ענדרו יענג, פרעזידענטליכע קאנדידאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 11:27 am

Rather, Yang’s willingness to think critically and challenge his ideas draws supporters from all sides of the political spectrum who are looking for reasonability amid chaos. Yang genuinely comes across as an honest guy, which is why his presence in the Democratic Primary is so refreshing. In the midst of a race full of people like Trump, Biden, and Sanders, whose political philosophies are pretty much set in stone regardless of what the facts say, and people like Kamala, Beto, Booker, Inslee, and Gillibrand who change their stances on various issues at breakneck speeds, Yang seems like a normal guy. A normal guy might not be able to win the Democratic Primary or beat Trump in the general election, but Yang sure has been able to develop an almost cultish following in the process of trying.


While conservatives may disagree with him on a multitude of issues, the witty and charismatic persona has helped him develop a rabid fanbase on Twitter and Reddit, where supporters who do MATH (Make America Think Harder) memorabilia have dubbed themselves the #YangGang.


Although Yang is fundamentally running a campaign reminiscent of Trump’s as a problem-solving, longshot outsider, his likability and charisma are refreshing to those tired of the ridiculous rhetoric coming from both sides of the aisle. He represents the ultimate antithesis to our current political state: a calm and collected man who looks to solve problems with more technology rather than undo the problems existing technology has created. While his political philosophy might not line up with conservative or classical liberal thought, Andrew Yang represents the best of our current political discourse and is well worth keeping an eye on heading into 2020!


Why Andrew Yang Intrigues Conservatives
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 12:36 pm

ער גייט לויפן אינדיפענדענט אויב ער פארלירט די פריימעריעס?

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 12:40 pm

Yang2020 האט געשריבן:יענג איז ארויף צום פינפטן פלאץ אויף PredictIt, העכער בוטידזשעזש.
אבער Betfair איז פונקטליכער, און דארט איז ער נאך דער זעקסטער.

ער גייט קענען זיין ביי די נעקסטע דעבאטע?

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 1:41 pm

יוד אלף האט געשריבן:ער גייט לויפן אינדיפענדענט אויב ער פארלירט די פריימעריעס?


איך גלייב אז אפילו אויב יא וויל ער עס דערווייל נישט אויסזאגן, ווייל מיט דעם וועט ער זיכער פארלירן די פריימעריס...

לייטער האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:יענג איז ארויף צום פינפטן פלאץ אויף PredictIt, העכער בוטידזשעזש.
אבער Betfair איז פונקטליכער, און דארט איז ער נאך דער זעקסטער.

ער גייט קענען זיין ביי די נעקסטע דעבאטע?


יא. ער איז דער ניינטער, און קוקט נישט אויס ווי עס וועט זיין מער ווי צוועלף. מענטשן וועלן אים אנהייבן באטראכטן אביסל ערנסטער, א snowballing סיטואציע איז גאנץ מעגליך.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 7:21 pm

Yang2020 האט געשריבן:
איך גלייב אז אפילו אויב יא וויל ער עס דערווייל נישט אויסזאגן, ווייל מיט דעם וועט ער זיכער פארלירן די פריימעריס...



איך זעה ווי די דעמאקרעטס קענען עס ניצן ארויסצוזעהן טראמפ, ער קען א סאך גרינגער אראפ ציפן פון ריעל אמעריקן, ווי פון פאר לעפט,

טרעף מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 4:21 pm

תגובהדורך טרעף מיך » מוצ"ש אוגוסט 10, 2019 11:27 pm

אילאן מאסק בה"ב פון טעסלא אינדאסירט יענג

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג אוגוסט 11, 2019 7:54 pm

איך האב געהאט געשריבן אז יענג'ס הויפט פארדינסט פון די צווייטע דעבאטע וועט נישט זיין א העכערונג אין די פאולס, און אויך נישט אז ער וועט קענען אנטיילנעמען אין די דריטע דעבאטע (דאס וואלט סייווי געווען), נאר אז די מידיא וועט אים אנהייבן צו נעמען ערנסטער און אים געבן מער קאווערעדזש.

אויף spectrym.news קען מען זען וויפיל דעקונג יעדער קאנדידאט באקומט. כאטש יענג איז שוין לאנג פון די העכסטע צען אין די פאולס פלעגט ער ווערן דערמאנט דער ווייניגסטער, אדער דער אכצנסטער אין גוטע טעג. דאס טוישט זיך שוין.

o4hia6idwqf31.jpg
o4hia6idwqf31.jpg (150.12 KiB) געזעהן 1132 מאל


דער טאג איז א אויסנאם, צוליב מאסק'ס ענדארסמענט און יענג'ס עמאושענעל מאמענט אין אייאווע, אבער דאך וואלט עס נישט געקענט געשען א חודש צוריק.
די לעצטע פאר טעג איז ער דורכשניטליך אויפן פינפטן-זעקסטן פלאץ, וואס רעפלעקטירט בעסער זיין עכטע שטאנד.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג אוגוסט 11, 2019 7:55 pm

איינער האט געעפנט א באזונדערע וועבסייט צו פארענטפערן דעם באקאנטן מקשים העולם, צו קען ענדרו יענג געווינען? https://www.canandrewyangwin.com

חוץ פון געווינען די דעמאקראטישע נאמינאציע, ווערט דארט אויך גערעכנט זיינע שאנסן צו געווינען קעגן טראמפ.
probability-beating-trump.png
probability-beating-trump.png (184.82 KiB) געזעהן 1132 מאל


די דאטא ווייזט זייער קלאר אז יענג איז דער איינציגסטער וואס איז אין א קלאס פאר זיך.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6468
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » זונטאג אוגוסט 11, 2019 8:25 pm

דער בלאזיאו ווייסט וויאזוי צו באקומען מידיע דעקונג..
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Projects.Economist ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג אוגוסט 11, 2019 8:27 pm

וואס איז געווען יענגס מאמענט אין אייאווע?

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג אוגוסט 11, 2019 8:40 pm

https://thehill.com/homenews/campaign/4 ... -town-hall

זיין גאנצע שמועס דארט איז געווען זייער באלערנד (און גאנץ קורץ, נאר ארום 20 מינוט), אבער פאר די מידיא איז די עמאושענעל ברעיק דאון דער שפיץ. בעסער ווי גארנישט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג אוגוסט 11, 2019 8:40 pm

יישר כח פאר די כסדר׳דיגע אופדעיטס
ווען מען קומט אריין אין די אשכול און מען ליינט אביסעל הייבט מען גלייך אן צו טראכטען אש דער יענג איז ממש די פראנט ראננער....

איך האב גארנישט קעגן אים , אבער דער בחור האט א וויזיע אויף בלויז איין נושא און ער דארף רעדן אויף נאך פאליסיס
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6468
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » זונטאג אוגוסט 11, 2019 8:42 pm

א פרוי וואס האט פארלוירן איר פיר יעריג מיידל צו גאן וויילענס בשעת די מיידל'ס צווילינג ברודער האט דאס צוגעזען האט געפרעגט פונעם קאנדידאט וואס ער גייט טון צו פארמיידן אזעלכע אומגליקן אלס פרעזידענט. יענג האט זיך געהעריג צעוויינט אויפן סטעידזש ביים ענטפערן.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Projects.Economist ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג אוגוסט 11, 2019 8:46 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:איך האב גארנישט קעגן אים , אבער דער בחור האט א וויזיע אויף בלויז איין נושא און ער דארף רעדן אויף נאך פאליסיס


ער האט די מערסטע פאליסיס פון אלע קאנדידאטן (ארום 110), און ער האט די מערסטע דיטעילד פאליסיס פון אלע קאנדידאטן.
דאס איז נישט מיין אפיניאן, נאר הארטע נאמבערס און פאקטן.

אבער ריכטיג אז ער מאכט אזא רושם. מסתמא איז דאס א מארקעטינג סטראטעגיע זיך צו ארויסשטעלן צווישן אזויפיל אנדערע קאנדידאטן.
איך וואלט געטון אנדערש, אבער איך וועל אים לאזן פירן זיין קאמפיין...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג אוגוסט 11, 2019 9:41 pm

Yang2020 האט געשריבן:https://thehill.com/homenews/campaign/456992-andrew-yang-breaks-down-in-tears-while-addressing-gun-violence-at-town-hall

זיין גאנצע שמועס דארט איז געווען זייער באלערנד (און גאנץ קורץ, נאר ארום 20 מינוט), אבער פאר די מידיא איז די עמאושענעל ברעיק דאון דער שפיץ. בעסער ווי גארנישט.

