טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4353
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 7:43 pm

אבער טראמפ איז משוגע פאר'ן שרייען פעיק ניוז.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6521
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:24 pm

עפעס גייט פאר מיט טראמפ'ס אפראוול נומערן לעצטנס.

Screenshot_20190814-211037__01.jpg
Screenshot_20190814-211037__01.jpg (226.01 KiB) געזעהן 1027 מאל


מינוס 13 פון פאקס איז 8 פונקטן שוואכער ווי דריי וואכן צוריק, 5-7 פונקטן שוואכער ווי די לעצטע זעקס חדשים, און איין פונקט בעסער ווי זיין ערגסטע ציפער, אוגוסט 2017 גלייך נאך די שארלעטסוויל נאצי מארד.

מינוס ניין פון רעסמיוסען איז כמעט אומדערהערט.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Projects.Economist ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

הרב דפה
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:27 pm

תגובהדורך הרב דפה » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:37 pm

יעצט געטראפן דעם ארטיקל פון @בוידעם פון אינמיטן 2016, אין צענטער פון די פריימעריס.
גראדע דער מצב אין וואשינגטאן איז כמעט ווי ער שרייבט...
#בוידעם_של_פעם
viewtopic.php?p=1208408#p1208408

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:47 pm

דאס איז פיינע נייעס - די ארטיקל, אבער שוואכער פרעדיקטער דער בוידעם, נישט נאר אויף טראמפ, נאר ניטאמאל זיך אליין האט ער געקענט פרעדיקטן..

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 10:03 pm

הרב דפה האט געשריבן:יעצט געטראפן דעם ארטיקל פון @בוידעם פון אינמיטן 2016, אין צענטער פון די פריימעריס.
גראדע דער מצב אין וואשינגטאן איז כמעט ווי ער שרייבט...
#בוידעם_של_פעם
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 8#p1208408

יויש איז דאס ליצנות... חחח, פיינע נייעס בוידעם!
אבער אויף דיין צווייטע שורה...
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4483
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 11:55 pm

אין יענעם אשכול רעאגירט איינער ווי פאלגנד, נישט לאנג נאך וואס טראמפ איז שוין געווארן פרעזידענט:
דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:האמיר כאטש נאכאמאל געשמייכעלט...

שכח פארן ארויפברענגער.

****
בוידעם האט געשריבן:אזוי צו אזוי, די וועלט האט זיך געטויש, מענטשן וואס באלאנגען אין משוגעים הויז, קומען אן צום ווייסן הויז, [לענ״ד]


גראדע שמועסנדיג די וואך מיט בוידעם אין בעסמעדריש, דערציילט ער מיר אז זיין בליק איבער טראמפ האט זיך היבש געטוישט, למעשה ארבעט ער פיין אריין, פירט דורך זיין אגענדע, און ס"ה איז ער היבש באיינדרוקט פון עים.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4353
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 6:39 am

Goodmorning האט געשריבן:די ראסיסטן, אויב זיי לעבן נאך, בלייבן ביי טראמפ.

דאס איז דיין אייגענע מיינונג, און איז באזירט אויסשליסליך אויף די פאקט אז דיין מח איז גענצליך איבערגענומען פון שנאה צו טראמפ.

Goodmorning האט געשריבן:און אויב דו ווילסט נאך מער שטאף, קען איך דיר אויך אויפקלערן אז די רעפובליקאנער פארטיי איז געגרינדעט אנטקעגן קנעכטשאפט, און לינקאלן איז געווען א רעפובליקאנער.

דאס איז אודאי נישט קיין חידוש פאר קיינעם, חוץ פאר די וועלכע זענען נעבעך געפראגרעמט דורך די לינקע מידיע און מיינען נעבעך אז די רעפובליקאנער זענען ראסיסטן און די דעמס זענען טאלעראנט.

Goodmorning האט געשריבן:רוזעוועלט דער דעמאקראט איז געווען אנטקעגן אימיגראציע און נישט אריינגעלאזט די אידישע פליטים פון אייראפע,

1) דו כאפסט בכלל אז סיז דא א חילוק צווישן לעגאלע אימיגראציע, אומלעגאלע אימיגראציע און פליטים?
2) נישט אריינלאזן מענטשן וועלכע: א) שטייען קלאר אויס צו ווערן פשוט דערמארדעט ב) האבן נישט וואו צו גיין ווייל קיינער לאזט זיי נישט אריין ג) זענען נישט אין קיין אנדערע לאנד נאר אויף א שיף און אויב אמעריקע נעמט זיי נישט אריין גייען זיי צוריק צום קאלך אויוון, האט נישט קיין שייכות מיט אימיגראציע פאליסי נאר ענדערש מיט'ן זיין א קאלטבלוטיגער אכזר און
3) טיילווייז ווייל רוזוועלט איז געווען, ווי רוב דעמאקראטן, א ראסיסט און אנטיסעמיט.
4) רוזוועלט איז לאו דוקא געווען קעגן לעגאלע אימיגראציע. ער האט לויזער געמאכט געזעצן פאר לעגאלע אימיגראנטן.
5) זיין קעגן אומלעגאלע אימיגראציע איז געווען די נארם ביי יעדער אמעריקאנער ביז בערך פינף יאר צוריק.

Goodmorning האט געשריבן:און איינגעשפארט יאפענעזער-אמעריקאנער אין לאגערן צוליב זייער אפשטאם .

ווי געשמועסט איז ראסיזם מיט דעמאקראטן ווייט פון א סתירה. אדרבה, די דעמאקראטישע פירערשאפט איז געווען אזוי אינפילטרירט מיט נאצי סימפאטיקער אז דאס האט געפירט צו דעם אז אמעריקע האט ערשט אקטיוו אריינגעטראטן אין די מלחמה קעגן נאצי דייטשלאנד גאר שפעט, וואס האט עווענטועל געקאסט הונדערטער טויזנטער אמעריקאנער לעבנס (לויט ר' סענדר דייטש).


Goodmorning האט געשריבן:און פיר יאר צוריק זענען רעפובליקאנער געווען אנטקעגן רוסלאנד,

דו ביזט אנטקעגן כינע אדער פאר?
וואס מיינט דאס 'געווען אנטקעגן רוסלאנד'? די רעפובליקאנער האבן געהאלטן - און האלטן נאכאלץ - אז די גרעסטע מיליטערישע קאנטער באלאנס צו אמעריקע איז לע"ע (עט ליעסט שארט טערם) רוסלאנד. די רעפובליקאנער - און דעמאקראטן - האבן נישט געהאלטן דאן אז מען דארף ווערן מעקארטיאיסטיש. די דעמס האבן עס בלויז אדאפטירט ווען זיי האבן עס דערזעהן אלס זייער איינציגסטע מיטל צו בארעכטיגן די אביוס אף פאוער פון די אבאמא אדמיניסטראציע און די רעזיסטענס.


Goodmorning האט געשריבן:אסאך מער מעסיג איבער אימיגראציע,

שקר וכזב! דו ווייסט אז פאר צען יאר צוריק האבן 'אלע' דעמאקראטן געשטיצט דאס בויען א צוים ביים גרעניץ, און סיז קיינעם נישט בייגעפאלן אז דאס איז ראסיסטיש? דו ווייסט אז פאר צען יאר צוריק האט טשאק שומער אראפגעריסן אלס נאריש דאס אנרופן אומלעגאלע אימיגראנטן 'אנדאקומענטעד'? דו ווייסט אז אבאמא האט דעפארטירט א רעקארד צאל אימיגראנטן? דו ווייסט אז די שוידערליכע 'קעידזשעס' צו האלטן די קינדער האט אבאמא געבויעט?
ברענג מיר 'איין' פאליסי וואו די רעפובליקאנער זענען געווארן מער ראדיקאל איבער אימיגראציע, שוין אפגערעדט פון 'אסאך' מער ראדיקאל. (דאס אז די דעמס האבן זיך גערוקט ראדיאל לינקס פון זייער פאיזיציע איז פשוט פאר יעדן וואס איז גענוג אלט צו געדענקן פאליטיקס פון צעהן יאר צוריק, און איז גענוג קלוג נישט צו ווערן צודרייט פון שנאה.)


Goodmorning האט געשריבן:אנטקעגן דעפעציטן,

זיי זענען נאכאלץ, נאר היות די איינציגסטע וועג וואס די דעמאקראטן וועלן נאך געבן עפעס פאר'ן לאנד איז אויב מען גיבט פאר זייערע גרויליגע צוועקן (א שטייגער ווי פלענד פערענטהוד), האבן די רעפובליקאנער ליידער נישט די גאטס עס צו פייטן.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 10:46 am

זייער שטארק @טינק.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21973
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 11:10 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:אפדעיט:

פאריגע וואך איז געבויעט געווארן 14 פרישע מייל פון וואנט ביים דרום גרעניץ.

ארעסטן זענען אראפ 43% ביי יענע שטח.



איך האב געליינט אפאר וואכן צוריק אז מ'בויט נישט, ווילאנג די מידיע שרייבט נישט אז מ'בויט גלייבעך נישט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21973
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 11:12 am

כאפצעם האט געשריבן:ער האט א פוינט


כאפסט אבער נישט אז די מארקעט איז דאפעלט פון דעמאלטס, סאו יעצט דאפעס דראפן 2000...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 11:14 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:אפדעיט:

פאריגע וואך איז געבויעט געווארן 14 פרישע מייל פון וואנט ביים דרום גרעניץ.

ארעסטן זענען אראפ 43% ביי יענע שטח.



איך האב געליינט אפאר וואכן צוריק אז מ'בויט נישט, ווילאנג די מידיע שרייבט נישט אז מ'בויט גלייבעך נישט...

גוט טוסטו, ווייל זיך פארלאזן אויף אן אנאנימעס אייוועלט באריכט וואלט געווען א נארישע דעסישען מצדך.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21973
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 11:28 am

חחח

ווילסט א קליפ דערפון? סיז דא א קליפ ווי א טשיף פון בארדער פעטראול זאגט אז מ'פינישט יעצט 14 מייל...

די קרעפ וואס מ'גייט פארקויפן איז אז סיז נאר א ריפלעיסמענטס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21973
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 11:31 am

זי זאגט 57 מייל איז שוין אין פלעיס, נאך 47 אין קאנטראקט, און ביי די ענד אוו 2020 וועט זיין איבער 300 מייל...

טשאדעלע, לייגעס ביטע ארויף...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 11:32 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן: בארדער פעטראול זאגט אז מ'פינישט יעצט 14 מייל...

די קרעפ וואס מ'גייט פארקויפן איז אז סיז נאר א ריפלעיסמענטס...

יאפ, ריפלעיסמענט. קיין אינטש נייע.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 11:37 am

כאפצעם האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן: בארדער פעטראול זאגט אז מ'פינישט יעצט 14 מייל...

די קרעפ וואס מ'גייט פארקויפן איז אז סיז נאר א ריפלעיסמענטס...

יאפ, ריפלעיסמענט. קיין אינטש נייע.

ניסים! נאך א מזל! ווייל.. ווייל... אויב ס'וואלט געווען נייע... עםםם... עה! כ'וואלט מיך שוין אן עצה געגעבן...
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 11:40 am

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן: בארדער פעטראול זאגט אז מ'פינישט יעצט 14 מייל...

די קרעפ וואס מ'גייט פארקויפן איז אז סיז נאר א ריפלעיסמענטס...

יאפ, ריפלעיסמענט. קיין אינטש נייע.

ניסים! נאך א מזל! ווייל.. ווייל... אויב ס'וואלט געווען נייע...

וואלט @נאך פונדערהיימס תגובה געווען ריכטיג.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21973
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 11:42 am

כאפצעם, כ'קען באשטיין אז דער עולם זאל מיטהאלטן וואס דיין פוינט איז... דו זאגסט אז די וואנט איז דאס וואס די דעמעקראטן האבן געוואלט, און טראמפ האט געוואלט עפעס אנדערש, דעריבער זענען דעמעקראטן געווינער און טראמפ א לוזער מיט די וואנט, איא?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

היט-אפ מויל & קיפעד
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 2:37 pm

תגובהדורך היט-אפ מויל & קיפעד » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 11:44 am

כאפצעם האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן: בארדער פעטראול זאגט אז מ'פינישט יעצט 14 מייל...

די קרעפ וואס מ'גייט פארקויפן איז אז סיז נאר א ריפלעיסמענטס...

יאפ, ריפלעיסמענט. קיין אינטש נייע.


that’s the definition of #truth over facts

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2828
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 11:46 am

כאפצעם האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן: בארדער פעטראול זאגט אז מ'פינישט יעצט 14 מייל...

די קרעפ וואס מ'גייט פארקויפן איז אז סיז נאר א ריפלעיסמענטס...

יאפ, ריפלעיסמענט. קיין אינטש נייע.


קודם כל ס'איז טאקע א ריפלעיסמענט... אבער א ריפלעיסמענט פון א נישט ארבעטנדיגע סיסטעם צו א פארזיכערטע צוים בעז"ה!

ביז יעצט איז געווען דארטן האלב איינגעפאלענע נידעריגע קאר צוימען אזוי נידעריג ווי בלויז 4 פוס הויך (צוויי טפחים העכער פון ר' משה פיינשטיין'ס מחיצה...) וואס מ'קען איבערקריכן אין סעקונדעס, און מ'האט עס יעצט "איינגעטוישט" פאר 18 פוס הויכע שטארקע שטאלענע ווענט וואס מאכט עס אוממעגליך פאר 95% שמוגלערס דאס איבערצוקריכן.

https://www.latimes.com/california/stor ... -san-diego


זעה אין דעם בילד די אלטע נידעריגע פיר פיסיגע צוים, און זעה פון אונטערוויילעכטס די נייע 18 פיסיגע "וואנט"
צוגעלייגטע
IMG_4260_t800.jpeg
IMG_4260_t800.jpeg (135.67 KiB) געזעהן 413 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21973
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 11:55 am

דאס איז וואס די דעמעקראטן האבן געבעטן טראמפ די גאנצע צייט, נישט קיין וואנט, נאר א בעריער...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 11:56 am

כאפצעם האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן: בארדער פעטראול זאגט אז מ'פינישט יעצט 14 מייל...

די קרעפ וואס מ'גייט פארקויפן איז אז סיז נאר א ריפלעיסמענטס...

יאפ, ריפלעיסמענט. קיין אינטש נייע.

ניסים! נאך א מזל! ווייל.. ווייל... אויב ס'וואלט געווען נייע...

וואלט @נאך פונדערהיימס תגובה געווען ריכטיג.

מיין תגובה קומט פון א פאקס ניוז באריכט, וואס רעדט קלאר פון "פרישע" מיילן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

הרב דפה
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:27 pm

תגובהדורך הרב דפה » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 11:57 am

טראמפ איז אין א פרישע קאמפ מיט די וועלט בארימטע סאקוואד איבער זייער'ס א געפלאנטע רייזע קיין מדינת ישראל
איינער מיט באריכטן?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21973
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 12:00 pm

זיי רופן עס אן א נייע וואנט, ווייל סיז ניי... אבער היות דארט איז געווען אלטע סטופיד אייזענעס, ווי מ'קען זעהן אויף די בילד דא אויבן, איזעס א דורכפאל פאר טראמפ...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 12:03 pm

18 הייסט הויך? וועלכער אמיגאו וואלט נישט גענומען א ריסק צו אראפ שפרינגען 18 פוס?

ס'זעט אויס אז די שפאלטענעס צווישן די אייזנס זענען גענוג ברייט אז די שיך זאל קענען ארויף קריכן אינצווישן אן זיך אראפ גליטשן...
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 12:13 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן: בארדער פעטראול זאגט אז מ'פינישט יעצט 14 מייל...

די קרעפ וואס מ'גייט פארקויפן איז אז סיז נאר א ריפלעיסמענטס...

יאפ, ריפלעיסמענט. קיין אינטש נייע.

ניסים! נאך א מזל! ווייל.. ווייל... אויב ס'וואלט געווען נייע...

וואלט @נאך פונדערהיימס תגובה געווען ריכטיג.

מיין תגובה קומט פון א פאקס ניוז באריכט, וואס רעדט קלאר פון "פרישע" מיילן.

אדרבה ברענג אהער. וירא הקהל וישפוט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], א גולם, בשבילי נברא, טשיינע רב און 30 געסט