וויפיל טבילות טובל'ט איר זיך

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
dell
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 19, 2012 2:17 pm

וויפיל טבילות טובל'ט איר זיך

תגובהדורך dell » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 11:31 pm

גייענדיג אין מקוה זעט מען אידן טובל'ן זיך יעדער מיט זיין אייגנארטיגן סדר. איינער מער איינער ווייניגער. וויפיל טובל'ט איר זיך? און אויב מעגליך געבן א סיבה פארוואס איר טובל'ט זיך אזויפיל מאל

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11845
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 11:32 pm

איך פלעג מיך טובל'ן 3 [דאס איז א אידישע נומער, חזקה, אויך אין יו"ד ח"ב פירט מען זיך אזוי], ביז איך האב געהערט וועגן ד' טבילות כנגד ד' אותיות הוי"ה.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 11:42 pm

איך האב שטענדיג כוונות און בקשות, און איך טובל זיך ביז אלעס איז אויסגעבעהטן....
הפך בה והפך בה דכולה בה!

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

ב' פעמים

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 11:46 pm

וז"ל המגיד הקדוש מטריסק בספרו "מגן אברהם" (לפסח ד"ה מה נשתנה):
"וכמו שידוע שהכוונה הפשוטה של הטבילה שיטבול עצמו ב' פעמים, ויכוין בטבילה הראשונה להסיר ממנו בגדים הצואים, ובטבילה שני' יכוין להמשיך עליו לבושים הקדושים"
עיי"ש באריכות

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 11:48 pm

שמעק_טאביק האט געשריבן:איך האב שטענדיג כוונות און בקשות, און איך טובל זיך ביז אלעס איז אויסגעבעהטן....

און וואס טוט זיך מיט סוף זמן תפילה? נאר א וויץ, כ'האב אויך א גאנצע ליסטע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 11:51 pm

לכאורה האט געשריבן:איך האב געהערט וועגן ד' טבילות כנגד ד' אותיות הוי"ה.

אלץ בחור האט מיין ראש ישיבה געזאגט דעם זעלבן טעם און צוגעלייגט אז מיט יעדן טאג וואס מ'טובל'ט זיך דעם סכום און מ'האט אינזין ביי יעדע טבילה קעגן דעם אות הייבט די שם אן צוביסלעך צו לייכטן,
(איך זאג נישט ווי ס'האלט היינט..)
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 11:57 pm

leiby האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:איך האב געהערט וועגן ד' טבילות כנגד ד' אותיות הוי"ה.

אלץ בחור האט מיין ראש ישיבה געזאגט דעם זעלבן טעם און צוגעלייגט אז מיט יעדן טאג וואס מ'טובל'ט זיך דעם סכום און מ'האט אינזין ביי יעדע טבילה קעגן דעם אות הייבט די שם אן צוביסלעך צו לייכטן,
(איך זאג נישט ווי ס'האלט היינט..)

אזוי ווי דיין "עוועטאר"?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:06 am

לכתחילה!!!

;l;p- ;l;p- ;l;p-

אלץ דעם ריכטיגן ווערטל..!! :lol: :lol:
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:33 am

איך אויך טובל מיר דריי מאהל
און מיין כונה איז צו זיין ווי שנעל מעגליך אינדרויסען....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:34 am

שמעק_טאביק האט געשריבן:איך האב שטענדיג כוונות און בקשות, און איך טובל זיך ביז אלעס איז אויסגעבעהטן....
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
צוקער זיס
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2012 4:39 pm

תגובהדורך צוקער זיס » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:30 pm

מיין ראש הישבה פלעגט אלטס זאגן מען דארף אינזין האבן ביי די מקוה אריין אוון ארויס
יעדער מאכט פרייליך אין שטוב איינער ווען ער קומט אריין, און איינער ווען ער גייט ארויס

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:44 pm

3
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 11:03 am

אין שער המלך שטייט דאס אפילו ווער עס קען נישט מאכען קיין ש"י (כמנין קר"י) טבילות ערב יוה"ק, זאל כאטש מאכען זעכציג, כדי טיפות זאלען ווערן בטל בששים. אויב דאס איז אויך צו שווער זאל ער מאכען פיהר, יעדעס איינס צו א צווייטע ריכטונג און ביי יעדע אינזינען האבען נאך אן אות פונעם שם הוי"ה ב"ה.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 11:31 am

אנ'אינטערעסאנטע ידיעה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 11:38 am

ערגעץ אינמיטן זומער האב איך געהערט ביי א פרק פארלערנען בשם איינע פון די בעלזע רביים צו טובל'ן פאר יעדע קינד.

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 11:38 am

אדמו"ר ר' נפתלי מבאבוב זצוק"ל האט א תקופה (נאך פאר'ן ווערען רבי) געגאנגען אין סיגוט'ר מקוה ווען איינער האט איהם געפרעגט פארוואס ער גייט מער נישט אין באבוב האט ער געענטפערט אז לעצטענס האט איינער געפרעגט פארוואס יענע וואך האט ער זיך געטובלט דריי מאהל און היינט פיר וכו', זאגט ער איך האב נישט קיין כוונות און נישט קיין חשבונות, זייט'ס מיר געזונט און קוקטס מיר נישט נאך....

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 11:56 am

כדרכו בקודש
אזוי גאר באהאלטען
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:01 pm

געווענטליך טובל איך מיך 3 מאל ווייל אזוי האט מיין טאטע מיך אויסגעלערנט, און ערש"ק נאך א טבילה לכבוד שבת, און א יארצייט פון א צדיק אדער משפחה נאר א טבילה לע"נ, אבער געווענטליך בין איך נישט און וואסער קיין 60 סקונדעס,

אזא טאג ווי היינט וואס די מקוה האט אויסגעקוקט ענדיש ווי א טשיקען זופ בין איך געגאנגען א קאלטע (עס איז געווען זייער קאלט אבער זויבער) אסאך מאל שפיר איך ווי איך גיי ברעכן ווען איך זעי די מקוה וואסער
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1156
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:07 pm

אמאל געהערט א מעשה, איך ווייס נישט ווי קראנט עס איז
אין בעלזא האט מען נישט געטוישט דאס וואסער מיום כפורים זה עד יום כפורים הבא

האט דער בעלזער רב (מהרי''ד) אמאל געהערט ווי א איד זאגט אויף די מקוה וואסער 'עס שמעקט' [איך געדענק שוין נישט פונקטלעך וועלכע לשון ער האט געניצט]
האט זיך דער בעלזע רב אנגערופן די מקוה שמעקט? די שמעקסט!

וכך הוה עס איז געגאנגען א ריח ניחוח פון דעם איד
איז ער געקומען צום בעלזער רב.
האט איהם דער בעלזע רב געזאגט
די איינציגסטע עצה איז, ער זאל גיין אין מקוה ערב יוכ''פ, [ווען די וואסער איז שוין מסתמא פארגליווערט] און אויסטרונקען א גלאז וואסער פון די מקוה וואסער, וועט די ריח אוועקגיין
וכך הוה
[איך נעם נישט קיין אחריות אויף די מעשה, איך דערצייל עס נאר כפי המונח בזכרוני מזמן רב]

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:11 pm

ווי באקאנט גייען די ליטאים אין מקוה בלויז ערב יום כיפור.

מען דערציילט אז א לוטוואק איז אריינגעקומען ערב יום כיפור אין מקוה, האט ער זיך אנגערופן "פאראיאר איז די מקוה געווען ווארעמער"...

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:38 pm

דרךהמלך האט געשריבן:אמאל געהערט א מעשה, איך ווייס נישט ווי קראנט עס איז
אין בעלזא האט מען נישט געטוישט דאס וואסער מיום כפורים זה עד יום כפורים הבא

האט דער בעלזער רב (מהרי''ד) אמאל געהערט ווי א איד זאגט אויף די מקוה וואסער 'עס שמעקט' [איך געדענק שוין נישט פונקטלעך וועלכע לשון ער האט געניצט]
האט זיך דער בעלזע רב אנגערופן די מקוה שמעקט? די שמעקסט!

וכך הוה עס איז געגאנגען א ריח ניחוח פון דעם איד
איז ער געקומען צום בעלזער רב.
האט איהם דער בעלזע רב געזאגט
די איינציגסטע עצה איז, ער זאל גיין אין מקוה ערב יוכ''פ, [ווען די וואסער איז שוין מסתמא פארגליווערט] און אויסטרונקען א גלאז וואסער פון די מקוה וואסער, וועט די ריח אוועקגיין
וכך הוה
[איך נעם נישט קיין אחריות אויף די מעשה, איך דערצייל עס נאר כפי המונח בזכרוני מזמן רב]

איך ווייס נישט אויב די מעשה איז אמת אדער נישט, אבער ס'שמעקט נישט גוט...

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 1:01 pm

מיין מגי"ש אין ישיב"ק האט דערציילט אז אין בעלז פלעגט מען טוישן דאס וואסער טאקע ערב יום כיפור, און בעלזער רב (איך געדענק נישט וועלכע) פלעגט זיך אויסשווענקען דאס מויל יעדן טאג מיט די מקוה וואסער
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 1:05 pm

געזעהן אמאל ערגעץ (כמדומני אין איינער פון ספרי ר' אהר'לע ראטה - שומרי אמונים) טובל'ן איינמאל לתוספת טהרה, איינמאל להעביר בגדי חול און איינמאל להמשיך בגדי שבת. בעת הצורך קומט נאך א טבילה ביים אנהייב לטהרה.

ערב יוה"ק האב איך געזעהן דער באבוב'ער רב ז"ל (מהר"ש) זיך טובל'ן זעקס מאל.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5512
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 1:12 pm

עס איז דא מקורות אויף
3
4
7
14
60
310
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1341
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:06 pm

מעשה שהיה:
איך קום אריין אין מקוה, סע געווען אביסל אסאך ווייניג פלאץ.

זיצט דארט א יוד עלטער ווי מיר היפש. ער ווייזט מיר איך קען זיך זעצן נעבן אים.
נישט אז לעבן אים איז געווען אסאך פלאץ - נאר ער זאגט מיר:

די גאנצע מקוה איז נאר איין יוד זאל מאכן פלאץ פאר א צווייטן.

סע מיר אריין אין די ביינער!
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט