נייע סידי "א סקולענער פארברענג"

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17417
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 2:08 pm

farshlufen האט געשריבן:ביסט נישט מער ווי גערעכט, פון ניגון האב איך עס גענומען.
https://www.nigunmusic.com/a-skulen-farbreng.html

אוטש ווייל ניגון מאכט מיר פראבלעמען ביים באצאלן

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 2:09 pm

סארקאזי האט געשריבן:אויב איז דא דא איינער פון די מוציאים לאור פונעם סידי. וויל איך זיך קודם באדאנקען פאר אאזא הערליכע הייליגע סידי.
און איך וויל פארשלאגען און בעטען אז מזאל ארויסגעבען אויפן זעלבן אויפן דעם גאנצען סקולענער סדר השבת. ד''ה פון שלום עליכם. אשת חיל. אזמר בשבחין. ויהא רעוא. כל מקדש. וכו'
איך ווייס מהאט שוין אסאך מאל אנגעהויבען צו ארבעטען אויף אזא זאך. אבער לא אסתייע.
אבער מיט דעם זינגער און אויסשטעל פון קווייער וכדומ' מיין איך אז מקען עס הערליך אראפלייגען.

אפאר יאר צוריק איז ארויס געגקומען א טעיפ שבת בחצר סקולען
צוגעלייגטע
CD Cover.jpg
CD Cover.jpg (64.63 KiB) געזעהן 1902 מאל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21964
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 2:21 pm

קאץ און מויז האט געשריבן:
אפאר צענדליג יאר צוריק איז ארויס געגקומען א טעיפ שבת בחצר סקולען

מיר האבן דאס, ס'האט נישט די זמירות, נאר קורצע ניגונים:
ס'פארהאן אן אנדערע שבת'דיגע סקוליענער טעיפ אויפן זעלבן שניט, שכחתי שמו.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2871
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 2:55 pm

שלמה מולכו האט געשריבן:לענ״ד די ניגון נכספה איז פון די שענסטע סקולענע ניגונים, אזוינע בענקעדיגע תנועות, סרייסט..
עס קימט מיר טרערן ווען מ׳דערמאנט זיך אין די לעכטיגע חנוכה נעכט, ווי די רבי זיצט מיט די קאלפיק, און ס׳צורה לייכט כשמש בצהרים,
און בעט זיך ביי די ניינציג יאר, אוי נכספה....
איך וואלט זייער הנאה געהאט צו הערן די ניגון אראפגעלייגט פראפעשענל.

בײם זינגען אױ ליבי ליבי ובשרי װי די רבי פלעגט ארױפלײגען זײן האנט אױפען הארץ אױ ס׳בענקט (די רבי זצ״ל׳ס ערשטע צװײ טעכטער הײסן לאה ליבא אין חי׳ שרה מ׳דערצײלט אז זײן טאטע דער בעל נועם אליעזר פלעגט נעמען די צװײ אײניקלעך אױפען שױס אין זינגען נכספה וכו׳ ליבי ובשרי וכו׳ װאס דאס זענען די נעמען פון די צװײ אײניקלעך)

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 10:55 pm

סאיז נאך אלץ נישטא. נישט אין מאנסי נישט אין מאנרא (כווייס אז איך קען עס דאולאדען שכח)

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2232
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 10:59 pm

סארקאזי האט געשריבן:סאיז נאך אלץ נישטא. נישט אין מאנסי נישט אין מאנרא (כווייס אז איך קען עס דאולאדען שכח)

איך האב עס נעכטן געזען אין בית הספרים
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 11:29 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:סאיז נאך אלץ נישטא. נישט אין מאנסי נישט אין מאנרא (כווייס אז איך קען עס דאולאדען שכח)

איך האב עס נעכטן געזען אין בית הספרים

איך בין נאר געווען ביי געטיס

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 11:47 pm

סארקאזי האט געשריבן:אויב איז דא דא איינער פון די מוציאים לאור פונעם סידי. וויל איך זיך קודם באדאנקען פאר אאזא הערליכע הייליגע סידי.
און איך וויל פארשלאגען און בעטען אז מזאל ארויסגעבען אויפן זעלבן אויפן דעם גאנצען סקולענער סדר השבת. ד''ה פון שלום עליכם. אשת חיל. אזמר בשבחין. ויהא רעוא. כל מקדש. וכו'
איך ווייס מהאט שוין אסאך מאל אנגעהויבען צו ארבעטען אויף אזא זאך. אבער לא אסתייע.
אבער מיט דעם זינגער און אויסשטעל פון קווייער וכדומ' מיין איך אז מקען עס הערליך אראפלייגען.

און איך וויל פארשלאגן אז מען זאל ענדערש ווייטער ארויסגעבן אזא סארט אלבום ווי די יעצטיגע, עס זאל זיין קורצע ניגונים און אריינשטופן ווי מער ניגונים, אזא סארט אלבום האט מער אינטערעסע ביים אלגעמיינעם עולם, מען לערנט זיך אויס אסאך ניגונים, עס פארט סמוד פון איין ניגון צום צווייטן, און יעדער איז באקוועם דאס אויסצוהערן.

גלות איד
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

תגובהדורך גלות איד » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 11:54 pm

א CD אויף די ספר פון שבת קודש וואלט געווען גאר א גוטע זאך. הגם איך ווייס נישט ווער וועט פארזינגן די טהורים, טהורים, טהורים, וכו' (עס לויפט דורך א סקרוך דורך אלע ביינער דארמענדיג זיך דעם רבי'ן'ס ז"ל תנועה'לעך).

ווען נועם איז ארויסגעוקמען האב איך זייער הנאה געהאט פון די ניוגנים, אבער ס'האט זיך ניטש געפילט ווי ביים רבי'ן ביים טיש.

עס איז דא אוצר ניגוני סקולען? איז עס אנדערש ווי דער סקולענר פארברענג?

גלות איד
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

תגובהדורך גלות איד » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 11:56 pm


abeg
שר האלפיים
תגובות: 2871
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:16 am

גלות איד האט געשריבן:ברר...
https://www.dropbox.com/s/clkq6erh58qy5 ... n.mp3?dl=0

דאס איז װי די נועם אליעזר האט געזינגען די רבי זצ״ל הכ״מ האט ציגעלײגט אין געזינגען אסאך שטיקלעך אנדירש

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 12:05 pm

איך מוז זיך צוזאם נעמען און שרייבן עטליכע שורות איבער די הערליכע קאלעקשן וואס בארייכערט די אידישע מוזיק וועלט און ברענגט איר ארויף צום העכסטן פונקט וואס זי איז געשטאנען לדעתי אין די לעצטע צוואנציג יאר זיכער.

ניין, די סידי איז נישט עפעס עקסטער פראפעסיאנעל רעקארדירט אדער געמיקסט און עס פארמאגט נישט קיין גאר באקאנטע נעמען אויפן דעקל, עס איז אבער רייך אין איר אינהאלט און עס וועט זיכער זיין אין מיין מיינונג 'די אלבום' פון די לעצטע צוויי צענדליג יאר.

היימיש, חסידיש, הייליגע ניגונים מיט א טיפן באדייט, אראפגעזינגען אריגינעל אן קיין איין אייגענע קנייטש, ממש א שלימות פון אן ארבעט.

און מיט דעם וועל איך איבערווייזן אלע אמת'ע היימישע מוזיק ליבהאבער וואס די באדייט פון טיפע נגינה איז און וואס פאר א העכערע כח מוזיק האט אויב נוצט מען עס אויס אויף די ריכטיגע וועג.

עס איז א מייסטערהאפטיגע ארבעט און ממש די איינציגסטע סקולענע סידי בפרט וואס איך בין זיכער אז דער רבי ז"ל וואלט דערקענט די ניגונים דערפון.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2871
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 12:41 pm

ס׳איז דא אפשר אפאר באָ באָס דא אין דארט אבער איך שטים צי

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 2:17 pm


ab frid
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:16 pm

תגובהדורך ab frid » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 2:55 pm

נעכטען געקויפט
די ניגון שבת היא איז עפעס ספעציעל!
כה לחי! מיט נאך סידי'ס אין דעם מהלך

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 769
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 3:04 pm

לדעתי הקלושה ווער עס האט געהאט די זכי' אלע יארן זיך צו ווייקן אין סקולען, און וויל הערן סקולענער ניגונים מיט מוזיק אראפגעזינגען מיט די אריגינעלע קוועטשן - טאקע נישט אזוי פארגעשריטן טעכנעלאגיש - זאל קויפן דעם פאלגענדען סי. די. ביי קרן שמואל ישעי' [פארמאגט נאר לעבעדיגע ניגונים].

נאכאמאל: דאס רעדט נאר צו איינעם וועלכער האט זיך יארן לאנג געווייקט ביי די טישן אין סקולען, עס איז בכלל נישט פאר איינעם וואס וויל בלויז הערן די ניגונים פראפעסיאנאל אראפגעשפילט.

https://www.koltorahonline.com/skulener ... V2U_-hKhPY

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2871
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 3:22 pm

װאס מײנט איר צי זאגן מיט אריגינעלע קוועטשן? די רבי זצ״ל האט עד יום האחרון כסדר ציגעלײגט קוועטשן תנעות אין פעלער צו נגונים סא אײנער וועלכער האט זיך יארן לאנג געווייקט ביי די טישן אין סקולען אז איר װעט הײנט אנצידען א סקולענע קאסעטע פון למשל 5-10-20-30 יאר צוריק װעט איר נישט דערקענען די נגונים הגם װאס דאמאלטס בשעת׳ן מאכן דעם קאסעטע האבן זײ עס געזינגען מיט די אריגינעלע קוועטשן װאל עס איז גאר אסאך געטױשט געװארן דורכ׳ן רבי מיט די יארן סא איך װײס נישט צי ארגענעל איז א װארט װאס מ׳קען ניצן בײ סקולענע נגונים איך װאלט ענדירשער געניצט די װארט סקולענע חן

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 4:19 pm

נישט קיין סאך ניגונים האט ער צוגעלייגט, ווען מען רעדט פון פארדרייען ניגונים און קנייטשן רעדט מען ווען מען קוועטש 'נישט' וואס דער רבי האט געקוועטשט.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

פראהביטש
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 6:07 pm

איז דא איינע פון די אידישע מיוזיק סייטס ווי מקען הערן די גאנצע סידי אימזיסט?

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2629
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 6:08 pm

נאופס.

גרעסער
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 8:22 pm

תגובהדורך גרעסער » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 7:36 pm

טישטוך האט געשריבן:איך מוז זיך צוזאם נעמען און שרייבן עטליכע שורות איבער די הערליכע קאלעקשן וואס בארייכערט די אידישע מוזיק וועלט און ברענגט איר ארויף צום העכסטן פונקט וואס זי איז געשטאנען לדעתי אין די לעצטע צוואנציג יאר זיכער.

ניין, די סידי איז נישט עפעס עקסטער פראפעסיאנעל רעקארדירט אדער געמיקסט און עס פארמאגט נישט קיין גאר באקאנטע נעמען אויפן דעקל, עס איז אבער רייך אין איר אינהאלט און עס וועט זיכער זיין אין מיין מיינונג 'די אלבום' פון די לעצטע צוויי צענדליג יאר.

היימיש, חסידיש, הייליגע ניגונים מיט א טיפן באדייט, אראפגעזינגען אריגינעל אן קיין איין אייגענע קנייטש, ממש א שלימות פון אן ארבעט.

און מיט דעם וועל איך איבערווייזן אלע אמת'ע היימישע מוזיק ליבהאבער וואס די באדייט פון טיפע נגינה איז און וואס פאר א העכערע כח מוזיק האט אויב נוצט מען עס אויס אויף די ריכטיגע וועג.

עס איז א מייסטערהאפטיגע ארבעט און ממש די איינציגסטע סקולענע סידי בפרט וואס איך בין זיכער אז דער רבי ז"ל וואלט דערקענט די ניגונים דערפון.

;l;p- גא"מ
און אזויווי שוין געשריבן, מיר ווארטן אויפן נעקסטן
דערווייל ארבעט דאס נאן סטאפ

יישר כח באשעפער
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:01 pm

תגובהדורך יישר כח באשעפער » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:54 pm

גאר גאר א שיינע סידי הייליגע לעכטיגע ניגונים וואס ברענגט אריין אמונה און קרבת אלוקים

לעכטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 11:00 pm

איך האב געליינט וואס דער עולם שרייבט דא, אויך געהער די פריוויא. מען לויפט עס קויפן.. בל"נ.
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 12:37 am

האב איך עס געקויפט היינט ב''ה. היבש טרערען זענען געפלאסען זאל דאס השי''ת אנעמען לרצון.
אלץ פראפעסיאנאלקייט איז דא אסאך באבאס אינעם סידי. ווי למשל די וואליום פונעם זינגער. אמאל איז ער ווייט אמאל נאנט. זיינע דיינעמיקס זענען נישט באלאנסירט
אבער די מעלה איז אז סאיז דא די נשמה.
די ריטעם איז געשמאק.דער זינגער האט דעם סקולענער הארץ. סאיז ממש א מחיה.
מזעהט אז א אמת'ע ניגון דארף נישט אזופיל אינטרויס מיט אויטראויס. מיט אלע מיני שטיקעס. דער ניגון אליינס זאגט שוין אלעס. סגייט אריין אין די ביינער. אבער אנדערע היינטיגע אויבערפלעכליכע ניגונים. פראביר עס צו דעליווערן מיט אזאלכע מוזיק סוועט זיין א פשוטע געלעכטער.

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2871
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 9:59 am

טישטוך האט געשריבן:נישט קיין סאך ניגונים האט ער צוגעלייגט, ווען מען רעדט פון פארדרייען ניגונים און קנייטשן רעדט מען ווען מען קוועטש 'נישט' וואס דער רבי האט געקוועטשט.

נישט קיין סאך ניגונים האט ער צוגעלייגט?פון װעמען רעדסטי?אױך האט די רבי זצ״ל בײ נגונים כסדר געקװעטש בײ אנדערע פלעצער


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט