ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
לייטער
שר האלפיים
תגובות: 2951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 7:09 am

שמואל בארג האט געשריבן:.

אז ביזסט דא לאמיר זאגן וויאזוי איך גלייב אז איר זעהט אויס( איך האב נישט קיין איינונג ווער די ביסט עכט )

ווען איך ליין א ניק, אדער אפ ווען איך הער איינעם למשל אויף קול מבשר 114 וכדומה מאכט מיין מוח א( פאלטשע )בילד וויאזוי ער זעהט אויס, איך האב אמאל געהערט פון איינעם אז נישט יעדער איז אזוי, ווען מען פארציילט א מעשה וויאזוי איינער איז געגאנגען אין גראסערי און גענימען טאמעיטעס, גייען א חלק מענטשן זעהן אין פאנטאזיע א גראסערי אין ווי די טאמעטע איז און וויאזוי ער רייסט אראפ א בעג און ער לייגט אריין טאמעיטעס,אבער נישט איעדער איז אזוי איך האב אזא געדאנק גאנג

סא ווען איך ליין פון הרב @שמואל בארג האט מיין מוח פון די ערשטע מניט אויסגעמאשלט אז ער איז ברייט'ליך נישט צי הויך, א ברייטע לייט שווארץ בארד, געדרייטע פיאות, שמייכלדיג, מאכט מיט די הענט ווען ער רעדט,זיין אר איז נישט אפיס און נישט פיזקעל נאר עפעס אונדערצווישן, האט קיפקעס און בהמ' ד ארום זיך און לאזט זיך הערן זיין מיינונג כאטש ער איז א שטילער בטבע,

ביי די vv עקספא און וויליאמסבורג, האב איך געזען די ערשטע מאל עטליכע מענטשן וואס רעדן אויף קול מבשר, זיי האבן אויסגעקיקט אינגאנצן אנדערש ווי איך האב מיך אויסגעמשלט
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9881
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:24 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:-פעיק נויז-

א הויכער, נישט דאר נישט גראב, אין די נידריגע דרייסיגערס, טראגט לענסעס, א שווארצליכע געקניפטע בארד. וועט אייביג טרייען צו שטילער מאכן די קריגעריי אינ'ם קופקע, באזעצענע מענטש, ווייסט וואס ער האלט. קען באשטיין צו זיין ווי טעטיגער, פון די גרויסע עסקנים אין זיין קהילה.

אה, האב איך גארנישט געוואוסט פון דיזען אשכול, נאר אז מען האט גערעדט פון האט מיר מיין חבר צוגעשיקט די לינק.

ערשטנס, שכח פאר @וואס טוט זיך, פאר'ן נעמען די מיה מיר פרובירן צו דיסקרייבן, איך האף אז ווען דו האסט געשריבן האסטו געטראכט אז עס קענען קומען עדים זוממין, והודאת בעל דין כמאה עדים דמי, ווייל איך מוז דיר זאגן אז דו האסט נישט צוגעטראפן מיט כמעט קיין איין זאך, חוץ פון דאס אז איך בין נישט דאר און נישט גראב און אז מיין בארד איז געקניפט.

אבער איין זאך וואס איך קען דיר נישט מוחל זיין בשום אופן, אזוי שלעכט צוצוטרעפן?! אבער נישט סתם, נאר זאגאר אזוי פארקערט פון די מציאות, און דאס איז: אז איך "ווייס וואס איך האלט". אך.. פונקט קאפויער!

"איך האלט וואס איך ווייס"..... (איך פרוביר עטליעסט).

--------------------
אז איך האב דיר שוין יא דא לאמיר זען ווער @וואס טוט זיך איז. איי העוו נאו איידיע, איין זאך ווייס איך, אז דו ביזט נאך היבש יונג און אז דו האסט אסאך אינפארמאציע און פארשטאנד.

אגב, זע נישט צו ענטפערן מיט דיין אנדערע ניק....
לעצט פאראכטן דורך פעיק ניוז אום דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:27 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9881
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:26 am

.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:15 pm

סארא אשכול דאס

בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6087
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:30 pm

דאס איז פיינע נייעס.

עני וואן טו דיסקרייב @בוידעם?
רצונינו לעשות רצוניך.

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלפיים
תגובות: 2236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 2:00 pm

-בוידעם-
ווער בין איך צו דיסקרייבן בוידעם ? אבער איך וואלט אויך געוואלט הערן יעדעמס מיינוג אויף מיר, שוין זאל זיין.

בערך 35 יערס, מיטל-גארטיג נישט ברייט נישט דאר . מער צו די הכערע זייט. ברוינע האר, און טינקעלע געקראזעלטע פאות ביז ווי די בארד ענדיגט זיך. די בארד איז שטארק פאר-קנאבעלד. רימלעס גלעזער, און א שטארקע צוזאמגענימענע אנשטעל. סטעפ אין שיך. און שיינע שטאף.

גאנץ א הויכע זעלבסט זיכערקייט, פארנעמנט נישט זייער אנדערע מיינונגען, וואלט געווען א פעסטע זאך ווען לייגט זיך ווען אריין אין תורה. פיין געלערענט און ישיבה. א היבש פרימער(ערליכער) גאנג. רעדט אסאך . א ביסל געפיליש.
און זיין מוח איז ער צו גאט און צו לייט.


(איך ווייס די האסט נישט ליב ספעלינג מיסטעקס, אבער ....)

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 2:40 pm

א געדאנק פון א אשכול דאס, ווי האב איך דאס געקענט פארפאסן ביז יעצט, כמעט אווי איך האב פארפאסט ווען מען האט געטיילט די דזעלי'ס אין קאפ (נישט ממש פארפאסט, פשוט גענומען מיט א גאפל אנשטאט מיט א לעפל און סיז זיך צורינען)

ווי קען מען זיך סובסקרייבן צו באקומען א פרייע עסטימעט דא?

בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6087
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 4:13 pm

נישט פשוט האט געשריבן:-בוידעם-
ווער בין איך צו דיסקרייבן בוידעם ? אבער איך וואלט אויך געוואלט הערן יעדעמס מיינוג אויף מיר, שוין זאל זיין.

בערך 35 יערס, מיטל-גארטיג נישט ברייט נישט דאר . מער צו די הכערע זייט. ברוינע האר, און טינקעלע געקראזעלטע פאות ביז ווי די בארד ענדיגט זיך. די בארד איז שטארק פאר-קנאבעלד. רימלעס גלעזער, און א שטארקע צוזאמגענימענע אנשטעל. סטעפ אין שיך. און שיינע שטאף.

גאנץ א הויכע זעלבסט זיכערקייט, פארנעמנט נישט זייער אנדערע מיינונגען, וואלט געווען א פעסטע זאך ווען לייגט זיך ווען אריין אין תורה. פיין געלערענט און ישיבה. א היבש פרימער(ערליכער) גאנג. רעדט אסאך . א ביסל געפיליש.
און זיין מוח איז ער צו גאט און צו לייט.


(איך ווייס די האסט נישט ליב ספעלינג מיסטעקס, אבער ....)


כמעט גארנישט צוגעטראפן. חוץ אז עס וואלט געווען א פעסטע זאך אז איך לייג מיך אריין אין תורה. אויך די שוך שטימט.
רצונינו לעשות רצוניך.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג מאי 12, 2020 1:45 am

וועמען זאל איך נעמען אויפ'ן צימבל?
אפוועזנד.

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8327
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג מאי 12, 2020 1:46 am

חוח
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

תגובהדורך מחשב » דינסטאג מאי 12, 2020 1:48 am

נע. ס'שוין דא א אשכול אויף זיין צווילינג..

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8327
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג מאי 12, 2020 1:52 am

מחשב האט געשריבן:נע. ס'שוין דא א אשכול אויף זיין צווילינג..

איידענטיקל צווילינג?
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג מאי 12, 2020 1:53 am

חמרא טבא האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:נע. ס'שוין דא א אשכול אויף זיין צווילינג..

איידענטיקל צווילינג?

נע.. ס'סתם דמיונות.
אפוועזנד.

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

תגובהדורך מחשב » דינסטאג מאי 12, 2020 1:54 am

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:נע. ס'שוין דא א אשכול אויף זיין צווילינג..

איידענטיקל צווילינג?

נע.. ס'סתם דמיונות.

זאגסט מיר?...

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג מאי 12, 2020 1:56 am

חמרא טבא האט געשריבן:חוח


חמרא, ביי מיר אין פאנטאזיע ביסטו אין א חסידישע געשטעל מיטן גאנצן פראכט און שטראם, אבער עכט ביסטו בכלל נישט קיין סאטמאר׳ער. :lol:
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג מאי 12, 2020 1:57 am

מחשב האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:נע. ס'שוין דא א אשכול אויף זיין צווילינג..

איידענטיקל צווילינג?

נע.. ס'סתם דמיונות.

זאגסט מיר?...

ניין, כ'זאג פאר די וואס וועלן ליינען דיין תגובה מיט א תמימות.
אפוועזנד.

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8327
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג מאי 12, 2020 1:58 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:חוח


חמרא, ביי מיר אין פאנטאזיע ביסטו אין א חסידישע געשטעל מיטן גאנצן פראכט און שטראם, אבער עכט ביסטו בכלל נישט קיין סאטמאר׳ער. :lol:

וואסע? די צוויי זאכן זענען א סתירה?
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

תגובהדורך מחשב » דינסטאג מאי 12, 2020 1:59 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:חוח


חמרא, ביי מיר אין פאנטאזיע ביסטו אין א חסידישע געשטעל מיטן גאנצן פראכט און שטראם, אבער עכט ביסטו בכלל נישט קיין סאטמאר׳ער. :lol:

:grin:

חמרא, דו האקסט אריין און איך זעה האסט נישט פארשטאנען זיין כוונה..

לערן איבער..

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג מאי 12, 2020 2:05 am

- חוח בין השושנים -

זיין עלטער האט ער דאך שוין מיטגעטיילט... הויכע ביבער הוט; פעך שווארצע בארד, לעצטנס צובאקומען אפאר ווייסע הארעלעך, מיטלגארטיגע לענג; שטארק געקרייזלטע פאות וואס ענדיגן זיך אייניג מיט'ן בארד ביין; רעקל איז אייביג פארמאכט און זויבער; א געשמאקער שמועסער, אבער פארברענגט נישט צופיל; דאוונט נישט מיט'ן זעלבן מנין יעדן טאג, אבער אין די זעלבע שעה בערך, געוואנדן לויט ווי לאנג ער האט זיך פאַרלערנט ביי זיין צופרי שיעור (יעצט טראכט איך אז ער לערנט מעגליך פאָר א שיעור); סעלף עמפלויד, און מאכט שיין פרנסה; ווען די וועלט וואלט זוכה געווען וואלט ער שוין געווען א שטערן אין כאטש עפעס א הינזיכט, אבער דערווייל זיצט ער אויף זיין פלאץ אין זיין קארנער שול.
אפוועזנד.

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

תגובהדורך מחשב » דינסטאג מאי 12, 2020 2:08 am

קלאצקאפ, כ'האב באשלאסן אז איך בין גרייט צו ווערן געצימבלט...

אבער איך גיי נישט ענטפערן יא צו ניין... :wink:

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג מאי 12, 2020 2:11 am

כ'לויף אויס פון פרטים מיט וואס צו ארבעטן... אבער כ'וועל דאך פראבירן.
אפוועזנד.

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8327
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג מאי 12, 2020 2:13 am

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:- חוח בין השושנים -
דאוונט נישט מיט'ן זעלבן מנין יעדן טאג, אבער אין די זעלבע שעה בערך, געוואנדן לויט ווי לאנג ער האט זיך פאַרלערנט ביי זיין צופרי שיעור

כנראה האסטע פארזעהן דעם אשכול...
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג מאי 12, 2020 2:16 am

אויש! פארגעסן דערפון.

די פרטים זענען עכט נאר פאר אילוסטרעישאן פורפאסעס, דער עיקר איז דער כאראקטער וואס שטעלט זיך אויס.
אפוועזנד.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג מאי 12, 2020 2:22 am

- מחשב -

פלאכע ביבער הוט; מתיבתא גלעזער; בלאנדע אריינגעדרייטע בארד; עכט א "פלעינער" יונגערמאן, גייט זיך זיין וועג שטיל און באשיידן; לאזט נישט צופיל הערן זיין קול, אבער זאגט נישט אפ ווען מ'בעט אים צוצוגיין צו א וואכנדיגן שחרית; האט געלערנט אין כולל לענגער ווי די דורכשניט, און גלייכט נאך אלץ זיך מעמיק צו זיין אין א תוספות.

אזוי "פלעין", אז איך האב נישט מער וואס צוצולייגן. סארי.
אפוועזנד.

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

תגובהדורך מחשב » דינסטאג מאי 12, 2020 2:31 am

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:- מחשב -

פלאכע ביבער הוט; מתיבתא גלעזער; בלאנדע אריינגעדרייטע בארד; עכט א "פלעינער" יונגערמאן, גייט זיך זיין וועג שטיל און באשיידן; לאזט נישט צופיל הערן זיין קול, אבער זאגט נישט אפ ווען מ'בעט אים צוצוגיין צו א וואכנדיגן שחרית; האט געלערנט אין כולל לענגער ווי די דורכשניט, און גלייכט נאך אלץ זיך מעמיק צו זיין אין א תוספות.

אזוי "פלעין", אז איך האב נישט מער וואס צוצולייגן. סארי.

המממ...

גאנץ גוט, אבער נישט גוט; געזאגט און נישט געזאגט; צוגעטראפן און נישט צוגעטראפן. דחזיתיה ודלא חזיתיה...

בקיצור, "פלעין"...

איין הערה קטנה ממש פאר איך גיי שלאפן איז, אז מיין פירערישער חלק גלייכט נישט צו הערן אז ער איז פלעין... טו בעד.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot און 2 געסט