בוך: דער אייביגער פאלק

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

עם הארץ
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am
לאקאציע: נישט ביי זיך

בוך: דער אייביגער פאלק

תגובהדורך עם הארץ » זונטאג אוקטובער 21, 2012 6:50 pm

עס איז גאר ווינדערליך און אינטרעסאנט ווען מען פארטיפט זיך אביסל אין אונזער רייכע היסטאריע און מען הייבט אן צו זעהן אז אידישע היסטאריע איז נישט א זאך וואס איז געוועהן א מאל, נאר עס איז אוממעגליך צו פארשטיין א גמרא מיט די נושאי כלים און ארויסהאבן די גאנצע פיקטשער אן דעם וואס מען זאל האבן א באקאנטשאפט אין היסטאריע, צו וויסן אז א משנה ברורה קען נישט שרייבן אנדערש ווי א רי"ף און א תרומת הדשן קען זיך נישט קריגן מיט א רמב"ם, וכדו' דארף מען וויסן די השתלשלות הדורות פון די ראשונים, בעלי התוספות, פוסקים וכדו'.
ווי אויך באקומט מען א חביבות צו תורה און אידישקייט ווען מען זעהט די געוואלדיגע מסירת נפש וואס די גרויסע ריזן די ראשונים און גאונים האבן געהאט צו לערנען און איבערגעבן די תורה אין די שווערסטע אומשטענדן אונטער די טונקעלע יארן פון מיטלאלטער, קרייצצוגן, גזירת נ"ח, רינדפלייש, איך בין אייביג געוועהן אינטרעסירט אין די ידיעות און איך האב געזעהן עס איז יעצט ארויסגעקומען א בוך וואס באשרייבט דאס אלעס מיט זייער א שיינע שפראך און אינטרעסאנט צו ליינען עס הייסט "דער אייביגער פאלק" איך בין געווארן זייער אימפרעסט דערפון און עס קען זיין עס איז דא נאך וועלכע וועלן קענען דערפון הנאה האבן.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג אוקטובער 21, 2012 7:42 pm

א הערליכער ספר׳ל באמת.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » מאנטאג אוקטובער 22, 2012 1:09 am

זייער שיין רייך און באלערנד
במחילת כבוד המו״ל בעט איך אנצונעמען איין קריטיק נאר, דאס וואס ער נוצט אידישע דאטומס אין נומערן ( לדוגמא רש״י איז געבוירן 4800 אנשטאט ד״א ת״ת) האט מיר שרעקליך צומישט. זייענדיג צוגעוואוינט דרייסיג יאר צו ליינען אין יעדע אידישע ספר די היסטארישע דאטומס אין אותיות א״ב, איך האב נישט געקענט זיך קאנצעטרירן אויף די יארן און געמוזט באשליסן מעלים עין צו זיין.

דער ביכל איז ווערט יעדע דאלער און זייער וויכטיג פאר קינדער בפרט

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מאנטאג אוקטובער 22, 2012 1:20 am

עם הארץ האט געשריבן:עס איז גאר ווינדערליך און אינטרעסאנט ווען מען פארטיפט זיך אביסל אין אונזער רייכע היסטאריע און מען הייבט אן צו זעהן אז אידישע היסטאריע איז נישט א זאך וואס איז געוועהן א מאל, נאר עס איז אוממעגליך צו פארשטיין א גמרא מיט די נושאי כלים און ארויסהאבן די גאנצע פיקטשער אן דעם וואס מען זאל האבן א באקאנטשאפט אין היסטאריע, צו וויסן אז א משנה ברורה קען נישט שרייבן אנדערש ווי א רי"ף און א תרומת הדשן קען זיך נישט קריגן מיט א רמב"ם, וכדו' דארף מען וויסן די השתלשלות הדורות פון די ראשונים, בעלי התוספות, פוסקים וכדו'.
ווי אויך באקומט מען א חביבות צו תורה און אידישקייט ווען מען זעהט די געוואלדיגע מסירת נפש וואס די גרויסע ריזן די ראשונים און גאונים האבן געהאט צו לערנען און איבערגעבן די תורה אין די שווערסטע אומשטענדן אונטער די טונקעלע יארן פון מיטלאלטער, קרייצצוגן, גזירת נ"ח, רינדפלייש, איך בין אייביג געוועהן אינטרעסירט אין די ידיעות און איך האב געזעהן עס איז יעצט ארויסגעקומען א בוך וואס באשרייבט דאס אלעס מיט זייער א שיינע שפראך און אינטרעסאנט צו ליינען עס הייסט "דער אייביגער פאלק" איך בין געווארן זייער אימפרעסט דערפון און עס קען זיין עס איז דא נאך וועלכע וועלן קענען דערפון הנאה האבן.

נו ביסט כאטשיג געווארן אויס ״עם הארץ״ דערפון? :lol:

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מאנטאג אוקטובער 22, 2012 8:59 am

עם הארץ האט געשריבן:ווי אויך באקומט מען א חביבות צו תורה און אידישקייט ווען מען זעהט די געוואלדיגע מסירת נפש וואס די גרויסע ריזן די ראשונים און גאונים האבן געהאט צו לערנען און איבערגעבן די תורה אין די שווערסטע אומשטענדן אונטער די טונקעלע יארן פון מיטלאלטער, קרייצצוגן, גזירת נ"ח, רינדפלייש,

מה זה?

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מאנטאג אוקטובער 22, 2012 9:37 am

איך האב מיך איינגעהאנדלט דעם ספר און זיך פארטיפט דערין, איך האלט אצינד ביי די קאפיטל פון ארבעה שבויים.

עס איז באמת בעטעמט און געשמאק צום ליינען, און איך רעקאמענדיר עס שטארק פאר חובבי היסטאריע.

אבער איך מוז שרייבן קריטיק אויך, עס שמעקט שטארק "טרענסטלעטיש" (איבערגעטייטשט צו איבערגעשריבן) פון ערגעץ אנדערש. עס זענען דא דארט פילע זאכן וועלכע ווערן דערמאנט דארט אינמיטן כאילו איך דארף שוין האבן געוואוסט דערפון פארדעם.

א קליינע ביישפיל ווי ער רעדט פון תקופת הגאונים ווי אינמיטן ווערט דרך אגב אריינגעברענגט די פערסישע אימפעריע וועלכע האט זיך געשלאגן מיט די דערנעבנדיגע .... אימפעריע (די מערב זייט אפגעטיילטע פון די רוימישע אימפעריע - איך געדענק נישט די ווארט). בעת ער צולייגט אזוי גוט די צוויי רוימישע אפגעטיילטע מיט שיינע הקדמות, וויאזוי שרייבט ער גארנישט פון די פערסישע אימפעריע בעפאר? ווער זענען זיי? וואס איז זייער היסטאריע?

דאס איז נאר א קליינע ביישפיל. אינמיטן די ספר דערמאנט ער כמה פעמים אזוי דרך אגב זאכן וואס איך האב נישט קיין מושג וואס זיי זענען - און עס איז א שטארקע ספק אויב די מחבר אליינס ווייסט יא. ער מוז נישט וויסן, אבער דאס איז א קרענק פון פילע שרייבער היינט, און עס רעגט אויף די ליינער, מען דערמאנט זאכן "דארט איז דאך געווען די באקאנטע בלא בלא" - דער "דאך" קען אראפגיין, און אויב דו שרייבסט וועגן דעם ענין, זיי מוחל זיי מסביר וואס עס מיינט. אז דו ווייסט נישט דערמאן עס בכלל נישט. דו ווייסט גאנץ גוט אז דער ספר צו באשרייבונג איז געאייגנט מסביר צו זיין פאר מענטשן וואס ווייסן גארנישט, און דו מאכסט שפירן דעם ליינער ווי א גרויסע נער, ווייל עס מאכט אויסזעהן כאילו דאס דארף ער שוין לאנג צו וויסן פון כיתה גימל.

זעה נאך א ענליכע פאל דא
viewtopic.php?p=427665#p427665

נאך א זאך, איך רעקאמענדיר שטארק עס צו ליינען באגלייט מיט א היינטיגע מאפע פון אייראפע-אזיע, א זאך וואס דער מחבר וואלט געמעגט צושטעלן.

אבער דאס איז אלעס נאר "קאנסטראקטיוו קריטיסיזם", ווייל דער ספר איז ווערד א געוואלדיגע באגריסונג.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13262
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג אוקטובער 22, 2012 10:09 am

אויפריכטיג האט געשריבן: , רינדפלייש
מה זה?
בשנת 1298 למספרם יצא אציל בשם רינדפלייש למסע השמדה נגד היהודים ביחד עם גלי פורעים, רצח 20,000 יהודים והשמיד 146 קהילות, בפרעות שנודעו בשם פרעות רינדפלייש

ובספרי הפיוטים נמצא ממנו קינה
על הגזירות באשכנז שנת נ״ח שנקראים
גזירות רינדפלייש ונחרבו אז הרבה קהלות
הקינה מתחיל אספרה ואילילה ופו׳ וחתום
תמר חזק.
אוצר הגדולים ערך רבינו תמר
י

זאלץ ליבהאבער
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:46 pm
לאקאציע: ביים איי וועלט קומזיץ

תגובהדורך זאלץ ליבהאבער » מאנטאג אוקטובער 22, 2012 11:23 am

פאמיליעמירעלס האט געשריבן:זייער שיין רייך און באלערנד
במחילת כבוד המו״ל בעט איך אנצונעמען איין קריטיק נאר, דאס וואס ער נוצט אידישע דאטומס אין נומערן ( לדוגמא רש״י איז געבוירן 4800 אנשטאט ד״א ת״ת) האט מיר שרעקליך צומישט. זייענדיג צוגעוואוינט דרייסיג יאר צו ליינען אין יעדע אידישע ספר די היסטארישע דאטומס אין אותיות א״ב, איך האב נישט געקענט זיך קאנצעטרירן אויף די יארן און געמוזט באשליסן מעלים עין צו זיין.

דער ביכל איז ווערט יעדע דאלער און זייער וויכטיג פאר קינדער בפרט


איך האב געקויפט דעם ספר און שטארק הנאה געהאט דערפון עס איז ווערט געוועהן יעדע פיאסטער...
דאס וואס "פאמיליעמירעלס" זאגט אז ער איז געווארן צומישט פון די יארן ווייל עס לויפט אין נאמבערס איז אדרבא ס'איז א סאך גרינגער פאר מיר צו פארשטיין די יארן ווען עס שטייט 4884 ווי איידער ד'תתפד ווען איך מוז קאלקעלעיטן די אפטייטש פון די אלף בית צו וויסן וועלכע יאר עס איז געוועהן בפרט אויב איך וויל עס ציזאמענשטעלן מיט די גוישע היסטאריע און איך מאך די פאראלעל פון די דיסטאנץ צווישן די אידישע און גוישע נאמבערס און דערנאך פארט עס א מחי'. סוי לויט מיר אדרבא ס'איז א גרויסע בענעפיט!

זאלץ ליבהאבער
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:46 pm
לאקאציע: ביים איי וועלט קומזיץ

תגובהדורך זאלץ ליבהאבער » מאנטאג אוקטובער 22, 2012 11:35 am

גרויזאמער האט געשריבן:איך האב מיך איינגעהאנדלט דעם ספר און זיך פארטיפט דערין, איך האלט אצינד ביי די קאפיטל פון ארבעה שבויים.

עס איז באמת בעטעמט און געשמאק צום ליינען, און איך רעקאמענדיר עס שטארק פאר חובבי היסטאריע.

אבער איך מוז שרייבן קריטיק אויך, עס שמעקט שטארק "טרענסטלעטיש" (איבערגעטייטשט צו איבערגעשריבן) פון ערגעץ אנדערש. עס זענען דא דארט פילע זאכן וועלכע ווערן דערמאנט דארט אינמיטן כאילו איך דארף שוין האבן געוואוסט דערפון פארדעם.

א קליינע ביישפיל ווי ער רעדט פון תקופת הגאונים ווי אינמיטן ווערט דרך אגב אריינגעברענגט די פערסישע אימפעריע וועלכע האט זיך געשלאגן מיט די דערנעבנדיגע .... אימפעריע (די מערב זייט אפגעטיילטע פון די רוימישע אימפעריע - איך געדענק נישט די ווארט). בעת ער צולייגט אזוי גוט די צוויי רוימישע אפגעטיילטע מיט שיינע הקדמות, וויאזוי שרייבט ער גארנישט פון די פערסישע אימפעריע בעפאר? ווער זענען זיי? וואס איז זייער היסטאריע?

דאס איז נאר א קליינע ביישפיל. אינמיטן די ספר דערמאנט ער כמה פעמים אזוי דרך אגב זאכן וואס איך האב נישט קיין מושג וואס זיי זענען - און עס איז א שטארקע ספק אויב די מחבר אליינס ווייסט יא. ער מוז נישט וויסן, אבער דאס איז א קרענק פון פילע שרייבער היינט, און עס רעגט אויף די ליינער, מען דערמאנט זאכן "דארט איז דאך געווען די באקאנטע בלא בלא" - דער "דאך" קען אראפגיין, און אויב דו שרייבסט וועגן דעם ענין, זיי מוחל זיי מסביר וואס עס מיינט. אז דו ווייסט נישט דערמאן עס בכלל נישט. דו ווייסט גאנץ גוט אז דער ספר צו באשרייבונג איז געאייגנט מסביר צו זיין פאר מענטשן וואס ווייסן גארנישט, און דו מאכסט שפירן דעם ליינער ווי א גרויסע נער, ווייל עס מאכט אויסזעהן כאילו דאס דארף ער שוין לאנג צו וויסן פון כיתה גימל.

אבער דאס איז אלעס נאר "קאנסטראקטיוו קריטיסיזם", ווייל דער ספר איז ווערד א געוואלדיגע באגריסונג.


איך האב דורכגעליינט דעם גאנצן ספר און מיט א קליינע ידיעה אין היסטאריע און איך האב ב"ה אלעס פארשטאנען און שטארק הנאה געהאט ווייל איך האב נאך נישט געזעהן אזא מסודרדיגע דזשאב אין היסטאריע, פראביר צו קוקן אין די דזשנעראל היסטאריע בוקס דו וועסט ארויסגיין מער צומישט ווי דו האסט אנגעהויבן, משא"כ די סדר אין דעם ספר דא איז ווערד אלע באגריסונגען,
בנוגע וואס דו שרייבסט עס קוקט אויס טרענסלעטעד אדרבא ברענג מיר א לשה"ק אדער ענגלישע אידישע היסטאריע בוק מיט די סדר, געשמאקע שפראך, און אייגנארטיגע סטיל...
במציאות האב איך אייביג געגליכן אידישע ידיעות און נאך נישט געטראפן כבשם הזה...

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מאנטאג אוקטובער 22, 2012 11:54 am

זאלץ ליבהאבער האט געשריבן:
איך האב דורכגעליינט דעם גאנצן ספר און מיט א קליינע ידיעה אין היסטאריע און איך האב ב"ה אלעס פארשטאנען און שטארק הנאה געהאט ווייל איך האב נאך נישט געזעהן אזא מסודרדיגע דזשאב אין היסטאריע, פראביר צו קוקן אין די דזשנעראל היסטאריע בוקס דו וועסט ארויסגיין מער צומישט ווי דו האסט אנגעהויבן, משא"כ די סדר אין דעם ספר דא איז ווערד אלע באגריסונגען,
בנוגע וואס דו שרייבסט עס קוקט אויס טרענסלעטעד אדרבא ברענג מיר א לשה"ק אדער ענגלישע אידישע היסטאריע בוק מיט די סדר, געשמאקע שפראך, און אייגנארטיגע סטיל...
במציאות האב איך אייביג געגליכן אידישע ידיעות און נאך נישט געטראפן כבשם הזה...


איך גלייב נישט אז דו האסט אלעס פארשטאנען, לכאורה איז דאס ווארט אז איך באמערק מער די פרטים וואס ווערן נישט ארויסגעברענגט, און דו לאזט דאס אויס. (אויב איך וועל האבן צייט קען איך מיך נעמען דיר צו פרעגן שאלות וואס דו האסט געליינט דרך אגב אין די ביכל און דו וועסט בכלל נישט האבן קיין מושג פון וואס מען רעדט).

דאס וואס דו זאגסט אז עס איז נישט טרענסלעיטעד. איך גלייב אז דער מחבר האט נישט אליינס אויפגעמאכט די אלע מעשיות, און ער האט דאס אויך נישט מיטגעלעבט, ער האט עס זיכער גענומען פון אנדערע פלעצער. די שאלה איז ווי סאך ער האט עס ארומגעטוישט אז עס זאל זיין אייגנארטיג, און אויף דעם זאג איך אז פאר מיר קוקט נישט אויס ווי ער האט געטון א דבר השלם מיט דעם פרט.

איך בין אבער מסכים אז דער ביכל איז א יחיד במינה און איז ווערד דאס געלט.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

תגובהדורך זייער נייגעריג » מאנטאג אוקטובער 22, 2012 11:57 am

עגרי מיט אלע, די ספר איז זייער וויכטיג פאר יעדעם, צו באקומען אביסל ידיעות איבער די אידישע היסטאריע.
מ'זעהט די ארבעט וואס ליגט דערין.

------------

גרויזי כ'קען דיר געוואר ווערן אויב דו ווילסט טאקע וויסן.

צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2010 12:54 pm

תגובהדורך צעיר באלפי ישראל » מאנטאג אוקטובער 22, 2012 12:05 pm

מי הוא המחבר?

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מאנטאג אוקטובער 22, 2012 12:35 pm

בילד פון דעקל אויב איינער האט ביטע

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג אוקטובער 22, 2012 1:46 pm

צעיר באלפי ישראל האט געשריבן:מי הוא המחבר?

מעגן מען דערמאנען פרויען׳ס נעמען?

ובנוסף לזה, ווען ער וויל זעהן זיין נאמען דארט, העט ער דאך געווען געשריבן!
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2569
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » פרייטאג דעצמבער 14, 2012 10:15 am

derech eretz האט געשריבן:בילד פון דעקל אויב איינער האט ביטע


דא

viewtopic.php?f=54&t=9404&start=25
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
על דא ועל הא
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 12:28 pm

תגובהדורך על דא ועל הא » פרייטאג דעצמבער 14, 2012 1:26 pm

זעט מיר אויס אויבנאויף ווי א טייל חומר קומט פון רפאל הלפרין'ס ספרים.
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת (שבת נה, א)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג דעצמבער 14, 2012 1:53 pm

שוין געואלט קויפן אבער מיט גרויזאמערס קריטיק וועל איך ווארטן אויף ווערסיע 2.

בנוגע יארן, קען ער שרייבן ביידע: ד'תתפד (4884), ושלו' על ישראל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מוצ"ש דעצמבער 15, 2012 11:10 pm

דער שרייבער מאכט לכאו' נישט קיין סוד דערפון. ער איז מרגליות פון דורון ספרים געשעפט (מיט די הילף פון זיין פרוי). ער ארבעט שוין דערויף עטליכע יאר און דאס איז ווי א המשך אויף זיין ערשטן בוך. דער היסטאריע פון כלל ישראל.
איך האב דעם בוך געלייענט און עס אז בלי שום ספק א הערליכע וואונדערליכע מייסטער ווערק.
ווי אויך הער איך צוריק אסאך פידבעק דערוועגן. און יעדער איז אנטציקט דערפון.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

איטשע
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג ינואר 29, 2013 9:40 am

עם הארץ האט געשריבן:א תרומת הדשן קען זיך נישט קריגן מיט א רמב"ם.


מיין שאלה באלאנגט נישט ממש דא, עפעס זייט ווען קען זיך דער תרומת הדשן נישט קריגען מיט'ן רמב"ם. מיט וואס איז רמב"ם מער ראשון ווי דער תרומת הדשן?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9622
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג ינואר 31, 2013 10:17 pm

די תרומת הדשן איז געבוירן שנת ה' אלפים ק"נ און נסתלק געווארן שנת ה' אלפים ר"כ. און כמדומה די תקופת הראשונים האט זיך געענדיגט בערך ביים גירוש שפאניע - דאס איז געווען אין יאר רנ"ב. דאס מיינט אז ער איז געווען ממש סוף סוף פון די תקופת הראשונים, די רמב"ם איז נסתלק געווארן ד' אלפים תתקס"ה דאס איז געווען 185 יאר פאר די תרומת הדשן איז געבוירן. איך ווייס באמת נישט די כללים דערין, אבער איך מיין אז זיך צו קענען קריגן אויף איינעם איז נאר ווען מען איז פון דעם זעלבן 'דור', און כמדומה אזא סכום יארן חילוק ווערט נישט פאררעכנט פאר די זעלבע 'דור', איר ווייסט אנדערש?

פאר אינטרעסאנטקייט האב איך יעצט געקוקט אין דעם בוך צו זען וואס ער שרייבט ווען ס'האט זיך געענדיגט די תקופת הראשונים, זע איך לייגט אריין צווישן די תקופת הראשונים און תקופת האחרונים, א תקופת הפוסקים [און די תרומת הדשן איז אין יענעם תקופה].

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג פאברואר 01, 2013 12:13 am

אינטערעסאנט, איך דענק אז רבינו יעקב בעל הטורים איז געווען די לעצטע אדער פון די לעצטע ראשונים, און ער איז זיכער געווען א הונדערט יאר פארן תרומת הדשן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » מאנטאג פאברואר 04, 2013 12:57 am

למעלה
עיין ברא"ש בסוג' דשיקול הדעת בסנהדרין.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 04, 2013 9:40 am

פונקט באמערקט די וואך אין די 'ספרים ליסטע' פון 'די צייטונג' אז דער בוך איז שוין דאס 12'טע וואך אין א רייע אויף די ליסטע פון 'בעסט סעללערס'.

עס וואלט אינטערסאנט געווען צו הערן פון די ליסטע קארעגירער, וואס איז די רעקארד? וועלכע ספר/בוך איז דאס לענגסטע געווען אויף די ליסטע

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » פרייטאג דעצמבער 22, 2017 5:43 am

עמיצער ווייסט צו מען קען נאך קריגן די ספר? און די ערשטע "די היסטאריע פון כלל ישראל"?

בתודה מראש

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2493
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » פרייטאג דעצמבער 22, 2017 12:43 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:עמיצער ווייסט צו מען קען נאך קריגן די ספר? און די ערשטע "די היסטאריע פון כלל ישראל"?

בתודה מראש

די מיינסט אפשר דאס?
היסטאריע פון כלל ישראל נאכן חורבן

אויב יא, ווערט עס דיסטריביוט דורך יופי 718-694-9040 yofi@yeshivanet.com און עס איז דא צובאקומען אין די געשעפטען.
די אנדרע ספר מיין איך אז ס'איז נישט אוועליבעל היינט.


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט