אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4700
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 1:48 pm

די רעזולטאטן וואס קומען ארויף ביים זוכן פאר 'געוואונען' זענען שטארק... אבער ווי דו האסט שוין מחליט געווען איז אייוועלט נישט קיין ראיה.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

תגובהדורך מיגו » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 1:49 pm

Think and Thank האט געשריבן:פארוואס ברענגט קיינער נישט קיין שרייבווערק עלטער ווי צען יאר מיט די ווארט 'געוואונען'? לשיטתך איז דאך דא ימ'ען דערפון. אפשר ברענגסטו אהער אפאר שטיק?

גיי טו א זוך אין OCR פון היברו בוקס, וועסט טרעפן עלטער פון צען יאר און מער דאס ווארט געוואונען.

מעלות, איז דא צו ענטשיידן אידיש שרייבן כללים פאר אונזער תקופה, פונקט ווי דער אידיש פון רוסלאנד איז נישט גלייך צו דער אידיש פון פולין איז מעלות פאר כללים פון היינטיגע חסידישע אידיש, עס גיבסט נישט ביי זיי קיין יש ויש מהלך, ווייל אויב האט מען אין טייל ערטער געשריבן אזוי און אין אנדערע אנדערש, ברויך מען נאכאלס מכריע זיין וואס איז ריכטיג אין א היינטיגן אידיש.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 1:50 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:די רעזולטאטן וואס קומען ארויף ביים זוכן פאר 'געוואונען' זענען שטארק... אבער ווי דו האסט שוין מחליט געווען איז אייוועלט נישט קיין ראיה.

עקזעקטלי. דו האלטסט טאקע אז אייוועלט איז א פלאץ ארויסצונעמען גראמאטישע כללים (כ'רעד פון די סייט בכלליות, נישט פון די גראמאטיק פארום)?
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4700
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 2:10 pm

Think and Thank האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:די רעזולטאטן וואס קומען ארויף ביים זוכן פאר 'געוואונען' זענען שטארק... אבער ווי דו האסט שוין מחליט געווען איז אייוועלט נישט קיין ראיה.

עקזעקטלי. דו האלטסט טאקע אז אייוועלט איז א פלאץ ארויסצונעמען גראמאטישע כללים (כ'רעד פון די סייט בכלליות, נישט פון די גראמאטיק פארום)?

ניין. אבער אז יעדער האט דעם כלל מיינט עס עפעס...
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 2:17 pm

סאו לשיטתך איז די חילוק פון אין/און נישט ריכטיג ווייל אין (און?) רוב אייוועלט תגובות ווערט עס באנוצט נישט לויט'ן כלל?
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4700
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 2:18 pm

רוב אייוועלט? נישט ריכטיג. נאר אין פארברענגען.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

תגובהדורך מיגו » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 2:26 pm

אסדר, נישט ריכטיג.
אין און די דער און דאס זענען לאנג פארגעסן. זיי לאכן פון די וואס זענען מקפיד אויף דעם.

און דו מעלות (אדער ווער ס'גייט פארטרעטן אידיש דעמעץ) פין די נעקסטע דור גייט שטיין אז און איר אלטע שריפטן קען מען קלאר זען א חוליק פין און מוט א יוד אין און מוט א וואו, אבער דו וואס שרייבן נאך היינט (דעמעץ) אזוי זענען פונדאמענטאליסטן און עס שטערט דעם המון פין ליינען נאטירלעך

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 2:41 pm

מיגו האט געשריבן:אסדר, נישט ריכטיג.
אין און די דער און דאס זענען לאנג פארגעסן. זיי לאכן פון די וואס זענען מקפיד אויף דעם.

און דו מעלות (אדער ווער ס'גייט פארטרעטן אידיש דעמעץ) פין די נעקסטע דור גייט שטיין אז און איר אלטע שריפטן קען מען קלאר זען א חוליק פין און מוט א יוד אין און מוט א וואו, אבער דו וואס שרייבן נאך היינט (דעמעץ) אזוי זענען פונדאמענטאליסטן און עס שטערט דעם המון פין ליינען נאטירלעך

;l;p- ;l;p-
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

גרשון
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 4:29 pm

Think and Thank האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אויף זינגען קוק איך ניטאמאל ווייל איך ווייס...

אפשר דאך? פליז?

אסדר לסעודתא האט געשריבן:געוואונען דערמאנט זי נישט.

האסט א הסבר פארוואס?


אגב, גוגל האט אויך א מיינונג אויף געווינען/געוואונען...

אז דו בעטסט אזוי שטארק וועל איך עס א גוגל טון...
https://www.google.ca/search?q=google+t ... &ie=UTF-88
לייג אריין "i won"

גרשון
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 4:50 pm

Think and Thank האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
בעל הנס האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין זעט מען אפט די טעות פון געווינען און געוואונען.

די ריכטיגע חילוק איז:
געווינען, באדייט בלשון הוה אדער עתיד. טראמפ גיין געווינען ווידערוויילונג
געוואונען, בלשון עבר. למשל, אבאמא האט געוואונען די וואלן

דער חילוק איז זיכער אמת, און ס'זענען דא גאר אסאך אידישע ווערטער מיט דעם כלל, דהיינו א י' בלשון הוה און עתיד און א ו' (אדער או) בלשון עבר.

נאך ווערטער אין דער קאטעגאריע: בינדן-געבונדן, געפינען-געפונען, דריקן-געדרוקט, צווינגען-געצוואונגען, ווינטשן-געוואונטשן, זינגען-געזונגען, דינגען-געדונגען, און נאך אסאך.

דאכצעך אז דריקן און געזונגען זענען אייגענע פאבריקאציעס.

אז ס'דאכט זיך דיר אזוי וועל איך נישט האבן קיין ברירה נאר הייבן הענט...

די אלע ווערטער וואס כ'האב אויסגערעכנט זענען ווי אזוי מ'פלעגט שרייבן און דאס איז ארגינעל דער כלל אין אידיש (צוצולייגן אויף דער ליסטע ווינקען-געוואונקען, און וויסן-געוואוסט). יעצט, היינט זענען די כללים פארגעסן געווארן מער-ווייניגער, וויבאלד אין אונזער אידיש הערט מען נישט קיין חילוק צווישן א חירוק און א מלאפום. איך באשולדיג נישט דעריבער איינעם וואס שרייבט "געזינגען" אז ער שרייבט גרייזיג, ווייל ס'איז אזוי געווארן פארשפרייט. פון דער אנדערער זייט, אבער, איז נישט אזוי שווער פאר א שרייבער זיך איינצו'חזר'ן די חילוקים, דאס וועט פיל בארייכערן זיין שריפט און געבן קלארקייט פאר זיינע ליינער וועלכע קענען אביסל אויסלייג (אין ציוויליזירטע געזעלשאפטן איז דער וואקאבולאר גרויס; ווי מער פרימיטיוו, אלץ ווייניגער אויסדרוקן און חילוקים ביים שרייבן).

"מעלות" איז נישט קיין פוסק אחרון, ווי געוויסע פרובירן דא פארצושטעלן, כאטש זיי זענען פארהענטליסמעסיג גוט אין אידישער גראמאטיק און אויסלייג. דאס איז נישט מיין חידוש, נאר זייערס - שוין מער ווי איינמאל וואס זיי האבן געשריבן א געוויסן כלל און זיך אליין נישט געהאלטן דערצו. אויסער דעם נייגן זיי אפ אן א שיעור מאל פון גראמאטישע כללים - צב"ש ביים באשטימען אן ארטיקל, דער, דאס, די, דעם - וואס קיינער קריגט זיך נישט אויף דעם, אריינגערעכנט זיי אליין מיט עטליכע יאר צוריק ווען זיי האבן געשריבן איבער די כללים. אז איינער וויל זיי ברענגען אלס ראיה, בתשואת חן, מ'קען אבער נישט "אויפווייזן קלאר" ווי אזוי ס'קומט צו שרייבן.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 5:04 pm

איך גלייב אז איר פארשטייט אז איר זענט גארנישט מער פוסק ווי מעלות, און מען איז בארעכטיגט מפקפק צו זיין אין די כללים וואס איר שטעלט אוועק. אדרבה, ברענגט א מקור וואו א פראפעסיאנאלער שרייבער (נישט אייוועלט וכדומה) שרייבט פאר צען יאר צוריק אדער מער 'געזונגען', 'דריקן', אדער 'וואונקן'.


ס'דא אסאך סיבות פארוואס עס זאל זיך טוישן פון י' צו ו' און פארקערט, און טייל ערטער טוישט זיך עס בכלל נישט.
די שם דבר פון דרוקן איז 'דרוק', און עס טוישט זיך נישט ביי א פעולה, אפגעזען עבר אדער עתיד.
די שם דבר פון ווינקען איז 'וואונק', און ביי א פעולה איז עס אלעמאל מיט א י'.
די שם דבר פון זינגען איז זינגען, און עס טוישט זיך נישט ביי א פעולה, אפגעזען עבר אדער עתיד.
לשון יחיד פון שיך איז שוך, לשון רבים איז שיך.
לשון יחיד פון ברידער איז ברודער, לשון רבים איז ברידער.
די זון וואס מאכט ליכטיג איז מיט א ו'. א זון (בן) איז מיט א ו', און לשון רבים איז עס זין. זין (דעת) איז אויך מיט א י' ('עס האט נישט קיין זין צו טאנצן תשעה באב.')

אגב, וויסן איז לשון הוה און געוואוסט איז לשון עבר, וואס מיינט אז אפילו לשיטתך איז עס פארקערט ווי דיין כלל אז נאר ביי עתיד טוישט זיך עס צו א ו'.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4700
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוגוסט 11, 2019 7:14 pm

Think and Thank האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:א. ראטה'ס בוך איז א ראיה?

ניין, אבער כ'גלייב נישט אז זי מאכט 'אזא' גראבע טעות.

דער איד פון היינט איז א ראיה? אינעם איד פון די וואך איז געשטאנען 'געוואונען'.

דער איד פון אמאל איז זיכער קיין ראיה, גראבע טעותים אין יעדן צווייטן ווארט.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2691
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 11:06 am

מיגו האט געשריבן:אסדר, נישט ריכטיג.
אין און די דער און דאס זענען לאנג פארגעסן. זיי לאכן פון די וואס זענען מקפיד אויף דעם.

און דו מעלות (אדער ווער ס'גייט פארטרעטן אידיש דעמעץ) פין די נעקסטע דור גייט שטיין אז און איר אלטע שריפטן קען מען קלאר זען א חוליק פין און מוט א יוד אין און מוט א וואו, אבער דו וואס שרייבן נאך היינט (דעמעץ) אזוי זענען פונדאמענטאליסטן און עס שטערט דעם המון פין ליינען נאטירלעך

:smile:
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

גרשון
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 11:51 am

Think and Thank האט געשריבן:אגב, וויסן איז לשון הוה און געוואוסט איז לשון עבר, וואס מיינט אז אפילו לשיטתך איז עס פארקערט ווי דיין כלל אז נאר ביי עתיד טוישט זיך עס צו א ו'.

"לשיטתי" טוישן זיך די אלע ווערטער נאר ביי עבר, הוה און עתיד זענען די זעלבע.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4700
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 11:55 am

גרשון האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:אגב, וויסן איז לשון הוה און געוואוסט איז לשון עבר, וואס מיינט אז אפילו לשיטתך איז עס פארקערט ווי דיין כלל אז נאר ביי עתיד טוישט זיך עס צו א ו'.

"לשיטתי" טוישן זיך די אלע ווערטער נאר ביי עבר, הוה און עתיד זענען די זעלבע.

גענוי.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 7:55 pm

די פאלגענדע ווערטער זענען גוט אויסגעלייגט?
פארבינדען
כסדרדיגן
פארבינדונג
מיטגלידער
אויספלוג
דוירען
הינדערט
אומאנגענעמליכקייטן
אומבאמערקטעהייט

ייש"כ
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:46 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:די פאלגענדע ווערטער זענען גוט אויסגעלייגט?
פארבינדען
כסדרדיגן - כסדר'דיגן
פארבינדונג
מיטגלידער
אויספלוג
דוירען - דויערן
הינדערט - הונדערט
אומאנגענעמליכקייטן
אומבאמערקטעהייט - אומבאמערקטערהייט

ייש"כ
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 10:10 pm

צום געזונט! א גרויסע יש"כ!
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2691
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 10:23 pm

הוספה: פארבינדן
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 10:33 pm

ייש"כ

שטאב מיטגעלידער?
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2691
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 10:37 pm

שטאב מיטגלידער.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 10:39 pm

אינטן? הינטן? in the back
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2691
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 10:41 pm

הינטן.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

גרשון
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 5:14 pm

ווי אזוי איז דאס בעסטע צו שרייבן:
גוי'שע, גוי'ישע, אדער גוי'אישע?

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4700
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 6:39 pm

גוי'אישע
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט