מקומות הקדושים בארץ ישראל

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:06 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן: מיר פארן בערך פינף מינוט ביז מיר דערגרייכן א קבר טיף אינמיטן וואלד, אנגעשריבן דערויף איז, אז דארט ליגט די הייליגע תנא אבא שאול. אבער דער אר''י הקדוש (זיין יארצייט איז מארגן. מיר האבן שוין זוכה געווען דארט צו זיין נעכטן אין די דריי טעג פונעם יארצייט...) האט מגלה געווען אז דא ליגט א צווייטע צדיק, נישט אבא שאול, און ער האט נישט געזאגט די נאמען פונעם צדיק. נו, א צדיק וואס דער אר''י הקדוש רעדט איז זיכער ראוי צו גיין צו אים.

אזוי שרייבט רבי חיים וויטאל, בשם זיין רבי - דער אר״י הקדוש אז ״אבא שאול״ ליגט נישט דארט, נאר אן אנדערער צדיק. אבער לויט רבי יוסף בן טבול, אויך א תלמיד פון דעם אר"י הקדוש, און אזוי אויך שרייבט דער ספר חיבת ירושלים (בשם כפתור ופרח), אז 'אבא שאול' ליגט יא דארט אין ביריא, צוזאמען מיט זיין ווייב, נישט ווייט פון דעם ציון פון בניהו בן יהוידע, אויפ'ן וועג קיין צפת.
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

אין וואס זאג איך
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 4:15 pm

תגובהדורך אין וואס זאג איך » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 3:38 pm

וללמוד אני צריך האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:יואל הנביא: היינט צו טאגס געפונט זיך די קבר פון יואל הנביא, אינטער די גאנצע דארף, אין א מערה אויפן פעלד, וואס מען האט עס שוין היינט שיין פארבויט מיט א בנין דערויף.
למעשה, האט דער אר''י הקדוש מגלה געווען דעם קבר, און ער האט קיינמאל נישט געזאגט אז עס איז אין א מערה, נאר אין דעם פעלד ערגעץ וואו. דער מערה קוקט אויס צו זיין פון יארן שפעטער, מעגליך אפילו נישט פון קיין אידן...

מדברי ר' שמואל מאיר חשין (איבערגעפרעגט נאכאמאל אין די לעצטע טעג), דאס איז אמאל זיכער אז דער מערה, איז דער מערה פון יואל הנביא. נאר וואס דען? ר' ישראל מאיר גבאי, האט געטראפן אן ארון ערגעץ אינמיטן דעם פעלד, וואס די סמנים פון דעם ארון ווייזן אז דאס איז גאר אלט, איז ר' ישראל מאיר איז מסופק צו דאס איז לכתחילה געווען אין די מערה און מרוב הימים אוועקגערוקט פון די מערה אדער דער ארון איז פון א צווייטן אינגאצן.
.

דאכזיך מיר אז ר׳ ישראל מאיר טענה׳ט אויך אז דער לאקאציע שטימט נישט פונקט מיטן אריז״ל
קיינער האט נאכנישט דערלייגט פון אויסהערן א צווייטן, אמאל האט א צווייטע אויך א ידועה

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

צו ללמוד אני צריך

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 6:59 pm

לגבי די קבר פון יואל הנביא, שטייט נישט אין אריז''ל אז עס איז א מערה, א זאך וואס ווען עס איז יא, שטייט. אויך די מסע מירון דערמאנט די קבר און דערמאנט בכלל נישט א מערה.
לגבי די ארון זאגט ער סתם א השערה, אבער די מערה האט זיכער נישט קיין מקור.
די טייטלבוים איז פונקט אזוי אדער מער אן אראבישע סימן, און נאכדערצו אז עס שטייט דארט אויפגעשריבן ווערטער אויף אראביש.
גראדע איז עס צוטיילט אין צוויי חלקים די מערה, איין חלק איז מער לעצטנס, און טיפער איז דא א גרויסע טיפע אלטע סארט מערה.

