קרובים אדער גאר רחוקים??

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אדם הראשון
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

קרובים אדער גאר רחוקים??

תגובהדורך אדם הראשון » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 11:43 am

ברוך השם כלל ישראל וואקסט און בליעט און די זעלבע צייט וווערן די משפחות אויך גרעסער און גרעסער. און מיט די צייט זעה איך מיר אז קוים וואס איך קען אפי' מיין ערשטע קוזינס ד.מ. מיין פאטער\מיטער'ס געשוויסטער און וווער רעדט נאך פון מיינע קינדער? ביי זיי זענען זיי ווי פרעמדע אידן אינגאנצען.
ווען די ראשי המשפחה זענען נאך ב"ה דא קומט מען זיך כסדר צוזאם און מ'גיט זיך כאטשיג א שאקעל מיטן קאפ.. אבער ווען דאס איז שוין אויך נישט דא? וויאזוי האלט מען זיך צוזאם?
וואס ברעגט מיך צו עפענען דעם אשכול. די סיבה איז פשוט ליידער האב איך מיר דערזעהן אז איך האב לעצטענס ניטעמאל געוויסט פון עטליכע חתונות פון גאר נאנטע משפחה וואס ווען איך מאך חתונה וויל איך געוויס אז זיי זאלן זיך באטייליגען אבער פון זייער שמחה האב איך בכלל נישט געוויסט..
איז דא אופנים וויאזוי מען קען האלטן משפחות צוזאמען כאטש ס'פארברייט זיך אזוי (ב"ה)
אויב יא וואס זענען זיי ??
(חוץ קויל פארוי און וואטסעפ גרופעס)

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 11:51 am

אדם הראשון האט געשריבן:(חוץ קויל פרא)

וואס איז שלעכט מיט דעם
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2870
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 12:05 pm

א מאנאטליכע מעילינג/אימעיל מיט פארשידענע אינטערסאנסע פרטי משפחה און פארשטייט זיך אויך שמחה אפדעיטס

דער פראבלעם איז אר עס קאסט א געוואלד מיט צייט

אביונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 12:08 pm

אפשר איז מיר איינער מגלה וואו ס'שטייט די מצוה אז כ'מוז טאנצן ביי יעדנס קאזינס חתונה??
וואו שטייט די מצוה 'די משפחה זאל זיך צאמהאלטן'? [כ'פארשטיי אז סי'ז א געפיל זאך, אבער אויב איך קען נישט יענעם, כ'האב מיט עם גארנישט איינגעלייגט, מהיכי תיתי?]
ב"ה די משפחות זענען ריזיג גרויס, וועם כ'קען פערזענליך, העליך מיך משתתף זיין, און וועמען נישט וועט יוצא זיין מיטן שיקן א אינוויעטעישאן, וחסל

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 12:45 pm

ווען דיין עלטער פעטער וועט זיך געזעגענען, נאך הונדערט און פופציג, נאכלאזנדיג אונטער זיך דעם זעלבן סכום און מעלאנעס, וועסטו שוין וויסן ווער ער איז.....

ירושה האט א סיסטעם ווי אזוי ס'גייט, קודם זון נאכדעם טעכטער, בקיצור הקרוב קרוב קודם, ווי נענטער אלץ מער מחותן, זעט איר דאך אז די תורה האט שוין איינגעפירט אז מיט משפחה עסט מען קוגל, נו אנקומען צו שלחן עורך אן אלע סימנים ביז אהין, איז נישט אזא שיינע זאך...
. . . . . . .

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

תגובהדורך קאקאש קעיק מיט מילך » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 12:53 pm

איינס האט געשריבן:
אדם הראשון האט געשריבן:(חוץ קויל פרא)

וואס איז שלעכט מיט דעם

דריי פון מיינע פיר זיידעס פאמיליעס האבן א קאל פרא
ביי די פערדע קען איך כמעט קיינעם נישט און איך ווייס כמעט נישט אז עס איז דא א שמחה

אביונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 1:17 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:ווען דיין עלטער פעטער וועט זיך געזעגענען, נאך הונדערט און פופציג, נאכלאזנדיג אונטער זיך דעם זעלבן סכום און מעלאנעס, וועסטו שוין וויסן ווער ער איז.....

ירושה האט א סיסטעם ווי אזוי ס'גייט, קודם זון נאכדעם טעכטער, בקיצור הקרוב קרוב קודם, ווי נענטער אלץ מער מחותן, זעט איר דאך אז די תורה האט שוין איינגעפירט אז מיט משפחה עסט מען קוגל, נו אנקומען צו שלחן עורך אן אלע סימנים ביז אהין, איז נישט אזא שיינע זאך...

איך פרעג אויף קרובים דורי דורות קבצנים און דלפונים ...[זיי קאסטן נאר...]....

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 2:13 pm

איך ברענג נאר א ראי' אז א קרוב איז עפעס ממשות'דיג
. . . . . . .

אחד הרבנים
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

תגובהדורך אחד הרבנים » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 2:30 pm

אביונה האט געשריבן:אפשר איז מיר איינער מגלה וואו ס'שטייט די מצוה אז כ'מוז טאנצן ביי יעדנס קאזינס חתונה??
וואו שטייט די מצוה 'די משפחה זאל זיך צאמהאלטן'? [כ'פארשטיי אז סי'ז א געפיל זאך, אבער אויב איך קען נישט יענעם, כ'האב מיט עם גארנישט איינגעלייגט, מהיכי תיתי?]
ב"ה די משפחות זענען ריזיג גרויס, וועם כ'קען פערזענליך, העליך מיך משתתף זיין, און וועמען נישט וועט יוצא זיין מיטן שיקן א אינוויעטעישאן, וחסל

;l;p- יא! גערעכט. ווער זאגט אז דאס איז גוט. געפיליש איז דאס מורא׳דיג און א אומבארירבארע נושא. באט פראקטיש, איט דאס מאט מעיק עני סענס, נישט ברוחניות און נישט בגשמיות. פאר א זיידע מיט צוהאלטן אלע שמחות פון די אייניקלעך, אקעי, דאס איז דאך זיין נחת און געווענליך איז ער שוין ריטייערט. אבער פאר קאזינס מיטצוהאלטן אפילו נאר אלע חתונות, הזמן יכלו והם לא יכלו. אין גרויסע משפחות איז דאס פשוט אומפאסיבל. ווער רעדט נאך פון קלענערע שמחות. מ׳קען נישט טאנצן יעדע נאכט, ספעציעל אויב מען דארף פארן. עס צושטערט דעם שיעור, ארבעט, פארדרייט דעם שטוב וכו׳
נו גוט נו שוין האט געשריבן:ווען דיין עלטער פעטער וועט זיך געזעגענען, נאך הונדערט און פופציג, נאכלאזנדיג אונטער זיך דעם זעלבן סכום און מעלאנעס, וועסטו שוין וויסן ווער ער איז.....

ירושה האט א סיסטעם ווי אזוי ס'גייט, קודם זון נאכדעם טעכטער, בקיצור הקרוב קרוב קודם, ווי נענטער אלץ מער מחותן, זעט איר דאך אז די תורה האט שוין איינגעפירט אז מיט משפחה עסט מען קוגל, נו אנקומען צו שלחן עורך אן אלע סימנים ביז אהין, איז נישט אזא שיינע זאך...

אין די תורה שטייט נישט קיין תנאי אויף ירושה אז מען דארף האבן געגאנגען צום עלטער פעטערס שמחות, עס שטייט ניטאמאל אז מען דארף אים האבן געקענט, פונקט ווי ס׳שטייט נישט א תנאי אז דער יורש דארף האבן מקיים געווען א צווייטע מצוה פון די זעלבע תורה פון ״כבד את ...״ א זון ירש׳נט אפילו ער האט קיינמאל נישט אריינגעלייגט קיין פינגער אין קאלט וואסער צו העלפן די עלטערן אדער קיינמאל געגאנגען צום טאטענס שמחות...

התבונני
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

הלכות צדקה

תגובהדורך התבונני » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 2:37 pm

ביי צדקה איז זיכער דא אן ענין צו געדענקען די הלכה איבער קרובים
יורה דעה רנ"א ג'
הנותן לבניו ובנותיו הגדולים שאינו חייב במזונותיהם כדי ללמד את הבנים תורה ולהנהיג הבנות בדרך ישרה וכן הנותן מתנות לאביו והם צריכים להם הרי זה בכלל צדקה אינו בנו ולא אביו אלא קרובו צריך להקדימו לכל אדם ואחיו מאביו קודם לאחיו מאמו ועניי ביתו קודמין לעניי עירו ועניי עירו קודמין לעניי עיר אחרת (כ"מ בסמ"ג וסמ"ק וטור): הגה והקבועים בעיר קרויים עניי העיר והם קודמין לעניים אחרים הבאים לשם ממקומות אחרים (טור דלא כר"י בר ברוך) ויושבי ארץ ישראל קודמין ליושבי חוצה לארץ:
הגה פרנסה עצמו קודמת לכל אדם ואינו חייב לתת צדקה עד שיהיה לו פרנסתו ואח"כ יקדים פרנסת אביו ואמו אם הם עניים והם קודמים לפרנסת בניו והם קודמים לאחיו והם קודמין לשאר קרובים והקרובים קודמים לשכיניו ושכיניו לאנשי עירו ואנשי עירו לעיר אחרת והוא הדין אם היו שבוים וצריך לפדותן (הכל בטור):

אביונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 2:41 pm

נאט אייך אביסל חשבון, וואס איז מיר נוגע ....

"איינער" פון מיינע פיר זיידעס האט געהאט בליעה"ר 15 קינדער,
און יעדער איינער פון די 15 האט שוין ב"ה חתונה געמאכט קינדער
פון זיי זענען שוין באלד העלפט עלטער זיידעס..
קיינער פון זיי איז ב"ה נישט קינדערלאז....
דער זיידע לעבט שוין נישט צוואנציג יאר, ער האט דערצי אויך געהאט נאך דריי געשוויסטער, וועלכע אלע פון זיי האבן ב"ה משפחות גדולות בישראל בליעה"ר
יעצט גיי רעכן אויס וויפיל קאזינס בליעה"ר איך האב 'נאר פון די איינע זיידע' זייט

נ. ב., די באבע זז"ג, א ישישה בליעה"ר, איבער די תשעים, קען זיי אללע!! [כ'האב איר נאך נישט געכאפט ביי קיין טעות....], אבער איך?

און דאס איז נאר פון איין זיידן!!
לאמיר מאכן דעם חשבון און צילייגן, נאך די איבריגע 'דריי' זיידעס [מיינע צוויי און מיין ווייב'ס צוויי...], יעדע איינער פון זיי האט ב"ה איבערגעלאזט בני שלשים ובני רבעים, וועלכע זענען ציזייט און צישפרייט בכמה וכמה מדינות בקצוות תבל.....
און יא, אלע [סיי זיידע און סיי באבע] האבן אויך געהאט געשוויסטער, וועלכע זענען אויך נישט געווען קינדערלאז ב"ה בליעה"ר כן ירבו וכן יפרוצו.....
איך זעלבסט האב איך אויך מער ווי צען געשוויסטער בליעה"ר צו יעדע זייט, סיי פון מיינע עלטערן, און סיי פון מיין שוויגער עלטערן
נו, קען מען דען זיך צאמהאלטן?...
וואס יא, אויב למשל וואלט מיר יעדער קאזין, [ערשטע צווייטע און אפשר אויך דריטע קאזין], מיר אריין געשיקט בלויז פון איין ביז פינף דאלער צו חתונה מאכן, וואלט איך געווען ב"ה גאנץ שיין געדעקט......


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט