וויפיל איי וועלט מעמבערס געדענקען נאך די בעפאר סעפטעמבער עלעווען עפאכע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ווי אלט זענט איר געווען 9/11 2001

0
4
1%
0-5
25
9%
5-10
80
30%
10-20
107
40%
20-30
40
15%
30-40
5
2%
40-50
6
2%
 
סך הכול שטימען: 267

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4493
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 10:36 pm

היטשינער האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:איך זאג אייביג פאר מיינע קינדער, אז 2 יאר פאר 'סעפטעמבער עלעווען' בין איך געפארן אויף א פליגער מיט מיין טאטע, און מ׳האט אונז אריינגעלאזט אינם cockpit, און געוויזן אלע קנעפלעך און מאשינען וכו׳,
זייט 'סעפטעמבער עלעווען' טאר שוין קיינער נישט אריינגיין אינם cockpit.


איר מיינט צו זאגן בשעת'ן פארן.
ווייל אפי' היינט קען מען אריינגיין פאר און נאכן פליען.
איך געדענק ווען איך בין געפארן די ערשטע מאל אליין אויף א פליגער אלס דרייצן יעריגע בחור'ל (כמעט 10 יאר נאך די סעפ. 11 טויש) האב איך מחליט געווען אז איך מוז זען וואס טוט זיך דארט, ביים אנקומען בין איך צוגעגאנגן צום פיילעט און איך האב אים געזאגט אז איך וויל זען וויאזוי מען דרייווט א פליגער, ער האט זיך הילכיג צולאכט אבער ער האט מיר אריינגענומען און געוויזן איבער א האלבע שעה פונקטליך וויאזוי אלעס ארבעט, דאן האט ער וואלאנטירט צו כאפן א בילד מיט מיין דיספאזעבל קעמרע ווי איך זיץ דארט.

נישט לאנג צוריק האט מיין ב"ב געבעטן רשות צו כאפן א בילד - פונדרויסן! - פונ'ם קאקפיט דורכ'ן אפענעם טיר, און די דטוארדס האבן איר געזאגט אז מען מעג נאר נאך די פלייט.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4493
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 10:37 pm

לעיקוואד האט געשריבן:מידי דברו בו, געדענק איך ווען אונז זעמיר אהיינגעקומען פון מאנטריאל פון די סאטמארע הכנסת ס"ת וואס איז פארגעקומען א' סליחות, געדענק איך אז די גרעניץ איז געווען שטרענגער ביי די סעקיוריטי און אריינגעלייגט יעדעם'ס אינפארמאציע, מען האט געדארפט אראפגיין פון די באס, וואס געווענליך האבן זיי עס נישט געטוען פאר די אמעריקאנע בחורים וואס זענען צוריקגעקומען פון ישיבה.
דאס איז נישט געווען די נארם דענמאלטס, עס איז געווען 1 טאג פאר סעפטעמבער 11.

ס'מאכט סענס, ווייל זי אמעריקאנער האבן געהאט אינפארמאציע אז עפעס קאכט זיך אין יענע טעג (מען האט אפילו אפגעשטעלט איינעם פון די היידזשעקערס ביי סעקיוריטי!), נאר די גענויע דעטאלן האבן זיי נישט געוואוסט.
אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3670
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 10:48 pm

מונאוויטש האט געשריבן:אויב איך בין אלט געווען 20, פאר וועלכע אפציע זאל איך וועלן?

איך בין דאן געווען אין די זעכציגערס, כ'האב נישט קיין אפציע צו וועלן

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 11:08 pm

אגב, ווער געדענקט נאך די Y2K פרשה?
סיי פון די טעראר אטאקעס וואס מען האט מורא געהאט דענמאלטס בעפאר דעם און סיי די פחד אז אלעס גייט קראכן.
אגב אונז אידן, געדענק איך אין ישיבה די האלבע יאר פארדעם, וואס עס איז געווען פאר תש"ס און אונז זעמיר געווען אזוי זיכער מיט אמונה פשוטה אז משיח גייט קומען, איך געדענק אפילו מען האט געברענגט פון ספרים און זוהר.
ממילא ווען די גויאישע גאס האט געקאכט פון די Y2K האבן אונז געגעלייבט אז דאס האט א שייכות צום גאולה וואס מעם ווארט שוין אזוי לאנג.

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 1:55 am

געזיצן רואיג און געגעסן פרישטאג אלץ אינגערמאן, און מיטגעהאלטן די קראך פון די ווינדאו.
געזען דו צוזאם פאלן (פארדעם בין איך נאך היינט ביי די מיינונג אז עס איז געווען אויפרייס מאטריאל..)

קודם זע איך אז איך שמועס דא אויף אייוועלט מיט מיינע קינדער'ס חברים..

אז איך רעדט שוין פון אויפרייסן און קאנספירעסיס..אויב איינער האט געדולט, קען צוזאם נעמען אלע קאספירעסי טעאריעס וואס דרייט זיך ארום 911, און וויאזוי מ'פארענטפערט עס, עס איז זייער אינטערסאנט, און אסאך זאכן איז באמת שווער צו פארשטיין, עס וואלט געווען א גוט שטיקל ארבעט.

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 8:17 am

פערציג פראצענט פונעם וועלטעל זענען בר מצוה געווארן אין די אנהייב סמ״ך יארן און א גוטע דרייסיג פראצענט אין די שפעטע סמ״ך און פריע עי״ן יארן
דאס גיט א שטיקל בליק ווען מדיסקוסירט א טאפיק אש מזאל וויסן וויאזוי צו עס אדרעסירן ווייל סאיז דא א היבשע ציבור דא אשר לא ידע את יוסף, שששש זאג זיי נישט אויס אז אין יארע צוויי טויזענט איז די וועלט חרוב געגאנגען
א גוטן טאג

ווילי זיידע
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווילי זיידע » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 8:43 am

אונגארישער האט געשריבן:יא מיר זענען נאך געפלויגן מיט TWA SABANA TOWER AIR. מיר געדענקען די PENAM קראך

איינער דא געדענקט נאך EASTERN AIR LINES.???

לכוראה דא א שיינע פראצענט מעמבערס דא וואס געדענקען נישט קיין קאנטינענטאל עיר ליינס


געוויס! בלויז צו ערווענען, סאבינא עירליין איז געווען א אומפאפולערער פלי עזעלשאפט, אבער עס איז געווארן פאפיולער ווען דער ברך משה זצ"ל איז דערמיט געפארן קיין א"י ביי די גרויסע נסיעה אנהויב מ"ם יארען

TWA און KLM זענען געוועזען גאר גרויסע פלי געזעלשאפטען, די קאנטינענטעל עירליין גייט נאך אן היינט אונטער א ניי נאמען יונייטעד עירליין, זיי האבען זיך צאמגעשמאלצען, איסטערען איז געווען פון די גאר פאפיולערע

די פלי מאנשאפט פלעגט נאך טיילען פינס סטיקערלעך און טשאטשקעלעך מיט זייערע סימבאלען, ווי אויך זייפלעך און דעסגלייכען, היינט גיבען זיי אנשטאט דעם ווייפיי

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 9:24 am

לויט ווי אזוי איך געדענק איז סאבענא אונטערגעגאנגען צוליב דע וואס עס איז געווארן אפענע גרעניץ'ן.
אמאל איינער וואס האט געוואלט פארן קיין/פון בעלגיע איז נישט געווען אזוי גרינג צו פארן פון אמסטערדאם/פאריז, האט מען גענוצט סאבענא זייענדיג גרייט צו צאלן א פרימיום, היינט צו טאגס, איז פאריז און אמסטערדאם א גוטע אלטערנאטיוו ממילא איז נישט דא גענוג ביזנעס פאר א גרויסע בעלגישע ערליין/עירפארט פאר לאנג דיסטענס.
גראדע איז היינט דא SN עירליינס וואס איז ווי נאכפאלגער פון סאבענע אבער זיין זענען נישט אזוי גרויס ווי סאבענא.
קאנטינענטאל ערליינס איז געווען ביז ממש לעצטענס, לויט ווי איך געדענק ביז בערך 2012.
איסטערן איז געווען א לאו קאוסט ערליין מיט גאר ביליגע פרייזן. אבער עס האט נישט לאנג אנגעהאלטן.
ווער געדענקט ווען יו.פי.עס האט געהאט א פאסאנדזשיר ביזנעס?

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 9:37 am

ווילי זיידע האט געשריבן:
אונגארישער האט געשריבן:יא מיר זענען נאך געפלויגן מיט TWA SABANA TOWER AIR. מיר געדענקען די PENAM קראך


געוויס! בלויז צו ערווענען, סאבינא עירליין איז געווען א אומפאפולערער פלי געזעלשאפט,

איז סאבענע נישט געווען וואס מען איז געפארן קיין (ענטווערפען) בעלגיע במקום וואס איז היינט BRUSSELS AIR .

געדענק איך מען פלעגט זאגען אז SABENA איז ר"ת such a bad experience never again

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3656
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 9:51 am

ווילי זיידע האט געשריבן:
אונגארישער האט געשריבן:יא מיר זענען נאך געפלויגן מיט TWA SABANA TOWER AIR. מיר געדענקען די PENAM קראך

איינער דא געדענקט נאך EASTERN AIR LINES.???

לכוראה דא א שיינע פראצענט מעמבערס דא וואס געדענקען נישט קיין קאנטינענטאל עיר ליינס




די קאנטינענטעל עירליין גייט נאך אן היינט אונטער א ניי נאמען יונייטעד עירליין, זיי האבען זיך צאמגעשמאלצען,


די היינטיגע סימבאל פון יונייטעד איז די קאנטינענטאל סימבאל, יונייטעד סימבאל פלעגט זיין א U געמאכט מיט א דיזיין רויט און בלוי
צוגעלייגטע
Cont logo.JPG
Cont logo.JPG (10.35 KiB) געזעהן 836 מאל

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 1:32 pm

לעיקוואד האט געשריבן:אגב, ווער געדענקט נאך די Y2K פרשה?
סיי פון די טעראר אטאקעס וואס מען האט מורא געהאט דענמאלטס בעפאר דעם און סיי די פחד אז אלעס גייט קראכן.
אגב אונז אידן, געדענק איך אין ישיבה די האלבע יאר פארדעם, וואס עס איז געווען פאר תש"ס און אונז זעמיר געווען אזוי זיכער מיט אמונה פשוטה אז משיח גייט קומען, איך געדענק אפילו מען האט געברענגט פון ספרים און זוהר.
ממילא ווען די גויאישע גאס האט געקאכט פון די Y2K האבן אונז געגעלייבט אז דאס האט א שייכות צום גאולה וואס מעם ווארט שוין אזוי לאנג.

איך געדענק גאנץ גוט
דער ערשטער טאג פון דער יאנואר איז געווען יענער יאר פרייטיג צונאכט.

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 5:27 pm

אונגארישער האט געשריבן:איינער דא געדענקט נאך EASTERN AIR LINES.???



איך געדענק אלס אינגל בין איך געפארען מיט זיי קיין מאנטריאל

חנן בן עכבור
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:36 pm

תגובהדורך חנן בן עכבור » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 5:35 pm

zugurnish האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:אגב, ווער געדענקט נאך די Y2K פרשה?
סיי פון די טעראר אטאקעס וואס מען האט מורא געהאט דענמאלטס בעפאר דעם און סיי די פחד אז אלעס גייט קראכן.
אגב אונז אידן, געדענק איך אין ישיבה די האלבע יאר פארדעם, וואס עס איז געווען פאר תש"ס און אונז זעמיר געווען אזוי זיכער מיט אמונה פשוטה אז משיח גייט קומען, איך געדענק אפילו מען האט געברענגט פון ספרים און זוהר.
ממילא ווען די גויאישע גאס האט געקאכט פון די Y2K האבן אונז געגעלייבט אז דאס האט א שייכות צום גאולה וואס מעם ווארט שוין אזוי לאנג.

איך געדענק גאנץ גוט
דער ערשטער טאג פון דער יאנואר איז געווען יענער יאר פרייטיג צונאכט.

איך געדענק כ'בין ארויס אלץ בחור'ל יענע פרייטיג צו נאכטס צו א טיש, מיין מאמע האט מיר אנגעזאגט צו זיין אינדערהיים פאר צוועלעפע..

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6341
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 7:29 pm

אהרן הלוי האט געשריבן:
אונגארישער האט געשריבן:לכוראה דא א שיינע פראצענט מעמבערס דא וואס געדענקען נישט קיין קאנטינענטאל עיר ליינס

שארף! :grin:

האט קאנטינענטאל געהאט די זעלבע סימבאל פון יונייטעד? אזוי ליגט מיר אין קאפ
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 8:30 pm

לעיקוואד האט געשריבן:אגב, ווער געדענקט נאך די Y2K פרשה?
סיי פון די טעראר אטאקעס וואס מען האט מורא געהאט דענמאלטס בעפאר דעם און סיי די פחד אז אלעס גייט קראכן.
אגב אונז אידן, געדענק איך אין ישיבה די האלבע יאר פארדעם, וואס עס איז געווען פאר תש"ס און אונז זעמיר געווען אזוי זיכער מיט אמונה פשוטה אז משיח גייט קומען, איך געדענק אפילו מען האט געברענגט פון ספרים און זוהר.
ממילא ווען די גויאישע גאס האט געקאכט פון די Y2K האבן אונז געגעלייבט אז דאס האט א שייכות צום גאולה וואס מעם ווארט שוין אזוי לאנג.


אוי געדענק איך גוט מענטשן האבן ממש מורא געהאט, אבער איך האב ממש געלאכט פין דעם, איך בין געגאנגען געהעריג אויף די גאס אין געטריבן ליצנות אויף דעם...

איך געדענק טאווער אייר, אין סאבענא וואס כ'בין געפארן אפאר מאל מיט דעם,
参考专家

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 852
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:43 pm

אוי וויי, מיר האבן דא דריי מעמבער'ס אונטער אכצן.
האבן זיי שוין חתונה געהאט?

אוועטאר
טרעוולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

תגובהדורך טרעוולער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:28 pm

zugurnish האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:אגב, ווער געדענקט נאך די Y2K פרשה?
סיי פון די טעראר אטאקעס וואס מען האט מורא געהאט דענמאלטס בעפאר דעם און סיי די פחד אז אלעס גייט קראכן.
אגב אונז אידן, געדענק איך אין ישיבה די האלבע יאר פארדעם, וואס עס איז געווען פאר תש"ס און אונז זעמיר געווען אזוי זיכער מיט אמונה פשוטה אז משיח גייט קומען, איך געדענק אפילו מען האט געברענגט פון ספרים און זוהר.
ממילא ווען די גויאישע גאס האט געקאכט פון די Y2K האבן אונז געגעלייבט אז דאס האט א שייכות צום גאולה וואס מעם ווארט שוין אזוי לאנג.

איך געדענק גאנץ גוט
דער ערשטער טאג פון דער יאנואר איז געווען יענער יאר פרייטיג צונאכט.

דאס איז געווען שבת פרשת שמות תש"ס.
דענק מיר נאך אז דער דעמאלט'דיגער קרית יואל'ער רב שליט"א האט געפראוועט א שבת אין בארא פארק,

איבער גאנץ אמעריקע זענען מענטשען געווען גאר דערשראקן וואס וועט זיין מיט לעקטער וכדו',

אבער דער שבת איז דורך גאר רואיג, יעדער האט געקוקט 12 אזייגער אויב עפעס גייט געשען און גארנישט איז נישט געווען. ניטאמאל א בלינק מיט די עלעקטעריק.
זכרונות...

ישרן
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:38 pm

אויך האט מען דעמאלס געמאכט דעם בארא פארק עירוב... נא בשכמל"ו

אוועטאר
טרעוולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

תגובהדורך טרעוולער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:45 pm

ישרן האט געשריבן:אויך האט מען דעמאלס געמאכט דעם בארא פארק עירוב... נא בשכמל"ו

און געזאגט, איך מיין פרייטיג צו נאכטס, אז מ'זאל נישט טראגן...

















(105 :cry: ) ווער געדענקט...

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9135
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 9:00 am

מי יודע האט געשריבן:
אהרן הלוי האט געשריבן:
אונגארישער האט געשריבן:לכוראה דא א שיינע פראצענט מעמבערס דא וואס געדענקען נישט קיין קאנטינענטאל עיר ליינס

שארף! :grin:

האט קאנטינענטאל געהאט די זעלבע סימבאל פון יונייטעד? אזוי ליגט מיר אין קאפ


איינער ברענגט עס דאך אויבן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: צפנת פענח און 19 געסט