א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

שטילער
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 4:11 pm

שכח הבל!!!

אוועטאר
ברוך מ'לאנדאן
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 20, 2019 2:59 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך ברוך מ'לאנדאן » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 8:28 pm

דער בחור איז דא!!

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 12:53 am

ש'כח! יעצט געלעזט דעם אשכול דאס מערסטע הנאה געהאט פונעם געריכט באריכט (ס'גראמט?!) פליסיג און זאפטיג עז יוזשועל.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 12:08 pm

איש האשכולות האט געשריבן:געריכט באריכט (ס'גראמט?!) פליסיג און זאפטיג .

גראמט אויך....
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7712
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 12:09 pm

דאנערשטאג ואתחנן




וויצע פרעזידענט מייק פענס וועט אפפליען קיין אייסלאנד אום סעפטעמבער 3 למספרם צו רעדן איבער נאטא שריט צו באקעמפן רוסישע אגרעסיע אין די ראיאן
סעפטעמבער 4 און 5 למספרם וועט פענס זיין אין ענגלאנד צו באהאנדלען ברעקזיט און סטראטעגיע איבער איראן פענס וועט אויך דיסקוסירן די כינעזע איינפלוס דורך די 5-G נעטווארק פארמעסט
איין טאג שפעטער וועט פענס זיין אין איירלאנד צו רעדן איבער האנדל אפמאכן
*
עקספערטן ווארענען אז די אנגייענדע פראטעסטן אין רוסלאנד קענען נאך ווערן אסאך גרעסער ווי ביז איצט
*
דער כינעזער אמבאסאדאר קיין ענגלאנד: בעיזשינג האט גענוג לעזונג און מאכט צו ברענגן א גיכע ענדע צו די אומרוען אויב זאל די סיטואציע אין האנג קאנג ווערן אומקאנטראלירבאר
*
די יורא זאנע דזשי די פי איז געוואקסן ווי ערווארטעט אינעם צווייטן קווארטאל און קומט ווי עטוואס פרישע לופט אין א וואך פון שווערע עקאנאמישע ניייעס גלאבאל
*
פרעזידענט טראמפ האט אויסגעדרוקט זיין ווילן צו נאמינירן ווייסע הויז ספעציעלע געהילף און סיניאר קאונסיל סטיווען מענאשי פון ניו יארק צו סערווירן אויפן צווייטן סירקוט קאורט אף אפיעלס וועלכע דעקט קאנעטיקוט, ניו יארק און ווערמאנט
מענאשי איז א געוועזענע ערציאונג דעפארטמענט עקטינג דירעקטאר און אא געוועזענע קלוירק פאר סופרים קאורט ריכטער אליטא
*
טייסאן פלייש פאבריק אין וועלכע האט אויסגעגעבן דאס מערסטע געלט אויף לאביאונג צוועקן פון סיי וועלכע אנדערע פלייש פירמע אין 2018 למספרם לייגט דרוק אויף די טראמפ אדמיניסטראציע אז מען זאל רעדוצירן די צאהל אינספעקציעס ביי א פלייש פלענט אין קענסאס
*
א פעדעראלע ריכטער האט פאראדנט דזשארדזשיע ארויסצושטעלן פון באנוץ פארעלטערטע וואל מאשינען און צו זיין גרייט מיט פאפיר בעלאטס וועלכע זאל קענען דינען אלץ אלטערנאטיוו אין פאל איר נייע סיסטעם איז נישט פולשטענדיג גרייט פאר די פריימערי סעזאן
*
פארהאנדלונגען צווישן רעפובליקאנער אויף קעפיטאל היל און די ווייסע הויז איבער א גאן קאנטראל געזעץ ווערן ערנסטער
די לעצטע מאל ווען די טומי (ר פענסילוועניע) און מענשין (ד וועסט ווירדזשיניע) איז געווארן אויפגעברענגט אויפן סענאט פלאר האט עס גענאסן פון די שטיצע פון פיר רעפובליקאנע סענאטארן
מקעין, קירק, קאלינס און טומי
די ערשטע צוויי זענען מער נישט אין סענאט און די רעפובליקאנער וועלכע טוען אצינד אראפבלאזן די שטויב פונעם ביל וועלן דארפן שניידן און צולייגן זאכן צום ביל אז עס זאל דאסמאל האבן בעסערע שאנסן
לויט ווי קוועלער גיבן איבער פארהאנדלט מען איצט פון נעמען די טומי מענשין ביל און עס אהערשטעלן פאר קאנסערוואטיוון אז מען גייט נישט שטימען אויף קיין בעקגראונד טשעק ביל ווי די דעמאקראטן ווילן
אין צוגאב וועט מען צולייגן געוויסע פרא צווייטע אמענדמענט צוקערלעך ווי ערלויבן ביקס טראנספארטן פון איין סטעיט צום צווייטן פאר פאנג צוועקן און פארשטארקערן פארבאטן אקעגן די מעגליכקייט צו רעגיסטרירן גאן אייגנטומער אין א דאטא בעיס
אויך פלאנט מען אריינצולייגן רויטע פאן געזען און מענטאל העלט פראוויזיעס
די פלענער זענען נאך גאר רוי און די ערווארטונג איבער גענוג שטיצע איז נישט ממש קלאר ווייל אזא ביל וועט נישט געניסן פון איבריג שטארקע רעפובליקאנע שטיצע און דעריבער וועט מען דארפן האבן גענוג דעמאקראטן און א היבשע צאל פון זיי לויפן פאר פרעזידענט און זיי וועלן זיך שווער קענען ברענגן צו שטיצען א ביל וועלכע טראמפ שטיצט און עס איז נישט איבער בעקגראונד טשעקס
קאלינס וועלכע איז זייער שטארק אין שטיצע פון גאן קאנטראל און האט שוין אין די פארגאנגענהייט געשטימט פאר בעקגראונד טשעקס זאגט אז זי איצט מער אפטימיסטיש ווי סיי ווען פאר א דורכברוך און עס איז צו פארדאנקן דאנאלד טראמפ אין אפיס
זי איז אין געשפרעכן מיט טומי פארטמאן און ווייסע הויז לעגיסלאטיווע אפעירס דירעקטאר עריק יולאנד
זי פלאנט אויך צו רעדן מיט מעקאנעל נאך די וואך איבער די אנגעלעגנהייט
סענאטאר מייק בראון האט געזאגט אז איצט איז די צייט רייף און רעפובליקאנער און קאנסערוואטיוון וועלן דערלייגן אינעם לענגערן טערמין אויב מען טוישט נישט עפעס ערנסט
*
א פעדעראלע אפעלאט געריכט האט אויסגעקוקט גענויגט צו אורטיילן אין שטיצע פון די טראמפפ אדמיניסטראציע און זייער ארדער צו ענדיגן די יומאנאטערישע הילף און שוץ פאר אימיגראנטן פון האיטי, סודאן, ניקאראגווא און על סאלוואדאר
א פאנעל פון דריי ריכטער אויפן ניינטן קרייז געריכט האבן דורכאויס א פארהער נעכט מיטוואך אויסגעקוקט סקעפטיש איבער אן אפהאלט אויף די ארדער וועלכע א סאן פראנציסקא דיסריקט ריכטער האט ארויפגעשטעלט
*
נאך פרישע קאנטערווערסיאלע קאמענטארן פון אייאווע קאנגרעסמאן איז ליז טשעיני וועלכע איז פון די רעפובליקאנע פירערשאפט אין קאנגרעס ארויסגעקומען גאר שארף אקעגן קינג און געזאגט אז עס איז צייט פאר אים צו פאקן פעק און אז אייאווע'ס פערטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט פארדינט בעסערע פארטרעטערשאפט
*
עס איז אנגעצויגן אין ניו העמפשיר ווען פירנדע רעפובליקאנער זיצן אויף שפילקעס נישט וואוסנדיג ווי אזוי צו באהאנדלען א מעגליכע סענאט קאמפיין פון קארי לואנדאוסקי און א ווארשיינליכע טראמפ אינדאריסרונג
גאווערנאר סונונו האט אויסגעדרוקט זארג איבער די מעגליכקייט אין א געשפרעך מיט די פארטיי פירערשאפט
טאם ראט וועלכע איז דער געוועזענער סטעיט אטוירני דזשענעראל און איז א פראמינענטע פאליטיקאנט אין די סטעיט האט זיך אויסגעדרוקט אז ער איז נישט קיין קארי אנהענגער און דער געוועזענער סענאטאר פון די סטעיט דזשאד גרעג האט געשריבן אין די גרעסטע צייטונג אין די סטעיט אז לואנדאוסקי איז א ווילדער פארשוין
דעיוו קארנעי וועלכע איז א לאנגיעריגע פאליטישע סטראטעגיסט איין די סטעיט און האט שוין געארבעט אויף א רייע רעפובליקאנע קאמפיינס סטעיטווייד באצייכנט א לואנדאוסקי קאנדידאטור אלץ א וויץ
ער זאגט אז קארי בעניפיטירט נישט גארנישט פאר די טיקעט און פאררן פרעזידענט ווייל ער א פאליטישע העק און העקס שעדיגן די טיקעט אין אלגעמיין
*
נאך די טראמפ באזוך אין ניו העמפשיר וועלן א רייע דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאטן אריינשטורעמען אין די סטעיט און אנטייל נעמען ביי קאמפיין אויפטריטן
די ערשטע וועט זיין קארי בוקער וועלכע וועט אויפטרעטן אלץ קינאוט רעדנער ביי א פארזאמלונג
*
מייקל בענעט ערשיינט מיט א נייע בוך גערופן צוטיילן אמעריקא וועלכע אדרעסירט די רוסישע העקעריי פון סאציאלע מידיא און זייער שעדיגן דעמאקראטיע
*
קאמאלא העריס ערהאלט איר צענטע קאנגרעסיאנאלע אינדארסירונג ווען אהייא קאנגרעס מיטגליד פאדזש וועלכע פארטרעט די עלפטע דיסטריקט קומט ארויס אין שטיצע פון איר קאמפיין
*
ענדרו יענג קאמפיינט היינט אין צפון קאראליינע
*
ענדרו יענג האט געוואונען די פלארידא אנליין שטרוי אנקעטע אנציענדיג 35% פון די שטימען
*
עליזאבעט ווארען האט נעכטן קאמפיינט אין ניו העמפשיר און 700 האבן זיך באטייליגט
*
טולסי גאבארד איז אין אינדאניזיע אויף טרענירונג אלץ נאשאנעל גארד מיטגליד און וועט זיך דארט געפונען ביז ענדע פונעם למספרם מאנאט
*
דזשאו ביידען איז אויף וואקאציע אין זיין היימשטאט דעלעוועיר
*
דזשעף פלעיק איבער די 2020 למספרם פארמעסט: איך וואלט געוואלט שטימע פאר א פאראנטווארטליכע דעמאקראט
*
נעכטן האבן מיר אראפגברענגט די סיוויטעס אנקעטע וועלכע צייגט טראמפ פארויס מיט בלויז 1% פון ביידען אין צפון קאראליינע
אצינד האבן זיי ארויסגעשטעלט רעזולטאטן אין או אויפרעג איבער די גאווערנאר פארמעסט
לויט די אנקעטע ציהט דער דעמאקראטישע גאווערנאר ראי קופער אן 48% אקעגן 36% פארן רעפובליקאנע ליוטענאנט גאווערנאר און 48% צו 30% פארן רעפובליקאנע האלי גרעינדזש
דער געוועזענע רעפובליקאנע גאווערנאר פעט מקרארי וואלט באקומען 38% צו 47% פאר קופער
*
רעפובליקאנע קאנגרעספרוי פון אינדיאנא'ס פיפטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט סוזען ברוקס וועלכע האט געארבעט צו רעקרוטירן מער פרויען קאנדידאטן צו לויפן אויפן רעפובליקאנע טיקעט אין 2020 למספרם האט באשלאסן מיט א צייט צוריק אז זי זעלבסט וועט נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג
געוועזענע סטעיט רעפרעזענטאט סטיווען בראון באטראכט צו לויפן פאר דעם זיץ
ער וואוינט אין די דיסטריקט פון ברוקס (די פיפטע דיסטריקט) אבער אין 2018 למספרם איז ער געלאפן אין די פערטע דיסטריקט און פארלוירן
ער איז א ברודער פון מייק בראון וועלכע האט אינעם זעלבן יאר געוואונען א סענאט פארמעסט אין די סטעיט
אצינד האט די רעפובליקאנע פירערשאפט געמאלדן אז זיי ארבעטן צו רעקרוטירן סטעיט טרעזשוראר פרוי קעלי מיטשעל
*
מען גרייט זיך שוין אין גרויסן צו די סופרים קאורט סעסיע אין וועלכע די געריכט וועט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין די לענדמארק קעיס אויב מתועבים און בריות משונות זענען באשוצט פון דיסקרימינאציע ביי די ארבעט אונטער די געזעץ וועלכע קאנגרעס האט אריבערגעפירט מיט יארן וריק צו באשוצן מענטשן פון דיסקרימינאציע ביי די ארבעט
די גלייכע ארבעט און געלעגנהייט קאמיסיע האלט דערווייל אן זייער שטעלונג וועלכע זי האט אנטוויקלט אין די אבאמא יארן אז ביזנעסער זענען פארבאטן פון אזעלכע סארט דיסקרימינאציע אבער די יוסטיץ דעפארטמענט איז אומאיינשטימיג דערמיט אין די סאליסיטאר דזשענעראל לייגט גרויס דרוק צו איבערצייגן די קקאמיסיע צו טוישן פאזיציע
די פאליטישע פירערשאפט אין זיין אפיס ווילן שטארק אז די אדמיניסטראציע זאל קענען צייגן פארן סופרים קאורט אז די עקזעקוטיווע פליגל איז פאראייניגט אין זייער שטעלונג אז ווען קאנגרעס האט מיט איבער פופציג יאר צוריק באשטעטיגט די אנטי דיסקרימינאציע ביי די ארבעט ביל האבן זיי נישט גענומען אין חשבון דיסקרימינאציע אקעגן מתועבים און בריות משונות
די יוסטיץ דעפארטמענט האט צייט ביז מארגן פרייטאג ארויסצולייגן זייער ארגומענט פארן געריכט אין די קעיס פון א עימיצער אין מישיגען וועלכע איז געווארן אויפגעזאגט פון ארבעטן ביי א טויטן היים צוליב יענעמ'ס סטאטוס אלץ ברי' משונה
די גלייכע ארבעט און געלעגנהייט קאמיסיע האט צו יענע צייט פארטרעטן יענעם אין געריכט און געקלאגט די ארבעטסגעבער אבער איצט טוט די יוסטיץ דעפארטמענט פארטרעטן די קאמיסיע אין געריכט..
די מונדליכע ארגומענטן וועלן פארקומען אום אקטאבער 8 למספרם און אינעם זעלבן טאג וואס די געריכט וועט אויך אויסהערן א רייע קעיסעס איבער מתועבים וועלכע זענען געווארן אויפגעזאגט פון די ארבעט צוליב זייער תועבה סטאטוס
אין די לעצטע וואכן האבן איינגעשטעלט אין די יוסטיץ דעפארטמענט איינגעשטעלט רוטינע קארעספאנדאציע מיט די רעפובליקאנע איינגעשטעלט אין די גלייכע ארבעט און געלעגנהייט קאמיסיע אויסדרוקנדיג אינטערעסע אז די קאמיסיע זאל אריבערקומען אויף זייער זייט אין די ברי' משונה קעיס
טעכניש פאדערט זיך נישט אז די קאמיסיע זאל איינשטימען מיט די דעפארטמענט אבער אויב מען קען באקומען די קאמיסיע'ס דזשענעראל קאונסעל'ס נאמען אויפן געריכט פיילינג מצד די יוסטיץ דעפארטמענט וועט עס פרעזענטירן א פאראיינגטע אדמיניסטראציע שטעלונג
דערווייל ערווארט מען נישט אז די קאמיסיע וועט טוישן ריכטונג
די 5 מעמבער קאמיסיע באשטייט פון 2 רעפובליקאנער, איין דעמאקראט און צוויי ליידיגע זיצן און עס פעלט זיך אויס אן אפשטימונג צו מאכן אזא טויש
דעמאקראט שארלאט באראוס און רעפובליקאנער וויקטאריע ליפניק האבן שוין געהאט געזאגט אז מתועבים זענען אין זייער מיינונג באשוצט אונטערן געזעץ און ליפניק האט שוין געזאגט פאר יוסטיץ דעפארטמנעט באאמעטע אז זי וועלט נישט אונטערגעשריבן אויפן געזעץ
דער דריטער איז די ניי באשטעטיגטער פארזיצערין (באשטעטיגט מיט דריי מאנאטן צוריק) פון די קאמיסיע דזשענעט דהילאן וועלכע פארמאגט די אויטאריטעט צו פאררופן אזא אפשטימונג אבער זי האט דערווייל עס נישט געטוהן
די קאמיסיע פארמאגט אויך א דזשענעראל קאונסעל שעראן גאסטעפסאן וועלכע איז לעצטע וואך געווארן איינגעשוואוירן און ביידע אויבנדערמאנטע נעמען האבן זיך דערווייל צוריקגעהאלטן פון פובלימירן זייערע שטעלונגען אויף די פראגע
עס איז אויך דא א רעדע אז אויב מען קען נישט אפהאלטן א סוקסעספולע אפשטימונג דורך די קאמיסיע באורד וועט דער דזשענעראל קאונסעל אויף די אייגענע האנט אונטערשרייבן א טויש אין שטעלונג אויסנוצנדיג זיין פאסטן אלץ הויפט אדוואקאט פאר די קאמיסיע אבער עס איז אומקלאר אויב ער האט די מאכט עס צו טוהן ספעציעל אין די ברי' משונה קעיס אין וועלכע די קאמיסיע האט קלאר געשטימט צו שטיין אויף די זייט פונעם קלעגער (אנדערש ווי די מתועבים קעיסעס ווי ליפניק און בארואס האבן בלויז אויסגעדרוקט זייער מיינונג אובער נישט דורך אן אפשטימונג)
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 1:22 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 12:29 pm

שכוח - א שיינם דאנק
הק' יישר כח

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7712
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 2:01 pm

יישר

שטילער
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 2:31 pm

א ריזיגן ישר כח הבל!

איטס וועל עפרישיעיטעד!!!

אוועטאר
ברוך מ'לאנדאן
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 20, 2019 2:59 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך ברוך מ'לאנדאן » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 8:08 pm

ביסט א צדיק!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 10:36 pm

שכוח פאר די הערליכע באריכט!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 11:13 pm

זייער הנאה געהאט פון די באריכט איבער די גאן ביל.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7712
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 12:21 pm

דינסטאג עקב





פרעזידענט טראמפ האט באקומען א פרישע אייניקל ווען זיין זוהן עריק האט געמאלדן די געבורט פון א קינד
*
איטאליע'ס פרעמיער רעזיגנירט
*
א מאן אין בראזיל האלט פארכאפט צענדליגער מענטשן אויף א באס און סטראשעט אונטערצוצינדן דעם באס
*
פרעזידענט טראמפ האט אפגעהאלטן א פרישע טעלעפאנישע געשפרעך מיט באריס דזשאנסאן צו דיסקוסירן עקאנאמישע אנגעלעגנהייטן און האנדל
דזשאנסאן האט אויך איבערגעגעבן אן אפדעיט איבער די לעצטיגע אנטוויקלונגען ארום ברעקזיט
די געשפרעך איז געקומען אין בעפארברייטונג צום G-7 סאמיט
*
אויסערן סעקרעטאר מייק פאמפעיא איבער די פארהאנדלנגען מיט צפון קארעא: מיר האבן זיך נישט צויקגעזעצט צום געשפרעכן טישל אזוי שנעל ווי מיר האב געהאפט אבער מיר זענען געווען קלאר די גאנצע צייט אז עס גייען זיין שטיינער אין וועג
אויף די פראגע אויב די מיסיל פראבעס באזארגן אים: יא, איך וואלט געהאפט אז עס פאסירט נישט
*
פאר יארן האט פאול רייען געפירט וואשינגטאן אבער איצט ווערט ער געפירט קיין וואשינגטאן דורך זיין פרוי
דער געוועזענער ספיקער ציהט זיך אוועק פון זיין היים אין וויסקאנסין (וועלכע ער פארקויפט נישט דערווייל) און וועט זיך פלאצירן אין א געדונגענע הייזקע אין די סובארבס אין מערילענד
פרוי רייען וויל מעגליך פארברענגן נענטער צו אירס א שוועסטער וועלכע וואוינט אין וואשינגטאן די סי
*
אנקעטע עקספערטן צייגן אן אז ווען טראמפס ציפערן שרומפן טוט עס מיטשלעפן אויך סווינג שטאטן רעפובליקאנער
א שטייגער ווי אריזאנא סענאטארשע מארטא מקסעלי וועלכע איז איצט אונטערשטעליג מיט 5 פונקטן פון דעמאקראט מארק קעלי
מקסעלי קומט אריין ביי 41%
*
צפון קאראליינע ליוטענאנט גאווערנאר דאן פארעסט וועלכע פארמעסט זיך אין די רעפובליקאנע פריימערי צו קענען לויפן אקעגן דעם אמטירנדע דעמאקראט האט אפיציעל געעפנט זיין קאמפיין דעם פארלאפענעם שבת און נארוואס ארויסגעשטעלט זיין ערשטע טעלעוויזיע רעקלאמע וועלכע שטרייכט אונטער זיין אנטי רציחה רעקארד
*
ליוזיאנא גאווערנאר דעמאקראט דזשאן בעל עדווארדס וועלכע לויפט היי יאר פאר ווידערוויילונג האט ארויסגעלייגט א פרישע טעלעוויזיע רעקלאמע קאנצעטרירט ארויסצוהויבן די פאזיטיווע אפעקט פון מעדיקעיד פארברייטערונג אין די סטעיט
*
אן עמערסאן אנקעטע איבער א מעגליכע פארמעסט צווישן דעם רעפובליקאנעם אמטירנדע קאלאראדא סענאטאר קארי גארדנער און דזשאן היקענלופער:
היקענלופער 53%
גארדנער 40%
*
מייק פאמפעיא איבער לויפן פאר סענאטאר אין קענסאס: איך וואלט געגליכן צו סערווירן פאר אים (טראמפ) אזוי לאנג ווי איך קען
*
באזונדער הערט מען אז פאמפעיא גייט היינט אנטייל נעמען ביי א מיטאג אין ניו יארק מיט רעפובליקאנער אקטיוויסטן ארטור לאפער, סטיוו פארבס, און ביליאנערן דזשאן און מארגא קאטסימאטידיס וועלכע טרייבט נאר ווייטער די שפעקולאציע איבער א מעגליכע סענאט קאמפיין
*
אין זיין ערשטע מאנאט פונעם קאמפיין האט טאם סטאיאר געשפענדעט איבער זיבן מיליאן דאלער אויף טעלעוויזיע און דידזשיטאל רעקלאמעס
*
עליזאבעט ווארען האט פארעפנטליכט איר פאליסי פלאן איבער קרימינאלע יוסטיץ רעפארם
צווישן אנדערן טוט עס צוריקדרייען די 91' למספרם קריים ביל און שאפט א יוניט צו האלטן אן אויג אויף פראקורארן וועלכע טוען באגייען זיך אומריכטיג מיט מענטשן
*
דזשאו ביידען האט ארויסגעלייגט זיין ערשטע טעלעוויזיע רעקלאמע דערמאנענדיג די שארלאסטסוויל ראיאטן, זיין נאנטשאפט מיט פרעזידענט אבאמא און אדרעסירט אויך אבאמאקעיר
*
סי ען ען אנקעטע:
ביידען 29% (ארויף מיט 7% פון יוני למספרם)
סאנדערס 15% (ארויף מיט 1% פון יוני למספרם)
ווארען 14% (אראפ מיט 1% פון יוני למספרם)
באטידזשעדזש 5% (ארויף מיט 7% פון יוני למספרם)
העריס 295 (אראפ מיט 2% פון יוני למספרם)
ארורק 3% (אומגעטוישט)
קאסטרא 2% (ארויף מיט 2% פון יוני למספרם)
גאבארד 2% (אויף מיט 2% פון יוני למספרם)
*
די פרישע אנקעטע טוט קוואליפיצירן דזשוליאן קאסטרא פארן קומענדיגן דעבאטע
*
טאם פערעז וועלכע איז די פארזיצער פון די איז אפגעפלויגן קיין מעקסיקא סיטי אפצוהאלטן דריי באזונדערע פארזאמלונגען ווי מען וועט אויפטרייבן געלט שטיצע צווישן אמעריקאנער וועלכע געפונען זיך אין אויסלאנד
*
הילערי קלינטאן וועט אנפירן מיט א רייכע פאנדרעיזער פאר די דעמאקראטישע נאציאנאלע פארטיי אין איר וואשינגטאן היים (א גאס אוועק פון די רעזידענץ פון וויצע פרעזידענט מייק פענס)
די אוונט איז געסקעדזשועלט אויף אקטאבער 16 למספרם און טיקעטס ווערן ארויסגעגעבן פאר 15, 35 אדער 50 טויזנט דאלער
*
דזשעראד קושנער און זיין פרוי האבן וואקאציאנירט די לעצטע פאר טאג אין ווייאמינג אין נעכטן מאנטאג איידער זיי האבן פארלאזט די סטעיט האבן זיי אפגעהאלטן א פאנדרעיזער פאר די טראמפ פענס זיג פאנד ווי אויך מיק מולוועיני איז געווען צוגאסט
די פאנדרעיזינג האט אריינגענומען 50 רייכע לייט וועלכע האבן געשטעלט פראגן איבער די עקאנאמישע צושטאנד און האנדל געשפרעכן מיט כינע
די ענטפערס זענען געווען אין ליניע מיט די ווייסע הויז שטעלונג אז די עקאנאמיע איז אויף פעסטע גרונדן און קיינע צייכנס פון א רעסעסע זעען זיך נישט אן אויפן האריזאנט
*
מיר האבן שוין באריכטעט איבער די פארזוכן פון די יוסטיץ דעפארטמענט צו ברענגן די גלייכע רעכטן פאר ארבעטער קאמיסיע זיך אנצושליסן אין זייער שטעלונג פארן סופרים קאורט אז די אנטי דיסקרימינאציע געזעץ דעקט נישט דיסקרימינאציע אקעגן תועבה און בריות משונות
אנפאנג וואך איז געווען דעדלייין ווען די לעגאלע מעמא פון די דעפארטמענט האט געדארפט ווערן צוגעשיקט צום געריכט און עס שטעלט זיך ארויעס אז די אונטערנעמונג איז געווען פרוכטלאז ווען די קאמיסיע האט נישט אונטערגעשריבן דעם בריוו
*
אין אהייא וועלן נישט פארקומען קיינע סטעיטווייד פארמעסטן אין די צייט וואס וויילער וועלן ארויסקומען שטימען אין די אלגעמיינע פרעזידענט וואלן אויסער פארן סטעיט סופרים קאורט
די פארמעסט איז ערווארטעט צו ווערן נאנט נאכגעפאלגט דורך פאליטישע אבזערווירער צוליב וואס עס איז די איינציגסטע סטעיטווייד פארמעסט און עס גיבט א שאנס פאר די דעמאקראטן צו פארכאפן קאנטראל אויפן יורידישן פליגל אין די סטעיט צום ערשטן מאל אין איבער 10 יאר
די געריכט באשטייט פון זיבן ריכטער וועלכע זענען געווארן ערוועלט צו זעקס יעריגע טערמינען און יעדע צוויי יאר לויפן אנדערע צוויי ריכטער פאר ווידערערוויילונג און קומענדיגע למספרם יאר וועט הויפט ריכטער רעפובליקאנער מאורין אקאנאר לויפן צו אנהאלטן איר זיץ
די געזעץ ערלויבט דעם גאווערנאר אריינצושטעלן אן אייגענעם ריכטער אין פאל וואס א זיץ ווערט ליידיג אינמיטן א טערמין און דאס האט פאסירט ווען אין 2018 למספרם איז מערי דעדזשענערא געווארן אריינגעשטעלט צו ערזעצן דעם "איינציגסטן" דעמאקראט אויפן באנק ביל אניעל וועלכע איז געלאפן אין די דעמאקראטישע גאווערנאר פריימערי אבער האט שפעטער רעזיגנירט געריכט נאכן אראורזאכן א קאנטערווערסיע ווען ער איז ארויסגעקומען מיט באשולדיגונגען אקעגן מינעסאטע סענאטאר על פרענקען און גענוצט גאר היציגע רעטאריק וועלכע האט אים געשאדט פאליטיש ווען אהייא פאליטיקאנטן פון ביידע זייטן פונעם ספעקטרום האבן אים שטארק קריטיקירט און הויכראנגיקע שטאב האבן אים פארלאזט
די פולע קאנטראל וועלכע רעפובליקאנער האבן דאן פארמאגט האט נישט אנגעהאלטן פאר לאנג און אין 2018 למספרם האבן וויילער ערוועלט צוויי דעמאקראטן צום קאורט (מייעקל דאנעלי און מעלאדי סטוארט) לאזנדיג רעפובליקאנער מיט א 5-2 מאיאריטעט
די צוויי ריכטער זיצן וועלכע ווערן איצט אויסגעקעמפט ענען ווי געשריבן הויפט ריכטערין אקאנאר וועלכע לויפט פאר ווידערערוויילונג
(אגב, זי גייט מוזן רעטייערן אן 2022 למספרם צוליב די געזעץ וועלכע שיקט אהיים ריכטער וועלכע ווערן 70 יאר אלט און אויב זי געוואונט איר קומענדיגע ווידערערוויילונג פארמעסט מיינט עס אז די זיץ גייט ליידיג ווערן אינמיטן א טערמין
די גורל פון איר זיץ קען זיך מעגליך ווענדן אויב רעפובליקאנער מייק דעוויין וועט געוואונען ווידערערוויילונג וועט ער קענען אריינשטעלן אן אייגענעם ערזאץ און אויב ער פארלירט קען ער מעגליך אריינשטעלן איינעם הארט בעפאר ער פארלאזט אפיס און עס וועלן געוויס פארקומען געריכט קאמפן אויב ער האט רעכט עס צו טוהן אזוי ווי עס איז געווען מיט ריק סקאט אין פלארידא טראץ וואס דארט איז עס געווען אן אומזיסטע שלאכט ווייל דער רעפובליקאנער דסאנטיס האט אין די ענדע געוואונען
אויב עס וועט דאסמאל אויך זיך דערקייקלען צו א געריכט קאמף דערוועגן קען עס אנקומען צום.. אהייא סופרים קאורט און ריכטערין אקאנאר וועט זיך יא אדער נישט דארפן רעקיוזן פון די פראגע אויב דעוויין קען אויסוועלן איר נאכפאלגער אדער ער דארף עס איבערלאזן פארן אריינקומענדיגן דעמאקראט.. אקעי, גענוג פאנטאזירט, לאמיר צוריקגיין צו רעאליטעט)
די צווייטע זיץ איז פון ריכטערין שעראן קענעדי וועמענס זיץ ווערט ליידיג צוליב די ענדע פון איר זעקס יעריגע טערמין
דזשעניפער ברענער איז די געוועזענע סעקרעטערי אף סטעיט און דינט איצט אלץ א ריכטערין אויף די צענטע דיסטריקט קאורט אף אפיעלס און זי האט געמאלדן אז זי גייט לויפן פאר א זיץ אויפן סופרים קאורט
אויך ריכטער דזשאן ראסא קלערט פון לויפן אלץ דעמאקראט צום סופרים קאורט און אויב דעמאקראטן באווייזן אריינצוריקן צוויי פרישע ריכטער אויפן באנק וועלן זיי איבערדרייען די געריכט אויף בלוי מיט א דעמאקראטישע 4-3 מאיאריטעט

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 12:45 pm

יישר כח, פונקט היינט געטראכט פון דיר(דיין ניק).

שטילער
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:17 pm

תגובהדורך שטילער » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 1:49 pm

ישר כח הבל! האסט מיר מחיה געווען!

kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 3:56 pm

תגובהדורך kosher phone » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 2:19 pm

תודה רבה לך ;l;p-

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7712
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 4:49 pm

יישר!

אוועטאר
ברוך מ'לאנדאן
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 20, 2019 2:59 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך ברוך מ'לאנדאן » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 5:01 pm

You the best

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7712
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 9:59 am

דאנערשטאג עקב



ענגלאנד'ס פרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן רייזט אפ קיין פראנקרייך פאר געשפרעכן מיטן פראנצויזישן פרעזידענט מאקרון איבער ברעקזיט אבער מען ערווארט נישט קיין ערנסטע וויליגקייט פון מאקרון נאכמער צו קאמפראמיסזירן איבער די פארהאנדלונגען
*
סאודיע אראביע ערלויבט צום ערשטן מאל פאר פרויען זיך איינצוהאנדלען פאספארטן און רייזן קיין אויסלאנד אן ערלויבעניש פונעם מאן
*
ווען וויצע פרעזידענט פענס וועט באזוכן אייסלאנד קומענדיגע למספרם מאנאט וועט דשער ארטיגער פרעמיער מיניסטער קארטין דזשעיקאבסדאטיר נישט זיין אין לאנד זיך צו טרעפן מיט אים צוליב א סקדזשועל מיספארשטענדעניש
*
שטייענדיג עטליכע מאנאטן נאך וואס רודי דזשוליאני האט אפגעלייגט פלענער צו פליען קיין אוקריינע צו רעדן מיט ארטיגע רעגירונג באאמטע איבער אויספארשונגען ארום דזשאו ביידען'ס זוהן האט איצט דזשוליאני שטילערהייט אנגעהויבן צו רעדן מיט א נאנטע געהילף צו אוקריינע'ס פרעזידענט און האט זיך שוין געטראפן מיט יענעם אין מאדריד שפאניע צו שטופן די אויספארשונגען לויט א ניו יארק טיימס באריכט
*
פרעזידענט טראמפ האט געהאט פארארדנט פאר די וועטעראן אפעירס דעפארטמענט אפצוקויפן א ריזיגע צאל פון אומלעגאלע געווירצן צו פארמיידן וועטעראן זעלבסטמארד
די דראג איז פארבריצירט דורך דזשאנסאן & דזשאנסאן און קריטיקירער צייגן אן מעגליכע אומעטישע מאטיוון זינט די פירמע איז געווארן געגרינדעט דורך א מאן וועלכע האט בייגעשטייערט א מיליאן דאלער צו טראמפ'ס איינשווערונג קאמיטע
*
קאנסטרוקציע איז אונטערוועגנס ביי די ווייסע הויז מערב פליגל צו ריינגין די צווייטע שטאק פון אזבעסטאס
די ארבעט וועט אפקאסטן א פערטל מיליאן דאלער און די אפיסעס וועלכע וועלן אפעקטירט ווערן און דארפן אוועקגעפירט ווערן דורכאויס די ארבעט זענען פון טראמפ'ס טאכטער, קעליאן קאנוועי, סטיווען מילער, לערי קאדלאו, דזשאו גראוגען און עריק יולענד
*
אין א מעגליכע צייכן פון אנגעצויגנקייט צווישן די פארם געמיינדע און די טראמפ אדמיניסטראציע איבער די שווערע טאריף אפעקט האט די אדמיניסטראציע ארויסגעצויגן שטאב פון א פריוואט געפירטע טור איבער מיטוועסט קארן און סאי בונדל פעלדער נאך וואס א רעגירונג איינגעשטעלטע האט ערהאלטן א סטראשע
*
אן אנקעטע פון די אסאסיעטעד פרעסגיבט פאר פרעזידענט טראמפ א צופרידנהייט ראטע פון 36% צו 62% אומצופרידן
*
מיטש מעקאנעל רופט היינט אין א ניו יארק טיימס אפ עד צו די קילערע קעפ צווישן די דעמאקראטישע סענאטארן אפצושטעלן די פלענער ארויסגעלייגט דורך א מאיאריטעט פון פרעזידענט קאנדידאטן צו ברענגן אן ענדע צו די לעגיסלאטיווע פיליבאסטער מעכאניזם (אגב, דער פראנט ראנער אין די רעפובליקאנע פריימערי איז געווען דער ערשטער צו רופן צו עלימינירן דעם פיליבאסטער)
עס קומט נאך וואס דער געוועזענער דעמאקראטישע סענאט פירער הערי ריעד איז ארויסגעקומען אין שטיצע פון אזא פלאן און מעקאנעל שרייבט אז די קאנסקעווענצן פון גיין מיט סענאטאר ריעד'ס ראט וועלן נאכיאגן און שאפן קאפווייטאג פאר ליבעראלן פאר לאנגע יארן
*
א פעדעראלע עלעקשאן קאמיסיע אודיט האט געפונען א סעריע פארלעצונגען באגאנגען דורך די דרום דעקאטע דעמאקראטישע פארטיי און די סטעיט פארטיי זאגט אז זי ארבעט איצט עס צו פאררעכטן
*
דזשאן היקענלופער (ד) טרעט האט האט ענדגילטיג באשלאסן אונטערצונעמען א סענאט קאמפיין אקעגן קארי גארדנער (ר) פון קאלאראדא
*
דזשעיסאן לואיס איז א געוועזענע קאנגרעסמאן אין מינעסטאא'ס צווייטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט און א געוועזענע ראדיו פרעדיגער
לואיס איז א פייערדיגע טראמפ שטיצער און גייט היינט מעלדן אז ער לויפט צום סענאט אין מינעסאטא
לואיס האט פארלוירן אין זיין לעצטע קאנגרעס פארמעסט מיט 1% אין א דיסטריקט וועלכע טראמפ האט געוואונען מיט 6%
*
לאורען אנדערוואד וועלכע פארטרעט אילינאי'ס פערצנטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט איז די צוועלפטע קאנגרעס מיטגליד פון א סווינג דיסטריקט ארויסצוקומען אין שטיצע פון אימפיטשמענט און איז בלויז די צווייטע קאנגרעס מיטגליד צו פארטרעטן א דיסטריקט וועכלע טראמפ האט געוואונען און שטיצן אימפיטשמענט
*
מישיגען'ס עלפטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט ווערט איצט פארטרעטן דורך דעמאקראט העלי סטיווענס
די דיסטריקט געפונט זיך אין צפון מערב פון דעטרויט און איז געווען בעפאר אין רעפובליקאנע הענט איידער סטיווענס האט עס געוואונען ביי די פארלאפענע מידטוירמס מיט 51.8%
דזשאן דזשעימס איז געווען באטראכט אלץ מעגליכע רעפובליקאנע קאנדידאט אבער האט עווענטועל באשלאסן צו לויפן צום סענאט אקעגן גערי פיטערס
איז ווער גייט יא לויפן אקעגן סטיווענס?
אט הערט איבער דעם רעפובליקאנער קאנדידאט מיט אן אינטערסאנטע ביאגראפיע ביז גאר
וויטעני וויליאמס האט עמגרירט פון טייוואן און איז אריינגעקומען אין אמעריקא "אומלעגאל" און זיך אויפגעהאלטן אין לאנד פאר 16 יאר איידער
זי איז געווארן אן אמעריקאנע בירגער נאכן הייראטן מיט אן אמעריקאנער און איז א פייערדיגע טראמפ שטיצער
*
אין טעקסאס 23'סטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט האבן רעפובליקאנער אנגעוואוירן זייער וויכטיגסטע קאנדידאט מיט דעם וואס קאנגרעסמאן וויל הארד האט געמאלדן אז ער לויפט נישט פאר ווידערערוויילונג אין די דעמאגראפיש טוישנדע דיסטריקט איז איצט ערווארטעט העכסט ווארשיינליך צו גיין בלוי
די דעמאקראט לויפט צו ערזעצן הארד איז דזשינא אריץ דזשאונס און האט געמאלדן אז זי האט שוין אויפגטריבן א מיליאן דאלער אין די 98 טעג זינט איר מעלדונג צו לויפן
*
לויט די דאטא האבן 80% פון מענטשן וועלכע האבן בייגעשטייערט פארן סאנדערס קאמפיין אין 2016 למספרם נאכנישט געגעבן קיין געלט פאר זיין קאמפיין אינעם איצטיגן פריימערי סעזאן
*
געלט עמערט אריין אין די מעין סענאט פארמעסט פון ביישטייערער אינדרויסן פון די סטעיט
דעמאקראטן פלאנען אויסצוגעבן אמווייניגסטנס 1.2 מיליאן דאלער ביז דעצעמבער למספרם אויף רעקלאמעס אקעגן סוזען קאלינס אריינגערעכנט איינס וועלכע וועט איר באשולדיגן אין דורכפאלן צו באשוצן מעדיקעיר
א נייע פארמירטע רעפובליקאנע גרופע פארמאגט שוין 800טויזנט דאלער אין די באנק נאכן באקומען פינאנציעלע שטיצע פון א קליינע גרופע רייכע לייט
*
דזשעי אינסלי האט פארלאזט די דעמאקראטישע פרעזידענט פריימערי פארמעסט
*
דזשאן דעלאני זאגט אז טייל דעמאקראטן קוקן ארויס אז עס זאל זיין א רעסעסיע
*
וועסט ווירדזשיניע גאווערנאר דזשים דזשאסטיס ווארט אויס א באשלוס פונעם געריכט איבער זיין וואוינען ארט
סטעיט סירקוט ריכטער טשארלס קינג האט נעטן מיטוואך אויסגעהערט פאר נאנט צו א שטונדע ארגומענטן אין די קעיס וואו ביידע זייטן האבן פרובירט צו מאכן זייער קעיס אויב ער זאל יא אדער נישט אנפרעגן די סטעיט סופרים קאורט ווי אזוי זיך צו פירן אין אזא פאל
ד סטעיט קאנסטיטוציע פארלאנגען פונעם גאווערנאר צו וואוינען אין די רעגירונג ספעציעלע רעזידענץ אבער דזשאסטיס וואוינט אין לואיסבורג וועלכע איז א וועג פון עטליכע שטונדן ווייט פון די הויפטשטאט
די פראגע איז וויפיל שטונדן, טעג, און/אדער נעכט פער וואך אדער מאנאט דארף זיך דזשאסטיס אויפהאלטן אין טשארלרסטאן אז עס זאל הייסן אז ער וואוינט דארט?
אויב דזשאסטיס שלאפט איבער אין טשארלסטאן אבער פארלאזט די געגנט אינדערפרי צו ארבעטן דורכן טאג אין לואיסבורג הייסט עס געוואוינט אין טשארלסטאן?
די דזשאסטיס אדוואקאטן פארלאנגען אז איידער די קלאגע וועלכע זוכט צו צווינגען דזשאסטיס צו וואינען געהעריג אין טשארלסטאן קען פאראויסגיין אינעם נידריגן געריכט זאל צו ערשט די געריכט זיך דורכרעדן מיטן סטעיט סופרים קאורט אן אויסקלארונג אויף וואס עס הייסט געוואוינט ווייל מעגליך אז ווען די סופרים קאורט וועט פארעפנטליכן זייער מיינונג איבער וואס עס הייסט געוואוינט וועט קלאר ווערן אז דזשאסטיס איז שוין איצט אין איינקלאנג דערמיט און עס איז בכלל נישטא קיין קעיס

