זכרונות מרביה"ק מסאטמאר ז"ל ועוד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:22 pm

קרעמער האט געשריבן:עס איז דא נאך א געוואלדיגע ספר פונעם רבי'נס מנהגים, אפגעשריבן געווארן דורך דעם ת"ח וידען נפלא ר' יאסל? ווייסהויז ע"ה, דער ברודער פון עקיבא ווייסהויז ע"ה, און להבחל"ח דער משמש דמתא ר' וואלוויש ני"ו. דער טאטע ר' זונדל זאגט מיר כסדר אז עס איז מוכן לדפוס, איך ווייס נישט אויב עס איז שוין ערשינען.
יאסל האט געשריבן:קרעמער ביסט א גרויסער חכם, זיכער קען יעדער אפשרייבן, עיין ערך מחזור וזמירות דברי יואל סאיז דא גענוג מענטשען וואס זענען גרייט צי פארדינען אפאר דאלאר סאיז דא א שיינער מארקעט פאר די זאכען
מ'רעדט דא איינער וואס האט געהאט די זכיה משמש צי זיין בקודש פנימה
אין ער האט דאן געהאט די שכל עס נאכציפאלגען אין פארשרייבען.

farshlufen האט געשריבן:ר' יאסל:

סתם נאכקוקן און אפשרייבן איז אויך נישט קיין קונץ, די רבותא פון ר' עקיבא איז אז ער האט זיך דערפון אפגעלערנט און ער לעבט דערמיט.

יאסל האט געשריבן:פארשלאפן מיר דארפסטי דאס דערציילען
ר' עקיבא איז א איד א צדיק פין גאר א דיפרענט ליג ווי רעגולע גבאים, שוין נישט פון היינט נאר אפילו ווען ער האט משמש געווען דעם הייליגען צדיק, נאך דאן האט ער געהאט א חברותא אין ווען ער איז געווען פריי פון זיין גבאות איז ער געזיצן אין געלערנט אינעם ביהמ"ד אינטערן רבינ'ס דירה.
ס'האט מיר פארציילט מיין פעטער אז אמאל אין שערן ספרינגס איז ער געזיצן אין געלערנט האט דער רבי האט אנגעוויזן פאר איינע פון די רבנים וואס זענען דארט געוועזן אז דאס איז זיין הויז בחור
אין דאס מיין איך ארויסציברענגן אז געווענליך ווען איינער איז אין אזא פאזיציע האט ער אנדערע תאוות ווי שררה וכדומה אין ר' עקיבא דנן האט יא געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ.

מיללער האט געשריבן:איך מיין אז מ'ברויך עפענען אן אשכול איבער ר' עקיבא אין 'על החסידים'..............

אבער צו שפינען דעם קייט ווייטער, ברויך מען מוסיף זיין אין יענע ליעג פון ר' עקיבא וויאזוי יאסל זאגט, ר' שמואל בראך מנאנאש וועלכער איז אן עובד ה' באמת ובתמים, און ר' וואלף בער לעבאוויטש ע"ה.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:25 pm

farshlufen האט געשריבן:ווען ס'האט זיך גערעדט די שידוך פון ר' עקיבא מיט די טאכטער פון ר' אהרן פאללאק ע"ה, און ר' אהרן איז אריין געגאנגען פרעגן דעם רבי'ן, האט אים דער רבי געזאגט, אז זייט פלוני וואס איז געווען א באקאנטער הויז בחור אינדערהיים און די שטאט סאטמער - וועם ר' אהרן האט גוט געקענט - האב איך נישט געהאט אזא געטרייען הויז בחור.

יאסל האט געשריבן:שתי תשובות
איינס ר' שמואל איז נישט געווען הויז בחור פיר יאר אין א צי, ס'איז דאן געווען א ראטאציע
אין די איבריגע צייט וואס איז לכאורה 85 פראצענט אדער מער גלייב איך איז ער געזיצען אין ישיבה
צווייטנס איז ער דאך א שטיקל רב אין אינז רעד מיר דאך דא פון על החסידים.
לגבי ר' וואלף בער קען מען חולק זיין.
ביידעוועי ר' מרדכי דוד קאהן איז אויך געווען איין אדער צוויי מאל הויז בחור סאיז נאר געקומען צי א סאדן סטאפ ווען די רעביצען האט אים געוואלט שיקן אייקויפן האט ער גענטפערט אז צי באדינען דעם רבי'ן איז ער גרייט מבטל תורה צי זיין פאר עפעס אנדערש נישט, אין מיט דעם האט זיך עס גענדיגט.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:25 pm

קרעמער האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:קרעמער ביסט א גרויסער חכם, זיכער קען יעדער אפשרייבן, עיין ערך מחזור וזמירות דברי יואל סאיז דא גענוג מענטשען וואס זענען גרייט צי פארדינען אפאר דאלאר סאיז דא א שיינער מארקעט פאר די זאכען
מ'רעדט דא איינער וואס האט געהאט די זכיה משמש צי זיין בקודש פנימה
אין ער האט דאן געהאט די שכל עס נאכציפאלגען אין פארשרייבען.


יישר כח פארן קאמפלימענט, בפרט ווען עס קומט פון אזא נבון ווי דיר...

ר' יאסל ווייסהויז (כ'מיין אז דאס איז געווען זיין נאמען) איז געווען א שיינער ת"ח, און האט מיטגעהאלטן יעדן טיש און תפילה ביים רבי'ן זי"ע און פארשריבן וואס ער האט דארט געזען. עס איז טאקע נישט דומה צו די זכרונות פון א הויז בחור וואס האט זיך געדרייט בקודש פנימה, אבער איז קיין פארגלייך מיט די לאקשן און בארשט זמירות וואס דו ערווענסט.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:26 pm

מיללער האט געשריבן:א גוטע מעשה אויף ר' מרדכי דוד, טיפיקעל ער.......

פארשלאפן,
ווער איז יענער פלוני הויז בחור פונדערהיים? (אפשר אין אישית)

farshlufen האט געשריבן:יאך האב פארשלאפן - איך מיין -פארגעסן
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:28 pm

יאסל האט געשריבן:באס קרעמער מדארף נישט ווערן באליידיגט ווען איינער איז חולק אויף דיר

מיללער האט געשריבן:עס האט נישט אויסגעקוקט ווי דער באס איז באליידיגט, אבער מיט דעם אלעם ברויכן מיר אלע נזהר זיין בכבוד חבירינו היקרים.

שוין די 'באסעס' צוריק צום נושא פארן יעצט ארויס, קומט און ברענגט מיט אייערע פריינט.

לכבוד פורים,
וועלכע פורים איז ביים רבי'ן ז"ל געווען דאס מערסטע מערקווידיג דאהי אין אמעריקא, וואס זענען געווען דעם רבי'ן מנהגים אויף פורים? מ'האט שוין דא אמאל גערעדט איבער דעם רבין'ס מגילה ליינען, ר' שמחה איר געדענקט דאס מגילה לייענען?
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:29 pm

farshlufen האט געשריבן:איך האב געהערט פון אן עלטערן איד, אז אנדערהיים אין סאטמער ביים משתה היין טיש איז געווען נאר שיכורים,
ווייל די בעלי בתים האט דער רבי אהיים געשיקט טיילן געלט, און די בחורים האט דער רבי געשיקט גיין נאך געלט,
זענען איבערגעבליבן נאר די שיכורים.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:30 pm

scy4851 האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן: ר' שמחה איר געדענקט דאס מגילה לייענען?

מגילה ליינען געדענק איך נישט.
דער משתה היין טיש געדענק איך עפעס.
דער רבי אליינס איז געווען אביסעל מער אנגעטקרונקען, און מעהאט געהערט צימאל תורות זאכען וואס אן אנדרעסט מאל וואלט ער נישט געזאגט.
איך געדענק אויכעט אז עס פלעגט זיין צימאנכע מאלל בכיות נוראות פון יודען וואס האבען געדארפט ישועות און האבען איינגעריסען אויף אויספועלען ביים רבין, [עס איז ידוע פאר יעדען דער כח פון דעם מוראדיקען טאג.]


רבותי, דאז איז עס ביז נעקסטע וואך.
איך פאר היינט נאכט אויף ארץ ישראל און מעוועט צירוק זיין בעזהי"ת נעקסטע וואך

farshlufen האט געשריבן:ר' שמחה פארט געזונטערהייט און האט א כשר'ן פירום א פרייליכן פסח און א לוסטיגן תמיד.

נ"ב פארגעסט נישט מיט צו נעמען אייער קעמרע און א נאטיצן ביכל

מיללער האט געשריבן:ר' שמחה,

ברענגט בילדער ביטע, האטס א פרייליכען פורים, פארטס און קומטס געזונטערהייט.

קרעמער האט געשריבן:ר' שמחה טייערער, מיר בענקן זיך שוין!!!

ביטע, פארגעסט נישט פון אונז, ווען איר טרעפט דארט עפעס א ווינקל וואו דער קאמפיוטער ארבעט, פארבינדט אייך מיט אונז, שיקט בילדער און תגובות, להחיות בהם נפש כל חי.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:34 pm

קרעמער האט געשריבן:ר' שמחה כתב:
רבותי, דאז איז עס ביז נעקסטע וואך.
איך פאר היינט נאכט אויף ארץ ישראל און מעוועט צירוק זיין בעזהי"ת נעקסטע וואך


איך ווייס דאך נישט ווען ר' שמחה זאל זיין געזונט קומט צוריק, אבער דאס כיבוד איז שוין גרייט, אחכה לו בכל יום שיבא, אוי שיבא.

דארפסמאן האט געשריבן:מיט ווארטן מיט אפענע מיילער אין אפענע אויגן ווען ר' שמחה קוקמט שוין ציריק

אלעקסיי האט געשריבן:ר' שמחה איז שוין דא. בואכם לשלום!
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:37 pm

מיללער האט געשריבן:נעכטן האב איך געהערט בשם ר' יעקב אייזן מגיד מישרים במאנטריאל ווי ער שילדערט פון זכרון די הייליגע עבודה פונעם רבי'ן הושענה רבה שנת תש"ו אין ארץ ישראל, ער ר' יעקב איז געווען א בחור פון 14-15 יאר ווען זיין טאטע ר' שלום אייזן זצ"ל פון ירושלים האט אים מיטגענומען צו די דרשה און די הושענות.

דער רבי האט געהאט דאן קוים א מנין מתפללים און עטליכע אידן וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די עבודה, זאגט ר' יעקב "אויב מיינסטו אז ביים רבי'ן האט אנדערש אויסגעזעהן ווען ער פראוועט פאר 20 אידן אדער פאר טויזנט אידן, האסטו א טעות" די הייליגע עבודה איז געווען מיט די זעלבע התרגשות מיט די זעלבע געגועים ווי דאס וואס ער האט געזעהן אין די שפעטערע יארן על אדמת אמעריקא.

יאסל האט געשריבן:טי א קוק אין דער בוך דרך המלך וואס איז לעצטענס ערשינען, דארט באשרייבט ער די גאנצע יאר תש"ו פונעם רבי'ן אין ירושלים.

מיללער האט געשריבן:ווער איז דער מחבר?

יאסל האט געשריבן:יוסף לייב יאקאב פון ירושלים.

יצמחפורקניה האט געשריבן:ס'איז א הערליכע ביכל, א סך אינטערסאנטע היסטאריע, א געוואלדיגע ארבייט

לדעתי פון די בעסטע וואס זענען ארויסגעקומען אויפן רבי'ן זי"ע
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:38 pm

scy4851 האט געשריבן:א מעשה נורא מאוד.

איינער האט געהאט א זוהן, א יונג יונגעל, וואס האט נישט געהאלטען ביים לערנען. ער האט נישט געוואלט גיין און חדר, האט נישט געהאט דער ברען וואס נארמאל קליינע קונדער האבען צי א נייע סידור, אדער חומש, אדער א יום טוב, בקיצור, דאס קונד איז געווען זייער קאלט צי יודישקייט, אויף אזוי ווייט אז עס איז געווען זייער בולט.
דער יוד פלעגט כסדר דערמאנען ספעציעל דעם קונד ביים אריינגיין צום רבין, און דער רבי האט כסדר איהם מדחה געווען און אלטס אזוי פארעווע אנגעוויטשען בנוגע דעם קונד.
איינמאל, האט זיך דער יוד אפגערעדט פון הארטץ צי א חבר זיינעם [און דער חבר'ס פלימעניק האט מיר פארציילט די מעשה] האט איהם דער חבר געזאגט, אז ער האט פאר איהם אן עצה.
און א פאר וואכען וועט זיין ערב יום הקדוש,
ווען די גייסט אריין צום רבין, שטוף איהם צי די וואנד און זאג איהם אז די גייסט נישט ארויס וויאלאנג דער רבי געט דיר נישט א תשובה אויף דיין בקשה.
כך הוה, ערב יום הקדוש, [און דענמאלטס איז נאך נישט געווען אזא עולם, און מעהאט געקענט אריינגיין צום רבין ערב יום הקדוש כמעט ווען מעהאט גיוואלט], דער רבי האט געהאלטען ביי סעודה המפסקת, און דער יוד איז אריין צום רבין און זאגט פארען רבין אז ער גייט נישט ארויס ביז דער רבי זאגט איהם צי.
דער רבי איז געווארען אינגאנצען ווייס און האט זיך אזוי פארמוחט.
און נאך א פאר מינוט זאגט דער רבי פאר דער יוד הער מיך אויס.
דער באשעפער שיקט אראף אסאך מאל נשמות, מיר פארשטייען נישט וואס דער חשבון איז, אבער די נשמות האבען גארנישט און זיך. עס ציהט נישט צי יודושקייט, עס ציהט נישט אויף פארקערט, עס ציהט און ערגעטץ נישט. די נשמות זענען בטבע נישט שלעכט אבער גיט זענען זיי אויך נישט.
אלזא בעט איך דיך אז פאר דאן טובה וועגען, מיטשע נישט ווייל מען קען גארנישט טוהן,
דער חבר האט פארציילט פאר זיין פלימעניק, אז א פאר טעג דערנאך איז דער יוד ארום געגאנגען אויס מענטש.

דער זוהן איז אויפגעוואקסען, און מיט דערצייט ארויסגעמופט פון זיינע עלטערעןס היים. וואוינט היינט און דער איסטסייד, [אויב ער איז בכלל נאך דא] און ער איז נישט קיין שומר שבת.

אזוי האב איך געהערט די מעשה פון דעם פלימעניק ווער איז מיר א גוטער חבר.

איך בין נישט מפרסם קיין נעמען ווייל עס איז נישט וויכטיג, און אויכעט פון מיין חבר איז משמע געווען אז עס איז א באהאלטענע זאך, ספעציעל ווען עס האנדעלט זיך מיט שידוכים און יענע משפחה.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:41 pm

אלעקסיי האט געשריבן:ס'טאקע א מעשה נורא.

ביאורים און מקורות, פארלאנגט.

scy4851 האט געשריבן:אלעקסיי,
איך קען נישט געבען קיין מקורות ווייל עס איז א שיינע משפחה און וויליאסבורג

אלעקסיי האט געשריבן:איך מיין נישט קיין מקורות אויף די עצם מעשה, איך האב געמיינט מקורות בספרות חז"ל אז עס זענען פארהאנען אזוינע סארט נשמה'לעך בינינו.

מיללער האט געשריבן:ר' שמחה,
א יישר כח
די מעשה נורא נוראות, סיי דאס וואס מ'האט אלס אינגל שוין געזעהן אויף איינעם אז ער איז עדיו לפרוק עול, און סיי דעם רבין'ס אפענע אויגן.

זי"ע

(עס איז א וודאי נישט וויכטיג צו שרייבן קיינע נעמען דא)

scy4851 האט געשריבן:
אלעקסיי האט געשריבן:איך מיין נישט קיין מקורות אויף די עצם מעשה, איך האב געמיינט מקורות בספרות חז"ל אז עס זענען פארהאנען אזוינע סארט נשמה'לעך בינינו.
דאס קען איך נישט. איך בין נישט קיין בקי און די קליינע אותיות. דער רבי איז יא געווען
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:43 pm

יצמחפורקניה האט געשריבן:לויטען רבי'נס ווערטער, איז ער נישט גוועהן עדיו לפרוק עול

לויט דעם רבי'נס ווערטער, אז ס'ציט אים נישט צו גוט'ס אין נישט צו שלעכטס, ער איז בטבע נישט גוט, אבער אויך נישט שלעכט

וואלט ער בדרך הטבע גקענט אויסוואקסען א פיינער איד, פונקט ווי פאקערט.

למעשה וואס איז גשעהן ?

scy4851 האט געשריבן:ער וואוינט היינט און דער איסטסייד. ער איז נישט קיין שומר שבת, און ער האט קיינמאל נישט חתונה געהאט.

יאסל האט געשריבן:ר' אברהם דוד גליק אין זיין ספר זכר צדיק לברכה ברענגט אראפ בערך די מעשה.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:46 pm

farshlufen האט געשריבן:איך האב געהערט אן אונטערעסאנטע הנהגה פון רבי'ן פון א כלי ראשון:

דער רבי פלעגט פון פורים ביז פסח, יעדן טאג אפילו אין די נאכט פון בדיקת חמץ, עסן שריים פון פורים.

יאסל האט געשריבן:זעט אויס אז ס'איז געווען אסאך שלוח מנות'ער

farshlufen האט געשריבן:יאסל:
אין אויבערלאנד איז אויך געווען דער מנהג אז מ'האט געגעסן שיריים פון פורים א יעדן שבת פון פורים ביז פסח.
און דאס פארענטפערט נאך נישט דאס עסן שיריים אפילו בדיקת חמץ ביינאכט.

יאסל האט געשריבן:זאג שוין וואס האט ער געגעסן די היימישע קעיק אדער די קליינע פלעשלעך גרעיפ דשוס, איך קויף נישט די אלע באבע מעשיות.

farshlufen האט געשריבן:איך קויף אויך נישט קיין באבע מעשיות, דערפאר האב איך דיר געזאגט אז ס'איז פון א כלי ראשון.

יאסל האט געשריבן:סאיז היינט דא גענוג כלי ראשון'ס וואס מקען זיי אפילו ווי א כלי שני אויך נישט טראסטען

farshlufen האט געשריבן:איך בין זיכער, אז דו וואלסט דעם כלי ראשון אויך געטראסט.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:52 pm

ליפא האט געשריבן:ביי אונז אין די משפחה איז דא א מנהג ירושלים פון אן אלטן באב'ן ע"ה אז צווישן פורים און פסח עסט מען יעדן שבת קודש ביי קידוש שיריים פון משלוח מנות, סאו די מנהג איז מיר נישט אזוי ווילד פרעמד (אפשר זעמיר קאזי'ןס מיט'ן רבי'ןס משפחה)

farshlufen האט געשריבן:דאס איז דאך די זעלבע אויבערלענדישע מנהג פון וואס מ'האט גערעדט.

scy4851 האט געשריבן:און ביי אונז איז געווען דער מנהג אז מען שיקט די משלוח מנות שריים און חדר מיט די קונדער צי טרייען פטור צי ווערען פונעם חמץ נאך פאר פסח :smile:
לעצט פאראכטן דורך scy4851 אום דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:54 pm

זארעכפעפער האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:
אלעקסיי האט געשריבן:איך מיין נישט קיין מקורות אויף די עצם מעשה, איך האב געמיינט מקורות בספרות חז"ל אז עס זענען פארהאנען אזוינע סארט נשמה'לעך בינינו.
דאס קען איך נישט. איך בין נישט קיין בקי און די קליינע אותיות. דער רבי איז יא געווען

שרעקליך... שרעקליך... א שרעקוועדיגער סיפור...
דער רבינ'ס געדאנק איז מיר נישט אזא חידוש, ווי די עצם מעשה. אין חדו"ת "להחזקת המוסדות" (דינער תורות), איז פאראן צום סוף עטליכע שמועסן פון רבין ביי אסיפות מלמדים. אין איינע פון די שמועסן ערווענט דער רבי דאס ענין אביסל מער באריכות, עיי"ש.

ולמאי נפק"מ? לאפושי ברחמים! וויי געוואלד... זארעכ, גיב מיר נאר זיי מוחל אהער דאס תהלימ'ל...

מרן אדמו"ר האט געשריבן:ר' שמחה איך האב יעצט געליינט די מעשה מיטן קינד מיט רבה"ק . און עס איז מורא'דיג
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:59 pm

אלעקסיי האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:עס איז דא נאך א געוואלדיגע ספר פונעם רבי'נס מנהגים, אפגעשריבן געווארן דורך דעם ת"ח וידען נפלא ר' יאסל? ווייסהויז ע"ה, דער ברודער פון עקיבא ווייסהויז ע"ה, און להבחל"ח דער משמש דמתא ר' וואלוויש ני"ו. דער טאטע ר' זונדל זאגט מיר כסדר אז עס איז מוכן לדפוס, איך ווייס נישט אויב עס איז שוין ערשינען.


די ספר איז יעצט ערשינען לאור עולם, עס הייסט "עדות ביוסף", און עס איז ממש א קאפי פון די א.ד. קונטרס המנהגים, ווי עס שיינט איז עס יא פון אים'ן און נישט פון עקיבא'ן.

קרעמער האט געשריבן:יישר כח אלעקסיי!

farshlufen האט געשריבן:אלעקסיי
וואו קען מען באקומען דעם ספר?

יצמחפורקניה האט געשריבן:איך האב עס פריער געקויפט

איז עס פארלעסליך ?

farshlufen האט געשריבן:אלעקסיי, יצמח,
איך זע שוין אויס ווי א צובראכענע טעפירעקארדער (וואס איז דאס?),
איך האב שוין געזוכט דעם ספר אין עטליכע סטארס, איך האב עס אין ערגעץ נישט געפונען, וואו קען מען עס באקומען?
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:59 pm

מיללער האט געשריבן:ווי שוין דערמאנט אויף די ווארלד-ווייד-קרעטשמע האב איך לעצטענס געהערט א טעיפ פון תשכ"ה ביי א דינער לטובת מוסדות ייט"ל ווי דער רבי ז"ל רעדט איבער החזקת המוסדות ובפרט בארצינו הקדושה, די טעיפ איז קליפ-און-קלאר ממש א מחי' צו הערן, עטליכע אנקעדאטן:

1) איך האב דעם רבי'ן קיינמאל פערזענליך נישט געהערט רעד'ן אבער מיר קוקט אויס ווי דער רבי האט געהאט עפעס א שוואכע ר' (ענליך צו מרן הברך משה זצ"ל), האט איינער אויך אזא באמערקונג?

2) דער רבי האט געזאגט דעם 'קאן' (נישט 'קען' אויך אזוי ווי מרן הברך משה ז"ל), פון וועלכע ראיאן קומט די הברה און ווען האט זיך דאס געטוישט? אגב אויך הגה"צ ר' יח"מ פריעדמאן שליט"א דומ"צ סאטמאר-וומ"ס נוצט דעם 'קאן'.

3) דער רבי איז מסיים די דרשה מיט די באקאנטע 'בהתרוממות קרן התורה בישראל ובהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א' ווען האט דער רבי אנגעהויבן נוצן דעם סיום, האט דאס א ספעציעלע כוונה אדער מקור, האט דאס דער רבי שטענדיג גענוצט?

4) דער רבי כדרכו פרעגט עטליכע קשיות (7-8) און דיוקים אויף די לענג און ברייט פון די גאנצע סדרה, וואס טייל דערפון ווערן פארענטפערט באזונדער און טייל החטיבה אחת, און אם לא טעיתי איז ער נישט מדקדק צוריקצוגיין פארענטפערן אלע קשיות, מיט דעם איז דער רבי כמעט א יחיד במינו צו זאגן דברי תורה מיט א מערערע צאל דיוקים (טיילמאל אריבער 20!) אבער איך האב שוין אין דברי יואל אויך באמערקט ווי דער תירוץ איז טיילמאל נישט מקשה אחת, בין איך גערעכט?

5) נאכ'ן רבין'ס דרשה, הערט מען א 'חזנות שטיקל' אויף די ווערטער פונעם יה"ר נאך ספירת העומר (נישט יאסעל'עס), אבער מ'הערט נישט דעם אינטראדאקשען, ווער קען דאס זיין?
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 2:02 pm

farshlufen האט געשריבן:וואו קען מען דעם טעיפ באקומען?

מיללער האט געשריבן:גמ"ח יוסף שלמה
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 2:03 pm

שמערי בערי האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:1) איך האב דעם רבי'ן קיינמאל פערזענליך נישט געהערט רעד'ן אבער מיר קוקט אויס ווי דער רבי האט געהאט עפעס א שוואכע ר' (ענליך צו מרן הברך משה זצ"ל), האט איינער אויך אזא באמערקונג?

יא, עס איז אמת


מיללער האט געשריבן:2) דער רבי האט געזאגט דעם 'קאן' (נישט 'קען' אויך אזוי ווי מרן הברך משה ז"ל), פון וועלכע ראיאן קומט די הברה און ווען האט זיך דאס געטוישט? אגב אויך הגה"צ ר' יח"מ פריעדמאן שליט"א דומ"צ סאטמאר-וומ"ס נוצט דעם 'קאן'.

דאס קומט פון די מארמאראשער געגענט, פון דער רבי שטאמט, וואו מען פלעגט אזוי צו רעדן, דאס האט זיך געטוישט דאהי, וואו ס'רוב מענטשן זענען נישט געווען פון יענע געגנט.

מיללער האט געשריבן:4) דער רבי כדרכו פרעגט עטליכע קשיות (7-8) און דיוקים אויף די לענג און ברייט פון די גאנצע סדרה, וואס טייל דערפון ווערן פארענטפערט באזונדער און טייל החטיבה אחת, און אם לא טעיתי איז ער נישט מדקדק צוריקצוגיין פארענטפערן אלע קשיות, מיט דעם איז דער רבי כמעט א יחיד במינו צו זאגן דברי תורה מיט א מערערע צאל דיוקים (טיילמאל אריבער 20!) אבער איך האב שוין אין דברי יואל אויך באמערקט ווי דער תירוץ איז טיילמאל נישט מקשה אחת, בין איך גערעכט?


דער רבי פלעגט זיך נישט פארקוקען זיינע דרשות, ער פלעגט זיי נאר עפ"י רוב זאגן אויפן ארט, און מען פלעגט אים טיילמאל אונטער זאגן מדרשים און דיוקים וכדו', דעריבער האט געקענט טיילמאל פאסירן אז דער רבי האט געענטפערט צוויי עקסטערע תירוצים, אויף א חלק קשיות איין תירוץ, און אויף א חלק א אנדערע.

דאס מערסטע קען מען דאס באמערקן אין ספר "טיב לבב" (נישט די תורות וואס זענען מכת"י), וואו עס איז נאכגעשריבן מער פונקטליכער דעם רבי'נס תורות.

אגב, איינמאל האט דער רבי נישט פארענטפערט זיינע קשיות (חוץ 1 2 קשיות) מוצ"ש נשא תשכ"ז, צוליב וואס ער איז געווען פארנומען מיט די זעקס טאגיגע מלחמה, און האט ממש נישט געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ עס צו פארענטפערן.

וועגן די אנדערע שאלות העליך פרובירן מיר נאכצופרעגן
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 2:06 pm

מיללער האט געשריבן:שמערי,

א גרויסן דאנק פאר'ן נעמען די מיה און צייט זיך זי קימערן מיט מיינע בויך-קוועטשענישען אזוי שיין מסודר דבר דיבור על אופניו, בלייבט מיר נאר איבער צו פרעגן, איר שרייבט פון זכרון אדער מפי השמועה?

שמערי בערי האט געשריבן:דהיינו?

מיללער האט געשריבן:איך האב געמיינט צו פרעגן צו איר געדענקט נאך די דברי תורה פונעם רבי'ן (א שטייגער ווי ר' שמחה) אדער איר שרייבט מפי השמועה (עס איז אביסל פערזענליך און איר קענט בוחר זיין נישט צו ענטפערן).
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 2:07 pm

scy4851 האט געשריבן:
שמערי בערי האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:2) דער רבי האט געזאגט דעם 'קאן' (נישט 'קען' אויך אזוי ווי מרן הברך משה ז"ל), פון וועלכע ראיאן קומט די הברה און ווען האט זיך דאס געטוישט? אגב אויך הגה"צ ר' יח"מ פריעדמאן שליט"א דומ"צ סאטמאר-וומ"ס נוצט דעם 'קאן'.

דאס קומט פון די מארמאראשער געגענט, פון דער רבי שטאמט, וואו מען פלעגט אזוי צו רעדן, דאס האט זיך געטוישט דאהי, וואו ס'רוב מענטשן זענען נישט געווען פון יענע געגנט.
איך האב געהערט דעם סקולענער רבי זצ"ל אויך זאגען 'קאן'
און דאס איז, אווי שמערעל זאגט, די מאמאראשער אויסשפראך

און דעם ריבניצער רבי ז"ל האב איך געהערט זאגען 'וואסער' מיט א קמץ אינטערען 'א'
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 2:08 pm

מענדעלע האט געשריבן:סע איז א באווולסטע באסאראבישע אויסשפראך.דא אין מאטנסי וווינט איינער א איד פון שטאט סאטראטק,ער האטט דערקענט דעם ריבניצער רבי זי"ע נאטך פון דאטרטן און ער רעדט פונקט אזוי-פתח ביי זיי איז ווי ביי אונז קמץ.צום ביישפיל שבת זיי זאגן-shobes .


farshlufen האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס דער עולם דא זאגט אז קאן איז א מארמאראשע אדער בעסאראבישע אויסשפראך, ר' יו"ט עהרליך ז"ל, וואס קומט אינגאנצן נישט פון יענע געגנט, זאגט און זינגט אויך אזוי.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 2:12 pm

farshlufen האט געשריבן:
אלעקסיי האט געשריבן:
די ספר איז יעצט ערשינען לאור עולם, עס הייסט "עדות ביוסף", און עס איז ממש א קאפי פון די א.ד. קונטרס המנהגים, ווי עס שיינט איז עס יא פון אים'ן און נישט פון עקיבא'ן.


מ'האב מיר שוין איינגעהאנדעלט דעם ספר אין שול היינט אינדערפרי ביי שחרית, מיטן אייבירשטן הילף עמער עס אדורך טאן.

איך ווייס נישט צו ס'איז א קאפי, אבער די הנהגת ביה"כ שטייט דערין.

farshlufen האט געשריבן:ער ברענגט דארט אז דער רבי האט אמאל געזאגט בדרך צחות, א תירוץ אויפן בית יוסף'ס קשיא,

אז דער נס איז געווען אז ר' _ _ _ איז נישט דארט געווען, ווייל ווען יא וואלט ער עס ווען גע'אסר'ט.

קרעמער האט געשריבן:דאס ווערטל איז באקאנט אויף יענעם איד פון לאנדאן וואס האט אויף יעדע זאך געזען א שתי וערב.

אגב, האב איך נעכטן באקומען במתנה דעם ספר פונעם מוציא לאור, זייענדיג א מקורב לבית ווייסהויז.

ביי ל"ג בעומר זעה איך אז דער רבי האט מקפיד געווען אז בר יוחאי זאל געזינגן ווערן דורך אן א"י איד (איך האב געמיינט עס איז בלויז א היינטיגע מנהג מכבד צו זיין ר' יעקב חנון)

scy4851 האט געשריבן:איך קום יעצט פון אייכלערס 13 עוועניו.
איך האב דארט געזעהן דעם ספר שוין איבערגעזעצט אויף ענגליש.

farshlufen האט געשריבן:אלעקסיי:
איך האב נעכטן עס נאך נישט געזעהן אין מיין פעיוועריט ספרים סטאר.

אלעקסיי האט געשריבן:דאן טויש שנעל דיין פעיוועריט ספרים סטאר צו א 2'טן...

scy4851 האט געשריבן:ער האט דאך שוין געהאט געטוישט פון 2'טען אויף אהער
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 4:25 pm

יאסל האט געשריבן:
שמערי בערי האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:4) דער רבי כדרכו פרעגט עטליכע קשיות (7-8) און דיוקים אויף די לענג און ברייט פון די גאנצע סדרה, וואס טייל דערפון ווערן פארענטפערט באזונדער און טייל החטיבה אחת, און אם לא טעיתי איז ער נישט מדקדק צוריקצוגיין פארענטפערן אלע קשיות, מיט דעם איז דער רבי כמעט א יחיד במינו צו זאגן דברי תורה מיט א מערערע צאל דיוקים (טיילמאל אריבער 20!) אבער איך האב שוין אין דברי יואל אויך באמערקט ווי דער תירוץ איז טיילמאל נישט מקשה אחת, בין איך גערעכט?


דער רבי פלעגט זיך נישט פארקוקען זיינע דרשות, ער פלעגט זיי נאר עפ"י רוב זאגן אויפן ארט, און מען פלעגט אים טיילמאל אונטער זאגן מדרשים און דיוקים וכדו', דעריבער האט געקענט טיילמאל פאסירן אז דער רבי האט געענטפערט צוויי עקסטערע תירוצים, אויף א חלק קשיות איין תירוץ, און אויף א חלק א אנדערע.

דאס מערסטע קען מען דאס באמערקן אין ספר "טיב לבב" (נישט די תורות וואס זענען מכת"י), וואו עס איז נאכגעשריבן מער פונקטליכער דעם רבי'נס תורות.

אגב, איינמאל האט דער רבי נישט פארענטפערט זיינע קשיות (חוץ 1 2 קשיות) מוצ"ש נשא תשכ"ז, צוליב וואס ער איז געווען פארנומען מיט די זעקס טאגיגע מלחמה, און האט ממש נישט געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ עס צו פארענטפערן.

וועגן די אנדערע שאלות העליך פרובירן מיר נאכצופרעגן

אמת דער רבי פלעגט נישט פארקיקען,
אבער לערנענדיג יעדען טאג מיט די ר"ת תפילין חומש רש"י מיט די מפרשים קענסטי זיין זיכער אז ער האט שוין געהאט אן השגה וואס ער וויל זאגען.
scy4851 האט געשריבן:איך געדענק די תורות פון יענע פאר וואכען, פון די זעגס טעג מלחמה.
איך האב איהם איינמאל געהערט זאגען, דער ווער עס וויל נישט הערען זאל ארויסגיין. [עפעס אזוי]
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 4:26 pm

scy4851 האט געשריבן:אונעם "בילדער פונעם רבין זי"ע" אשכול, האט יאסל אינז מהנה געווען מיט א בילד פונעם רבין מיט די ת"ת קינדער, פאר זיין הויז אויף בעקרטאון רד.

עס דערמאנט מיך ווען איך בין דארט געווען.

דער לעצטע זימער, א יאהר פארען פטירה, בין איך געפארען אהין מיט דריי פון מיינע קינדער. דער גבאי האט מזרז געווען מיינע קינער אז זיי זאלען שטיין ממש הארט לעבען רבין. ער האט מיר געזאגט אז דער רבי לעצטענס קוקט זייער ארויס מיט א ספעציעל חן צי קינדער וואס קומען אהין.
איך האב געהאט א טאכטער מיט מיר און דער גבאי האט געהייסען אז זי זאל אויך שטיין דארט לעבען רביןס שטיל.
נאכען געזעגענען האט דער גבאי אפילו געהייסען די קינדער זאלען געבען די הענט פארען רבין. און צי מיין טאכטער האט דער רבי עטליכע מאל געגאנגען מיט די הענט אוויא דער שטייגער איז צי געבען לחיים פון דערווייטענס

פאר מיין עלצטער זיהן און טאכטער ליגט דער באזיך אנגעקרוטצט און זכרון עד היום, און פון צייט צי צייט הער איך מיין זוהן דערציילען פאר זיינע קינדער.
the SCY is the limit


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: El Rushbo און 13 געסט