ירושה: יעדער אויסער איינער!

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אויף וואס וואלסטו געוואוט נאכן ליינען די ערשטע תגובה פון דעם אשכול?

גארנישט געבן דעם ברודער
2
6%
אים געבן כאטש עפעס
6
18%
אים געבן א גלייכע טייל
25
76%
 
סך הכול שטימען: 33

חוח בין השושנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

ירושה: יעדער אויסער איינער!

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 12:12 am

באזירט אויף א מעשה שהיה אין נישט ווייטן פארגאנגענהייט.

א טאטע האט געלאזט צוואה מ'זאל צעטיילן זיין פארמעגן אין 10 טיילן.
יעדע קינד באקומט איין טייל. אויסער איינער, דער 11'טער, וועלכער באקומט גארניקס.
פארוואס נישט? זיך נוקם צו זיין אין אים. דער טאטע האט פשוט נישט געגליכן דעם זון צוליב זיינע עקסטרעמע ענליכקייטן צום טאטנ'ס נאטורן. כאטש דער טאטע האט געזען זייער אסאך נחת ביי דעם זון און עס איז קיינמאל נישט פארגעקומען עפעס באזונדערס צווישן זיי.
א שלעכטסקייט פון א געדאנק.

די צוואה איז געווען אויסגעהאלטן און באווארנט על פי תורה, און א באזונדערע צוואה איז געווען על פי חוקי המדינה וואס האט געלויטעט די זעלבע.

זיצן די געשוויסטער נאך די שבעה, און ווייסן נישט וואס צו טון. זיי זענען אין א מאדנע סיטואציע וואו זיי זעען צו ווי איין ברודער ווערט אויסגעשלאסן פונעם משפחה.
יעדער פון זיי וויל בעיסיקלי דריי זאכן:
1. פאלגן די צוואה.
2. באקומען ווי מער געלט.
3. 'יעדער' זאל זיין צופרידן.
טעכניש קענען זיי פאלגן די צוואה און נאכדעם אראפציפן מעשר פונעם ירושה און געבן פאר דעם 11'טן ברודער. (אקעי, נישט עכטע מעשר, דער 11'טער ברודער איז נישט אזא ארימאן).

וואס וואלט איר געטון (ח"ו אל תפתח פה, סאו וואס וואלט איר גע'עצהט צו טון פאר איינער וואס איז) אין זייערע שיך?
גארנישט געגעבן דעם ברודער, אדער אים געגעבן עפעס, אדער א גלייכער טייל?
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

חוח בין השושנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 12:14 am

איך האב זיך גע'טענהט מיט אנדערע איבער דעם. כ'האב געזאגט אז כ'וואלט געזען דערצו (מצדי און מצד די איבעריגע געשוויסטער) אז יענער ברודער זאל באקומען א גלייכער טייל.
אבער אנדערע קוקן מיר אן ווי צעדרייט. ס'נישט דיין פראבלעם, זאגן זיי. זאל יענער ברודער זיך רעגן אויף זיין פארשטארבענעם טאטן, און דו האלט זיך מיט דיין חלק וואס האסט באקומען ע"פ דין.
וואס איז דעת הקהל?
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 1:12 am

פעלט מיין אפציע:
אנפרעגן דעת תורה
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2856
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 7:40 am

לכאורה האט געשריבן:פעלט מיין אפציע:
אנפרעגן דעת תורה
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

נעם אין אכט
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

תגובהדורך נעם אין אכט » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 10:53 am

קיינער קען מיך נישט זאגן וואס צו טון מיט מיין געלט, אריין גערעכנט מיין טאטע וועמענס ירושה איך האב גע׳ירשענט.

נאכן צוטיילן דעם פארמעגן ווי דער טאטע האט געהייסן (אויב דעת תורה האלט אז אזא צוואה דארף מען פאלגן, קיין גרויסער נחת אין גן עדן האט ער מסתם נישט דערפון) וואלט איך געגעבן פארן אנדערן ברידער זיין חלק פון מיין געלט, און איך וואלט צוגערעדט די אנדערע געשוויסטער אויך אזוי צו טון.

אזוי וואלט איך געטון

נעם אין אכט
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

תגובהדורך נעם אין אכט » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 10:55 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:איך האב זיך גע'טענהט מיט אנדערע איבער דעם. כ'האב געזאגט אז כ'וואלט געזען דערצו (מצדי און מצד די איבעריגע געשוויסטער) אז יענער ברודער זאל באקומען א גלייכער טייל.
אבער אנדערע קוקן מיר אן ווי צעדרייט. ס'נישט דיין פראבלעם, זאגן זיי. זאל יענער ברודער זיך רעגן אויף זיין פארשטארבענעם טאטן, און דו האלט זיך מיט דיין חלק וואס האסט באקומען ע"פ דין.
וואס איז דעת הקהל?


מדות עלערט...
זעט אויס אז נישט נאר דער טאטע האט אזוינע מדות... די מיט וועם דו האסט דיך געטענהט האבן אויך אזעלעכע...


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט