פאסטן גרינג אן די טעגליכע דאזע קעפין

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22091
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 9:07 am

מונאוויטש האט געשריבן:איך פלעג זיין זייער א שווערע פֿאַסטער, און נאך א שווערערע אויספֿאַסטער.
שוין א פאר יאר וואס איך נעם איין 2 פון דעם בעפאר יעדע תענית, און ב"ה זייט דעמאלסט האב איך נאך נישט געהאט קיין פראבלעם מיט פֿאַסטן.
מ'קען עס טרעפן אין רוב אפטייקן.


יש"כ.

שוין פרובירט פארשידענס, קיינמאל געוואוסט פון דעם.

דא זע איך עס ביי עמעזאן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2213
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 10:15 am

גילוי דעת

כ'האב גענומען די לעיט ריליעס קאפין קעפסול, געהאט א זעלטן גרינגע תענית.

געווען שוואך און הונגעריג, אבער דעם קאפווייטאג פונעם מאנגל אין קאפין האב איך נישט געהאט ב"ה.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

תגובהדורך splinter » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 10:19 am

farshlufen האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:איך פלעג זיין זייער א שווערע פֿאַסטער, און נאך א שווערערע אויספֿאַסטער.
שוין א פאר יאר וואס איך נעם איין 2 פון דעם בעפאר יעדע תענית, און ב"ה זייט דעמאלסט האב איך נאך נישט געהאט קיין פראבלעם מיט פֿאַסטן.
מ'קען עס טרעפן אין רוב אפטייקן.


יש"כ.

שוין פרובירט פארשידענס, קיינמאל געוואוסט פון דעם.

דא זע איך עס ביי עמעזאן.

בדוק ומנוסה

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 10:28 am

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:איך בין ברוך השם א העווי קאפי טרינקער, כן יעזור ה' להלאה. געווענליך געוויין איך זיך אפ א וואך פאר תשעה באב און יום כיפור פון טרינקן קאפי כדי עס זאל נישט שאטן ביים פאסטן. האט איינער עקספעריענס מיט זיך אפגעוויינען פון קאווע אין א וואך, צו עס העלפט טאקע וכדומה.


העלפט ביי מיר כמעט אלעמאל זייער זייער גוט אויפן תענית, איך פלעג כמעט נישט קענען דאווענען פון אינמיטן שחרית יוכ"פ ביז סוף מנחה, און היינט ב"ה איז דאס א פארגאנגענהייט
לגבי די קאפ וויי אין די טעג פארן פאסטן, ביי מיר איז עס נישט קאפ וויי נאר אזא שטיקל שוואכקייט אינעם גאנצן גוף, נו, איך עס דאך געהעריג יענע טעג, און אז עס פעלט אויס נעמט מען א טיילענאל פאר קאפ וויי, און חוץ מזה איז געווענליך נאר די ערשטע טאג וואס איך הער אויף געפערליך, און יעדן טאג נאכדעם ווערט עס גרינגער.
בקיצור, פון מיין עקספיריענס לוינט זיך עס, כדי צו קענען האבן א קלארן קאפ און קענען דאווענען רואיג אינעם הייליגסטן טאג פון יאר.

ווילאנג פארן תענית דארף מען אויפהערן?


ס'איז לכאורה יעדער אנדערש. איך געב עס דריי טעג
פרוביר אליינס אויס וועסטו זעהן


ב"ה דער יוכ"פ איז אדורך רואיג און מיט פרישע כוחות, כ'האב כמעט נישט געפיהלט אז איך פאסט, און ווי אויבענדערמאנט איז מיין עצה געווען דאס זיך צוריקהאלטן פון קאווע צוויי דריי טעג פארן תענית.

כל טוב
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

תגובהדורך כל טוב » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 11:23 am

צולייגער האט געשריבן:גילוי דעת

כ'האב גענומען די לעיט ריליעס קאפין קעפסול, געהאט א זעלטן גרינגע תענית.

געווען שוואך און הונגעריג, אבער דעם קאפווייטאג פונעם מאנגל אין קאפין האב איך נישט געהאט ב"ה.

וואס איז די לעיט ריליעס קאפין קעפסול?

סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

תגובהדורך סאטמארע ווארטזאגער » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 12:54 pm

ב''ה געהאט א זעלטן גרינגע תענית מיטן ברעטל אינאיינעם, כ'פרובירט די עצה פון נישט טרינקען קיין קאווע אפאר טעג בעפארן תענית ונושעתי באופן נפלא,

הגם די ערשטע 2 טעג איז געווען זייער שווער

לייבקע יענטע'ס
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 28, 2010 1:59 pm

תגובהדורך לייבקע יענטע'ס » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 1:28 pm

מען מיז נישט זיך אפגעוויינען פון קאווע אינגאנצען, מען קען אפשטיפען דו קאווע יעדען טאג מיט עטליכע שעה.

ד.ה. עטליכע טעג ביפאר די תענית טרינקט מען צופרי א גרינע decaf קאווע, עטליכע שעה שפעטער ווען די מח פארלאנגט דו קאווע טרינקט מען א געהעריגע קאווע אזוי שטיפט מען עס אפ יעדען טאג מיט עטליכע שעה ביז מען האלט שוין ביי נאכמיטאג, און ערב יו"כ ביפארן איינפאסטן טרינגט מען דעמאלס דו קאווע (א שווארצע אדער מיט א פארווע קריעמער אויב מען רעכענט זיך גיט אויב קען מען אויסרעכענען צו זיין פארווע פאר מען הייבט אן די סעודה מפסקת) אין די מח גייט נישט פארלאנגן קיין קאווע ביז די אנדערע טאג עטליכע שעה שפעטער פון די נעכטיגע וואס גייט אויקומען סוף נעילה.

בדוק ומנוסה

YYTG
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 13, 2019 11:46 am

תגובהדורך YYTG » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 2:33 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:אויף יום כיפור ווען מען קען נישט אויפשטיין פארטאג'ס האב איך גענומען א פיל וואס איז דא צו באקומען [דאהי ווי איך וואוין], וואס ס'איז א טיילענאול מיט קאפין, ס'הייבט אן ארבעטן ערשט 12 שעה שפעטער, און ארבעט פאר 12 שעה. שוין לאאנג נישט געהאט אזא גוטן יום כיפור ווי היי יאר. כ'גלייב אין נ"י קען מען עס אויך ערגעץ ווי באקומען.


גענומען דעי פיל און מאוטרין פארמאט (קומט צוויי פילן פער פעקל) שוין לאנג נישט געפאסט אזוי גוט ב"ה ניטאמאל א טראפ קאפ ווייטאג, געווען א מחיה געקענט אינזין האבן געהעריג
מ'זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס

בסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 2:37 pm

צולייגער האט געשריבן:גילוי דעת

כ'האב גענומען די לעיט ריליעס קאפין קעפסול, געהאט א זעלטן גרינגע תענית.

געווען שוואך און הונגעריג, אבער דעם קאפווייטאג פונעם מאנגל אין קאפין האב איך נישט געהאט ב"ה.

וועלכע?

און וואס איז געווען מיט די נאכט שלאף?

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 3:03 pm

האמת אומר, דאס זיין אן קאווע פאר פיר טעג מאכט מיר שוין ערנסט ערנסט טראכטן אינגאנצן אויפצוגעבן קאווע...
דיסקלעימער: איך בין א ערנסטע קאווע טרונקער

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2213
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 3:04 pm

בסד האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:גילוי דעת

כ'האב גענומען די לעיט ריליעס קאפין קעפסול, געהאט א זעלטן גרינגע תענית.

געווען שוואך און הונגעריג, אבער דעם קאפווייטאג פונעם מאנגל אין קאפין האב איך נישט געהאט ב"ה.

וועלכע?

און וואס איז געווען מיט די נאכט שלאף?

געקויפט דאהי אין לעיקוואד, כ'האב עס געטראפן אין גראסערי ביים רעדזשיסטער, געדענק נישט וועלכע קאמפאני.

כ'האב עס גענומען הארט בעפארן איינפאסטן, ממילא האט עס לכאורה נישט געקענט אפילו ווירקן בעפאר זיבן צופריה. כ'בין געהעריג געשלאפן ביינאכט
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » דינסטאג אוקטובער 15, 2019 9:00 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:האמת אומר, דאס זיין אן קאווע פאר פיר טעג מאכט מיר שוין ערנסט ערנסט טראכטן אינגאנצן אויפצוגעבן קאווע...
דיסקלעימער: איך בין א ערנסטע קאווע טרונקער

וכן עשיתי... איך האב אויפגעהערט אפאר טאג פאר יוה"ק און עס איז ב"ה געווען זייער רואיג, און איך האב באשלאסן דאס אינגאנצן אויפצוגעבן, כן יעזור ה' להלאה

צומאל טרינק איך א דיקעף קאווע, אבער ותו לא.
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט