נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל, ניו יארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1330
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:41 pm

און וואס איז מיט די עלעקטער זוילן פארנט פון בית רחל פאראדייס (נעבן די בוים)
און נאכמער די זויל ווי מען פארט אריין פון אינטן נאך ויואל משה קאורט

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:41 pm

א פרייליך אידל האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:
Screenshot_20190912-093842_Gallery.jpg
סעפטי

פראבלעם נומער 2. קאלל זלמן לייב אינדיג...


איך בין נישט באקאנט...


האסט מיר דערמאנט...

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:44 pm

farshlufen האט געשריבן:ס'שוין פארשריבן אין די נאטיץ ביכעלע..


איין טאג האט ער געגעבן לחיים נאכן דאווענען, מע האט עם געפרעגט פארוואס, האט ער גענטפער אז ער זוכט שוין צוויי טעג זיין נאטיץ ביכעלע אין סע איז נישט דא, ער זאגט אז סע שמעקט יד הבחור באמצע, געבט ער לחיים מודיע צו זיין אז ער איז מוחל די בחור..

ער האט עס באקומען א טאג שפעטער.

אוועטאר
א. לערנער
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 2:18 am

תגובהדורך א. לערנער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 5:07 pm

פארגאנגענעם דינסטאג נאכט בין איך געגאנגען אין גרויסן שול דאווענען מעריב ווי געווענטליך, ארויסקומענדיג זעה איך עפעס געלע לייטס ביים אנדערן עק קאמיוטער פארקינג לאט, גלייך האט זיך מיר דערמאנט איבער די חברים אווענט וואס לויפט שוין אויף די ווענט פונעם שול אין די לעצטע פאר וואכן, האב איך דיסיידעד, לאמיר געבן אזא טשעק אויס וואס איז אזוי רייך מיט דעם אווענט וואס מ'דרייט אזוי איבער.

ביידעוועי ברויך איך מיך דא אפשטעלן א מינוט צו געבן א קלאפ אין די פלייצע פאר די חברים חברה פארן מאכן אזאנע אינטרעסאנטע פי אר פארן קאמפיין און אזוי ארום זיכער מאכן אז קיינער פארזעט זיי נישט, אנגעהויבן מיט די שיינע גרעפיק צעטלעך וואס איז מיין איך געמאכט געווארן דורך די מייסטער חברה אין די פי עם דזשי, דעי דזשיפ אינעם מאראסט איז געווען פיינע נייעס, שטארקע איינלאדענונגס צעטל. און עקסטער דארף מען רעדן פון די קארס וואס זענען געווארן ארומגעלייגט אינעם שטעטל און ספעציעל די טראק וואס איז געליגן אויף פארעסט ראוד.. פיינע נייעס דעי חברה.

הכלל שפאציר איך מיך אזוי אריבער צו קרן ויואל משה, נאכאמזל כהאב געלאזט מיין קאר אין שול נאכדעם וואס די טרעפיק דארטן איז געווען גוט אנגעלייגט, שיינע צעטלעך האבן מיר ארויפבאגלייט די טרעפ. אופס, וואס הער איך דא? לייוו מוזיק? דאס איז שוין א חידוש! די פידלעך מיט די קארפעט דארט אינדרויסן האט מיך ממש איבערגענומען, איך האב געזען איך בין נישט די איינציגסטע, נאך אפאר מענטשן זענען געבליבן שטיין צוזאמען מיט מיר באטראכטן דעם "רייכן" סצענע. נאכן אויספילן אלע גורל קארטלעך וואס איך האב באקומען פון די מעמבערס (יא, איך האב באקומען רשות אריינצולייגן אלע פון זיי...) האב איך מיך ערלויבט אריינצוגיין כאפן א בליק וואס עס טוט זיך אינעווייניג. איין זאך קען איך אייך זאגן: חברים, איר האט מיר איבערראשט! יא איך האב געזען שטיין אז עס קומט א רייכן אווענט, אבער איך האב אזוי געטראכט ביי מיר, וואס קען שוין זיין אין קרן ויואל משה?! ס'איז אייך אבסעלוטלי געלונגען. אנגעהויבן מיט די שיינע זאל אויסשטעל, די עסן אויסשטעל, די עסן אויסוואל, די לייטינג, טישטוכער, מתנות, און נאך. איך בין נאך נייגעריג ווער עס האט עס געזיינט.

א פלאץ האב איך געטראפן נאר ביים אנדערן עק זאל, קאמפעני האב איך געהאט גענוג נאך וואספארא עולם עס האט זיך דארט אפגעטון. די דרשה פון הרב פערל איז נישט געווען מיין טיפ, איך גלייב אז די וואס האבן דא געוועלט דעם זעקסטן אפציע האט עס מער געצויגן. רב קארנבלי האט גערעדט זייער קלאר און צו די זאך.

און דא קומט די היט.. די מעשה פון דעם מאנטריאלן אינגערמאן האט מיך ממש באנומען ביז טרערן, ווי זיין פרוי איז געשטאנען נעבעך אזוי פארלוירן זעענדיג ווי איר מאן גייט אויס פאר אירע אויגן ח"ו, אינטרעסאנט אז זי האט זיך געקענט האלטן אזוי שטארק און וויסן וואס צו טון, און לויט זיינע ווערטער קומט אויס אז ווען נישט איר וואלט חברים נישט געהאט דעם דרשה ה"י.

הכלל, חברים איר האט געמאכט א גוטן ארבעט, איך קען בלויז איבערלאזן מיין ברכת הדיוט אז איר זאלט קענען גרינגערהייט אנגיין מיט אייער הייליגע ארבעט (פארשטייט זיך די ברכה איז שוין נאכן געבן מיין חלק ביים טישל)

פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

תגובהדורך פריינד » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:21 pm

איינער האט אפשר בילדער פון די חברים אווענט?

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1457
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:29 pm

"חברים" האט געמאכט א איווענט? אזוי זעע איך יעצט דא א באשרייבנוג, אין וואין אין קר"י און עס נישט אויף געכאפט, איך האב געמיינט פון די רעקלאמעס אז עס איז א פי אר פאר זייער יערליכע ראפעל.... איך האב נישט גע'חלום'ט אדער באמערקט אז דא איז דא א נאכט איווענט.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:30 pm

kyshtiper האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:Breaking! Rabbiny Shlita was now at the house of HaNugid Boineh V’Meikim Oilumois Shel Torah Hrhc”h R’ Yisruel Goldberger in K”Y, Who’s donating fantastic amount to buy the Zchis “Shem HaBinyan” of the New Mega Beis Ruchel Building in Kiryas Yoel of over 100,000 Sq. Ft, will be named in his honor “Binyan Goldberger”, being the “Fourth” building for Kehiluseiny V’Mosdoiseiny in Kiryas Yoel carrying his name as Hantzucha Nitzchis for his astronomic donations! Ashreichu Yisruei”l!

בונה ומקים — כפשוטו וכמשמעו! הרבני הנגיד המפורסם הרה״ח ר׳ ישראל דוב גאלדבערגער הי״וֹ פון קרית יואל ביים באגלייטן די מאסיווע בוי-ארבעט פונעם נייעם בנין הבית רחל האדיר אין קרית יואל, וואס ווערט אויפגעבויעט הארט נעבן דעם עקזיסטירנדן בנין הבית רחל, און וועט אי״ה זיין דער פערטער מגדל אדיר פון קהלתינו ומוסדותינו אין קרית יואל צו טראגן זיין גאלדענעם נאמען ״בנין גאלדבערגער״ — אשריך ישרא״ל!

נעכטן איז פארגעקומען א ענגע מעמד הנחת אבן הפינה בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהרי"י
מיט די באטייליגונג פון משפחת גאלדבערגער און א געקליבענע צאל נגידים
די רבי שליט"א האט אריין געגאסן די אבן הפינה אין די אנגעגרייטע פרעימס פאר די פוטינג און דערנאך הרה"ח ר' ישראל מיט זיינע קינדער
דערנאך האט מען זיך ארויס געלאזט און א ריקוד
מעמד לחיים איז פארגעקומען אינעם שטוב פון ר' ישראל
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

ויסדו הבונים היכל לה׳ אלקי ישראל!

די מעכטיגע פונדאמענטן ווערן געגאסן דורך א ריזן ארבעטס קראפט ביים בנין האדיר החדש

בנין בית רחל - בנין גאלדבערגער - קרית יואל יצ״ו


וואס זעצט פאר אין א בליץ-שנעלקייט אונטער דער געטרייער באגלייטונג פון די חברי ועד קרן הבנין ״להקים״

מערקט דעם גיגאנטישן אויסגעגראבענעם שטח צוויי שטאק אראפ אין דער ערד צו אנטהאלטן די זעקס שטאקיגע פעסטונג פאר מוסדות סאטמאר בעיר עוז לנו קרית יואל רבתי.

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!

ס'ערשטע מאל איך הער אז א בנין איז מעכטיגער אויב די יסודות געזענען געגאסן געווארן דורך א ריזן ארבעטס קראפט.
(פון די בילדער קוקט עס גראדע אויס ווי א פיל קלענערע ארבעטס קראפט ווי געווענליך...)
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
א. לערנער
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 2:18 am

תגובהדורך א. לערנער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 8:05 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:"חברים" האט געמאכט א איווענט? אזוי זעע איך יעצט דא א באשרייבנוג, אין וואין אין קר"י און עס נישט אויף געכאפט, איך האב געמיינט פון די רעקלאמעס אז עס איז א פי אר פאר זייער יערליכע ראפעל.... איך האב נישט גע'חלום'ט אדער באמערקט אז דא איז דא א נאכט איווענט.

איך האב שוין פון די ערשטע צעטל געזען אז עס קומט אן אווענט

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1457
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 9:47 pm

א. לערנער האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:"חברים" האט געמאכט א איווענט? אזוי זעע איך יעצט דא א באשרייבנוג, אין וואין אין קר"י און עס נישט אויף געכאפט, איך האב געמיינט פון די רעקלאמעס אז עס איז א פי אר פאר זייער יערליכע ראפעל.... איך האב נישט גע'חלום'ט אדער באמערקט אז דא איז דא א נאכט איווענט.

איך האב שוין פון די ערשטע צעטל געזען אז עס קומט אן אווענט


גערעכט, און כנראה האבן עס נאך הונדערטער אידן געזען,
איך האב געזאגט אז איך האב עס נישט אויפגעכאפט, און מן הסתם נאך מענטשן.

איז עס זייער ערשטע אווענט?

אוועטאר
חברים
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2013 11:33 am

תגובהדורך חברים » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:23 pm

IMG-20190912-WA0042.jpg
IMG-20190912-WA0042.jpg (113.03 KiB) געזעהן 3006 מאל
פריינד האט געשריבן:איינער האט אפשר בילדער פון די חברים אווענט?

IMG-20190912-WA0040.jpg
IMG-20190912-WA0040.jpg (123.11 KiB) געזעהן 3006 מאל

IMG-20190912-WA0033.jpg
IMG-20190912-WA0033.jpg (115.76 KiB) געזעהן 3006 מאל

אוועטאר
חברים
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2013 11:33 am

תגובהדורך חברים » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:25 pm

נאך
IMG-20190912-WA0045.jpg
IMG-20190912-WA0045.jpg (181.61 KiB) געזעהן 3001 מאל

IMG-20190912-WA0043.jpg
IMG-20190912-WA0043.jpg (279.46 KiB) געזעהן 3001 מאל

IMG-20190912-WA0036.jpg
IMG-20190912-WA0036.jpg (144.33 KiB) געזעהן 3001 מאל

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1996
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:48 pm

מיר האבן אויך נישט אויפגעפאסט אז עס געווען א מסיבה.

אוועטאר
א. לערנער
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 2:18 am

תגובהדורך א. לערנער » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:02 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:
א. לערנער האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:"חברים" האט געמאכט א איווענט? אזוי זעע איך יעצט דא א באשרייבנוג, אין וואין אין קר"י און עס נישט אויף געכאפט, איך האב געמיינט פון די רעקלאמעס אז עס איז א פי אר פאר זייער יערליכע ראפעל.... איך האב נישט גע'חלום'ט אדער באמערקט אז דא איז דא א נאכט איווענט.

איך האב שוין פון די ערשטע צעטל געזען אז עס קומט אן אווענט


גערעכט, און כנראה האבן עס נאך הונדערטער אידן געזען,
איך האב געזאגט אז איך האב עס נישט אויפגעכאפט, און מן הסתם נאך מענטשן.

איז עס זייער ערשטע אווענט?

איך דענק נישט אז זיי זאלן האבן געמאכט א פאבליק אווענט בעפאר

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:23 pm

דער אינגערמאן מיט די הויכע ביבער הוט איז דער וואס איז געווען פארכאפט אונטערן קאר?
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
א. לערנער
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 2:18 am

תגובהדורך א. לערנער » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:03 am

פעטער שמואל האט געשריבן:דער אינגערמאן מיט די הויכע ביבער הוט איז דער וואס איז געווען פארכאפט אונטערן קאר?

יא, פעטער לעבן

הרב_שלום
שר ששת אלפים
תגובות: 6301
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:13 pm

תושבי שכונת "קערעסטיר" אין קרית יואל וועלן מיטלעבן פרייליכע מאָמענטן ביים הכנסת ספר תורה וואס ווערט אַריינגעגעבן צום ביהמ"ד "קול אליהו" דורכ'ן נדבן הביהמ"ד ובונה השכונה הרבני החסיד ר' אהרן וויינבערגער הי"ו לזכרו פון זיין געהויבענעם פאָטער הגה"ח איש צדיק רבי אליהו וויינבערגער זצ"ל בעמח"ס בן ישכר י"ז חלקים ומוותיקי תלמידי רביה"ק זי"ע

קרית יואל. – מיט געהויבענע געפילן גרייטן זיך תושבי קרית יואל בכלל, ובפרט די תושבים פון די נייע הערליכע שכונה "קערעסטיר" גרייטן זיך מיט התרגשות צום געהויבענעם מעמד "הכנסת ספר תורה" וואָס וועט קומענדיגן זונטאָג אַריינגעגעבן ווערן דורך די חוצות השכונה צום ביהמ"ד פון די געגענט ביהמ"ד "קול אליהו" וואָס וועט זיין א פייערליכער איבערלעבעניש פאר אַלע משתתפים ביי דעם מעמד.
די נייע ספר תורה וואָס וועט אַריינגעגעבן ווערן, ווערט געשריבן דורך דעם אַלעמען-באַקאַנטן נדיב לב וידיד נפש כל חי הרבני הנכבד המפואר איש חי ורב פּעלים מוה"ר אהרן וויינבערגער הי"ו פון קרית יואל, דער אונטערנעמער פון די שכונה, וואָס בטוב לבו האָט ער גלייך ביים אָנהייבן בויען די שכונה מפוארה, מקדיש געווען א פּאַסיגן שטח אין צענטער פון די שכונה, דאָרט אויפצובויען א ביהמ"ד פאר די תושבי השכונה.

הבית בהבנותו

טאַקע קורץ דערנאָך וואָס די שכונה האָט אָנגעהויבן באַזעצט צו ווערן, איז דער נדבן ר' אהרן הי"ו צוזאַמען מיט די עושי המלאכה זיך נאָך מער אַריינגעלייגט בכל לב ונפש לברך על המומגר, אַהערצושטעלן דעם נייעם ביהמ"ד לשם ולתפארת ולתהלה, וואָס כדרכו פון ר' אהרן האָט ער נישט בלויז מקדיש געווען א ליידיגן בנין וואָס מ'זאָל קענען אַהערשטעלן אַלס א ביהמ"ד, נאָר האָט זיכער געמאַכט אַהערצושטעלן דעם ביהמ"ד מיטן גאַנצן פראַכט און חן, כליל בהדרו ויפיו, הערליך אויסגעצירט מבית ומחוץ, הערליכע ווענט, פּאָדלאָגע און דאָך, מייעסטעטישער ארון הקודש, פּראַקטישע ספרים שאַפעס, עמודים לתורה ובעל תפלה, א שיין גרויסער היכל פאר די "עזרת נשים", און דערצו א שיינער אוצר הספרים און נאָך און נאָך, וואָס נאָר עס פעלט זיך אויס פאַר א פולקאָם-פאַרענדיגטער ביהמ"ד לשם ולתהלה.
אויסער דעם האָט ר' אהרן הי"ו אַהערגעשטעלט בנדבת לבו הטוב א הערליכע מהודר'דיגע מקוה וואָס איז געעפענט געוואָרן צוזאַמען מיטן היכל הביהמ"ד, און אַזוי נאָך אַלע אַנדערע איינריכטונגען ווי עס פּאַסט זיך פאר אַזאַ שיינעם בית מקדש מעט וואָס ווערט שוין באַנוצט דורך די חשוב'ע תושבי השכונה, וואָס קענען נישט גענוג אָפּדאַנקן דעם בונה ומקים ר' אהרן הי"ו פאַר'ן אַהערשטעלן אַזאַ הערליכן בית מלא ברכת ה'.
לידו פון ר' אהרן הי"ו איז צוגעשטאַנען זיין חשוב'ער איידעם העסקן הנמרץ לכל דבר שבקדושה מוה"ר חיים צבי סופר הי"ו חבר הנהלה ויו"ר ועד קרן הבנין, וואָס יום ולילה לא שבת, און במשך לאַנגע חדשים נאָכאַנאַנד איז ער געשטאַנען בראש לנצח על מלאכת בית ה', ביז ווען דער ביהמ"ד איז ב"ה אַהערגעשטעלט געוואָרן אויף אַזאַ הערליכן פאַרנעם, וואָס רופט אַרויס פראַכט און וואונדער ביי יעדן איינעם וואָס קומט נאָר דאָרט אַריין. ר' חיים הערש איז פון די גדולי העסקנים און איז לאנגיאריגער מנהל דאהי פון כולל עצי חיים בארה"ק.

לזכר עולם יהי'

"והגדתם לאבי את כל כבודי" האָט ר' אהרן קורא שם געווען פאַר'ן נייעם ביהמ"ד מיטן נאָמען "קול אליהו" לשמו ולזכרו פון אביו הנעלה הצדיק המפורסם ר' אליהו וויינבערגער זצ"ל וועלכער האָט זוכה געווען צו זיין פון די ראשוני התלמידים פון מרן רביה"ק מסאַטמאַר זי"ע אין קראלי, און איז כל ימיו געווען אדוק ומוקשר צום רבי'ן זי"ע. דער רבי האָט אים שטאַרק מעריץ געווען, און זייענדיג נאָך בימי בחרותו באַקאַנט מיט זיין התלהבות'דיגע עבודה, האָט דער רבי אים גערופן בלשון חיבה "דער פרומער אליהו".
שפּעטער איז רבי אליהו זצ"ל געווען פון די באַרימטע נקיי הדעת שבירושלים און פון די געהויבענע חסידי תולדות אהרן, וועלכער איז געווען באַקאַנט מיט זיין צדקות, חסידות ופרישות, ובפרט מיט זיינע התלהבות'דיגע תפלות. ביי פילע אידן אין ניו יאָרק, ובפרט חסידי סאַטמאַר געדענקט זיך נאָך די זמנים ווען ר' אליהו ז"ל פלעגט וויילן צוגאַסט אין ניו יאָרק, ווען ער האָט געהאַט זיין מקום קבוע אין סאַטמאַרער ביהמ"ד און האָט דאָרט אַראָפּגעלייגט זיינע פייערדיגע תפלות מיט אן התלהבות עצומה בקול בכי ומעורר וואָס האָט איבערגעלאָזט א רושם אדיר אויף אַלע וואָס האָבן דאָס מיטגעהאַלטן.
באַזונדער האָט רבי אליהו זוכה געווען איבערצולאָזן נאָך זיך די באַרימטע ירושה, די ספרים "בן ישכר" י"ז חלקים וואָס יעדער באַנד פאר זיך איז מלא וגדוש מיט געהויבענע בחינות און חסיד'ישע רעיונות, וואָס איז יורד וחורד לחדרי בטן מיט א געוואַלדיגן התעוררות לעבודת השי"ת והנהגה חסידות.
אידן וועמען עס איז שוין אויסגעקומען צו דאַווענען אין דעם נייעם ביהמ"ד קול אליהו זענען מעיד, ווי אינעם ביהמ"ד שפּירט זיך דער חסידישער און התלהבות'דיגער גייסט פון רבי אליהו זצ"ל, זייענדיג א ביהמ"ד וואו מ'איז אַזוי שטאַרק מקפּיד אויף קדושת ביהמ"ד, און די תפלות ווערן אָפּגעראָכטן מיט א חסידישן ברען צום פולסטן צופרידענהייט פון די פילצאָליגע מתפּללים ולומדים.

פּתיחת שערים

עטליכע חדשים צוריק איז דער ביהמ"ד געעפענט געוואָרן, זייענדיג נאָך א רינגעלע אין קייט פון די בתי מדרשים דקהל יטב לב לענגאויס די גאַנצע שטאָט קרית יואל, און פאסט זיך גוט אַריין אינעם נעץ פון בתי מדרשים וואָס שטייט גרייט לטובתם פון די תושבים וואָס האַלטן זיך צוזאַם תחת דגלו והדרכתו פון כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מסאַטמאַר [מהר"א] שליט"א .
דער ביהמ"ד ווערט גאָר געניט אָנגעפירט דורך די געטרייע קינדער פונעם נדבן ר' אהרן הי"ו, ובראשם זיין חשוב'ער זון הר"ר יצחק אלימלך וויינבערגער שליט"א מגי"ש ומשגיח רוחני ומנהל התאחדות אברכים וועלכער דינט אַלס גבאי פונעם ביהמ"ד, צוזאַמען מיט אחיו החשוב האברך היקר עסקן נמרץ לכל קדשי בית סאַטמאַר מוה"ר שמעון וויינבערגער הי"ו וועלכער איז נודע בשערים מיט זיינע פילצאָליגע לייסטונגען לטובת הכלל והפּרט, און דינט אַלס משמש פונעם ביהמ"ד.
גלייך ביים עפענונג פונעם ביהמ"ד האָט עס אַרויסגערופן א געוואַלדיגן התרגשות ביי די תושבים וועלכע האָבן געזען פאר זיך אַזאַ שיין גרויס הערליכער לופטיגער ביהמ"ד צוגעשטעלט מיט אַלע געברויכן וואָס איז פּשוט א געשמאַק זיך דאָרט קובע צו זיין עתים לתורה ותפלה סיי ווען אימער איבער'ן טאָג.
דאָס זעלבע איז מיט די מקוה פונעם ביהמ"ד וואָס איז הערליך שיין צוגעשטעלט מיט אַלע באַקוועמליכקייטן און מיט אַלע הידורים וואָס נאָר שייך. אין די נאָנטע טעג וועט אויך געעפענט ווערן דער שמש-שטובל וואו עס וועט זיין צובאַקומען פאַרשידענע וויכטיגע געברויכן פאר אַלע תושבים.
אין די עטליכע חדשים וואָס דער ביהמ"ד איז שוין אָפן איז דער ביהמ"ד אויסגעשטיגן אַלס תל תלפיות פאר די גאַנצע געגענט, סיי בשבתות וימים טובים און סיי בימות החול, וואָס רונדע דעם זייגער קען מען דאָרט אַריינקומען זיך זעצן לערנען מיט געשמאַק און הנאה.
אָפּגערעדט פון יעדן שבת ויום טוב ווען דער ביהמ"ד ברענגט צונויף א הערליכער ציבור וואָס דאַווענען דאָרט אַלע תפלות מיט א חסידישן געשמאַק, אָבער דערצו אויך בימות החול, ווען עס זענען דאָ רעגלמעסיגע מנינים אויף שחרית מנחה ומעריב, און עס איז א תענוג רוחני אַריינצוקומען אין ביהמ"ד סיי אינדערפרי און סיי ביינאַכט ווען דער ביהמ"ד ווירבעלט מיט א קול תורה ותפלה פון די אַריבער הונדערט פופציג קביעות'דיגע מתפּללים ולומדים.
אינדערפרי גייט אויך אָן אינעם ביהמ"ד דער הערליכער "כולל בוקר" וואָס שליסט איין צענדליגער אינגעלייט וואָס זענען משכים קום בקדרותא דצפרא, און זענען עוסק בתורה מיט גרויס התמדה, אונטער די הנהלה פונעם ראה"כ הרה"ג רבי אברהם ישכר דוב וויינבערגער שליט"א זון פונעם נדבן ר' אהרן הי"ו, וואָס ברענגט אַריין א געוואַלדיגן קדושת התורה אין די גאַנצע געגענט.
דאָס איז אויסער די צענדליגער חברותא'ס וואָס האָבן זיך דאָרט קובע מקום געווען ללימוד התורה אינדערפרי ובפרט אין די אָווענט שעות ווען דער קול תורה איז בוקע ועולה פון די פילצאָליגע לומדי תורה.
אַלע לומדים צזואמען זענען גאָר שטאַרק נהנה פון דעם גרויסן אוצר התורה וואָס באַשיינט די כותלי ביהמ"ד, מלא וגדוש מיט טויזנטער ספרי קודש מכל המינים, ש"ס, חומשים, תנ"ך, ספרי מפורשים ראשונים ואחרונים, טור ושלחן ערוך, ספרי הלכה, שו"ת ועוד וואָס איז אַלעס אַהערגעשטעלט געוואָרן בנדבת לבבו פונעם נדבן הרה"ח ר' אהרן הי"ו.
אויך איז דער ביהמ"ד א תל תלפיות פאר די תושבים פון די געגענט אַרום, וואָס זוכן א שיינעם רואיגן מקום וואו זיך קובע צו זיין לתורה ותפלה, און קומען צו גיין פון די אַרומיגע גאַסן זיך דאָרט קובע צו זיין עתים לתורה ותפלה, ובפרט זינט דער עפענונג פון דעם נייעם שארטקאט וואָס פאַרבינדט די געציל בערגער גאס מיט די נייעם קערעסטיר גאַס, וואָס גיט די מעגליכקייט לייכטער אָנקומען צו די גאַס, און ברענגט א כסדר'דיגן פלייץ פון מתפּללים ולומדים וואָס באַנוצן זיך צופרידענערהייט מיט דעם נייעם ביהמ"ד.
יעדן שבת אינדערפרי איז באַזונדער א מחזה הוד מיטצוהאַלטן ווי אַריבער הונדערט תשב"ר קומען זיך צונויף אין ביהמ"ד צו "חברת תהלים" ביי וועלכן מ'פאַרטיילט פאר די קינדער ממתקים און מתנות, וואס ווערט אנגעפירט דורך הרה"ח ר' נפתלי הירצקא וויינבערגער נ"י, עלטסטער זון פון ר' אהרן נ"י. בעיקר וואָס עס ציט די קינדער איז צו קומען זאָגן תהלים מיט א נעימות און קול וואָס קלונגט אָפּ אויף די גאַנצע גאס אַרום.

שמחת שכונת קערעסטיר

אַצינד גרייט מען זיך צום מעמד הכנסת ספר תורה, וואָס איז געשריבן געוואָרן דורכ'ן נדבן ר' אהרן הי"ו, לזכרו של אביו הרהצה"ח רבי אליהו ב"ר שבתי זצ"ל, און וועט געפּראַוועט ווערן קומענדיגן זונטאָג, א' תבא אינעם יאָרצייט-טאָג פון רבי אליהו זצ"ל.
דער מעמד אַנטשפּרעכט אַריינצונעמען די פילצאָליגע תושבים אין א פּערזענליכע שמחה, ביים זיך מיטפרייען מיט די שמחה הרוממה והגדולה, ווען יעדער שפּירט זיך ווי אן אייגענער מחותן מיט'ן נדבן ר' אהרן הי"ו ובפרט מיט דעם ביהמ"ד וואָס ווערט ביי יעדן פאַררעכענט ווי די צווייטע היים, און מ'וועט דערביי זיך משמח זיין בשמחה וגילה לכבוד התורה ולומדי'.
דער מעמד וועט זיך אָנהייבן אום 2:00 נאָכמיטאָג, ביי "כתיבת האותיות" אין שטוב פון ר' אהרן'ס איידעם, העסקן הדגול איש חי ורב פּעלים מוה"ר חיים צבי סופר הי"ו חבר הנהלה ויו"ר ועד קרן הבנין פונעם ביהמ"ד, וואו דער ציבור ידידים ובני משפּחה פון ר' אהרן און אַלע תושבי השכונה וועלן זיך פאַרזאַמלען מלובש בבגדי שבת, אַריינצושרייבן אותיות און דערנאָך מיטצוהאַלטן דעם מעמד ברוב פּאר והדר.
אום 5:00 נאָכמיטאָג וועט די ספר תורה אַרויסגעפירט ווערן לרחובה של עיר, און א לענגערע צייט וועט מען זיך משמח זיין בתוף ובמחול לרגל די געהויבענע פרייליכע שמחה, אויף דעם גרויסן באָדן פאָרענט פונעם היכל הביהמ"ד.
באַזונדער וועלן זיך צונויפקומען די טייערע תשב"ר, די קינדער פון די תושבי השכונה און פון אַנדערע געגענטער, וועלכע וועלן צוזאַמען מיטהאַלטן די פייערליכע געשעעניש, און וועלן זיך פרייען בשמחת התורה מיט גרויס התרגשות.
שפּעטער וועט די ספר תורה אַריינגעפירט ווערן צום היכל הביהמ"ד, ווען דערביי וועט מען האָבן די זכי' אַז כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מסאַטמאַר שליט"א וועט פּערזענליך באַשיינען דעם מעמד. דער רבי שליט"א וועט פּראַווען די ריקודין מיט די ספר תורה, און עקסטער טאַנצן מיטן נדבן ר' אהרן הי"ו וועלכער איז אַלץ עומד לימין קדשו פון רבי'ן שליט"א ביי די גרויסע אונטערנעמונגען לטובת הכלל והפּרט.
נאָך די ריקודין און מסיבת לחיים אין היכל הביהמ"ד, וועט אָפּגעראָכטן ווערן די סעודה לגומרה של תורה אין זאַל פון "כנור דוד" וואו מ'וועט זיך ווייטער משמח זיין בשמחה וגילה, מיט דער השתתפות פון אַלע תושבי השכונה ומתפללי ביהמ"ד וואָס ועלן זיך באַטייליגן ווי ביי אַן אייגענע שמחה. מ'וועט הערן די פּאַסיגע דרשות פון הרבנים הגאונים שליט"א און פון נאָך חשוב'ע בעלי דרשנים אין שפּיץ פונעם בעל שמחה ר' אהרן הי"ו. די שמחה איז אויך קאמבינירט מיט די שמחת שבע ברכות פונעם אייניקעל פון ר' אהרן ני"ו
דער מעמד אַנטשפּרעכט צו זיין גאָר א פרייליכע און געהויבענע, אויף וואָס די תושבי שכונת קערעסטיר צוזאַמען מיט די פילצאָליגע ידידים ובני משפּחה פון ר' אהרן הי"ו קוקן אַזוי שטאַרק אַרויס.
שישו ושמחו בשמחת התורה.
צוזאם לייג בעט פאר סוכות
https://amzn.to/2msazAI

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

פיין מסכים
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 2:46 pm

תגובהדורך פיין מסכים » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 1:12 pm

כל הקהל.jpg
כל הקהל.jpg (565.71 KiB) געזעהן 2290 מאל

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 1:23 pm

אווי איז די נומבער פון מפעל "קדושת הבית" ?

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5056
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 6:20 pm

וואס איז מפעל קדושות הבית?

נאך קיינמאל געהערט דערפון?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אלופי אדום
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

תגובהדורך אלופי אדום » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:11 am

וואסי פשט פון די דריי ליניעס צו די 1 4 7 נומערן, האטעס עפעס מיט דע נומערן?, יעדער אשכול האטאך א באזונדערע עקסטענשאן?
גיי פארשטיי!
פארוואס טראכט יעדער אנדערש פון מיר???????
פארוואס יעדער מ'לאכט?!?!?!?!

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 12:29 pm

שאטעל באס קיין וואדבערי זשאנקשען
צוגעלייגטע
Screenshot_20190917-121859_WhatsApp.jpg
Screenshot_20190917-121859_WhatsApp.jpg (554.12 KiB) געזעהן 1010 מאל

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

תגובהדורך קאקאש קעיק מיט מילך » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 12:33 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:שאטעל באס קיין וואדבערי זשאנקשען

דאס איז די בלומינג גראוו שאטעל וואס אדווערטייזט וואודבארי ווילאס

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 12:52 pm

רימנאוו איז ביזי
ת''ת אויף רימענעוו ווידער פאלאטשעק לייגט מען שוין די פרעמס פאר די פאטונג, מען גייט בויען זייער שנעל נאך א אפשטעל
הוניאד בהמ ד ארבעט מען פלייסיג צי ענדיגן

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

תגובהדורך קאקאש קעיק מיט מילך » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 12:59 pm

ביים נייעם בנין הת"ת בנין קליין אויף די ראצפערט גאס האט מען היינט אנגעהויבן גיסן די פאנדעישן
עס איז א מחזה הוד צו זעהן ווי צענדליגער צעמענט טראקס שלענגלען זיך לענגאויס די גאסן ארום דעם נייעם בנין

מצה בעקערי
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

תגובהדורך מצה בעקערי » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 1:32 pm

אכטונג קרית יןאלע איינוואינער
צוגעלייגטע
Capture 1.PNG
Capture 1.PNG (13.56 KiB) געזעהן 683 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שטילער און 33 געסט