תגובהדורך שפיגליצקי » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 7:37 pm
וואו נעמט מען די יונגע יארן, זיי זענען אוועק געגאנגען.....
יארן האמיר דא פארבראכט, ווער האט דען דענסמאל גע'חלומ'ט אז דאס וועט נאך זיין א חלק פון אונזער נאסטאלגישע זכרונות..., סדר השעה, פארברענען שלענג טעגליך, לערנען אין די וועלדער אן כיתות, איי זענען די שרצים געקראכן אין די מאסן, יעדן טאג האמיר געהאט די זכי' ארויס צו ציען די פוס פונעם לאנג-שטרעקיגן ספיידער לקיים מה שנאמר....
טעללער האט געלערנט צו שרייבן בריוו אין לשה"ק, איך האב נאך א טייל פון זיי, איך בענק מיר נאך די זאכן אויף וואס כ'האב מיר דעמאלטס אפגערעדט...
האמיר געקענט שטיין יעדן טאג עקסטער מיט א פרישקייט, מערערע מאל אין טאג, און גאפן אויף די הערליכע פאנאראמע פון קעגן איבער.
ר' אברהם ישכר כייעם איז געווען דער לייוו גארד וואס האט קעיר גענומען פון די באריס און די בענדס ווער ס'האט געמעגט שווימען אין די 6 פיסיגע וואסער.
ר' אורי דער מנהל המחנה..., ועוד רבות זכרונות פון יענע יארן.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).