רעוועלאציע אין ווענעזואלע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:48 am

שוואכע תירוץ.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 2:51 pm

אין צפון קארעא 1) זענען די מענטשען מיט קים 2)און ער האט נאקלאערע וואפען אויב זעהט ער אז ער האלט ביים פאלן עט ער נישט טראכטען קיין צוויי און שיסען.
משא'כ אין ווענעזואלע 1) זענען א גרויסע פראצענט קעגען מאדורא 2) און ער האט נישט קיין ערענסטע וואפען.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 3:35 pm

קודם כל קענסטו נישט וויסן צו דער עולם אין נ"ק איז מיט אים צו נישט, און אפי' ווען יא, דאס אז די מענטשן זענען מיט קים דארף נישט אפהאלטן אמעריקע פון מאכן א בלאקאדע.

צווייטנס, וואס דו זאגסט אז ער האט נוקלער, אויב לייגט מען אויף אים ארויף גענוג פחד אז ער זאל ציטערן צו אטאקירן אמעריקע, וועט ער נישט אטאקירן וויסענדיג אז דאס איז זעלבסמארד. און די שאנסן אז ער זאל זיך ברעכן זענען שטערקער.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7699
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 3:51 pm

אמעריקע גייט נישט געוואונען מיט א בלאקאדע קעגן נ"ק. זיי זענען נישט אזוי אויף צרות ווי ווענעזועלע ווי אויך האבן זיי אייגענע פראדוקציעס אויף וואס זיי קענען לעבן משא"כ ווענעזועלע.

און יא, נוקלעאר איז אויך א סיבה, אבער מ'דארף נישט אנקומען ביז אהין.
איך זוך א דזשאב

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7699
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 3:54 pm

פעיק נוז האט געשריבן:קודם כל קענסטו נישט וויסן צו דער עולם אין נ"ק איז מיט אים צו נישט, און אפי' ווען יא, דאס אז די מענטשן זענען מיט קים דארף נישט אפהאלטן אמעריקע פון מאכן א בלאקאדע.

צווייטנס, וואס דו זאגסט אז ער האט נוקלער, אויב לייגט מען אויף אים ארויף גענוג פחד אז ער זאל ציטערן צו אטאקירן אמעריקע, וועט ער נישט אטאקירן וויסענדיג אז דאס איז זעלבסמארד. און די שאנסן אז ער זאל זיך ברעכן זענען שטערקער.

וואס זאל אמעריקע בלאקירן? וועלכע וואסערן?

ווענעזועלע דארף אלעס דורכגיין דעם אטלאנטיק, אמעריקע'ס נאז.
איך זוך א דזשאב

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 3:56 pm

איך ווייס נישט. וויאזוי ליפערן לענדער - וואס פארלעצן די סאנקציעס - אריין זאכן קיין נ"ק?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7699
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 3:59 pm

זיי ליפערן דורכ'ן וואסער, אבער אמעריקע קען נישט אנקומען אהין. מ'קען נישט גיין בלאקירן צו יענע עק וועלט.

צווייטנס, אפי' אמעריקע וועט יא בלאקירן, נ"ק האט טשיינע און רוסלאנד אינעם בעק יארד, אן קיין שום וואסער. אלעס וועט אנקומען דורך יבשה.
איך זוך א דזשאב

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 12:53 pm

א פרישער באריכט אין "וואל סטריט זשורנאל" באשטעטיגט באריכטן וואס צירקולירן שוין עטליכע טעג אין די מידיא, אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט די לעצטע שטיק צייט אנגעהויבן דירעקטע געהיימע געשפרעכן מיט דעם מאדורא רעזשים אין ווענעזועלע.

לויט'ן באריכט, קומען די געשפרעכן פאר צווישן אמעריקאנער דיפלאמאטן און דיאסדאדאו קאבעלאו, דער פארזיצער פון די ווענעזועלער נאציאנאלע אסעמבלי, וואס די קערפערשאפט איז אונטער אמעריקאנער סאנקציעס צוליב פארדאכטן אז זיי זענען פארמישט אין דראג האנדל.

די געשפרעכן צילן צו ברענגען א פאליטישע לעזונג צום אנגייענדיגן קריזיס אין ווענעזועלע, וואס אמעריקע האט שוין אפילו געסטראשעט מיט מיליטערישע שריט קעגן דעם רעזשים. דער ציל פון די געשפרעכן איז צו לייגן דרוק אז מאדורא זאל אראפלייגן די לייצעס און אפטרעטן פון אמט.

איד דעילי
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג ינואר 07, 2020 2:40 pm

דער רעזשים פון ניקאלעס מאדורא האט אייער נעכטן אריינגעשטורעמט אינעם נאציאנאלן אסעמבלי – וואו דער אפאזיציע פירער וואן גאאידא איז דער פירער – און האט פארכאפט דארטן קאנטראל. גאאידא איז בלאקירט פון אריינקומען אהין.

וויצע פרעזידענט מייק פענס האט גערעדט טעלעפאניש נעכטן צו גאאידא, און אים געזאגט אז אמעריקע אנערקענט אים אלס דער איינציגסטער עכטער און לעגיטימער פרעזידענט פון ווענעזועלע.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג ינואר 24, 2020 1:04 pm

דער ווענעזועלער אפאזיציע פירער הואן גאאידא האט אויסגענוצט זיין רעדע ביים "וועלט עקאנאמישן פארום" אין דאוואס, שווייץ צו אפעלירן ביי אייראפעאישע לענדער אז זיי זאלן מער שטיצן די ווענעזועלער אפאזיציע, און לייגן דרוק אויפ'ן דיקטאטור מאדורא אז ער זאל ערלויבן עלעקשאנס.

גאאידא האט מיט זיין באזוך אין דאוואס באוויזן אויסצומיידן א טראוועל בלאקאדע וואס דער מאדורא רעזשים האט ארויפגעלייגט אויף אים. דער רעזשים וועט מעגליך בלאקירן אז ער זאל נישט קענען צוריקפארן.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רעוועלאציע אין ווענעזואלע

תגובהדורך פאלעסיידס » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 9:21 pm

ברעקינג: די אמעריקאנע דעפארטמענט אף יוסטיץ האט אנגעקלאגט די פרעזידענט פון ווענוזועלע ניקאלעס מאדורע אויף שווערע דראג טרעפיקינג קלאגעס, און ארויסגעשטעלט א באלויניג פון 15 מיליאן דאלער ווער סקען העלפען פירען צי זיין ארעסט

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רעוועלאציע אין ווענעזואלע

תגובהדורך פאלעסיידס » פרייטאג מארטש 27, 2020 10:36 am

העללווו??? איינער איז דא? איך הער א ווידער קול!
wow אזא גרויסע זאל אזוי ליידיג?

ווי איז דער עולם געלאפען? אקעי לאמיר זען ווי מקומט אראפ פון די וויליאמסבורג בריזש צי די עולם ווארט דארט אפ משיח, מיט שטריימעל בעקיטשע

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7699
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: רעוועלאציע אין ווענעזואלע

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג מאי 05, 2020 12:40 am

מאדורא זאגט אז זיין מיליטער האט פארכאפט צוויי אמעריקאנער אין זיין לאנד. ער טענה'ט אז זיי זענען געקומען קיין ווענעזועלע אים צו הרג'נען.
איך זוך א דזשאב

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1264
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: רעוועלאציע אין ווענעזואלע

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג יולי 02, 2020 6:41 pm

א בריטישע געריכט האט היינט געאורטיילט אז מאדורא איז נישט בארעכטיגט צו באקומען א ביליאן דאללער!

אין א פרישע אנטוויקלונג ארום די לאנג פארצויגענע געפעכט צווישן די מאדורא רעזשים און די אפאזיציע האט א בריטישע געריכט היינט געאורטיילט אז די מאדורא רעזשים קען נישט באקומען קאנטראל אויף ארום א ביליאן דאללער אין פארמעגנס וואס ליגן אין די ענגלישע בענק.

די מאדורא רעזשים האט ארגינעל געהאט פארלאנגט פון די "בענק אוו ענגלאנד" אז גאלד - וואס ליגט דארט באהאלטן - אין די ווערד פון ארום ביליאן דאללער זאל ווערן פארקויפט, און די פארדינסטן דערפון איבערגעגעבן פאר די יו.ען. און זיי זאלן דאס נוצן צו איינקויפן הומאניטערישע הילף - עסן, מעדיצינען און העלטקעיר עקוויפמענט - און עס אפשיקן קיין ווענעזועלא, אז זיי זאלן קענען זיך ספראווענען מיט די קאוויד-19 אויסברוך. די "בענק אוו ענגלאנד" האט אפגעווארפן די פארלאנג מיט'ן אויסרייד אז מאדורא איז נישט די לעגיטימע פירער פונעם לאנד, און האט דעריבער נישט קיין רעכט צו פארקויפן דאס פארמעגן פונעם לאנד.

אין אפריל האט די צענטראלע באנק פון ווענזועלא - וואס ווערט קאנטראחירט דורך די מאדורא רעזשים - אריינגעגעבן א פארלאנג אין געריכט, אז די געריכט זאל צווינגען די "בענק אוו ענגלאנד" ארויסצוגעבן די גאלד אז די יו.ען. זאל עס קענען פארקויפן.

היינט האט די געריכט אפגעווארפן די פארלאנג פון ווענזועלא, זאגענדיג: "איר מאיעסטעט'ס רעגירונג טוט אנערקענען גואיידא אלס די קאנסטיטוציאנאל לגעיטימע צייטווייליגע פרעזידענט פון ווענעזועלא, דעריבער קען מען נישט אויכעט אנערקענען מאדורא אלס די לעגיטימע פרעזידענט".

די אדוואקאטן פאר די מאדורא רעזשים האבן געמאלדן אז זיי וועלן אפעלירן די אורטייל.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: רעוועלאציע אין ווענעזואלע

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג יולי 03, 2020 11:07 am

אמעריקאנער פעדעראלע פּראקורארן זוכן ערלויבעניש צו קאנפיסקירן פיר שיפן-טאנקירן וואס שווימען אנגעלאדנט מיט גאזאלין פון איראן צו ווענעזועלע.

דאס איז א פּרואוו פון אמעריקע צו צעשטערן די פארשטערקעטע האנדלס קניפּן צווישן די צוויי לענדער וואס געפינען זיך אונטער אמעריקאנער סאנקציעס.

א קלאגע איז אריינגעטראגן געווארן צום פעדעראלן געריכט אין די-סי צו באשולדיגן אז דער טראנספּארט איז אראנזשירט געווארן דורך א ביזנעסמאן מיט נאענטע באציאונגען צו איראן’ס רעוואלוציאנערישע גארדס מאכמוד אמדאניפּאור, און אז די פארדינסטן דערפון גייען זיכער ווערן גענוצט צו פארשפּרייטן שעדליכע וואפן און שטיצן טעראריזם.

איד דעילי
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: רעוועלאציע אין ווענעזואלע

תגובהדורך קארן » זונטאג יולי 05, 2020 7:23 am

די ערלויבעניש איז געגעבן געווארן, מאכטס ענק גרייט, סגייט קומען אסאך עקשאן....

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: רעוועלאציע אין ווענעזואלע

תגובהדורך Programming » זונטאג יולי 05, 2020 12:24 pm

אמעריקע האט לעגאלע רעכטן אין אינטערנאציאנאלע וואסערן? אויב מעג מען ארבעטן אויף די אויטאריזאציע פון די אייגענע געריכטן קען איראן לעגאל פארכאפן אמעריקאנע שיפן ווייל זיי ווילן ארעסטירן טראמפ? אדער איז דאס פשוט א כל דאלים גבר / מלחמה צושטאנד?

אוועטאר
נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2662
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעוועלאציע אין ווענעזואלע

תגובהדורך נקדימון » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 6:35 pm

פרעזידענט מאדורא זאגט ער האט האט פארכאפט אן אמעריקאנער שפיאן וואס האט פלאנירט אן אויפרייס.

(אומ'באשטעטיגט דערווייל)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Waukesha, בבקשה, חטאת הקהל, יישר כח, יש ברירה, מיכאלבאחת, קיטשי, ר' זעקל, שואלכענין, שמחה פריילעך און 58 געסט