טאקע שיין.
גוט צו זען זיין ווייעכע זייט נאכן זיך אהערשטעלן ווי די טעק גורו מיט נאמבערס און עצות אויף יעדע זאך

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג אוגוסט 11, 2019 10:18 pm

אויב שוין...
א קליפ וואו יענג ווערט געברענגט צו טרערן, אויך אונטער ווייניגער טראגישע אומשטענדן
Yang holds back tears, standing ovation, discussing lobbyists and corruption in the system
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » זונטאג אוגוסט 11, 2019 11:24 pm

Yang2020 האט געשריבן:אויב שוין...
א קליפ וואו יענג ווערט געברענגט צו טרערן, אויך אונטער ווייניגער טראגישע אומשטענדן
Yang holds back tears, standing ovation, discussing lobbyists and corruption in the system

דערמאן איך מיך ווען סאיז געווען אינמיטן פון א רבנישע מחלוקהלע, מען האט זיך געטענהט וועלעכע רבי האט מער אמתדיג געוויינט, האט זיך איינער אנגעריפן '' וויינען? וויינען קען איך סאך בעסער''
נאר פאר א דזשאק, און אמת'ן אריין א קאנדידאט וואס מען זעהט אז ער האט מענטשליכע מיטגעפיל אין די ריכטיגע צייט און פלאץ(עת לבכות ועת לשחוק, ) קען עס כאפן די וויילער אלץ א מענטש וואס פארשטייט א 2טן' ס צער

פייערקרעקערס
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

תגובהדורך פייערקרעקערס » זונטאג אוגוסט 11, 2019 11:58 pm

איז די פאקט אז ער האט אן אויטיסטיק קינד עפעס וואס שפילט א ראלע אין זיין פערסאנאלעטי, פאליסיס, וכדומה?
איך וואונדער זיך פארוואס ער זוכט כמעט נישט צו רעדן דערפון

פייערקרעקערס
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

תגובהדורך פייערקרעקערס » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 12:04 am

אפשר איז ער גאר א אנטי-וועקסער צוליב דעם?!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 12:28 am

נאכגעקוקט יעצט אביסל דעם יענגן. גאנץ א קאנטערווערסיאלע פיגור. האלט אז יעדער זאל קריגן פרי מערידזש קאונסלינג (נישט שלעכט) האלט אז מ׳דארף האבן א פסיכיאטר אין די ווייסע הויז... איז קעגן ברית מילה... נאך אפאר גאנץ פארריקטע זאכן...

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 12:33 am

וואס פאלט אייך ביי?

A straight line can be drawn between the advent of vaccines, antiseptics, antibiotics, and other elements of modern medicine and the vastly improved health of Americans.

https://www.yang2020.com/policies/medic ... innovation

ער דערמאנט גראדע יא גאנץ אסאך זיין אויטיסטיק קינד, צום ביישפיל ווען זאגט אז זיין פרוי'ס ארבעט איז שווערער ווי זיינס, אבער ווערט נישט גערעכנט אינעם מארקעט.
קען זיין אנדערע פאליטיקאנטן וואלטן מער גערעדט פון דעם, אבער מיר געפעלט דווקא זיין אויטענטישקייט. ער זוכט נישט צו פאליטיזירן זיין פריוואטע לעבן.

ער האט געבעטן זיינע מיטארבעטער און פארזעצער אין Venture for America, די נאן-פראפיט וואס ער האט געגרינדעט, נישט ארויסצוקומען פאר אים אין פאבליק, כדי נישט צו פאליטיזירן די ארגאניזאציע.

---

געלעגער האקט.
וועגן ברית מילה האב איך געשריבן אויבן. און פון דעם קענסטו פארשטיין וויפיל די קענסט גלייבן דיינע סאורסעס איבער די אנדערע "פארריקטע זאכן"
פסיכיאטער אינעם ווייסן הויז איז זייער קלוג. איינס פון די אויפטוען איז אוועקצונעמען די סטיגמע. (גארנישט מיט טראמפ, ווי ער זאגט אליינס...)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

פייערקרעקערס
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

תגובהדורך פייערקרעקערס » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 1:45 am

האט ער א פאליסי בנוגע מד''י-פאלעסטיניע קאנפליקט?

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 2:22 am

ווי איז ער שוין אנגעקומען אינעם פריוואטען לעבן?
איז ער שוין בכלל געווען אין גאווערמענט. אדער געפירט א ביזנעס?
אדער זענען די אלע זאכען טיארעטישע שיטות פון אן אוטסיידער
פארגעס נישט. איך האב אויך אסאך שיטות אויף יעדען נושא. ס'קאסט נישט קיין געלט.
נישט יעדער פארשטייט סארקאזים
אבער סארקאזי פארשטייט יעדעם איינעם
(חוץ איינער וואס טראכט אנדערש ווי מיר)

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 10:13 am

פייערקרעקערס האט געשריבן:האט ער א פאליסי בנוגע מד''י-פאלעסטיניע קאנפליקט?


ער האט נישט קיין באזונדערע פאליסי אויף דעם קאנפליקט, נאר אויף אויסערן פאליסי בכלל.

ער האט זיך געלאזט הערן איבער מדנ"י, און די עקסטרעם לינקע האבן נישט געקענט פארנעמען אז ער רעכנט מדנ"י פאר א נארמאלע לאנד און באשולדיגט זיי נישט אין אלע פראבלעמען פון די גאנצע וועלט.
פון די אנדערע זייט, ווען ניו יארק טיימס האט געפרעגט 20 יא-ניין פראגעס (ער האט נאר געקענט ענטפערן מיט סאונד בייטס), איז איינס פון די פראגעס געווען
Do you think Israel meets international standards of human rights?
און זיין ענטפער
Israel is a very, very important ally of the U.S. Certainly some of the actions that are being taken there are deeply problematic and run afoul of some of the standards that we’d like to see countries meet. I’d be hesitant to say that they are in violation of those standards.

אין מיינע אויגן איז דאס זייער שכל'דיג און באלאנסירט, נישט גיין אויפן רעקארד אז מדנ"י איז א טלית שכולה תכלת (ווייל אפן גערעדט זענען זיי טאקע נישט), אבער פון די אנדערע זייט שטיין אין נאנטע באציאונגען מיט זיי, און אנקניפן קשר מיט אראבער אויף א קעיס ביי קעיס בעיס, לויט ווי גרייט זיי זענען צו נארמאלקייט.

אויסערן פאליסי און אויסהאמערן דיעלס מיט לענדער איז נישט זיין עקספערטיז. אבער לויט זיינע פרינציפן און מהלך און זיין טאלאנט צו פארשטיין צו מענטשן און ארויסברענגען פון זיי דאס בעסטע, טראסט איך אז ער וואלט אויסגעוועלט א גוטע סעקרעטערי אוו סטעיט אד"ג.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 10:15 am

סארקאזי האט געשריבן:ווי איז ער שוין אנגעקומען אינעם פריוואטען לעבן?
איז ער שוין בכלל געווען אין גאווערמענט. אדער געפירט א ביזנעס?
אדער זענען די אלע זאכען טיארעטישע שיטות פון אן אוטסיידער
פארגעס נישט. איך האב אויך אסאך שיטות אויף יעדען נושא. ס'קאסט נישט קיין געלט.


Yang2020 האט געשריבן:ענדרו יענג איז געבוירן געווארן אין ניו יארק, 1975 למספרם, צו זיינע עלטערן, אימיגראנטן פון טייוואן. (זיין טאטע האט געארבעט פאר IBM און General Electric, און ערפינדן ארום 70 פאטענטן.) ער האט שטודירט עקאנאמיקס און געזעץ אין Ivy League קאלעדזשעס, און גראדואירט מיט די העכסטע צייכענס. דערנאך האט ער אנגעפירט עטליכע ביזנעסער.

מיט די צייט האט יענג איינגעזען אז א סטרוקטורעלע פראבלעם עקזיסטירט אין די אמעריקאנע עקאנאמיע, א פראבלעם וואס ווערט ערגער מיט די צייט. קלוגע און טאלאנטפולע קינדער פון איבער גאנץ אמעריקע קומען אן צו געקליבענע פרעסטיזשפולע יוניווערסיטיס, וואו א ריזיגע חלק פון זיי לערנען זיך professional services - פינאנס, קאנסאלטינג און געזעץ, און זיי ווערן קאנצענטרירט אין געציילטע גרויסע שטעט. אין די זעלבע צייט ווערן נישט פארפולט מאסיווע געברויכן אין אנדערע סעקטארס. די איבער-סופליי פון טאלאנט ווערט גאר וויכטיג געזוכט אין קליינע ביזנעסער און פרישע קאמפעניס אין פארשידענע אינדוסטריעס, און עס וואלט אריינגעבלאזן פרישע עקאנאמישע חיות אין שטעטלעך איבער גאנץ אמעריקע.

יענג האט דעריבער געגרינדעט אין 2011 די נאן-פראפיט ארגאניזאציע Venture for America. א פעלאושיפ פראגראם געצילט צו מאביליזירן יונגע כוחות און זיי צושטעלן די נויטיגע טאלאנטן און רעסורסן צו עפענען ביזנעסער (אדער צוהעלפן אין נארוואס געעפנטע סטארטאפס) און שאפן דזשאבס לענגאויס אמעריקע, בעיקר אין שטעט מיט עקאנאמישע טשעלענדזשעס. דאס האט שוין געשאפן איבער 2,500 דזשאבס.


אין אנדערע ווערטער: ער האט געעפנט אפאר ביזנעסער, און זיך אליינס ארויפגעדראפעט צו ווערן א סוקסעספולער מיליאנער. נישט דורך ירושה, און נישט דורך דרייען מיט יענעמ'ס געלט אויף וואל סטריט.
נאכדעם, אויפצוטון וואס ער האט געהאלטן אז עס דארף ווערן געטון, האט ער פארקויפט זיין ביזנעס און אפגעשטעלט זיין קאריערע (ער איז שוין היינט נישט אזוי רייך ווי אמאל).
מיט זיין נאן-פראפיט וואס ער האט געגרונדעט האט ער געהאלפן אויפצושטעלן טויזנט פרישע ביזנעסער, נישט בלויז מיט געלט, נאר בעיקר מיט ראט און טאט, און געשאפן איבער 2,500 דזשאבס אין אסאך סארטן אינדוסטריעס איבער גאנץ אמעריקע.
פאר זיינע אויפטוען האט ער באקומען אפאר מעדאלן און אויסצייכענונגען, פונעם ווייסן הויז און פון אנדערע.

דאס ווייזט מיר אז ער איז זייער נישט סעלפיש, ווי ווייט א גוי קען זיין נישט סעלפיש. ער זעט פראבלעמען וואס אנדערע זעען נישט און טוט גלייך צום זאך. ער האט א שטארקע כוח פון אויפשטעלן זאכן און זיי אויספירן מיט סוקסעס. ער קען זייער גוט פירן מענטשן און זיי שטופן ארויסצוברענגען זייער בעסטע.

דאס איז זיכער אסאך א בעסערע טרעק רעקארד ווי איינער וואס איז געווען א סענאטאר דרייסיג יאר, דאס איז זיין גאנצע לעבן און קאריערע און ער האט שוין לאנג פארגעסן וויאזוי די ריעל ווארלד ארבעט, און במשך די צייט האט ער געספאנסערט 4 בילס. (looking at you, Sanders)
דאס איז אפשר א עקסטרעמע ביישפיל, אבער בכלל מיין איך אז עפענען און אנפירן אפאר סארטן ביזנעסער ווייזט מער אויף די כשרונות וואס א פרעזידענט דארף האבן ווי זיין א סענאטאר. זיין א גאווערנאר אין א גרויסע שטאט איז אפשר נאך בעסער, אבער עקספעריענס איז דאך נישט אלעס.

און לאמיר נאכאמאל דערמאנען אז ער איז נישט סתם א יוקל מיט אפיניאנס, נאר ער איז עקסטרעם קלוג. ארום איינער אין צען טויזנט מענטשן האבן זיין IQ (לויט די נידריגסטע שאצונג), און דאס רעכנט נישט אריין זיין עקספעריענס און כאראקטער.

(אויך האט ער געלערנט סיי געזעץ און סיי עקאנאמיקס און סיי פאליטיקל סייענס אין Ivy League קאלעדזשעס און גראדואירט מיט די העכסטע צייכענס. איז עס נישט ווי דער טיפיקל סענאטאר ווייסט עפעס טעאריע וואס ער ווייסט נישט)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], איד_איד, וימאןX3, לייטער און 50 געסט