"קול מבשר בולעטין" נייעס באקומען אויף טעקסט?

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

"קול מבשר בולעטין" נייעס באקומען אויף טעקסט?

תגובהדורך גרויזאמער » דינסטאג נובעמבער 13, 2012 2:05 pm

איך האב מיך לעצטנס געכאפט אז ווען איך האב א ליידיגע מינוט קאל איך קול מבשר און איך מיש אויף צום בולעטין צו הערן צו עס איז דא עפעס הייסע נייעס. ותוצאותיו מי ישירנה, ווען זייער אסאך מאל איז גארנישט דא קיין נייעס, ונמצא הזמן נתבטל רח"ל.

פארוואס זאל נישט זיין א טוויטער גרופע בלויז פאר אזאלכע סארט נייעס?

עס זענען שוין דא גרופעס פאר אלע סארט נייעס אריינגערעכנט היימישע, אבער איך רעד פון "בלויז" נייעס וואס אינטערסירט פארן היימישע ציבור, ובזמן האמת, אז מען זאל דאס קענען באקומען אויף טעקסט. (און מעגליך געשריבן אויף די אידישע שפראך).
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דינסטאג נובעמבער 13, 2012 2:11 pm

די 15 סעקונדע אדווערטייזמענט וואס מ'קען נישט איבערהיפן איז רוב מאל מער ווי 140 קרעקטערס. פארוואס זאלן מענטשן צאלן פאר אדווערטייזמענטס ווען מ'שיקט די נייעס אין טעקסט מעסעדזשעס?

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11280
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג נובעמבער 13, 2012 2:24 pm

רוב נייעס אויפן בולעטין איז נישט אינטערסאנט

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4577
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג נובעמבער 13, 2012 3:30 pm

און פון ווי די העק ברויך איך וויסן אז מאשקע, גרויזי און אזש גאר טריאו האבן באשלאסן אריינצישפאצירן אין קרעמל? נאכא מזל...
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » דינסטאג נובעמבער 13, 2012 3:37 pm

גרויזאמער האט געשריבן:איך האב מיך לעצטנס געכאפט אז ווען איך האב א ליידיגע מינוט קאל איך קול מבשר און איך מיש אויף צום בולעטין צו הערן צו עס איז דא עפעס הייסע נייעס. ותוצאותיו מי ישירנה, ווען זייער אסאך מאל איז גארנישט דא קיין נייעס, ונמצא הזמן נתבטל רח"ל.


אייגענטליך וואס גייט דיר אן אז א ליידיגע מינוט ווערט נתבטל?

און אז דו האסט שוין יא א ליידיגע מינוט (מאכצעך אפט?) וואס קומסטע נישט דא אריין אפטער?
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג נובעמבער 13, 2012 3:44 pm

וואס מיינסטע יעדע ליידיגע מינוט איז דען אויך נישט אויסגערעכנט?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג נובעמבער 13, 2012 3:46 pm

אז מ'רעדט שוין. וואלט אפשר געווען א גוטע פלאן אז קול מבשר זאל שיקן א טוויט יעדעס מאל ער אפדעיט די בולעטין אפטיילונג (אדער קען ער האבן א טוויטער אויף יעדע אפטיילונג באזונדער און שיקן א טוויט יעדעס מאל יענע אפטיילונג ווערט געאפדעיטעט און יעדער וועט פאולאוען די חלק וואס ער גלייכט) אזוי ארום וועט גרויזאמער'ס ליידיגע מינוט נישט גיין ליידיג און ער וועט נאר אריינרופן נאכן ערהאלטן א טוויט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2684
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג נובעמבער 13, 2012 3:57 pm

3x0 האט געשריבן:די 15 סעקונדע אדווערטייזמענט וואס מ'קען נישט איבערהיפן איז רוב מאל מער ווי 140 קרעקטערס. פארוואס זאלן מענטשן צאלן פאר אדווערטייזמענטס ווען מ'שיקט די נייעס אין טעקסט מעסעדזשעס?

איך מיין אז פארן ציהל וואס גרויזאמער וויל, איז גענוג אז די טעקסט זאל זיין בערך אזוי Hey Sean, be aware, there's a new bulletin news going on,. make sure to listen asap."

צייטליך'ס איידיע איז מער וויניגער וואס איך זאג, אביסל בעסער נאך.

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דינסטאג נובעמבער 13, 2012 3:58 pm

אויב שוין יא שיקן מעסעדזשס, וואלט איך ענדערש געוואלט אז מ'זאל קענען באקומען אויף טוויטער די גאר אינהאלטסרייכע און באלערנדע אינטערוויוס פון די אידישע ווינקל אויף נומער 4...

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » דינסטאג נובעמבער 13, 2012 4:01 pm

אז מ'שרייבט שוין. אפשר זאל דער מר. קול מבשר עפענען א ניק דא, און עפענען א אשכול ווי ער וועט אפדעיטן ווען ער אפדעיט די אפדעיטס ביי די אפדעיט אפטייל... אופס... ביי די בולעטין אפטיילונג. אזוי ארום וועט מען וויסן ווען עס ווערט געאפדעיטעט, און ווי אויך וועט זיך דער גרויזיגער גרויזאמער זיך מער דרייען דא.
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג נובעמבער 13, 2012 4:07 pm

אויף יופאק (ע"ה) פלעגט צו זיין א גרופ וואס האט אפדעיטעד יעדעס מאל וואס קול מבשר האט צוגעלייגט א נייעס צום בולעטין אפטיילונג
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דינסטאג נובעמבער 13, 2012 4:09 pm

פון קול סאטמאר באקום איך די טוויטס פון זייער ארץ ישראל אפטיילונג בקיצור, סך הכל ברענגט עס נאר איך זאל אריינרופן צו הערן פונקטליך וואס ס'גייט פאר, לויט דעם וועט אים עס צוברענגן ביזנעס.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » דינסטאג נובעמבער 13, 2012 4:09 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:רוב נייעס אויפן בולעטין איז נישט אינטערסאנט

כ'מיין ער רעדט פון די אדווערטייזמענטס, פארוואס זאל מען דארפן אריינקאלן יעדע 5 מינוט טשעקן צו ס'איז דא א נייע אינטערעסאנטע אדווערטייזמענט?

אוועטאר
country
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 07, 2012 12:53 am
לאקאציע: אין בהימ"ד

תגובהדורך country » דינסטאג נובעמבער 13, 2012 5:02 pm

טראנספארט האט געשריבן:אז מ'שרייבט שוין. אפשר זאל דער מר. קול מבשר עפענען א ניק דא, און עפענען א אשכול ווי ער וועט אפדעיטן ווען ער אפדעיט די אפדעיטס ביי די אפדעיט אפטייל... אופס... ביי די בולעטין אפטיילונג. אזוי ארום וועט מען וויסן ווען עס ווערט געאפדעיטעט, און ווי אויך וועט זיך דער גרויזיגער גרויזאמער זיך מער דרייען דא.



נו אפשר רעדסטו צי הרב זלמן ווידער? -קען גאר זיין ער האלט דא אלעס מיט!
[ער גנבעט דאך אסאך פין דא,ניין?]
"keep climbing,that's one fight you won't regret"

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » דינסטאג נובעמבער 13, 2012 7:05 pm

און אז מ'רעדט שוין, (וואס?) און עס האנדלט זיך פון טוויטס,
ווען וועט שוין זיין מעגליך צו הערן הרב זלמן'ען אן ליין? א שטייגער ווי חב"ד.אינפאו
די טעלפאון וויל איך נישט ניצן דערפאר.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
country
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 07, 2012 12:53 am
לאקאציע: אין בהימ"ד

תגובהדורך country » דינסטאג נובעמבער 13, 2012 7:11 pm

ספאסט דיך שוין נישט צי ניצען א פשוטע טעלעפאון?
"keep climbing,that's one fight you won't regret"

לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

תגובהדורך לב טוב » דינסטאג נובעמבער 13, 2012 8:24 pm

דוכט זיך אז זיין טוויטער אקאונט איז KolMavaser@ אבער עס ווערט נישט געהעריג אפדעיטעט.
מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » מיטוואך נובעמבער 14, 2012 8:30 am

די עיקור מיינט ער דאך ביזנעס, אין ער קען ווייזן פאר א קאסטעמער אז ער האט געהאט לעצטע חודש צוויי הינדרעט טויזענט קאלס (אינטערגעשאצט?) קען ער גרינגער צירעדן א מענטש, סא אויס גייט ער שיקן טוויטס וועט גרויזימער אין זיינס גלייכן נאר קאלן ווען ער האט נייעס, אין זעהט אויס אז עס דא אסאך מענטשן וואס זענען אין גרויזימער'ס מצב אין קאלן יעדע פאר מינוט אזוי איז אים ממש א שאד צי שיקן טוויטס.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך נובעמבער 14, 2012 10:25 am

איך פארשטיי נישט אזוי גוט די תאוה פון האבן אסאך נאכשלעפערס אויף טוויטער, אבער איך בין זיכער אז איינער וואס וועט האבן אזא אקאונט וועט האבן אסאך נאכשלעפער.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מיטוואך נובעמבער 14, 2012 11:47 am

מייקראסאפט האט געשריבן:אין ער קען ווייזן פאר א קאסטעמער אז ער האט געהאט לעצטע חודש צוויי הינדרעט טויזענט קאלס (אינטערגעשאצט?)

פער חודש? שטארק אונטערגעשאצט.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מיטוואך נובעמבער 14, 2012 11:51 am

עס זענען דא עטליכע קול מבשר טוויטער גרופס (פארשידענע ספעלינגס), כמובן האט קיין איינע פון דעי נישט קיין שייכות מיט הרב מבשר. דאס איז די ארבעט פון בחורים אדער אינגעלייט וואס זענען אויף אנעמפלוימענט.. און ווי עס שיינט האבן זיי שוין חתונה געהאט אדער אנגענומען א דשאב.

עס איז יעדנס רעכט צו עפענען אזא אקאונט און עס אפדעיטן, און ווי גרויזי זאגט, ער וועט האבן די הנאה פון פילע פאללאוערס...

נו! ווער נעמט עס?
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2604
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך נובעמבער 14, 2012 12:00 pm

שמחה פעלדער אויף א אינטערוויוא אויף קולמע, לויבט אויס די ליניע אלץ איינציגסטע כשר'ע ליין, און וועגן די פאפולערקייט דערפון זאגט ער אז ווי ער גייט צו אין לעיקוואד צו ערגעץ אנדערש הערט עס די עולם...
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך נובעמבער 14, 2012 12:09 pm

פריילאך האט געשריבן:שמחה פעלדער אויף א אינטערוויוא אויף קולמע, לויבט אויס די ליניע אלץ איינציגסטע כשר'ע ליין,


איך בין העפי פאר קול מבשר, שמחה האלט אז עס איז א די איינציגסטע כשר'ע האטליין, וואס איז זיין מיינוג ביי אנדערע וויכטיגע תורה'דיגע נושאים?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך נובעמבער 14, 2012 12:12 pm

דאס איז א וויכטיגע תורה'דיגע נושא?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מיטוואך נובעמבער 14, 2012 12:14 pm

שנאפס האט געשריבן:דאס איז א וויכטיגע תורה'דיגע נושא?

;l;p-
דער נושא געהער אויסשליסליך פאר די ובחרת בחיים פראקציעס ודומיהם.
רבינו שאג בקול גדול וגו'


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט