ענדרויד וויל א דזשעלי ביען..

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

ענדרויד וויל א דזשעלי ביען..

תגובהדורך זייער נייגעריג » פרייטאג פאברואר 17, 2012 12:14 am

זיכסטו צו שאפן אדער זיך אויסצוקענען מיטן אייזקרים סענדוויטש, מוטשע דיך נישט צו שטארק. גוגל ארבעט יעצט אויף א נייעם 'דזשעלי בין' ענדרויד 5!
לויט די רומער קען עס שוין ארויסקומען זומער צייט. (פרעג מיך נישט פשט אין די נאמען, אבער איך וואלט נישט אין מיין לעבן געגעסן א דזשעלי בין נאך אייז קריעם..)

אפילו איי סי עס איז נאך פריש ארויס פון די ווינדלען און רוב אידן האבן עס נאכנישט איינגעקויפט, און די וואס יא האבן עס נארוואס אנגעהויבן לעקן, ווער רעדט פון עס פארדייען. האט די ארויסקום פון
ווינדאויס 8 אנגערייצט גוגל זיך צוצויאגן מיטן ארויסקום מיט די דזשעלי בין און ווי באקאנט זיכן זיי שוין לאנג אריינצוקומען אונעם נעטבוק פעלד

צו ס'איז יא אמת צו נישט זאגט די רומער פאר גאנץ גוטע זאכן פארשטייט זיך פאר חובבי דזשעליס.

מיטן צולייגן לעצטענס קראום פאר ענדרויד זאגט פאר אז גוגל טראכט ערענסט זיך צו נעמען צום קראום אפערעיטינג סיסטעם און דער 'דזשעלי בין' קען זיי העלפן דערמיט, ס'גייט צאמשטעלן די קראום בוק מיטן פאון, דאס הייסט סינקן צווישן די דעסקטאפ, טעבלעט, סמארטפאון, און מאכן די פאון פאר א געהעריגע קראום בוק. און קען נאך אפשר געשען אז גוגל זאל זיך אפלאזן פון די גאנצע ענדרויד סיסטעם. יעדער געדענקט ווי די מאמע האט אנגעזאגט נישט צו עסן צופיל דזשעליס ווייל ס'קלעבט זיך צו צי די ציין. אטא דאס וואס די 'דזשעלי בין' גייט טון. צוקלעבן אלעס צו זיך.

אבער נאכמער..
זיי זאגן אז די ענדרויד 5 גייט זיך קענען צאמשטעלן מיט מייקראסאפט דאס הייסט מ'גייט האבן די מעליכקייט אויף די קאמפיוטער צו סוויטשען צווישן ווינדאויס 8 און ענדרויד 5 אן דארפן אויסלעשן די קאמפיוטער.
פאנגט אן צו שמעקן גוט, וואס?

און דא שרייט אייפאון.... אוטש!!!

איינער פון די מערסטע זאכן וואס מ'זאגט פאר פאר ווינדאויס 8 איז די פלעקסיבליטי אז מ'גייט קענען סוויטשן צווישן די טעבלעט, פאון, קאממפיוטער, און מיט דעם וואס גוגל קומט אריין אונעם זעלבן פעלד קען דאס לייגן די אייפאון אין א שטארקע שאטן.

נאך א מעלה
ביזדערווייל דויערט זייער לאנג די אפדעיט זאל אנקומען צו אלע פאונס וויבאלד יעדע פאון האט זיין קאמפעני ווי HTC אדער LG און אזוי ווייטער, איז ווען גוגל געט ארויס זייער אפדעיט דארף די קאמפעני נעמען דעם
אפרעיטינג סיסטעם און קאסטומייזן צו זייער פאון און פארשטייצעך אז נישט אלץ איז דאס מעגליך אדער נעמט עס גענוג צייט אז גוגל קען שוין אינצווישן ארויסקומען מיט א פרישע אפדעיט. למשל ביי האניקאמב (ענדרויד 3) האט עס גוגל נאר ארויסגעגעבן פאר די טעבלעט'ס פון די גרויסע קאמפעני'ס די סיבה איז געווען אנצורייצן דעם עולם אלץ קאמפאטישן פאר אייפעד, ביים אייזקרים האבן זיי שוין יא געמאכט קאמפעטיבל מיט פאונ'ס אבער לעת עתה ביזדערווייל איז נאר דא אויפן גוגל פאון. זאגן זיי יעצט אז מיט די נייע אפדעיט וועט זיין גאר גרינג פאר די אלע קאמפעני'ס עס צו קאסטומייזן פאר זיך.


אלזא אידן, גייטס כאפטס אייז קריעם ווייל באלד וועט מער נישט זיין.

בלייבט איבער צו פרעגן, וואס גייט זיין זייער נעקסטע נאמען? לאמיר זען צו איינער קען געסן. געדענקטס, ס'מוז זיין עפעס אין די עסן ליין, עפעס א נאש, עפעס צוקערדיג.
צוגעלייגטע
android-5-jelly-bean.jpg
cute1-580x386.jpg

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » פרייטאג פאברואר 17, 2012 12:37 am

זייער שיין, תוכנ'דיג און הומאריסטיש באשריבן, ביזדערווייל זענען זיי אלע נאר רומאר'ס, אבער גאנץ קראנט.

אגב, גוגל גיט די נעמען לויט די abc, נאך J קומט K, די פארום'ס מוטשען זיך שוין לאנג פאר א נאמען פאר'ן K, טייל זאגן 'קיווי' אבער איך האלט אז זיי גייען עס אנרופן 'קרעטשמע', שוין גענוג געגעסן, יעצט איז צייט צו כאפן א טרינק.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

תגובהדורך שטרוי » פרייטאג פאברואר 17, 2012 1:04 am

DotCom האט געשריבן:זייער שיין, תוכנ'דיג און הומאריסטיש באשריבן.

הא הא.. פאר די ווערטליך.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » פרייטאג פאברואר 17, 2012 1:09 am

לויט וויפיל כהאב פארשטאנען גייט מייקראסאפט בשו"א נישט צולאזן מען זאל קענען נוצן אזאנע הייבריד מאשינקעס,
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » פרייטאג פאברואר 17, 2012 1:35 am

מי חכם האט געשריבן:לויט וויפיל כהאב פארשטאנען גייט מייקראסאפט בשו"א נישט צולאזן מען זאל קענען נוצן אזאנע הייבריד מאשינקעס,


שווער צו זאגן אזא זאך, מייקראסאפט בויט נישט קיין קאמפיוטער'ס זיי פארקויפן נאר די אפערעטינג סיסטעם פאר די בויער'ס ווי למשל דעלל, דעס אז א מאשין זאל קענען 'דועל בוטן' ווי מ'רופט עס, האט גארנישט מיט מייקראסאפט, נאר מיט דעלל, די רומאר'ס גייען יעצט אז גוגל גייט לייגן דרוק אויף די קעריער'ס זיי זאלן ערמעגליכן דועל בוט אויף די הארדוועיר און דערנאך וועט שוין זיין גרינג ארויפלייגן און אינסטאלן אויך קראום/ענדרויד אויפן קאמפיוטער, בכלל איז דער גאנצער קראום אפערעטינג סיסטעם נישט מער ווי א בראוזער מיט אפאר קלייניגקייטן.

נאר דאס יא, זיי האבן שוואכע טשענסעס פון די קאנסומער זייט אז דאס זאל זיך אויסארבעטן, אנאליסטן טענה'ן אז דאס קען זיך נישט אויסארבעטן צוליב די קאמפליקעיטעד וועג, מענטשן זוכן היינט סימפל פלאס סימפל, יעדע איבעריגע באטן וואס איינער דארף דרוקן הייסט עס שוין קאמפליקעיטעד.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:37 pm

תגובהדורך בלעקבערי פען » זונטאג פאברואר 19, 2012 10:27 pm

די אלע ראמערס האבען איין מעלה. אז די קאמפאני'ס האבען נאכדעם אסאך פרעשאר אהער צושטעלען אזאך וואס זאל קאמפיטען מיט די אלע ראמארס. ווייל אז נישט איז די עולם דיסעפוינטעד.

אזוי טראכט איך

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:27 am

חחח דזשעלי ביען… כ'האף אז נישט די שווארצע… גוגעל איז אסאך מאל אזוי זיס (און באלד קומט שוין אפריל 1, כ'קען קוים ווארטן).

און ווייסט ווער נאך ס'איז זיס? כ'געב ענק דריי געסעס…
An article a day keeps the babies away

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » מאנטאג פאברואר 20, 2012 12:02 pm

מאשקע האט געשריבן:
און ווייסט ווער נאך ס'איז זיס? כ'געב ענק דריי געסעס…


1) דיין בארד..

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מאנטאג פאברואר 20, 2012 12:08 pm

מאשקע האט געשריבן:חחח דזשעלי ביען… כ'האף אז נישט די שווארצע… גוגעל איז אסאך מאל אזוי זיס (און באלד קומט שוין אפריל 1, כ'קען קוים ווארטן).

און ווייסט ווער נאך ס'איז זיס? כ'געב ענק דריי געסעס…


דער ארטיקל איז גאנץ זיס... אבער דער דזשעלי איז נישט...

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » מאנטאג פאברואר 20, 2012 12:50 pm

מאשקע האט געשריבן:באלד קומט שוין אפריל 1, כ'קען קוים ווארטן


האט דאס עפעס צו טאן מיט דעם:

http://www.google.com/events/sciencefair/

דער דעדליין איז אפריל דעם ערשטן... מער ווי שלשים יום קודם...

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » מאנטאג פאברואר 20, 2012 4:54 pm

מאשקע האט געשריבן:און ווייסט ווער נאך ס'איז זיס? כ'געב ענק דריי געסעס…


1. מאשקע
2. מאשקע
3. מאשקע
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג פאברואר 20, 2012 7:42 pm

דאטי, ביזט out.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מאנטאג פאברואר 20, 2012 7:46 pm

דעתי*
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:16 pm

מאשקע האט געשריבן:דאטי, ביזט out.

+
leiby האט געשריבן:דעתי*

= דעתי איז out, דאס מיינט I'm out of my mind.


א פשוטער חשבון, נישט אזוי? גלייבט'ס מיר, ס'פילט גוט צו זיין משוגע, נישט אומזינסט איז רוב וועלט אזוי.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11852
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:50 pm

איך מעג אריין רעדן?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג פאברואר 20, 2012 9:15 pm

קענסט נישט ארויפרוקן די מספר התגובות דורך אימעיל? אקעי רעד אריין…
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » מוצ"ש פאברואר 25, 2012 9:49 pm

די באוויסטע טעכנעלאגיע אויסגאבע 'סלעש גיער' זאגט אז ענדראוד זשעלי בין וועט זיין די ערשטע שטאפל פון גוגלס ברייטע וויזיע וואס זיי רופן 'ענדראוד עט האום' וואס דאס איז א סיסטעם וואס וועט צוזאמענשטעלן יעדע עלעקטעראנישע דעווייס אין דיין הויז פון די וואש מאשין ביז דיין פערקולעטער, ביז א פשוטע וועקער זייגער, צו ווערן קאנטראלירט פון דיין פאון, טעבלעט, און עווענטועל פון דיין ענדראוד פיסי, איבעראל ווי אין די וועלט די געפינסט זיך קענסטו קאנטראלירן דיין הויז.

די ברייטע וויזיע האט גוגל ארויסגעלייגט פארגאנגענע יאר ביי די באוויסטע 'גוגל איי. או.' - א טעכנעלאגיע צוזאמענטרעף - ווי גוגל האט פארגעשטעלט די גאר גאר ברייטע מעגליכקייטן וואס דאס וועט ברענגען ווען די גאנצע הויז וועט גיין דיזשיטעל, גוגל האט ערצייגט מיט די הילף פון אנדערע קאמפעניס לייט באלבס און סוויטשעס וואס קענען קאמיוניקירן מיט א נעטווארק, און גוגל זאגט אז מיט די צייט וועט יעדע פירמע אליין וועלן צושטעלן זיין עלעקטעראנישע דעווייס אז ס'זאל זיין 'ענדראוד קעפעבל', (אלזא רישט אייך צו שפאצירן און האום דיפאו און אויף יעדע וואש מאשין, קאפי מאשין, לייט באלב וכדו' וועט זיין ענדראוד'ס סימבאל...) אריינברענגענדיג אינעם סיסטעם גוגל מוזיק, יוטוב, און גוגל פלאס, דערצו זאגן באריכטן אז גוגל - וואס איז שוין לאנג באוואוסט אז זיי ארבייטן אויף א גאר געהיימע פראזשעקט - וועט אנהייבן ארויסצוגעבן אייגענע הארדווער מאשינען, גענוי ווי עפל טוט, און אריינגיין אינעם ריטעל מארקעט, און לויט די באריכטן איז געפלאנט אז גוגל וועט היי יאר ביים 'גוגל איי. או.' וואס וועט פארקומען אנהייב אפריל, ארויסלייגן זייער ערשטע דעווייס, גערופן דערווייל 'ענטערטעמענט דעווייס' ווי מ'וועט קענען הערן מוזיק פון גוגל מוזיק, און קוקן קליפס אויף יוטוב, און טעלעוויזשן פון גוגל טיווי, און אלעס קאנטראלירן פון דיין גוגל אקאונט, און דאס וועט זיין די ערשטע טריט אינעם 'ענדראוד עט האום' פראיעקט.

פארשטייט זיך אז פון א ביזנעס בליק זענען אסאך זייער סקעפטיש צו גוגל קען ווערן א ריטעלער אן א געבויטע סיסטעם פארדעם ווי קאסטומער סערוויס, געשעפטן, וכדו', אבער אויב וועט זיך עס אויסארבייטן - זאגן עקספערטן - אז דאס פארקויפן אייגענע הארדווער קען הייבן גוגלס פראפיטן צו אומגעהויערע סכומים, און הייבן גוגלס סטאק צו היסטארישע נומערן, ימים ידברו.
לעצט פאראכטן דורך ריק פערי אום זונטאג פאברואר 26, 2012 12:50 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11852
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מוצ"ש פאברואר 25, 2012 11:34 pm

יישר כח ריק פערי פאר די שיין שטיקל נייעס. מעגסט זיך דרייען אפטער

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » זונטאג פאברואר 26, 2012 10:39 am

עפעס האבעך לעצטנס געזען אין די נייעס אז אנדרויד האט אנגעהויבן פאבריצירן זייגערס, יא, אזעלכע טמא'נע האנט זייגערס מיט וואס א איד טאר נישט גיין, עס האט אויף זיך אנדרויד אפערעטינג סיסטעם, און קאנעקט זיך צו דיין אנדרויד פאון און ווייזט קאלער איי.די. אויב איינער קאלט אריין (דארפסט שוין נישט ארויסשלעפן די טעלעפאן פון דיין טאש) און ווייזט די זייגער (נעוואדע וואדען) און די וועטער, און נאך פארשידענע טמא'נע זאכן וואס עס קען טון. מען קען זעהן בילדער, ווידעאוס, עס האט בלוטוט, א.א.וו.

כמה גדולים דברי חכמים! יעצט פארשטייען מיר דעם ווייטן בליק פון די שטרענגע מנהלים וועלכע האבן ארויסגעווארפן די קינדער וועלכע זענען געגאנגען מיט א טמא'נעם אויסגעלאסענעם האנט זייגער! (אין אדם עומד על דעת רבו עד ארבעים שנין)
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » זונטאג פאברואר 26, 2012 12:17 pm

שמעק, דיינע רבי'ס זענען שוין באלד געווען מער פארגעשריטן ווי דיר... די זייגערס זענען שוין אלט אפאר יאר, מ'האלט שוין היינט ביי ענדרויד גלעזער... מיינע רבי'ס האבן טאקע געהאקט אויף גלעזער אויך..
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » זונטאג פאברואר 26, 2012 1:52 pm

DotCom האט געשריבן:שמעק, דיינע רבי'ס זענען שוין באלד געווען מער פארגעשריטן ווי דיר... די זייגערס זענען שוין אלט אפאר יאר, מ'האלט שוין היינט ביי ענדרויד גלעזער... מיינע רבי'ס האבן טאקע געהאקט אויף גלעזער אויך..


דאט-קאם, ביי די זאכן בין איך גליקליך צו זיין נישט-פארגעשריטן.... כ'ווייס גענוג אזוי אויך...

אויף דיין אוועטער זעהט אויס אז דו ביסט שוין ארבעים שנין, ממילא פארשטייסטו זיי שוין א לאנגע צייט :wink: :wink:
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » זונטאג מארטש 04, 2012 4:34 pm

דער ווערעזשער ברענגט פון זיין טראסטבארן סאורס אז די נעקסטע ענדרויד ווערסיע נאך דזשעליביען גייט הייסן 'קריעם ליים פיי', וואס לויט זיי גייט עס אנגערופן ווערן מיטן ראשי תיבות KLP, וואס איז גאנץ א קילער נאמען פאר א אפערעטינג סיסטעם ווערסיע.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » זונטאג אוגוסט 05, 2012 9:33 pm

דזשעלי ביען איז שוין אין פולן באנוץ און ווערט שטארק רעקאמענדירט דורך די פראפעסיאנאלע חברה.
עס איז בעיקר א אפגרעיד צו אייזקריעם סענדוויטש, אבער פיל שנעלער.
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » זונטאג אוגוסט 05, 2012 11:51 pm

אין פולן באנוץ ביי וועם?

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

תגובהדורך זייער נייגעריג » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 12:00 am

שמעק_טאביק האט געשריבן: און ווערט שטארק רעקאמענדירט דורך די פראפעסיאנאלע חברה.

מיינסט מסתם מיך.. :wink:
viewtopic.php?p=596175#p596175


אךשמח האט געשריבן:אין פולן באנוץ ביי וועם?

ביי ווער ס'האט נאר די אפציע צו דאונלאודן, (אסאך האבן עס שוין עוועילעבעל אויף XDA)


צוריק צו “ענדרויד ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט