קאמפיין: איינס ארויף!!!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

קאמפיין: איינס ארויף!!!

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג מארטש 03, 2013 1:52 pm

לכבוד מיינע טייערע פריינט. איך האב היינט געהאט א שמועס מיט ר' שמעלקא אינעם שאטן פון די נעכטיגע טראגעדיע. און איך האב עס געוואלט מיט אייך מיטטיילן היינט. אפשר צוזאמען וועלן מיר קענען עפעס אויפטוהן. מ'רעדט דאך דא מיט אידן בעלי דעת...
לייענט און לאמיר צוזאמען אנהייבן דעם קאמפיין פון "איינס ארויף" אין די בחינה פון אחת שאלתי מאת ד'.

דער שמועס איז אויטענטיש, און איז אפשר די בעסטע וועג אנצוהייבן דעם קאמפיין.


Shmelke:
נא, אדרבה

me: איך בין געזעצן נעכטן נאכט און עוסק געווען אין א מצוה, ביז שפעט אין דער נאכט, ווען איך האב געקוקט אויפן טעלעפאן האב איך געזעהן 250 אימעיל'ס
ווי נאר איך האב באקומען די אלע אימעיל'ס האב איך גלייך פארשטאנען אז עפעס איז נישט גוט, ווייל דאס איז אויסערארדנטליך פאר א מוצ"ש בין איך אזוי אריין אינעם אימעיל געהענגל און אנגעהויבן לייענען. אבער איך האב אנגעהויבן לייענען אויף צוריקצווועגס ווייל אזוי ארבעט מיין טעלעפאן עכ"פ אזוי ליינענדיג זעה איך דאך אז דער מצב איז שווארץ און עס פאנג מיר אן צו ווערן שווער אויפן הארצן, אבער איך זעה עפעס אז משמים האט מען צוגעפירט איך זאל לייענען צוריקצוועגס און דאס האט מיר געגעבן א שטארקער חומר צום פארשטיין א נקודה וואס מ'זעהט אין די ספרים הקדושים אז ווען עס פאסירט א אומגליק, איז דאס אזוי ווי א שרעקעדיג ביכל, און מ'הייבט אן צו לייענען פון אנהייב.
אויב אבער וואלט דער מענטש גענומען דעם ביכל און געליינט פון סוף אויף צוריקצוועגס וואלט ער דאך געזעהן פונקטליך וואס עס איז דא פארגעקקומען און פארשטאנען די חסדים פון אויבן
אבער ליידער דער ביכל איז נאכנישט ביים סוף און דערפאר איז אזוי שווער נאך צו פארשטיין.

אבער דעם ענין האב איך אזוי געקלערט אז דאס ווייזט מען מיר

Shmelke: זייער טייערע ווערטער, אויף דעם זענען מיר מתפלל הראנו ה' חסדך היינט איז דאך א גרויסער טאג, דער יארצייט פון רבינו הק' ר' אלימלך זי"ע אין די תפלה פון ר' אלימלך זאגט מען שנראה כל אחד מעלת חברינו ולא חסרונם, האב איך געזאגט פאר איינעם אז דאס גייט ארויף אויך בכלליות אויף יעדעם איינעם, אז מ'זאל זעהן די גוטע זאכן אויך אויף אידישע קינדער, נישט נאר זיערע חסרונות.

און ווילסט הערן?

איך האב געקלערט אז דער רבשו"ע וויל דאך עפעס מכל אחד ואחד מישראל, אנדערש קאן דאך גארנישט זיין, און וואס וויל ער יעצט? כ'האב געטראכט א געדאנק אדערש ווי די אלע וואס טרעפן יעצט חטאים רח"ל אויף כלל ישראל.

me: היינט זאגנדיג די תפילה איז מיר אזוי דורכגעלאפן די מחשבה אז "שנראה כל אחד מעלת חבירנו" איז א עקסטערע תפלה צום באשעפער אויף אזא מין זמן, ווען מיר בעטן אז די ווייטאג פון זעהן א חסרון ביים חבר בגשמיות אפי' און אויף אזוינע שרעקעדיגע אופנים בפרט זאל זיך אפשטעלן, און פון היינט און ווייטער הייליגער באשעפער זאלן מיר נאר זעהן אז פאר די חברים דאס מיינט מען גאנץ כלל ישראל זאל גיין גוט.

Shmelke: דער מדרש זאגט אז דער רבוש"ע האט אזוי מסבב געווען אז די אידן זענען אנגעקומען צום ים, און דארט האבן זיי מתפלל געווען פאר קוב"ה, און ס'האט פאסירט דעם נס, און די סיבה דערפאר איז געווען ווייל דער רבוש"ע איז משתוקק אויף תפלות ישראל, און ער האט געווארט צו הערן די אידן, און דער מדרש טייטשט דעם פסוק הראנו את מראיך השמיענו את קולך כי קולך ערב ומראיך נאווה

me: ‫זיי ממשיך‬

‫איך האב צייט, איך ווארט צו הערן דעם גמר פון דעם ענין... עס זעהט אויס ווי די פארסט אויף די ריכטיגע רעלסן‬

Shmelke: האב איך געקלערט, ווען מ'הערט די קרעכצן פון יעדען איינעם, ווען מ'הערט ווי יעדער נעמט עס אזוי פערזענליך, דאס איז א נח"ר פאר קוב"ה אז מיר ברודער זענען אזוי נאנט, אז מ'האט זיך באמת אזוי שטארק ליעב. ס'איז פשוט ביי מיר אז דער רבוש"ע וויל פון אונז דעם תענוג

me: ‫לאמיר נאר האפן אז אויף בעסערע אופנים זאלן מיר קענען שאפן דעם תענוג‬ ‫זיך פרייען מיט יענעם'ס שמחה‬

Shmelke: איך האב עס שוין געזאגט אמאל ביי די מעשה פון לייבי קלעצקי (ווער דענקט נאך אפי' די מעשה?) דארט איז געווען ממש די בחינה.

כ'על דיר דערציילן עפעס

me: ‫איך דערמאן מיך א מעשה אה, וועל איך וארטן אויף דיינס קודם‬

Shmelke: מיין פעטער זז"ג האט חתונה געמאכט א זוהן א אלטע בחור, געווען א גוטע פינעף און צוונאציג שוין, אויך אביסל פראבלעמן דא און דארט. ביי די חתונה האבן מיר אלע געהאט טרערן פון התרגשות, אזא חסד פון השי"ת.

me: ‫יא יא ווי דער סדר ביי אידישע קינדער‬

Shmelke: גיי איך צו די מחיצה וועלענדיג זאגן מז"ט פאר די מומע, און מיין מאמע קומט ארויס, און זי זאגט מיר "איך פריי זיך אזוי מיט מיין ברודער, און איך בעט השי"ת זיך אלץ צו קענען פרייען מיט אים, נישט נאר ווען ס'איז אזוי שווער אנגעקומען".

די ווערטער זענען טייערע ווערטער פון א חשובע אידענע, אז מ'טראכט נאר אריין דערין.

me: ‫שמחה איז אויך בעסער ווען עס קומט מיט א סדר. הלואי!

‫לאמיך דיר פארציילן א שמועס‬

‫איך האב געהאט א חבר וואס איז ל"ע אוועק פון דער וועלט פלוצים אן קיין שום פאראויסזאגן פאר קיינעם, און אן קיין שום סימפטאמען. זיך פשוט צוזאם געלייגט און איבער געלאזט א משפחה מיט 6 קינדערלעך ה"י‬. ‫האב איך געשמועסט מיט א גרויסן דיין ביי אונז, און גערעדט איבער די נושא. איך וויל נאר צוקומען צו איין נקודה‬:

‫אז ווען עס פאסירט אזא זאך טייטלט יעדער אויף די זינד און ווי מ'דארף אלס מתקן זיין (און עס איז אמת אז מ'דארף) אבער נאכדעם זעהט מען אז אידן האבן אזא קליין ביסעלע שטויב און ווען מ'געט זיי איין שאקל זעהט מען ארויס דעם שיינקייט פונעם איד‬.

‫א גאנץ ביהמ"ד אלע ידידים האבן זיך אינטער גענומען דברים נשגבים‬ ‫און מ'האט אנגעהאלטן פאר א לאנגע צייט ממש,‬ ‫עס איז געווען א מורא'דיגער קידוש השם‬

‫לאמיך דיר זאגן לענינינו‬:

‫איך הער יעדן רעדן דא און דארט איבער וואס מ'דארף מתקן זיין. אבער אויב וועלן אלע אונזערע פריינט נאר נעמען איין טריט פאראויס לעילו נשמתם פון די נפטרים, וועט דאך דער קידוש השם זיין אזוי גרויס, און מיר אלע וועלן זוכה זיין צו לעכטיגקייט און נחת דורך הרחבת הדעת.‬

‫מ'דארף נאר מעורר זיין ריכטיג דעם ציבור, וואס צו טוהן‬.

‫דו האסט דאך שוין אסאך געטון אין די נושא פון אינטערנעט‬.

‫אפשר גיב מיר יעצט א ברענג אויף די נושא פארן ציבור אונזערע פריינט‬.

‫אפשר קען עס יעצט ארבעטן?‬

Shmelke: דער מציאות איז אז מ'קען זיך שווער האלטן דעם קאפ אין פלאץ ווען ס'געשעהט אזאנס.

זיכער אזוי.

me: ‫דערפאר דארף מען עס טוהן צוזאמען‬.

‫עס איז זייער זייער וויכטיג‬.

Shmelke: זעה איך היינט א "בחור" ליינען די נייעס אויף זיין טעלעפאון אין ביהמ"ד.

איך בין נישט דער טיפ צו זאגן מוסר, ס'האט מיר שרעקליך ווי געטוען.

כ'האב אים געזאגט, פארן דאוונען שטייסטו אין ביהמ"ד אנע בושה פארן בורא עולם און די קוקסט אינטערנעט?

ער לאכט נאך יעצט פון מיר, ליידער ליידער.

me: ‫איך האב פריער באקומען אין אישי איינעם קריגן אויף מיין ארטיקל וואס איך האב געשריבן "וואו קוקסטו" (האסט עס געלייענט?) און דארט זאגט מיר יענער אריין פארוואס איך זאג אז די עבירה פון דור איז דאס אדער יענס, און איך שפיר נאך אלס אז מ'פארקוקט אין די זייטן! איך האלט אז דער עיקר וואס מ'וויל פון אונז איז אז יעדער זאל ארויף קומען איין טרעפל פון דעם תהום אינטערנעט. יעדער ווייסט זיין מצב.... איין שטייג העכער קען ברענגען משיח'ן‬

Shmelke: ס'הערשט אזא קרירות אז איך וויין פון דעם אליין, מער ווי איין פארפאלק זענען שוין נעבעך אומגעקומען אויף דעם מזבח וואס הייסט חוזק מאכן פון די וואס זענען מעורר.

me: ‫לאמיר צוריק גיין צום ציבור אויפן וועלטל ווי עס זענען פארהאן א ערנסטער ציבור פון אונזער עולם, און פרעגן הויך "מי לד' אלי"‬

Shmelke: אפי' ביה כנישתא חדא ברענגט דער רבי בשם הזוהר.

me: ‫לאמיר אנהייבן א קאמפיין אז יעדער זאל זיך רוקן א מעלה‬.

‫ונראה כל אחד "מעלת" חברינו‬.

Shmelke: אפי' אין ביהמ"ד און אפי' אויף איין זאך.

me: ‫יא‬.

Shmelke: כ'על דיר נאר זאגן.

די ווייסט דאך אז איך בין אביסל טרוד מיט מענטשן.

me: ‫אבער אויפן געוועבעכץ קען מען עס שטארק אנהייבן‬.

Shmelke: די גרינגסטע וועג צו פועלן ביי א מענטש סיי וואס איז ווען מ'זעהט איין קודם זיינע מעלות.

me: ‫פאקוסירן אויפן אמת‬.

‫מיר רעדן דען צו איינעם?‬

‫מ'רעדט דאך אין א ציבור'ישן פארנעם‬

Shmelke: דאס איז ממש א ברכה ווען א מענטש זעהט יענעמ'ס מעלות.

me: ‫אמת‬.

Shmelke: מעלות פון איין כלל ישראל איז אויך עפעס.

איך קום יעצט פון א איד א גרויסע בעל השפעה, כ'האב געדארפט וויכטיג רעדן מיט אים.

me: ‫הער וואס איך קלער....‬

‫לאמיר הערן‬.

Shmelke: זאגט ער מיר: דער רבי ז"ע האט געזאגט פאר פופציג יאר צוריק אז מצרים וואלט געווען הייליג קענגן אמעריקא....... יעצט שטעל זיך פאר ווי הייליג אמעריקא איז היינט.

Shmelke: און ס'דרייען זיך ארום "טויזענטער" מבקשים, וואס זוכן דעם דרך האמת אין עבודת ה', וואס זיי קרעכצן נאך אויף קדושה וטהרה, אז זיי מוזן גיין אויף די גאסן און אויפ'ן געוועב, דאס איז די גרעסטע נס

ער האט אויפגעהויבן זיינע הענט צום דאך און מיר געזאגט "עם ישראל חי לעד ולעלמי עולמים"

אוי איז ער גערעכט

me: ‫לאמיר אויסרופן מי לד' אלי, און אונז וועל מיר זיך אונטערנעמן איין גוטע זאך אויף איינצושפינען דעם קאמפיין... ביזטו גרייט?‬

Shmelke: איין גוטע זאך לדעתי בנושא אינטערנעט.

me: ‫יא‬.

Shmelke: און מיר וועלן בעטן מיט טרערן אין די אויגן.

me: ‫דער קאמפיין הייסט אזוי: איין שטאפל ארויף‬.

Shmelke: שתרחמני עוד בגלותי, טאטע העלף אונז אין אונזער גלות.

me: ‫נישט קיין חילוק ביי וועלכן טרעפל מ'שטייט, לאמיר ארויף גיין איינס‬.

Shmelke: איך וואלט זיך בארופן צום מאמר אויפ'ן פסוק אחת שאלתי מאת ה' אותה אבקש.

me: ‫איך וויל נישט וויסן ווי יעדער האלט, אבער יעדער ווייסט דאך וואו מ'איז... קומט ארויף איין שטאפל רבותי‬
‫אחת גערעכט‬.

Shmelke: כ'האב אלץ בחור געשריבן אויף דעם א מאמר וואס צונעמט מיר נאך היינט אלע גלידער.

me: ‫שיק מיר עס‬.

Shmelke: כ'האב עס נישט דאהי, ס'ליגט ביים פאטער זז"ג צוווישן מיין המון כתבים.

me: ‫לאמיר אפשר דעם עולם ערשט געבן צו לייענען דעם ערשטן שמועס, און פון דארט גיין ווייטער.‬
‫איך מיין עס איז א גוטע התחלה‬.

Shmelke: מו"ר הג' ר' יצחק אלעזר שליט"א האט מיר אמאל געזאגט: אחת שאלתי מאת ה', מ'דארף ווען איינס אויף אמאל, נישט נאר טוען איינס אויף אמאל, נאר וועלן קודם אין זאך.

me: ‫די חילוק צווישן איינס, און די ערשטע, ווייסטו?‬

Shmelke: און אותה אבקש, נאר דאס זאל מען זוכן, ס'וועט אנקומען צום סוף.

me: ‫איינס מיינט אז ביי דעם בלייבט עס‬.

‫ערשטע מיינט עס קומט א צווייטע‬.

Shmelke: כ'האב זיך אראפגעזעצט דענמאלט און געשריבן אויף לשון קודש א מאמר, הלאוי וואלט איך זיך געהאלטן דערצו.

me: ‫לאמיר אנהייבן מיט א ערשטע‬.

‫מ'קען דאך אלס אנהייבן‬.

Shmelke: צו ענדיגן אונזער שמועס מיט א דבר טוב
דער רבוש"ע זאל העלפן, דער זכות פונעם בעל הילולא הקדוש זי"ע זאל מגין זיין אויף אלע אידן

me: ‫אמן‬

Shmelke: ס'איז דאך ידוע אז זיבן יאר האט ער געפאסט אוועקצונעמען חבלי משיח

me: ‫ער האט דאך געפאסט פאר אונזער דור‬

Shmelke: זאל עס שוין זיין סוף וקץ לכל צרתינו
תהלה וראש לפדיון נפשינו.

me: ‫אמן‬.

Shmelke: קענסט וואס מיר זאגן אין נחם?

me: ‫וועלכעס‬.

Shmelke: כי אתה ה' באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה
לבי לבי על חלליהם

me: ‫די אש איז שוין געווען, יעצט דארף זיין די לבנותה.‬

Shmelke: זאל מען הערן אך לטוב לישראל בכל מקומות מושבתיהם.

אמן.

me: ‫אמן כי"ר‬.

Shmelke: זיי געזונט.

אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 10:25 pm

תגובהדורך חושים בן דן » זונטאג מארטש 03, 2013 3:27 pm

גוטע איידיע, ייש"כ פאר די התעורורות.
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג מארטש 03, 2013 3:58 pm

אמאל פלעגסטו שמועסען מיט מיר, היינט מיט שמעלקא?

לאות מחאה גיי איך בכלל נישט מגיב זיין און נישט שרייבען אז דיין געדאנק פון ליינען סוף מעשה איז א שטארקע, און אודאי איז דעם רעיון פון איינס ארויף זייער חשוב. איך גיי דאס נישט שרייבען!
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג מארטש 03, 2013 4:13 pm

אנעים דו ווייסט גאנץ גוט אז דו האקסט אראפ דעם טעלעפאן אויף מיר לעצטנס... (איך בין נישט ברוגז אבער ... )

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » זונטאג מארטש 03, 2013 6:08 pm

רבותי,
איינס אויף ארויף, עפעס אנדערש זעהן מיר נישט,
נאר אויף ארויף, עפעס אנדערש ווילן מיר נישט,
בעסער און בעסער, עפעס אנדערש טראכטן מיר נישט,
נאר מיט'ן באשעפער, עפעס אנדערש קענען מיר נישט!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » זונטאג מארטש 03, 2013 6:38 pm

איך בין מיך מקבל ברבים בל"נ מער נישט ארויף צי גיין אויף פאקס.קאם איך בין ליידער זייער אדיקטעט דערצו כדי אויסצושפילן מיין יצר הרע בין איך עס קודם מקבל נאר אויף די שבעה פון די ריינע נשמות לע"נ ולזכות רפואה שלימה לבנם הילד
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » זונטאג מארטש 03, 2013 7:27 pm

WOW, האלץ האקער, ביזט א העלד!

ממנו ילמדו וכן יעשו.

איך בין מקבל מער נישט ארויפצוגיין אויף..... קיין שום נייעס זייט'ל, חוץ לדעת און JDN, כדי אויסצושפילן מיין יצר הרע בין איך עס קודם מקבל נאר אויף די שבעה פון די ריינע נשמות לע"נ ולזכות רפואה שלימה לבנם הילד כהנ"ל
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10116
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג מארטש 03, 2013 8:09 pm

אוי וויי! אוי וויי!
א הימל געשריי
מה אומר אבתרי'ה

איך זעה דא חברים זיך מקבל זיין וועגן נייעס סייטס, הלואי וואלט מיין פראבלעם געווען נייעס עדיקשענס וכדומה! אבער נישט קיין חילוק וואו אויף וועלכע מצב מ'שטייט [אדער אפשר וואלט זיך בעסער געפאסט וואו מ'ליגט באגראבן] גייען מיר אלע בינאזאם "איינס ארויף!".
יך נעם מיר פאר לעילוי נשמתם [און פארשטייט זעך אז אויכעט לעילוי נשמתי ] מער נישט ארומצווואנדערן אויף שמוציגע סייטס, און נאך היינט אנהויבן דעם gourd your eyes ניינציג טאגיגע טשארט, די תשעים ימי נקיים.

און דער אייבערשטער זאל העלפן אז עס זאל זיין א זכות פאר די קרבנות הציבור, און פאר מיין נשמה
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג מארטש 03, 2013 8:25 pm

ר' קנאפער ידען! עס איז אונז א שטאלץ אייך צו האבן מיט אונז. כה לחי! איר גיט חיזוק פאר אנדערע אויך צו טוהן די זעלבע.

איך נעם זיך אונטער בל"נ זיך צוריקצוהאלטן פון איין געוויסע סייט וואס איז נישט ווי מיין טאטע וואלט זיך געדרייט, איך וויל נישט פורש שם זיין, אבער עס איז באמת א פלאץ וואס איך קען ווען זיך באגיין אנע דעם. אי"ה אויף ביז נאך די שבעה און נאכדעם וועל מיר עס פרובירן האלטן ווייטער וכנ"ל.

ישר כח פאר אלע באטייליגטע... ביטע זייט מחזק אנדערע צו טוהן די זעלבע

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10116
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג מארטש 03, 2013 9:12 pm

ש'כח פאר דיר ר' זאלץ שליט"א [שוין גארנישט אזוי זאלציג פארצוקערסט דאך אונזער לעבן ] און כה לחי זאל דער אייבערשטער אונז אלע העלפן צו קענען אויספירן אונזערע קבלות יהיה מה שיהיה!
אגב: דער פראיעקט איז אוודאי אויכעט א פעולה פונעם מכון לגרש וואס דו פיגורירסט אין איר שפיץ. יא דאס איז א עצה און הילף מגרש צו זיין דער שאור שבעיסה פון אונז!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » זונטאג מארטש 03, 2013 9:34 pm

כ'זאלצי נעם איך זיך אונטער -ערשט אויף ביז נאכן שבעה - נישט צו גיין אויף א סייט וואס קילט מיר אפ מיין אידישקייט, מיינע קינדער זאלן אויך קענען זאגן 'מיין טאטע וואלט זיך נישט געדרייט דארט' , ותהא זה לעילו נשמת הנפטרים ולרפואת הרך הנולד במהרה,
ומה'איינס ארויף' נעלה אי"ה ל'צוויי ארויף' וכן הלאה לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו.

ייש"כ להמשפיעים דקהלתינו שליט"א, זכות הרבים תלוי בכם!

שמיראכץ
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2012 12:50 am

תגובהדורך שמיראכץ » מאנטאג מארטש 04, 2013 6:36 am

איך האב נעכטן געהאט א ביזי טאג, און הערשט בין איך א נאכט פארדעם נישט געהעריג געשלאפן, אזוי ווי גאנץ כלל ישראל. יעצט בין איך אנגעקומען אהער צו דעם אשכול, מלא חיזוק ותוכן, און דרך ארץ'ס ווערטער האבן ממש אפגעשפיגלט די ווערטער וואס האבן זיך געפארמט אין יין מח אז איך גיי ריפלייען, מילא דרוך איך דעם ציטיר קנעפל

derech eretz האט געשריבן:כ'זאלצי נעם איך זיך אונטער -ערשט אויף ביז נאכן שבעה - נישט צו גיין אויף א סייט וואס קילט מיר אפ מיין אידישקייט, מיינע קינדער זאלן אויך קענען זאגן 'מיין טאטע וואלט זיך נישט געדרייט דארט' , ותהא זה לעילו נשמת הנפטרים
,
ומה'איינס ארויף' נעלה אי"ה ל'צוויי ארויף' וכן הלאה לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו.

ייש"כ להמשפיעים דקהלתינו שליט"א, זכות הרבים תלוי בכם!

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג מארטש 04, 2013 8:51 am

זאלץוואסער האט געשריבן:ר' קנאפער ידען! עס איז אונז א שטאלץ אייך צו האבן מיט אונז. כה לחי! איר גיט חיזוק פאר אנדערע אויך צו טוהן די זעלבע.

איך נעם זיך אונטער בל"נ זיך צוריקצוהאלטן פון איין געוויסע סייט וואס איז נישט ווי מיין טאטע וואלט זיך געדרייט, איך וויל נישט פורש שם זיין, אבער עס איז באמת א פלאץ וואס איך קען ווען זיך באגיין אנע דעם. אי"ה אויף ביז נאך די שבעה און נאכדעם וועל מיר עס פרובירן האלטן ווייטער וכנ"ל.

ישר כח פאר אלע באטייליגטע... ביטע זייט מחזק אנדערע צו טוהן די זעלבע


גם אני מצטרף.

אשריך שככה, זכה רבים וזכה.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג מארטש 04, 2013 5:05 pm

ווער קען דעם סקולענער ניגון, און ווער וויל עס מיט מיר זינגן?

זאת נחמתי נחמתי בעניי כי אמרתך חיתני, אוי אוי אוי,
זאת נחמתי נחמתי בעניי, כי אמרתך חיתני.

מורי ורבותי,
מיינע טייערע גוטע פריינד,
נעכטן בין איך געווען צופארן, אלע שרייבן דא איך וויין און כ'פלאץ אויס, איך וועל ענק זאגן דעם אמת, איך האב ניטאמאל געוויינט, איך בין געווען בלויז "דאון" און נישט סתם דאון, נאר דאון דע דרעין אלל דע וועי!!!

אבער, היינט איז שוין עפעס אנדערש, אויב א איד נעמט זיך פאר מוסיף צו זיין אין קדושה און מיינע ווערטער לע"נ די טייערע פארפלאק, בשיתוף מיט ידי"נ זאלץוואסער, האט איינעם עפעס אויסגעמאכט, זינג איך הויך זאת נחמתי בעניי, איך פארשטיי עניוועי נישט וואס דער רבוש"ע וויל, אבער דאס איז זיכער אז ער וויל אונז פארבעסערן, ער זוכט אונז בעסער צו מאכן און נישט קיינמאל ח"ו פארקערט, מילא אויב איך זעה אז מ'גיימיר אויפ'ן גוט'ן דירעקציע, אוי ווי עס דערפריידט דאס הארץ!

מען ווארט אויף א נחמה'לע, טאקע אין די טאג, מען ווארט אויף א נחמה'לע פאר די פארלוירענע אין וועג.

מיינע ברודער, לאמיר אלע ארויסגיין אין א ריקוד, טאקע יעצט בימי אבלה וצרה, און לאמיר אלע זאגן פארן רבוש"ע אז אלעס וואס ער טוט איז ריין חסד, ריינע אהבה פון א טאטע צו קינדער, מיר פארשטייען נישט זיין צער, שכינה מה אומרת קלני מראשי קלני מזרועי, ער איז זיכער זיך מער מצער ווי יעדער מצוי אויף די וועלט, אבער וואס זאגט ער אונז:

מיינע טייערע זיסע קינדער, איר וועט נאך אלע זעהן מיין גרויסער האנט, מיין רחמים גמורים, מיין רחמנות האט דאך נישט קיין שיעור, אלעס איז רחמים, בלויז רחמים.

און צו דיר מיין נייע חבר, מיין נייע הייליגער ברודער הנקוב בשמו "קנאפער ידען", האסט גוט געזאגט, ווייל האסט א קאנפע ידועה אין דיינע כוחות, האסט א קנאפע ידועה אין דיי ריינקייט, אין די ריינקייט פון דיין נשמה וואס קרעכצט און בעט אויף העכערס!

די האסט אסאך קוראדזש ארויסצוקומען אפען און זאגן וואס די האסט צו זאגן, די ביזט מיין העלד, איך קען זיך נישט איינהאלטן פון דיר זאגן ברבים אז די "האסט פשוט געמאכט מיין טאג און מיין וואך און מעגליך מיין חודש ביז נאך פסח"!

ישר כוח קנאפער ידען, און הייב אן ווערן א גאנצער ידען, ווייס יא דיין חשיבות די בן מלך וואס זי ביזט, א בן חביב פאר הקב"ה, מיר זענען קיינער נישט קיין משפיעים, מיר זענען אלע צובראכנע כלים וואס גיסן זיך איבער איינער פון אנדערן, און אינאיינעם וועלן מיר זיך אנכאפן ביים גרויסן כינוס כלל ישראל אט אט מיט משיח צדקינו, דארט וועט זיין שוין איינמאל גילו, גילו אליהו הנביא זכור לטוב, און מיר וועלן זיך אלע דערקענען, יעדער מיט זיינע שוועריקייטן וועט שטאלצירן: איך בין געבליבן געטריי דעם רבוש"ע!!!

קלאטשט אלע אידן ביינאזאם: עס זאל שוין זיין די גאולה, עס זאל שוין זיין די גאולה, עס "וועט" שוין זיין די גאולה משיח וועט שוין קומען, אט און גיכן, אין אונזערע טעג אמן ואמן.

אלה דברי השמח בשמחת הקב"ה בקרוב ממש,

המסתתר (נאר דערווייל, נאך איבסל ווערן מיר אלע נתגלה) בשם
שמעלקא טויב
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מאנטאג מארטש 04, 2013 5:11 pm

ב"ה! הודו לד' כי טוב!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10116
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג מארטש 04, 2013 6:39 pm

איבערן קאפ געווען פארזינקען אין שמוץ,
גארנישט האט שוין נישט צום גוטן געפירט.
געקומען אזא טראגעדיע מיך געגעבן א פוץ,
עס האט מיין הארץ אינגאנצן גערירט.

ליידער ליידער צו דעם געדארפט אנקומען,
אבער עס איז קיינמאל נישט צו שפעט.
מיט אן ערענסטע קבלה זיך פארגענומען,
זיך היטן וואס מיט די אויגן מען זעהט.

א ש'כח פאר ר' זאלץ'ען דא אויסשרייען,
ואתו עמו ר' שמעלקא זיין טייערע ידיד.
נישט לאזן דער טראגעדיע זיך פארדייען,
אן זיך צו אפלערנען דערפון ווי א איד.

יעדער זאל ביי זיך עפעס פארבעסערן,
פון זיינע ביז יעצטיגע דרכים.
און מיט איין דרגה ארויף פארגרעסערן,
זיך צו פירן מער ווי בני מלכים.

און דער באשעפער זאל ממרום קוקן,
ווי די אידן דעם וואונק פארשטייען.
און און אונז דער אמת'ע ישועה שיקן,
ומחה ה' דמעה, בביאגו"צ. אמן.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מאנטאג מארטש 04, 2013 8:30 pm

טייערער ידען

איך וויין פאר התרגשות! האלט דעם עולם אינפארמירט ווען די ביסט מצליח אנצוהאלטן אזוי פאר 40 טאג!

דערצייל אונז פון דיין סוקסעס און וועסט האבן די זכי' צו האבן א חלק מיט אנדערע וואס דערציילן נישט זייערע שוועריגקייטן.

אויף דיר איז געזאגט געווארן כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו. ווייל מיט דיינע תגובות גיסטו חיזוק! הויפענעס חיזוק.