לגבי ישעיה הנביא, איז אביסל שווער. אלע מקורות וואס דערמאנען עס, ברענגן עס אנשטאט עובדיה הנביא, דאס מיינט אז זיי האבן זיך פשוט פארטוישט מיט די נאמען און זיי מיינען די באקאנטע עובדיה הנביא וואס ליגט אין ברעם, אזוי ווי מען זעט וויאזוי זיי שרייבן עס, עיין שם.
אפילו די ידי משה וואס ברענגט יא ביידע, זאגט אויך אז ער ליגט ערגעץ אין ברעם נעבן עובדיה, און די היינטיגע איז היבש ווייט אריבער די בערג. עס קען גאר זיין אז ער האט זיך פארטוישט זעהענדיג אין עטליכע ספרים ישעיה און אין רוב עובדיה, האט ער פארשטאנען אז עס איז דא צוויי, א אפטע זאך פאר ווער עס קוקט אסאך אין די כתבים פון די עולי רגל.

אגב, לגבי אסתר המלכה אין ברעם, קען איך נישט פארשטיין וואס שמואל מאיר חשין שרייבט.
קוק נאך די מקורות וואס גבאי ברענגט אראפ, עס איז קלאר ווי די טאג אז אסתר ליגט ערגעץ אינאיינעם מיט אלע אנדערע ממש צווישן זיי, קלאר. נישט דארט ווייט אוועק טיף אין א וואלד, א וועג פון צוואנציג מינוט צו גיין פון די אנדערע קברים פון קדמונינו.
איך קען נישט פונקטליך מסביר זיין די גאנצע נושא, קוק נאך שטייט די מקורות וועסטו זען קלאר וואס איך מיין.
איך מיין אז דא האט ער שוין צו א שטארקע נגיעה צו די מסורת, אפילו אויב עס איז קלאר פארקערט פון די כתבים.
באמת איז די כתבים פון די עולי רגל פונקט אזוי מסורה. זיי שרייבן וואס די ארטיגע אידן האבן זיי געוויזן וואס זיי האבן מסורה, עס איז שטערקער א מסורה פון פינף הונדערט יאר צוריק, ווי א מסורה פון הונדערט יאר צוריק, וואס מען האט נאך מער געקענט זיך פארמישן.
אויב די קענסט אים פרעגן וואלט געווען א גוטע זאך.

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 7:53 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:לגבי די קבר פון יואל הנביא, שטייט נישט אין אריז''ל אז עס איז א מערה, א זאך וואס ווען עס איז יא, שטייט. אויך די מסע מירון דערמאנט די קבר און דערמאנט בכלל נישט א מערה.

אי משום הא לא איריא.

הקדמה, רוב רובם וואס מיר זאגן אדער שרייבן היינט נאך מקורות פונעם אר"י הקדוש, איז פארשריבן געווארן דורך זיין תלמיד רבי חיים וויטאל, אין שער הגלגולים (הקדמה לז).

ביי הנביא נחום האלקושי, שטייט אין די כתבים פון רבי חיים ויטאל: "במזרח ים טבריא, יש כפר אחד ושמו כפר תנחום, אומרים כי שם קבר נחום האלקושי. ונראה לעניות דעתי שמורי ז"ל הודה בזה. כאטשיג אונז ווייסן מיר קלאר אז ער ליגט אין א מערה, שטייט נישט ער ליגט אין א מערה.

זע בילד

רוב רובם פון די נפטרים פון דעם זמן פון די תנאים ואמוראים און פריער זענען נקבר געווארן אין מערות. היינט איז רוב קברים פארבויט מיט געביידעס, ממילא קען מען נישט זען צו ס'איז א מערה אדער א ארונים - קברים. רבי חיים וויטאל דערמאנט "נישט" אלעמאל צו עס איז א מערה אדער נישט. איך האב דייקא געברעגט דעם הנביא נחום האלקושי, וואס יעדער קען היינט זען אז די קבר איז אין א מערה און לית מאן דפליג אז ער ליגט אין א מערה און דאך שטייט נישט אין כתבים פון רבי חיים וויטאל, אז ער ליגט אין א מערה.
צוגעלייגטע
נחום.jpg
נחום.jpg (205.97 KiB) געזעהן 1034 מאל
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 7:55 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:די טייטלבוים איז פונקט אזוי אדער מער אן אראבישע סימן, און נאכדערצו אז עס שטייט דארט אויפגעשריבן ווערטער אויף אראביש.

דא האט איר א בילד פון דעם טייטלבוים, זע איך נישט עפעס זאל זיין געשריבן, אפשר העכער דעם איז דא עפעס ווערטער אויף אראביש, קען איך נישט גוט אראביש, און אפשר איז עס סתם שפאלטענס און קריצן און אפילו עס יא אראביש העכער דעם געשריבן איז נישט מוכרח אז דער זעלבער וואס האט געמאכט דעם טייטלבוים האט אויך געשריבן די וועטער העכער דעם.

צו א טייטלבוים איז אן אראבישע סימן ווייס איך נישט, אבער א אידישע סימן איז עס זיכער. א) צדיק כתמר יפרח (תהלים קאפיטל צב, יג). ב) רבי לוי אומר: כתמר, מה תמר זה אין לו אלא לב אחד אף ישראל אין להם אלא לב אחד לאביהם שבשמים (סוכה, מה:). ג) והיא יושבת תחת תמר, מאי שנא תחת תומר? אמר רבי שמעון בן אבשלום וכו', מה תמר זה אין לו אלא לב אחד אף ישראל שבאותו הדור לא היה להם אלא לב אחד לאביהן שבשמים (מגילה יד.). ד) אמר ר' יונתן מאי דכתיב (שיר השירים ז, ט) אמרתי אעלה בתמר אוחזה בסנסניו אמרתי אעלה "בתמר אלו ישראל" וכו' (סנהדרין צג.)
צוגעלייגטע
תמר.jpg
תמר.jpg (219.89 KiB) געזעהן 1034 מאל
לעצט פאראכטן דורך וללמוד אני צריך אום דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 8:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 7:56 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:לגבי ישעיה הנביא, איז אביסל שווער. אלע מקורות וואס דערמאנען עס, ברענגן עס אנשטאט עובדיה הנביא, דאס מיינט אז זיי האבן זיך פשוט פארטוישט מיט די נאמען און זיי מיינען די באקאנטע עובדיה הנביא וואס ליגט אין ברעם, אזוי ווי מען זעט וויאזוי זיי שרייבן עס, עיין שם.
אפילו די ידי משה וואס ברענגט יא ביידע, זאגט אויך אז ער ליגט ערגעץ אין ברעם נעבן עובדיה, און די היינטיגע איז היבש ווייט אריבער די בערג. עס קען גאר זיין אז ער האט זיך פארטוישט זעהענדיג אין עטליכע ספרים ישעיה און אין רוב עובדיה, האט ער פארשטאנען אז עס איז דא צוויי, א אפטע זאך פאר ווער עס קוקט אסאך אין די כתבים פון די עולי רגל.

ביי אונזער ציבור איז ספר חיבת ירושלים פון רבי חיים הורוויץ זצ"ל און שבחי ירושלים שטארק אנגענומען זיין ביידע שרייבן סיי עובדיה און סיי ישעיה הנביא.

אין יעדענס פאל זאל שוין מקוים ווערן די ווערטער פון ישעיה הנביא, "נחמו נחמו עמי יאמר אלקיכם"

זע קאפי פון ספר חיבת ירושלים.
צוגעלייגטע
ישעי הנביא.PNG
ישעי הנביא.PNG (190.59 KiB) געזעהן 1034 מאל
לעצט פאראכטן דורך וללמוד אני צריך אום דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 8:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 7:57 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן: אגב, לגבי אסתר המלכה אין ברעם, קען איך נישט פארשטיין וואס שמואל מאיר חשין שרייבט.
קוק נאך די מקורות וואס גבאי ברענגט אראפ, עס איז קלאר ווי די טאג אז אסתר ליגט ערגעץ אינאיינעם מיט אלע אנדערע ממש צווישן זיי, קלאר. נישט דארט ווייט אוועק טיף אין א וואלד, א וועג פון צוואנציג מינוט צו גיין פון די אנדערע קברים פון קדמונינו.
איך קען נישט פונקטליך מסביר זיין די גאנצע נושא, קוק נאך שטייט די מקורות וועסטו זען קלאר וואס איך מיין.
איך מיין אז דא האט ער שוין צו א שטארקע נגיעה צו די מסורת, אפילו אויב עס איז קלאר פארקערט פון די כתבים.
באמת איז די כתבים פון די עולי רגל פונקט אזוי מסורה. זיי שרייבן וואס די ארטיגע אידן האבן זיי געוויזן וואס זיי האבן מסורה, עס איז שטערקער א מסורה פון פינף הונדערט יאר צוריק, ווי א מסורה פון הונדערט יאר צוריק, וואס מען האט נאך מער געקענט זיך פארמישן.

איך אליינס האט נישט געהעריג דורך-געאקערט 'קבר אסתר המלכה ומרדכי הצדיק', וויבאלד ביי מיר איז אלעמאל געווען מושרש מיט א קלארע הנחה פון קליינווייז אויס אז מרדכי ואסתר ליגן אין א שטאט אין איראן וואס הייסט חאמדן (המדן), און אזוי שרייבט טאקע רבי בנימין מטודלא נאך פון די צייטן פון ראשונים אין ספר מסעות בנימין און אזוי אויך שרייבט רבי יעקב שליח רבינו יחיאל מפאריז, מחמת האי טעמא האב איך עס ניטאמאל אראפגעברענגט אין מיין ספר. ווען איך בין ארום געפארן מיט ר' שמ"ח צו כמעט אלע קברי צדיקים האב איך דאס אויסגעלאזט.
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 7:58 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:אויב די קענסט אים פרעגן וואלט געווען א גוטע זאך.

קודם האט איר דא וואס ער שרייבט, ער שרייבט גראדע דברים של טעם, בפרט פארוואס ר' ישראל מאיר גבאי איז נישט גערעכט, אבער זיינע ראוית ווי ער ווייזט אן איז אויך נישט די שטערקסטע. אייער קשיא וואס איר פרעגט אז פון רוב איז משמע אז זי ליגן אינאיינעם מיט די אנדערע קען מען אויך פארענפערן, אבער איך וועל צוערשט ווארטן ביז נאך ת"ב צו קענען פרעגן ר' שמ"ח וואס ער זאגט דערצו.

ר' שמ"ח: אם נעקוב בספרי המסעות העתיקים, נראה שהם מזכירים את קבר אסתר המלכה בכפר ברעם, כל אחד מתאר את המקום בצורה אחרת, רבי מנחם בן פרץ החברוני מתאר את הקבר "בתוך סלע אחד", תלמיד הרמב"ן בתוצאות ארץ ישראל מצייר "פי המערה למעלה ואבן גדולה מכסה את פיה", אחרים כותבים "מערה סגורה", "כוך של אבן" ואילו רבי משה באסולה מתאר תיאור הקרוב ביותר למצב כיום: "גל של אבנים ואילן רוביר"ו לציון". אם נתבונן בחורבה הקיימת כיום, אותה ציינו זקני צפת, ובראשם רבי דוב זילברמן, שהוא קבר מרדכי ואסתר, דומני כי כל המסורות יכולות להתאים. יכול מאד להיות שהחורבה מכסה על מערה סגורה שנחקקה בתוך הסלע, אשר פיה למעלה ואבן גדולה מכסה אותה, וכיום ישנו גל של אבנים מעל כל זאת.

באידיש: אויב מיר וועלן זיך אביסל אריינטוען אין די אלטע ספרים וואס באשרייבן מסעות (פון קברי צדיקים בארץ ישראל) וועט איר זען אז יעדע איינע פון זיי זאגט א צווייטע סימן אויף די קברים. רבי מנחם בן פרץ החברוני שרייבט, אז די קבר געפונט זיך אין א גרויסע שטיין. אין ספר תוצאות ארץ ישראל (מחבר א תלמיד פונעם רמב"ן) שרייבט די ענפענוג פון די מערה איז אויבן און א גרויס שטיין באדעקט דעם ענפענוג. רבי משה באסולה שרייבט, א הויפן פון שטיינער (פשטות אויפן ציון - מערה). אויב מ'וועט קוקן דאס פלאץ וואס זקני צפת ובראשם רבי דוב זילברמן האבן אנגעצייכענט, דאס פלאץ וואס געפונט זיך אונטער א חורבה, קען דאס שטימען מיט די אלע אויבערמאנטע סימנים. עס קען זיין אז אונטער די הויפן פון שטיינער (וואס רבי משה באסולה) באדעקט דעם גרויסן שטיין מיט די מערה סגורה.

אמנם בספר "מקומות קדושים וקברי צדיקים בגליל" מבטל את המסורת על חורבה זו, ובמקום זה הוא מראה את קבר אסתר המלכה בבור עמוק מרובע שנמצא סמוך לכביש ממול הכניסה לאתר הארכיאולוגי של ברעם. את הבור תוחם גדר אבנים שגילו ככל הנראה כמה עשרות שנים בלבד, ואינני מבין כיצד החליט שתיאורי ספרי המסעות מתאימים לבור זה. אין מדובר כלל ב'מערה' ולא 'גל של אבנים' ובוודאי לא מערה סגורה. התיאור היחיד שניתן אולי להלום הוא "פי המערה למעלה" אולם בתיאור היחיד הזה יש גם המשך "ואבן גדולה מכסה את פיה" מה שלא יכול להתאים לבור גדול כזה. כמו כן לדעתו "מערה סגורה" הכוונה שבאמת המערה פתוחה לגמרי אלא היות שמחמת עומקה אין גישה לתוכה כתבו "מערה סגורה"... חושבני שדבר שפתיים אך למחסור להתמודד עם 'טענות' מסוג זה.

באידיש: אבער אין ספר "מקומות קדושים וקברי צדיקים בגליל" (ר' ישראל מאיר גבאי), ווייזט ער אן אויף א טיפער פיר עקעדיגער בור וואס געפונט זיך נעבן דעם ראוד קעגן די איבער די ארכילאגיע פון ברעם. נעבן דעם בור איז דא גדר פון שטיינער (גרויסע ציגל), ס'איז קלאר פון די אויסזען פון די געבויעטע ציגל אז עס איז נישט אלט מער ווי צענדליגע יארן. עס שטימט נישט מיט קיין איינע פון די סימנים וואס מ'האמיר פריערד אראפ-געברענגט פון עטליכע ספרים, 1) עס איז נישט קיין מערה, 2) און אוודאי נישט קיין מערה סגורה, נאר א פשוט'ע טיפע גרוב, 3) נישט קיין הויפן מיט שטיינער, 4) און נישט קיין גרויסע שטיין, אפשר איין זאך אז די עפענונג איז פון אויבן, איי וואס טוט גבאי מיט סגורה? היות ס'איז אזא טיפע גרוב ממילא ווערט עס אנגערופן סגורה. הערת הבחור הזעצער, דאס איז שוין א גרויסע לומדת - מ'קען נישט צוקומען הייסט דאס סגורה.
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

קבר יואל הנביא

תגובהדורך וללמוד אני צריך » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 12:06 am

די מערה מיט די צוויי אפטיילונגען, איינס גלייך און די צווייטע אויף די רעכטע זייט.
צוגעלייגטע
20190809_000312.jpg
20190809_000312.jpg (407.77 KiB) געזעהן 999 מאל
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:58 pm

לגבי קבר אסתר. ער רעדט דארט נאר לגבי די סימנים וויאזוי די קבר דארף אויסקוקן. מיט דעם קען ער זיין גערעכט. אבער לגבי די געגענט קען ער נישט זיין גערעכט, עיין במקורות. קלאר. עס איז זיכער צווישן די אנדערע אין ברעם. נישט א האלבע שעה אוועק. אדרבה, פרעג און קום צוריק מיט א תשובה.

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:09 pm

וללמוד אני צריך האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:אויב די קענסט אים פרעגן וואלט געווען א גוטע זאך.

פאר דיך די פאריגע.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 10:19 am

רב וללמוד וויאזוי הייסט דיין ספר ?
(אדער שיק באישי)
יישר כחך

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 6:07 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:רב וללמוד וויאזוי הייסט דיין ספר ?
(אדער שיק באישי)
יישר כחך

ספר קברי רבותינו
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 6:09 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:לגבי קבר אסתר. ער רעדט דארט נאר לגבי די סימנים וויאזוי די קבר דארף אויסקוקן. מיט דעם קען ער זיין גערעכט. אבער לגבי די געגענט קען ער נישט זיין גערעכט, עיין במקורות. קלאר. עס איז זיכער צווישן די אנדערע אין ברעם. נישט א האלבע שעה אוועק. אדרבה, פרעג און קום צוריק מיט א תשובה.

דא האט איר א רעספאנס פון ר' שָמֵ"ח אליין.

ער טוט ספעציפיש אדרעסירן אייער קשיא/שאלה, וויאזוי עס קען זיין אז דאס פלאץ וואס 'קדמונינו' צייכנט איז נישט נעבן 'קבר עובדיה הנביא' און אנדערע צדיקים, כאטשיג וואסן אסאך פון די כותבי מֲקוֹם מְנוּחָתָם פון די קְדוֹשֵי אֶרֶץ איז משמע אז זיי ליגן יא צוזאמען.

"אין די אלע מקורות וואס ווערט געברענגט, איז דאך איינער סותר דעם אנדערן, מען קען דאך נישט מיישב זיין אז אלע מיינען די זעלבע זאך. יעדער איינער שטעלט פאָר עפעס אנדערש, איינער זעהט א מערה, איינער זעהט א סֶלע, א דריטער זעהט א גַל של אבנים א.א.וו.

אויסער דעם, די לשונות "מעט רחוק משם", "וקרוב משם", "סמוך לשם" "ולפנים ממנה", קען אויך מיינען דעם פעלד וואס געפינט זיך אונטערן שטאט ברעם, וואס דארטן ווייזט קדמוננו דעם קבר פון אסתר המלכה. מה גם וואס א טייל פון די מקורות שרייבן אז אסתר ליגט אין א "כרם" אדער א "פרדס" קוק גוט. און לויט גבאי זענען אלע קברים אין איין ווינקל ממש, אפאר איינציגע פיס צווישן איין קבר מיט דעם צווייטן - א זאך וואס קען זייער נישט שטימען לויט רוב מקורות.

לעניות דעתי, אין א מצב וואס די מקורות קען מען נישט צוזאמען שטעלן זאלן שטימען אלע אין איינעם, מוזן מיר גיין צוריק צו די מסורת המקובלת מפי הזקנים. און די מסורת המקובלת פון זקני צפת איז לויט דעם סדר הקברים וואס "קדמוננו" האט געצייכנט, וואס עכ"פ שטייט דאס נישט בסתירה מיט "אלע מקורות", נאר מען קען זייער גוט דאס מיישב זיין כמעט מיט אלע לשונות פון די אלטע מקורות.

דאס שרייב איך פון אויבן, ווייל איך האב ערשט נישט די מעגליכקייט צו אריין גיין לעומק הדבר"
.
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 6:11 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:לגבי קבר אסתר. ער רעדט דארט נאר לגבי די סימנים וויאזוי די קבר דארף אויסקוקן. מיט דעם קען ער זיין גערעכט. אבער לגבי די געגענט קען ער נישט זיין גערעכט, עיין במקורות. קלאר. עס איז זיכער צווישן די אנדערע אין ברעם. נישט א האלבע שעה אוועק. אדרבה, פרעג און קום צוריק מיט א תשובה.

אני הקטן, האט א שטיקל אן אנדערע רעספאנס צו אייער קשיא/שאלה. מיר האבן עס לכתחילה נישט געוואלט שרייבן, אבער השתא דאתית להכי וועלן מיר יא מגלה זיין א טפח און די זעלבע צייט מכסה זיין טפחיים מפני כבודן של גדולי מחברי הספרים נ"ע.

נישט יעדע פון די 'סופרי מְקוֹם מְנוּחָתָם פון די קְדוֹשֵי אֶרֶץ' טראגן דעם זעלבן געוויכט, אויף טייל פון זיי קען זיך מער סומך זיין ווי אנדערע.

איינע פון די ספרים קענען מיר יא קלאר ארויסשרייבן אז דאס איז מזוייף מתוכו, דאס איז ′מכתב מר′ מנחם ב"ר פרץ החברוני′, איך זאג דאס נישט מדעת עצמי, נאר אסאך וואס טוען אין די ענינים האלטן אזוי. ר′ ישראל מאיר גבאי אליין ברענגט אין סוף פון זיין ספר ′מקומות קדושים וקברי צדיקים′ אז אסאך האלטן אז דער איז ′מכתב מר′ מנחם ב"ר פרץ החברוני′ איז מזוייף.

צוריק צום קבר פון אסתר המלכה (ומרדכי הצדיק).

קוקענדיג אויף אלע מקורות מיט דעם אויבערמאנטן בליק, שטימט יא היפש קדמונינו′ס/ר' שָמַ"ח′ס מהלך. מיר וועלן נעמען נאר איין מקור פון רבי משה באסולה וואס איז פון די מער קראנטע מקורות און דאס ציטירן:

"מעט רחוק משם [מעובדיה הנביא] יש אסתר המלכה, גל של אבנים ואילן רוביר"ו [אלון] לציון, ולה סמוך אילן אחר עם גל אבנים, והוא קבר ר′ פנחס בן יאיר".

ער שרייבט קלאר "מעט רחוק משם" מיינט אביסל ווייט פון דארט... לויט ר' שָמֵ"ח נעמט 20 מינוט צוגיין צופיס פון קבר 'קבר עובדיה הנביא' און אנדערע צדיקים ביז צום אנגעבליכן קבר פון אסתר המלכה, דאס שטימט מיט "מעט רחוק משם", עכ"פ פיל בעסער ווי צו זאגן אז די קברים זענען ממש עטליכע מעטער אפגערוקט, ודי בזה.

איך וויל אייך נאכאמאל באדאנקן פאר אייער שיינע ארבעט אינעם אנדערן אשכול.
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 6:11 pm

נייע ווערסיע פון ר' שָמֵ"ח'ס פייל, פול מיט פרישע ווארע.

ר' שמח פייל
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

אוועטאר
מים חיים
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 6:14 pm

וללמוד אני צריך האט געשריבן:נייע ווערסיע פון ר' שָמֵ"ח'ס פייל, פול מיט פרישע ווארע.

ר' שמח פייל

? not working

אגב א גרויסען שכח פאר דיין הערליכע ספר

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 6:34 pm

מים חיים האט געשריבן:
וללמוד אני צריך האט געשריבן:נייע ווערסיע פון ר' שָמֵ"ח'ס פייל, פול מיט פרישע ווארע.

ר' שמח פייל

? not working

אגב א גרויסען שכח פאר דיין הערליכע ספר

דארף מען זען ווי אזוי מ'קען דאס פארעכטן.
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 7:09 pm

וללמוד אני צריך האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:רב וללמוד וויאזוי הייסט דיין ספר ?
(אדער שיק באישי)
יישר כחך

ספר קברי רבותינו

יישר כחך

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 12:21 am

וללמוד אני צריך האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:לגבי קבר אסתר. ער רעדט דארט נאר לגבי די סימנים וויאזוי די קבר דארף אויסקוקן. מיט דעם קען ער זיין גערעכט. אבער לגבי די געגענט קען ער נישט זיין גערעכט, עיין במקורות. קלאר. עס איז זיכער צווישן די אנדערע אין ברעם. נישט א האלבע שעה אוועק. אדרבה, פרעג און קום צוריק מיט א תשובה.

אני הקטן, האט א שטיקל אן אנדערע רעספאנס צו אייער קשיא/שאלה. מיר האבן עס לכתחילה נישט געוואלט שרייבן, אבער השתא דאתית להכי וועלן מיר יא מגלה זיין א טפח און די זעלבע צייט מכסה זיין טפחיים מפני כבודן של גדולי מחברי הספרים נ"ע.

נ.

לגבי וואס ער האט גענטפערט, איז מיין עיקר פראבלעם נישט דאס אז ער שרייבט מעט רחוק, אדער די סימן וואו עס געפינט זיך. מיין עיקר פראבלעם איז טאקע למשל דער וואס די האסט אראפגעברענגט פון ר' משה באסולה, אז ער זאגט צום ערשט עובדיה הנביא, דערנאך אסתר המלכה, און דערנאך ר' פנחס בן יאיר וואס מיינט נחמן קטופא.
דאס איז מיין עיקר פראבלעם. ווייל אלע לייגן אים צווישן די אנדערע, און נישט נאך אלע, זאגן זיי ומעט רחוק משם וכו'. דאס ווייזט קלאר אז ערגעץ צווישן אלע געפינט ער זיך.
למשל, עיין תוצאות ארץ ישראל, פון די מערסט קראנטע. און טאקע ר' משה באסולה. און די מערסט קראנטע 'יחוס הצדיקים'. און ידי משה. און אלע איינס ביי איינס, דערמאנען עס ממש צווישן די אנדערע, און נישט נאך אלע ווען זיי גייען שוין אוועק פון דא. שווער מסביר צו זיין, אבער קוק דארט וועסטו זען קלאר וואס איך מיין.
אגב, איז עס נישט אזוי נאנט צו פיס, קוק אויף די מאפעס.

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 1:32 am

טוב ה' לכל האט געשריבן:
וללמוד אני צריך האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:לגבי קבר אסתר. ער רעדט דארט נאר לגבי די סימנים וויאזוי די קבר דארף אויסקוקן. מיט דעם קען ער זיין גערעכט. אבער לגבי די געגענט קען ער נישט זיין גערעכט, עיין במקורות. קלאר. עס איז זיכער צווישן די אנדערע אין ברעם. נישט א האלבע שעה אוועק. אדרבה, פרעג און קום צוריק מיט א תשובה.

אני הקטן, האט א שטיקל אן אנדערע רעספאנס צו אייער קשיא/שאלה. מיר האבן עס לכתחילה נישט געוואלט שרייבן, אבער השתא דאתית להכי וועלן מיר יא מגלה זיין א טפח און די זעלבע צייט מכסה זיין טפחיים מפני כבודן של גדולי מחברי הספרים נ"ע.

נ.

צום ערשט, יישר כח פארן אים פרעגן און צוריק ברענגן זיין תשובה.

לגבי וואס ער האט גענטפערט, איז מיין עיקר פראבלעם נישט דאס אז ער שרייבט מעט רחוק, אדער די סימן וואו עס געפינט זיך. עס קען טאקע זייער מעגליך זיין אז גבאי האט בכלל נישט די ריכטיגע ארט. אבער די פלאץ פון קדמונינו קומט ביי מיר בכלל נישט אין באטראכט.
מיין עיקר פראבלעם איז טאקע למשל דאס וואס די האסט אראפגעברענגט פון ר' משה באסולה, זעט מען דארט אז גייט אויף א סדר, ער זאגט צום ערשט אז ער איז געגאנגען צו עובדיה הנביא, דערנאך צו אסתר המלכה, און דערנאך צו ר' פנחס בן יאיר וואס מיינט נחמן קטופא וכו'.

דאס איז מיין עיקר פראבלעם. ווייל אלע לייגן אים קלאר צווישן די אנדערע, און אויסרעכנדיג מר זוטרא און קטופא און עובדיה זאגן זיי 'צווישן' די אלע אויך אסתר, און נאך נאכן אויסרעכענען אלע. זיי מדייק דאס אז עס איז צווישן אלע און נישט נאך אלע. דאס ווייזט קלאר אז ערגעץ צווישן אלע געפינט ער זיך.
למשל, עיין תוצאות ארץ ישראל, פון די מערסט קראנטע. און טאקע ר' משה באסולה. און אויך די מערסט קראנטע אנגענומענע 'יחוס הצדיקים'. און ידי משה. און אלע איינס ביי איינס, דערמאנען עס ממש צווישן די אנדערע, און נישט נאך אלע ווען זיי גייען שוין אוועק פון דא. שווער מסביר צו זיין, אבער קוק דארט וועסטו זען קלאר וואס איך מיין.

אגב, איז עס בכלל נישט אזוי נאנט צו פיס, ממש ווייט, קוק אויף די מאפעס, כבר הייתי שם.

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 1:33 am

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 1:34 am

צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט