אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט
אחראי: אחראי
כ'וויל מיר אויסשמועסן וואס דרוקט מיר.
כ'בין באקאנט געווארן מיט אייוועלט לעצטענס ווען ס'איז איבערגעדרוקט געווארן א ספר אין וועלכן איך בין שטארק דבוק. כ'האב דאן געהערט אז די מו"ל האט געמאכט שינויים אינעם ספר, כ'האב מיך דעמאלט אריינגעטון אינעם ענין, כ'האב זיך געטראפן מיט די מו"ל פערזענליך, און כ'האב געזען אז ס'איז יש צדדים לכאן ולכאן.
למעשה ווען די ספר איז ארויסגעקומען, האט זיך דא געעפענט אן אשכול "ספר פלוני המזוייף", שפעטער איז דאס געטוישט געווארן צו "ספר פלוני המחודש" אביסל איידעלער, און שפעטער צו "ספר פלוני הנדפס מחדש".
זייענדיג באקאנט אין די נושא, האב איך דעמאלט געהערט מענטשען פלעפלען אין גרויסן וועגן די געוואלדיגע עולות וואס זענען געטון געווארן אין דעם ספר. נאכגייענדיג די מקורות פון די פלעפלערס (רוב פון זיי האבן ניטאמאל א צוטריט צו אייוועלט) האב געזען אז רוב רובו פון די היץ קומט איש מפי איש פון אייוועלט.
נו, בין איך ארויפגעגאנגען אויף די סייט, און איך בין נבהל ונשתומם געווארן צו זעהן ווי איינזייטיג די גאנצע אשכול איז געשריבן, און ווי נישט איידל מ'האט זיך באצויגן צו די מו"ל וואס איז א תלמיד חכם, א רב, און א באקאנטע מו"ל וואס רוב שרייבערס דארט אויף יענעם אשכול לערנען אין ספרים וואס ער האט מו"ל געווען...
כ'האב מיך איינגעשריבן, און כ'האב איידעלערהייט "געפרעגט" אז די מו"ל פון די ספר פאר דרייסיג יאר צוריק האט דאך אויך געמאכט שינויים? האב איך אריינגעביסן אין א זויערע עפל... מ'האט זיך צוגעכאפט צו מיר ווי צו א געבראטנס... מ'האט מיר געגעבן אויפן קאפ קאלטס און ווארעמס! ביז... אפאר טעג דערויף איז דער אשכול געשפארט געווארן [ב"ה].
טייערע הנהלה, האט איר געוואוסט וויפיל מענטשן זאגן נאך וואס דא שטייט, במישרין אדער בעקיפין? מילא דעות און השקפות, אבער בזיון ת"ח? צורירן א יוד'ס פארמעגן? פון ווי נעמט מען די רעכט?
דאס ערשטע מאל איך האב געזען אייוועלט איז מיר נישט איינגעפאלן אין ווילדסטן הו"א אז דאס איז א ריינע פלאץ! ס'איז געווען פול מיט השמצות און ביליגע לשונות.
צום שלוס. כ'בין זייט דעמאלט געווארן א היימישע דא, אדרבה צענזורירט, אבער צענזורירט אלעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן.

הוי "מקבל" את כל אדם בשמחה
- וויכטיג מאכער
- שר עשרים אלפים
- תגובות: 23365
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
אננאמער, די מנהלים זענען נישט קיין מלאכים, און זיי זענען נישט באקאנט מיט אלעס וואס ווער דא געשריבן, ווען איינער עפנט א אשכול איבער א ספר, ער שרייבט ס'איז מזיוף, ווילאנג די מנהל ווייסט נישט אנדערש איז נישטא קיין שום סיבה צו מעקן, ווען די מנהל איז געוואור געווארן אז ס'איז נישט אזוי זיכער אז ס'איז מזיוף, האטער קודם געטוישט קעפל, אבער געלאזט ווייטער לויפן דעם אשכול. ווען דו ביסט אנגעקומען און געזאגט אז ס'דא נאך א זייט צו די מעשה, און סאצעך אנגעפאנגען א קריגעריי, האט מען עס פארשפארט. וואס וואלטן די מנהלים געדארפט טוהן אנדערש?
הבהרה: איך ווייס נישט פון וועלעכע אשכול דו רעדסט, איך שרייב לויט דיין תגובה.

הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!
barking at the wrong tree
sorry
barking up the wrong tree
barking up the wrong tree
לעצט פאראכטן דורך דראפ אין אום מוצ"ש מארטש 10, 2012 11:53 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
- יוסף שרייבער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4571
- זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm
אננעמער האט געשריבן:כ'וויל מיר אויסשמועסן וואס דרוקט מיר.
כ'בין באקאנט געווארן מיט אייוועלט לעצטענס ווען ס'איז איבערגעדרוקט געווארן א ספר אין וועלכן איך בין שטארק דבוק. כ'האב דאן געהערט אז די מו"ל האט געמאכט שינויים אינעם ספר, כ'האב מיך דעמאלט אריינגעטון אינעם ענין, כ'האב זיך געטראפן מיט די מו"ל פערזענליך, און כ'האב געזען אז ס'איז יש צדדים לכאן ולכאן.
למעשה ווען די ספר איז ארויסגעקומען, האט זיך דא געעפענט אן אשכול "ספר פלוני המזוייף", שפעטער איז דאס געטוישט געווארן צו "ספר פלוני המחודש" אביסל איידעלער, און שפעטער צו "ספר פלוני הנדפס מחדש".
זייענדיג באקאנט אין די נושא, האב איך דעמאלט געהערט מענטשען פלעפלען אין גרויסן וועגן די געוואלדיגע עולות וואס זענען געטון געווארן אין דעם ספר. נאכגייענדיג די מקורות פון די פלעפלערס (רוב פון זיי האבן ניטאמאל א צוטריט צו אייוועלט) האב געזען אז רוב רובו פון די היץ קומט איש מפי איש פון אייוועלט.
נו, בין איך ארויפגעגאנגען אויף די סייט, און איך בין נבהל ונשתומם געווארן צו זעהן ווי איינזייטיג די גאנצע אשכול איז געשריבן, און ווי נישט איידל מ'האט זיך באצויגן צו די מו"ל וואס איז א תלמיד חכם, א רב, און א באקאנטע מו"ל וואס רוב שרייבערס דארט אויף יענעם אשכול לערנען אין ספרים וואס ער האט מו"ל געווען...
כ'האב מיך איינגעשריבן, און כ'האב איידעלערהייט "געפרעגט" אז די מו"ל פון די ספר פאר דרייסיג יאר צוריק האט דאך אויך געמאכט שינויים? האב איך אריינגעביסן אין א זויערע עפל... מ'האט זיך צוגעכאפט צו מיר ווי צו א געבראטנס... מ'האט מיר געגעבן אויפן קאפ קאלטס און ווארעמס! ביז... אפאר טעג דערויף איז דער אשכול געשפארט געווארן [ב"ה].
טייערע הנהלה, האט איר געוואוסט וויפיל מענטשן זאגן נאך וואס דא שטייט, במישרין אדער בעקיפין? מילא דעות און השקפות, אבער בזיון ת"ח? צורירן א יוד'ס פארמעגן? פון ווי נעמט מען די רעכט?
דאס ערשטע מאל איך האב געזען אייוועלט איז מיר נישט איינגעפאלן אין ווילדסטן הו"א אז דאס איז א ריינע פלאץ! ס'איז געווען פול מיט השמצות און ביליגע לשונות.
צום שלוס. כ'בין זייט דעמאלט געווארן א היימישע דא, אדרבה צענזורירט, אבער צענזורירט אלעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן.
כבוד הרב אננעמער, אין א זייט געלייגט די גאנצע שקלא וטריא דא, וויסען זאלט איר עס האט מיר בשעתו גאר שארק געשטערט דעם עקלדיגען קבלת פנים וואס בעלי קנאה ושנאה האבען אייך געגעבען דא אויף אונזער וועלטל, גלייבט מיר איך האב אפילו מעורר געווען אן אחראי דערוועגען.
וויל איך נוטצען דעם געלעגענייט אייך צו וועלקאמען דא ביינאינז מאכט אייך באקוועם און איך האף אז איר וועט איינזעהן אז רובא דרובא דא זענען פיינע איידעלע אידען.
- וויכטיג מאכער
- שר עשרים אלפים
- תגובות: 23365
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
א גוטע וואך!
ברוך שכונתי...
איך האב גערעדט מיט איינע פון די אחראים וואס האבן זיך געפארעט מיט יענעם אשכול, איך האב עם געפרעגט צו ער ווייסט וואס די רעדע איז, ער האט געענטפערט אז ער ווייסט, און ער האט געמעקט רעכטס און לינקס אין יענע אשכול, נישט וויסענדיג פונקטליך וואס די מעשה איז דארט, און ווי נאר ער האט געהערט אז דאס איז א גאנצע פאליטיק האטער אוועקגעפיהרט דעם גאנצן אשכול...
און דאס האב איך געשריבן, דער מנהל/אחראי איז נישט קיין מלאך, און אויב קיינער דריקט נישט דעם דוח קנעפל ווייסט ער נישטאז ס'איז א פראבלעם... ער איז נישט באקאנט אין די פאליטיק פון יעדע חסידות.

-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3345
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער
רוב פון די קריטיקירער און אפילו אלגעמיינע חברים דא האבן מסתמא נישט קיין אנאנוג אז איצט מוצאי שבת גלייך נאך זמן איז פארגעקומען עפעס א פראבלעם מיט אונזער וועבזייטל און ארענדער און די אנדערע הנהלה מיטגלידער האבן באלד נאכן זמן זיך גענומען ארבעטן העפטיג דאס צו פאררעכטן און אין גאר א קורצער צייט איז אלעס געווען צוריק אפען אן עפעס זאל זיך דערקענען.
ווען דער סייט זאל ווען זיין אפגעשלאסן אביסל לענגער ווי עס האט למעשה גענומען און עס זאל נישט זיין מוצאי גלייך נאכן זמן, וואלט איך קאנספירירט אז עס איז געווען אונטערגעשטעלט צו צייגן זייער שווערע עבודה....
ווען דער סייט זאל ווען זיין אפגעשלאסן אביסל לענגער ווי עס האט למעשה גענומען און עס זאל נישט זיין מוצאי גלייך נאכן זמן, וואלט איך קאנספירירט אז עס איז געווען אונטערגעשטעלט צו צייגן זייער שווערע עבודה....
- יוסף שרייבער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4571
- זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm
- טייבעלע
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10253
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
- לאקאציע: ביי אלאסקא
איך האב געטראכט קאן זיין מען האט עס אהנגעשטעלט אז עס זאל גיין בלענק אויף שב"ק און עס האט זיך נאכנישט צוריק געכאפט.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com
1teibele@birdlover.com
- DotCom
- שר חמש מאות
- תגובות: 682
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
- לאקאציע: אין גלות
גבריאל האט געשריבן:ב"ה יעצט געוואלט אריינגיין און קאווע שטיבל, און צום ערשטען מאל לאזט מיר נישט מיין K9 , געוואלדיג ב"ה,
kaveshtiebel.com/index.php is blocked because it is currently categorized as:
Newsgroups / Forums
אויב האסטו געוואלט אריינגיין אהין, פארוואס איז עס אזוי געוואלדיג אז עס גייט נישט?

און פארוואס בלאקט נישט k9 אייוועלט, עס גייט דאך אויך אריין אין יענעם קאטעגארי?
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).
וויכטיג מאכער האט געשריבן:אננאמער, די מנהלים זענען נישט קיין מלאכים, און זיי זענען נישט באקאנט מיט אלעס וואס ווער דא געשריבן, ווען איינער עפנט א אשכול איבער א ספר, ער שרייבט ס'איז מזיוף, ווילאנג די מנהל ווייסט נישט אנדערש איז נישטא קיין שום סיבה צו מעקן, ווען די מנהל איז געוואור געווארן אז ס'איז נישט אזוי זיכער אז ס'איז מזיוף, האטער קודם געטוישט קעפל, אבער געלאזט ווייטער לויפן דעם אשכול. ווען דו ביסט אנגעקומען און געזאגט אז ס'דא נאך א זייט צו די מעשה, און סאצעך אנגעפאנגען א קריגעריי, האט מען עס פארשפארט. וואס וואלטן די מנהלים געדארפט טוהן אנדערש?
הבהרה: איך ווייס נישט פון וועלעכע אשכול דו רעדסט, איך שרייב לויט דיין תגובה.
נאדיר, זעה ראה וקדש, אזא מין תמימות...
viewtopic.php?f=54&t=15221
אננעמער האט געשריבן:כ'האב שוין אפאר מאל פרובירט דעם לינק אבער כ'קען נישט אדורך. איז דאס נאר פאר VIP'ס?
אויב איז דאר פאר ווי. איי. פי.'ס אין איהר קענט נישט דארט אהין גיין, איך פאר מיר האב ארויס געפרינט דעם גאנצען אשכול, אלע גירסאות פארן מעקן נאכען מעקן, יאך קען דיר דאס שיקען אויף א פי די עף פייל מיטן רשות פין דער הנהלה.
- הרבטייטעלבוים
- שר האלף
- תגובות: 1687
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
- לאקאציע: שתולים בבית ד'
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:כהאב פראבירט בדוק ומנוסה מען לאזט נישט אהין גיין.
עמכם אנכי בצרה, איי איך בין דער פותח האשכול דארט (לאו דוקא, מען האט נאר אפגעטיילט יענע אשכול און מען האט מיר געלייגט אויבנאן), סתם גנבים............
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
- וויכטיג מאכער
- שר עשרים אלפים
- תגובות: 23365
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:יש להוסיף, איך פארשטיי ניש וואס דו שרייבסט? דו שרייבסט מיר אז וואס? וואס ווילסטו מיט דעם לינק?
לויט פון אייערע ווערטער האב איך פארשטאנען אז די ווייסט נישט פון וועלעכע אשכול דער אננעמער רעט פון, האב איך ארויף געברענגט דעם לינק.
אבער יעצט איז דא וואס טענ'ען דעם "למה נגרע טענה", היתכן מ'לאזט זיי נישט אהין גיין מאכען א חזרה אויף יענעם אשכול.
- וויכטיג מאכער
- שר עשרים אלפים
- תגובות: 23365
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
די אשכול איז אוועקגעפיהרט געווארן נאכדעם וואס ס'האצעך ארויסגעשטעלט איז די אשכול קעניש אנגיין אנדעם וואס מ'זאל זיך ארומקריגן...
איך ווייס נאך יעצט נישט וואס די מחלוקה איז דארט, און איך זעה נישט פארוואס סתם א אחראי וואס ווייסט נישט די אלע פאליטיקס זאל יא וויסן. אין עני קעיס, די פאקט איז "ער האט נישט געוויסט".
איך ווייס נאך יעצט נישט וואס די מחלוקה איז דארט, און איך זעה נישט פארוואס סתם א אחראי וואס ווייסט נישט די אלע פאליטיקס זאל יא וויסן. אין עני קעיס, די פאקט איז "ער האט נישט געוויסט".
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!
- הרבטייטעלבוים
- שר האלף
- תגובות: 1687
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
- לאקאציע: שתולים בבית ד'
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2891
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
- לאקאציע: וויליאמסבורג בריק
בירא דשתית מיניה לא תשדי ביה קלא, מען זיצט דא און מען האט האט הנאה ברויך מען דאנק גיבן פאר די באהערדע פאר צישטעלן אזא שיין פלאץ, און נישט דאס פארקערטע, גראדע האלט איך אז די צענזור מעג זיין אפילו נאך שטרענגער, דא איז געווען א אשכול אויף אן אנדערע ספר אויסער די וואס "אננעמער" האט דערמאנט, א ספר וואס איז י"ל דריי נייע מהדורות, און ס'איז געווען בולט פערזענליכע אטאקעס צוליב חסידות אדשענדעס פון טייל מגיבים, און איך האב דארט נישט אריינגערעדט קיין ווארט צוליב דעם טאקע, און ס'איז נאך יעצט דא וואס צי מעקן דארט, עכ"פ וויפיל קען מען פארלאנגן פון מענטשען וואס פארלאנגן פון מיר גארנישט, אדרבה וויפיל עס איז יא דא איז אלצדינג אן אמת'ע הנאה, חזקו ואמצו.
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נודניק און 9 געסט