'נייגעריג' גייט לאנדען אויף מארס!!

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11892
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

'נייגעריג' גייט לאנדען אויף מארס!!

תגובהדורך געלעגער » זונטאג אוגוסט 05, 2012 12:09 pm

'נייגעריג' גייט לאנדען אויף מארס!!

שוין אכט חדשים וואס דער איין טאנ'יגע נייגעריג 'curiosity' דרייט זיך אונעם חלל און מאכט זיך גרייט אויסצופירן זיין מיסיע פון לאנדן אויף מארס און ברענגען פון דארט לעבעדיגע אינפארמאציע איבער וואס דארט טוט זיך און האט זיך געטון, און צו ס'איז דארט אמאל געווען א לעבנס צייכן.

די אקציע גייט קומען צו איר דערגרייכונג מארגן פארטאגס איינסע צייט, דעמאלטס וועט זיין די טאטש דאון, די סייענטיסטן דא זאגן אז דאס איז די שווערסטע לאנדונג וואס זיי האבן נאר אמאל געהאט. די גרעסטע פראבלעם איז אז פונעם לאנדען ביז מען גייט וויסן צו אלעס איז אקעי וועט נעמען בערך פערצן מינוט. דאס איז ווי לאנג אינפארמאציע זאל טרעוולען פון די ספעיס ביז אונזער וועלטל און דאס גייט זיין די מערסטע אנגעצויגענסטע שעות פאר די סייענטיסטן. מען גייט קענען מיטהאלטן לייוו די לאנדונג איבעראל.

http://cnet.com/news/watch-nasas-live-c ... g/57486458

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:52 pm

כאב זיך געווינדערט וואס די גאנצע טאראראם איז, יעצט ווערען מיר געואיר אז עס איז פשוט א קנאה-שנאה צווישען די צוויי נייע מנהלים א גרינע מיט א רויטע און אזוי ווי ביי אונז חסידים איז גרין גובר האט ליידער געלעגער אויסגעפירט און געשיקט מיין באליבטע זייער נייגעריג זיך אויסלופטערן אויף מארס.

איך זאג ענק דער המן וויל אונז סתם דערשרעקען דרייט ער א קאשע אז זייערל וועגט עפעס א טאן , ער וויל עם סתם אויפבלאזען צו סאונדען ספוקי ביודעי קען איך מעיד זיין אז זייערל היקר איז א דינטשיק טייערער יוגערמאנטשיקעל ער איז גאר ווייט פון א טאן!

סתם שיסט ער שקרים אז ער גייט זיין אנגעצויגען שעות, גלייבט עם נישט קיין ווארט ער גייט מאכען א גרויסע לחיים עז סואן ווי די לאנדונג געשענט,פרעג איך אייך קען מען דאס צולאזען בשאט נפש? נאכדערצו ווען מיר ווייסען נישט צו הרב נייגעריג וועט בכלל האבען עקסעס צו אייוועלט דארט, שומו מארס!

זאג די גרויזי.. אוי געלעגער האסט נישט געקענט טרעפען ערגעץ נענטער? כליפ כליפ איך קען מיך נישט בארויהיגען, ביטע זעהר דריגענד ווער עס האט קאנעקשאנס מיט די הויכע פענסטער (אולי וויכי יר"ה) ביי נאסא זאל פליז טוהן א מצוה גדולה און זעהן צו מען קען דעם גרויזאמען אורטייל אפהאלטען אין די לעצטע מינוט! עסקנים זיטצען גרייט אויפצונעמען פעטיציעס.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4475
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג אוגוסט 05, 2012 2:02 pm

איצט מאכסטו מיר נייגעריג, וואס איז דאס? ווער האט דאס ארויפגעשיקט? איז דאס די ערשטע מאל וואס מ'לאנדעט דארט?

שמועס עס אויס אביסל ברייטער.

שרייבער; עס איז אין נייעס פארום.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » זונטאג אוגוסט 05, 2012 2:05 pm

רב פליגעל אויב האסטו נאך אן דיין תשעה באב מאסקע להוי ידוע לך אז עס איז שוין חמשה עשר באב, שמייכעל דיך אויס דיין חלק און גיי ווייטער.

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » זונטאג אוגוסט 05, 2012 2:09 pm

גאר א אינטערעסאנטע וידיאו ווי אזוי עס דארף אויסזעהן די 'זיבן מינוט פון טעראר' ד"ה פון ווען עס קלאפט זיך אן אין די אטמאספערע פון מארס ביז עס לאנדעט.

עס איז גאר א קאמפליצירטע און אינטערעסאנטע לאנדונג.

http://space.brevardtimes.com/2012/08/n ... es-of.html
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » זונטאג אוגוסט 05, 2012 2:12 pm

דא וועט מען קענען מיטהאלטן לייוו פון 10:30 היינט נאכט.

http://news.cnet.com/8301-11386_3-57486 ... r-landing/
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » זונטאג אוגוסט 05, 2012 2:12 pm

יוסל נאדיר ;l;p-
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » זונטאג אוגוסט 05, 2012 2:26 pm

טענקס מר. מאנעלע כ'בין דא כשושנה בין החוחים כ'מיין כשמייכעל בין הנייעס און דיין גרינע וואס דו האסט געלקחנט פון דעם זויערען פליגל איז מיר מחזק.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג אוגוסט 05, 2012 2:33 pm

שוטה האט געשריבן:גאר א אינטערעסאנטע וידיאו ווי אזוי עס דארף אויסזעהן די 'זיבן מינוט פון טעראר' ד"ה פון ווען עס קלאפט זיך אן אין די אטמאספערע פון מארס ביז עס לאנדעט. עס איז גאר א קאמפליצירטע און אינטערעסאנטע לאנדונג.
http://space.brevardtimes.com/2012/08/n ... es-of.html


יו טוב איז נישט ערלויבט דא, און רוב אידן שותומ"צ קענען עס נישט זען,

+++++

מאנ-יימער האט געשריבן:יוסל נאדיר ;l;p-

גם אני מצטרף,

+++++

ייש"כ געלעגער,

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » זונטאג אוגוסט 05, 2012 10:41 pm

שוטה האט געשריבן:דא וועט מען קענען מיטהאלטן לייוו פון 10:30 היינט נאכט.

http://news.cnet.com/8301-11386_3-57486 ... r-landing/

יעצט זעה איך אז זיי שרייבן אז ס'הייבט זיך אן 11:30.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » זונטאג אוגוסט 05, 2012 10:54 pm

דאס זעהט אויס צו זיין א בעסערע לינק.

http://www.nasa.gov/multimedia/nasatv/index.html
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11892
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 12:26 am

אויב גייט דאס פייפן -און די שאנסן זענען זייער גרויס- מיינט דאס 2.5 ביליאן דאלער אראפגעפלאשט

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:19 am

קוקט אויס א גרויסער עולם האלט עס מיט
http://www.ustream.tv/nasajpl
140177 Current views
3.9 M Total
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:22 am

ס'ווערט נענטער..
צוגעלייגטע
Rover.JPG
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:27 am

MarsCuriosity Entering Mars' atmosphere. 7. Minutes. Of. Terror. Starts. NOW. #MSL
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11892
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:28 am

דערווייל זעהט עס אויס גוט! אבער געדענקט, פון ווען עס לאנדעט ביז מיר וועלן וויסן די רעזולטאטן נעמט בערך פיפצן מינוט

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:30 am

Parachute deployed! Velocity 900 mph. Altitude 7 miles. 4 minutes to Mars! #MSL
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:31 am

Heatshield separation. Next up: Radar must lock on ground #MSL
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:32 am

געלונגען!!
מ'טאנצט און שפרונגט..


MarsCuriosity I'm safely on the surface of Mars. GALE CRATER I AM IN YOU!!! #MSL
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:33 am

מי שלא ראה שמחה זו...
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:35 am

ס'איז שוין אנגעקומען א פיקטשער.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:36 am

די אויבענדערמאנטע טוויטס קומען פון אים אליין..
https://twitter.com/MarsCuriosity

די נייעס איבער די שיסעריי איז נאך אלץ איין העכער דעם אויף גוגל נייעס..
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:37 am

שוטה האט געשריבן:ס'איז שוין אנגעקומען א פיקטשער.
צוגעלייגטע
Mars.JPG
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:38 am

נו וואס איז יעצט?

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:45 am

צים פינטעל האט געשריבן:נו וואס איז יעצט?

זעהסטו כאטש ווי דיין טעקס גייט..
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: 022950, farmer, Mister, אזוי וויל איך, בשבילי נברא, היכלי, ורחץ, חלה לכבוד שבת, כלל וכלל, פישל, שופר, שטילער און 80 געסט