Think and Thank האט געשריבן:אקעי, מער און מען זאכן שטימען נישט מיט די באריכטן פון די פעיק ניוז מידיע.
מיינע קשיות:
1) אדם שיף האט היינט געזאגט אז אויב עס וועט זיך אויספעלן וועט ער גיין אין געריכט, און ער האלט אז די געריכט וועט מאכן א שנעלע ארבעט ווייל דאס איז אן 'אוירדזשענט' קאנסערן לויט די אינספעקטאר דזשענעראל וואס קען נישט ווארטן וואכן און חדשים ביז עס גייט דורך די געווענליכע פראסעס.
אויב איז עס וואס מען זאגט איבער אוקראינע, וואס איז אזוי אוירדזשענט?
2) דער אינספעקטאר דזשענעראל האט זיך היינט אנטזאגט פון באשטעטיגן פאר די אינטעל קאמיטע די וואפא באריכט אז די ענין אינוואלווד א פאון קאל מיט אן אויסלענדישער פירער.
3) אויב אינוואלווד עס טאקע יא, וויאזוי האט דער וויסלבלויער נישט מורא מודה צו זיין אז ער האט אונטערגעהערט א שמועס פון דעם פרעזידענט?
4) און וואס האט דאס מיט די אינספעקטאר דזשענעראל פון די אינטעל געמיינדע, וועלכער איז געשטעלט אויסצופארשן מיסברויכן אין די אינטעל געמיינדע נישט אין די ווייט האוז, און די וויסלבלויער געזעצן אויף וואס די גאנצע סומאטאכע באציט זיך איז ספעציפיש פאר די אינטעל געמיינדע?
5) עטליכע געוועזענע אינטעלידזשענס באאמטע לאכן אויס די וואפא באריכט. אט האט איר וואס ער סיענען אנאליסט פיל מאדד, א געוועזענער FBI און CIA אגענט האט צו זאגן דערויף:
“The president can say what he wants. It’s not the responsibility of the intel guys to go police the president and go snitch on him to the Congress. Ridiculous!”
7) די די או דזשעי, וועלכע האט זייער 'ליב' טראמפ כידוע, איז אינוואלווד אין די דעסיזשאן נישט ארויסצוגעבן די אינפא וויבאלד עס אנטהאלט פריווילידזשד אינפא.
8) עדעם שיף ווייסט נישט איבער וואס די רעדע איז, און די מידיע ווייסט פונקטליך?
---------
אזויווי דער עולם שפעקולירט און שפינט קאנספיראציע טעאריעס, אענה גם אנכי חלקי. דער וויסלבלויער האט געברענגט אינפא וואס דעקט אויף מיסברויכן אין די טראמפ רוסלאנד אויספארשונג. דער אינספעקטאר דזשענעראל האט זיי באשטעטיגט אלס קראנט. און אזויווי עס אינוואלווד פארברעכנס פון ענדרו מעקעיב, וועמענ'ס גורל צו מען זאל אים קלאגן ליגט יעצט ממילא אויפ'ן וואגשאל, האט דער אינספעקטאר דזשענעראל געהאלטן אז דאס איז גאר אן אוירדזשענט עסק, און האט עס געשיקט צום DNI אלס אוירדזשענט.
עט דיס פוינט האבן טראמפ'ס מענטשן מורא באקומען אז היות די האוז אינטעלידזשענס קאמיוניטי ווערט דאך געפירט דורך דעם פארטייאישן העק עדעם שיף, וועט די אינפא אנקומען צו אים און ער קען טון דערמיט וואס ער וויל, אריינגערעכנט עס באגראבן און פארטיג. האבן זיי דעריבער מחליט געווען נישט צו שיקן ווייטער די אינפא, מיטשן חשבון אז דער צוהיצטער שיף וועט ווערן ווילד מיינענדיג אז ער האט דא א פעט פישל קעגן טראמפ, און וועט אנהייבן פארפירן אז ער דארף די אינפא. מען וועט ציען זיינע נערוון אויף וויפיל עס לאזט זיך, און דאן, ווען דאס גאנצע לאנד וועט רודערן מיט די נייעס אז 'עפעס' גייט פאר, וועט מען אים איבערגעבן די סחורה...
הלוואי איז דיין טעאריע גערעכט און מיינס נישט אז עס שמעקט מיט מ"י, איראן, באלטאן, וכו'.