דער קלעגער (א דעמאקראטישע סטעיט דעלעגאט אייזיק ספאנאוגעל וועלכע איז אן אדוואקאט פון פרענקלין וועסט ווירדזשיניע) טענה'ט אז מען זאל יא צו ערשט דורככגיין די געהעריגע פראצעדור אינעם נידריגן געריכט ווי מען זאל קודם אויסקלארן ווען און וויפיל דזשאסטיס פארברענגט אין טשארלסטאן און אז אזוי וועט די פראצעדור זיך ענדיגן פיל גיכער און אז דזשאסטיס זוכט קודם צו פארברענגן עקסטערע צייט ביים סופרים קאורט ווייל ער וויל פארשלעפן די צייט אויף ביז ווען די נידריגע געריכט הויבט אן איר פראצעס און דאדורך שלעפן די צייט פונעם קעיס
ארגינעל האט ספאנאוגעל געקלאגט אינעם נידריגן געריכט און ריכטער קינג האט דאן ארויסגעווארן די קלאגע זאגנדיג אז ספאנאוגעל האט נישט געמאלדן דעם געריכט מיט 30 טעג בעפאר זיין קלאגע אז ער ריכט זיך צו קלאגן א סטעיט אגענטור און לויט די רעגולאציעס דארף אזא נאטיץ יא צוגעשיקט ווערן
ספאנאוגעל איז דאן געגאנגען צום סטעיט סופרים קאורט און זיי האבן עס ארויסגעווארפן אן ערקלערן פארוואס
איצט ווען ספאנאוגעל האט זיך בעסער צוגעגרייט און נאכאמאל זיך געוואנדן צו ריכטער קינג נוצט ספאנאוגעל אויס די פאקט אז ער איז שוין איינמאל געווען מיט די קעיס ביים סופרים קאורט און זיי האבן עס נישט אקצעפטירט
ער טענה'ט אז דאס ווייזט אז די טענה פונעם גאווערנאר אז מען דארף קודם זיך באראטן מיט סטעיט סופרים קאורט איז נישט ריכטיג ווייל זיי האבן שוין געהאט א געלעגנהייט אריינצוקוקן אין די קעיס ווען ער איז די ערשטע מאל דארט געווען און זיי האבן אפגעזאגט זייער שאנס און עס נישט ערקלערט און לויט ווי ער ערקלערט איז די אורזאך געווען ווייל די סופרים קאורט וויל נישט אויסהערן גארנישט פון די קעיס איידער זי ווערט געהעריג אויסגעקעמפט אינעם נידריגן געריכט

ווען די אדוואקאטן האבן געצימבלט דעם קלעגער מיט די טענה אז מען קען נישט האבן א פראצעס איבער די פאקטן איבער ווי אפט דזשאסטיס געפונט זיךך אין טשארלסטאן איידער מען ווייסט מער וויפיל ער איז פארפליכטעט דארט צו זיין
דער ריכטער אבער האט עס אפגעווארפן זאגנדיג אז אלע ווייסן די לעגאלע אישוס פון די קעיס און וואס עס איז נאכנישט קלאר זענען די פאקטן
ריכטער קינג האט גראדע אויסגעקוקט טיילווייז גענויגט יא צוצושיקן די פראגן צום סופרים קאורט אבער נישט פונקט אינעם זעלבן פארעם די אדוואקאטן פארן גאווערנאר האבן עס געוואלט אויסשטעלן
די אדוואקאטן האבן אהערגעשטעלט פארן ריכטער א ליסטע פון 5 פראגן וואס זיי ווילן אז די סופרים קאורט זאל אויסקלארן איבער ווי ערנסט די פארלאנג פונעם גאווערנאר איז צו וואוינען אינעם רעגירונג רעזידענץ איז טאקע אבער דער ריכטער האט רעאגירט אז ער איז נישט זיכער אז ער איז איינשטימיג מיט אלע פון די פראגן
דער אדוואקאט האט שפאסיג געפרעגט פונעם ריכטער ווי אזוי ער קען אים ארויסהעלפן קלארער ווערן
דער ריכטער האט געענטפערט: איך ווייס נישט, איך האב מיינע אייגענע געדאנקן
די ענטפער איז געווען אן אנדייטונג אז ער וועט מעגליך פרעגן געוויסע פראגן מיט זיין אייגענע שפראך צום סופרים קאורט
אבער ווען ספאנאוגעל האט ארויסגעברענגט אז די סופרים קאורט האט זיך שוין איינמאל אנטזאגט אויסצוהערן די קעיס האט ער אויך אריינגעהויבן פון ריכטער קינג וועלכע האט רעאגירט זאגנדיג אז זיי האבן מעגליך נישט געוואלט שפרונגען גראד צו הערן די עצם קעיס (אנדערש ווי פארענטפערן געוויסע פרעגן וואס אדוואקאטן בעהטן איצט) און דער איינצגסטער וועלכע יאגט זיך צו מאכן אזא קעיס איז ספאנאוגעל זעלבסט..
וואס איז צו ערווארטן פונעם סופרים קאורט?
גאווערנאר דזשאסטיס האט פאריאר אריינגעשטעלט ריכטער טים ארמסטעד, ריכטער עווען דזשענקינס, און ריכטער דזשאן האטשיסאן צום סופרים קאורט נאך וואס אן אימפיטשמענט פראצעדור אויף ריכטער האט איבערגעלאזט דריי ליידיגע זיצן
זינט דאן האבן שוין די זיצן וועלכע ארמסטעד און דזשענקינס האבן ערפילט געדארפט זיין אויפן בעלאט פאר ווידערוויילונג און ביידע האבן געוואנען די וואלן
האטשיסאן איז נאכנישט געלאפן און זיצט נאך דערווייל אויספולנדיג דעם טערמין פונעם פריערדיגן ריכטער
דעריבער קען זיין א מעגליכקייט אז די דריי ריכטער וועלן זיך מעגליך דארפן רעקיוזן פון די קעיס
*
אין דעיטאן אהייא איז פארבליבן בלויז אן איינצלנע צענטער וועלכע איז געווידמעט פאר רציחה סערוויסעס וועלכע האט געקעמפט צו בלייבן אפן
צוויי נידריגע געריכטן האבן געאורטיילט אז די ארדער פון די אהייא העלט דעפארטמענט צו פארשליסן די צענטער איז אויסגעהאלטן און די פרא רציחה אקטיוויסטן האבן געברענגט די קעיס צום סטעיט סופרים קאורט וועלכע האט נעכטן באשטעטיגט די אורטייל פון די נידריגע געריכטן און רציחה זוכער וועלן איצט דארפן גיין ביז קאלאמבוס אדער סינסינעטי צו באקומען זייערע סערוויסעס
*
אין 2016 למספרם האבן דריי פון די ניין דעלעגאטן אין קאלאראדא פרובירט צו שטימען אקעגן הילערי קלינטאן טראץ וואס זי האט דארט געוואונען די פאפולערע שטימען
די סעקרעטערי אף סטעיט האט אנגעפירט א געריכטליכע קאמף דערוועגן און זי האט געזוכט זיי צו צווינגען צו שטימען פאר קלינטאן
איינע פון די דריי עלעקטארס איז געווען מישעל בעקא וועלכע האט געוואלט גיבן זיין שטימע פאר דזשאן קעיסיק מיטן ציהל צו פארשמעלערן די שאנסן פון טראמפ אנצוציען די נויטיגע צאהל עלעקטארעלס אבער ער איז געווארן באזייטיגט און די סעקרעטרעי האט אויף זיין ארט געשטעלט א צווייטן וועלכע האט געשטימט פאר קלינטאן
די אנדערע צוויי האבן אויך געוואלט שטימען פאר קעיסיק אבער האבן אויסגעקליבן צו גיין אין שפאן מיטן שטימען פאר קלינטאן ווי איידער צו ווערן ערזעצט דורך אנדערע
אצינד האט די צענטע סירקוט 'אורט מיט 2-1 געשריבן אז די סעקרעטערי האט פארלעצט בעקא'ס קאנסטיטוציאנאלע רעכטן מיטן אים אנווייזן ווי אזוי צו שטימען און באזונדער מיטן אים ארויסווארפן
עס איז דא אן ערנסטע מעגליכקייט אז די קעיס וועט אנקומען אין סופרים קאורט
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 5:12 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5657
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 10:25 am

לחיים לחיים.

chocolate-babka1 copy.jpg
chocolate-babka1 copy.jpg (28.75 KiB) געזעהן 742 מאל
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7712
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 11:20 am

לחיים ולברכה

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 11:29 am

א גרויסן דאנק
זייער בטעם'ט געווען
צום ווידער זען
הק' יישר כח

פינחס
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

תגובהדורך פינחס » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 11:30 am

א גרויסע שכח געליינט אין הנאה געהאט

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5003
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 11:45 am

תודה להבל
אנגן בנבל
נהנית עולם עין (אייוועלט) משומרים בכבל
בארטיקל נאה ארוך כחבל

איין זאך נאר, דאכט זיך מיר אז מעקרון איז פרעזידענט אין פראנקרייך נישט פרעימיער.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7712
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 11:55 am

פעיק נוז האט געשריבן:תודה להבל
אנגן בנבל
נהנית עולם עין (אייוועלט) משומרים בכבל
בארטיקל נאה ארוך כחבל

איין זאך נאר, דאכט זיך מיר אז מעקרון איז פרעזידענט אין פראנקרייך נישט פרעימיער.

יישר כח שוין פארראכטן

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22849
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 12:07 pm

סיז אזוי געשמאק אריינצוקומען צו א סורפרייז באריכט! טענקס הכל הבל...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”