיין אינקרי"ס פאר קרוב צו 15 יאהר זייער ווידזע"ס דריידט זיך ארים 700.00-750.00 דולר א וואך. סאיז נארמאל??
א וואונדער אז סאיז א אפקומעניש פון מנהלים רוחניים צו טרעפען קוואליפיצירטע מלמדים? זיי מוזען זיך באגיין מיט די יונגע אומערפארענע יונגעלייט, וואס דאס איז בס"ה א טרענזישע"ן פון כולל צום ארבייטס פעלד, און כתוצאה מכך מוז מען האלטען און איין טרעינען נייע מלמדים, ומה יעשה הבן וכו.
כמיין אז אנשטאט זיין פארנומען 24 שעה מיט זיכען נייע וועגען און נייע שיטות און חינוך, דארף מען טראכטען ערענסט פון ראדיקאליש טוישן אונזער צוגאנג צו די מלמדים.
אז מוועט זיי צאהלן שיין, וועלען מיר האבן רוהיגערער, מער ערפארענער, מער פראפיסיאנאלע מלמדים, וועלען אונזער קינדער זיין מער צופרידן רוהיג פריילאך, זיי וועלען אנקוקען די חדר מער גונסטיג, גיין און חדר מיט א שמייכעל און בסופו של יום ליב האבן די אייבישטער מיט די תורה אויף א העכערע שטאפל, און בלייבן ערליכע יודען ממשיך צו זיין די מסורה לדורות הבאים.
מה דעתכם?

גערעכט! 100%
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 2:13 pm

פון ווי זאל א דורכשניטליכער פארדינער נעמען 400 דולר פאר יעדן קינד שכר לימוד רבש"ע

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

תגובהדורך אחד הרבנים » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:34 pm

.

אוועטאר
איינס
שר שמונת אלפים
תגובות: 8209
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:47 pm

אחד הרבנים האט געשריבן:.

זייער גוט אריוס געברענגט פארוואס זיי זאלן נישט צאלן שכ״ל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:07 pm

דברים אלו האט געשריבן:פון ווי זאל א דורכשניטליכער פארדינער נעמען 400 דולר פאר יעדן קינד שכר לימוד רבש"ע

גערעכט! פון ווי אבער דארף דע מוסד נעמען די געלט?!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3585
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:30 pm

מאכט סענס אז מיין קינד'ס מלמד מאכט נאך ווייניגער פון 600 א וואך ווען ער געט אוועק זיין הארץ און נשמה? טאקע שווער צו צאלן שכר לימוד, אבער למעשה ווער עס וויל נישט קען זיך דינגען א אינגערמאן צו לערנען מיט זיינע קינדער פריוואט און נישט שיקן אין חדר. יא, מען דארף זיך רעכענען מיט שווערע אומשטענדן, אבער מען דארף אויך פארשטיין אז צאלן דעם מלמד איז יעדן טאטן'ס עול.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3585
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:32 pm

ביי די וועי בין איך אויך נישט א גביר און איך האב אויך נישט ליב ווען מען גייט ארויף שכר לימוד. אבער די קאלטקייט ביי טייל, די קאמף, די געפיל אז די מוסד איז מיר שולדיג, איז אינטערעסאנט.
שויתי ה' לנגדי תמיד

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 11:25 pm

Goodmorning האט געשריבן:ביי די וועי בין איך אויך נישט א גביר און איך האב אויך נישט ליב ווען מען גייט ארויף שכר לימוד. אבער די קאלטקייט ביי טייל, די קאמף, די געפיל אז די מוסד איז מיר שולדיג, איז אינטערעסאנט.

איך מיין אז עס קומט פון דעם אז נאכן קריג האט מען זיך געפרייט מיט יעדעס קינד וואס איז אריינגעשיקט געווארן און א ערליכע מוסד
און טאטעס האבן אויך געפילט אזוי ווי זאג שכויח אז איך שיק צו דיר ממילא איז עס שוין אריבער בירושה

אוועטאר
קונדיטון
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:49 pm

תגובהדורך קונדיטון » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 12:26 am

דברים אלו האט געשריבן:פון ווי זאל א דורכשניטליכער פארדינער נעמען 400 דולר פאר יעדן קינד שכר לימוד רבש"ע

א גוטע קשיא. אלא מאי?

אוועטאר
קונדיטון
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:49 pm

תגובהדורך קונדיטון » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 12:36 am

Goodmorning האט געשריבן:מאכט סענס אז מיין קינד'ס מלמד מאכט נאך ווייניגער פון 600 א וואך ווען ער געט אוועק זיין הארץ און נשמה? טאקע שווער צו צאלן שכר לימוד, אבער למעשה ווער עס וויל נישט קען זיך דינגען א אינגערמאן צו לערנען מיט זיינע קינדער פריוואט און נישט שיקן אין חדר. יא, מען דארף זיך רעכענען מיט שווערע אומשטענדן, אבער מען דארף אויך פארשטיין אז צאלן דעם מלמד איז יעדן טאטן'ס עול.

זייער ריכטיגע ווערטער, נישט ווי דיע וואס פארשטייען מיט א פשטות אז די וואלענטירן, עוסקים בצרכי ציבור באמונה, קומען זיי אלעס און דארפן נאך מער צופלאצט ווערן, ווייניגער נעכט שלאפן, וכו׳.

טייערע איד, איר האט א שטוב מיט קינדער, איר האט ווייניג פרנסה? איר זענט טאקע א גרויסער רחמנות, נעמט א תהילים און בעהט זיך אויס אלעס גוטס, אבער געדענקט קיינער איז אייך גארנישט שולדיג, ערווארטס נישט אז איינער זאל קומען באצאלן אייער מלמדים, זיכער עס זענען דא פיינע אידן מיט גוטע הערצער וואס וועלן ארום לויפן נאך געלד אייך צו העלפן, אבער די עול און אחריות דארף נאך אלס בלייבן דיינס.

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

מלמדים קריזיס אין קר"י.

תגובהדורך קאנסילמאן » מוצ"ש פאברואר 08, 2020 11:13 pm

איך האב געהאט לעצטענס א שמועס מיט א חבר הנהלה אין די שטאטישע מוסדות אין קר"י, ער האט מיר דערציילט אז עס הערשט א שטיקעל מלמדים קריזיס אין קר"י, טויגליכע יונגעלייט ווילען נישט ווערן קיין מלמדים, און די וואס זענענן שוין יא מלמדים ווערן אויסגעברענט נאך עטליכע יאר.

א מלמד איז א 24/7 דשאב, טאקע נאר א טייל מלמדים זענענן פיזיש אויפן דשאב צען שעה א טאג, אבער יעדער איז משעובד צום דשאב ארום די זייגער און יעדן טאג פון יאר, יעדע מלמד האט פינף און צוואנציג קינדער, צוויי עלטערן און א מנהל פאר וועם צו געבן די וחשבון, א מלמד היינט צוטאגס דארף דעליווערן רוזאלטס, ער ווערט קאנטראלירט, אויב מאכט ער א טעות הערט ער דערפון, דערפאר די מינומם פעי פאר אזא אנגעצויגענע דזשאב האט געזאלט זיין היבש איבער א מאה אלף א יאר.

עס איז נישטא די געלט ריכטיג צו באצאלן זייער ארבייט, ארקענוג טיילט אויך קיינער נישט מיט הרחבה, דערפאר כאפט זיך ווייניגער מענטשן צו צי טיען די ארבייט, מען זעט טאקע ווי עס בויעט זיך בנינים, די כמות וואקסט טאקע שנעלער ווי מען קען עס נאכלויפן, אבער מען ווארט סטאק מיט די איכות צו רעקרוטען און אויפנעמען גיטע קוואלעטי מלמדים.

שכר לימוד וואלט געזאלט זיין עט-ליסט אכט ניין מאות א קינד, אזוי אז מען זאל קענענן בעסער באצאלען פאר די מלמדים, ווייל ווער וויל דען נישט די בעסטע פאר די אייגענע קינדער?!

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מוצ"ש פאברואר 08, 2020 11:17 pm

אזאנע שטותים

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מוצ"ש פאברואר 08, 2020 11:19 pm

אויב ווילסטו צאלן מער, ווארף ענדערש אריין דאס איבריגע געלט גראד פארן מלמד.
וכן אני נוהג.

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מוצ"ש פאברואר 08, 2020 11:22 pm

מוסדות זאלן העכערן שכר לימוד איז נישט קיין סאלושען, מען העכערט שכר לימוד איבעראל, אבער מלמדים ווערן נאך באצאלט ווי אין די צייטן פון רבי'ן ז"ל.
person-man-woman-camera-tv = genius

ליבי ובשרי
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 15, 2019 1:41 pm

תגובהדורך ליבי ובשרי » מוצ"ש פאברואר 08, 2020 11:26 pm

מען קען אנפילן הונדערטע בלעטער מיט די נושא.... אבער א פשוט'ע נקודה,
די "איינציגסטע" סעלושען איז בעסער צאלן.
ווי מ'קען זען ביי די מער פריוואטע מוסדות, [ומשם ראי' אז מען קען.] אבער כ'ווייס נישט צו זייער ענדגילטיגע רעזולטאטן איז בעסער....

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מוצ"ש פאברואר 08, 2020 11:28 pm

וויל איך דען צאלען מער? הגם, פארוואס דען נישט, שכר לימוד - זאגען חז"ל - קומט סיי ווי צירוק, עס פעלט מיר ליידער אביסל שטארקייט דערין.

בכל אופן נישט אייביג העלפט דאס צאלען מער פאר א מלמד, אויב די מלמד איז פשוט באגרעניצט מיט וואס ער קען יא אדער יא.

בפרט מיט די איינשטעל אין די מוסדות אז בעצם האט מען דא עטליכע קליינע מוסדות אריין געשטעלט אין איין גרויסע מוסד, מיט אלע חסרונות פון א קליינע מוסד, אז מען קען נישט ספליטען קיין חדרים אויב נוטיג, מען קען נישט וועלן קיין מלמדים, יעדע אפטיילנוג האט נאר פיר מלמדים פעיר עיטש אנשטאט 12 - 14 סאו די מנהלים זענענן געבינדען די הענט מיט מאנאווערן און פראבירען צו טוישן, סאו צאלען חודש'ליך געלט קען אמאל העלפן און אמאל זיין נאר צדקה.

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: חייםדערבעקער און 0 געסט