מי לד' אלי! דער קאמפיין איז אין שוואונג. שעמט אייך נישט! מיר זענען אלע פארשמירט מער אדער ווייניגער לאמיר גיין. איינס ארויף

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מאנטאג מארטש 04, 2013 11:04 pm

WOW!!!!!!!!!!!!!!!!!!
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג מארטש 05, 2013 9:40 am

אוי עד הנה, עד הנה, עזרנו רחמיך, עזרנו רחמיך, ולא ולא, עזבנו, ולא עזבנו חסדיך השם אלקינו!!!

דער רבוש"ע זאל דיר געבן כוח צו גיין ווייטער, ס'איז א גראדע וואנט, אבער גיי ווייטער נאר אויף ארויף, לך בכחך זה והושעת את ישראל.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » דינסטאג מארטש 05, 2013 10:06 am

האלץ האקער האט געשריבן:איך בין מיך מקבל ברבים בל"נ מער נישט ארויף צי גיין אויף פאקס.קאם איך בין ליידער זייער אדיקטעט דערצו כדי אויסצושפילן מיין יצר הרע בין איך עס קודם מקבל נאר אויף די שבעה פון די ריינע נשמות לע"נ ולזכות רפואה שלימה לבנם הילד

איך מיין אז איך קען שוין יעצט זאגן פאר מיין יצר הרע יא איך גיי קודם ביז די שלושים בל"נ ווייטער אנהאלטן וואס איך האב מיר אינטער גענימען לע"נ די טייערע קרבנות ע"ה.
און צי דיר יצר הרע וועל איך רעדן דיין שפראך אז אפי' בגשמיות איז עס בלויז ריוח יא איך האב מער צייט פאר זאכן וואס דארפן ווערן ערלעדיגט און אפיס אין נישט זיין ביזי מיט נאך א נייעסעל אין נאך א קליפ
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

כ'שעם מיך
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2011 4:24 pm

תגובהדורך כ'שעם מיך » דינסטאג מארטש 05, 2013 10:09 am

א התפארות פון א אשכול. אשרינו מה טוב חלקינו, מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ.

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דינסטאג מארטש 05, 2013 12:46 pm

רבותי! עס ווערט נאר בעסער ב"ה... מיר זענען שטאלץ צו זיין אין אזא קבוצה.

איך באקום אין פערזענליכע אימעיל פון נאך וואס האבן זיך צוגעשטעלט צום "איינס ארויף" קאמפיין....

ביטע לאזט דעם ציבור וויסן איבער אייער סוקסעס, עס מוז נישט זיין אין גרויזאמע דעטאלן, עס איז גענוג צו וויסן אז איר זענט געקומען א טריט נענטער צום שורש.

ברוך שעשה לנו נס במקום הזה

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2615
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג מארטש 05, 2013 3:10 pm

איך נעם זיך אונטער בעז"ה צו אנהאלטן מיין קבלה וואס כ'האב לעצטענס אינטערגענומען, און ס'גייט שוין אהן פאר אפאר חדשים ב"ה, נישט צו הערן קיין ראדיא, נישט קיין חילוק וואס די ריזען איז. ציה איז דאס נייעס, וועטער, פאליטיק, טאלק שאוס, וכו'.
ווי איר קענט זעהן פון מיין ניק, פלעג איך זיין שטארק עדיקטעד צו איינע פון די טאלק שאוס. איך פלעג מיט מיין גרויס פקחות האלטן, אז די פראבלעם פון ראדיא איז עפעס נישט פאר מיר. איי פאר וועמען יא? א גוטע קשיא.
דאס איז אלעס געווען ביז כ'האב מיר געגעבן א כאפ, אז אזוי מיר נישט דיר נישט, הערט מען דארטן פיסטע געמיינע ניבול פה, אפי' נישט במכוון, אבער ביי א גוי איז יעדע צווייטע עפיזאד אדער נייעס, א שטיק ניבול, נו פארוואס זאל א איד וואס איז פונעם עם הנבחר- אפגעשיידט פון די אלע מעשים תעתועים - ברויכן הערן די אלע שטותים והבלים, וואס נאך אלעם, צינדט עס אהן דעם תאוות היצר אז מ'זאל זוכן און זיך אריינלייגן אין אייגענע נסיונות, און מ'כאפט זיך ניטאמאל אז דעיס קומט פון זיך אנהערן מיט די אלע גויאישקייטן.
ס'איז בכלל נישט קיין גרינגע זאך צו איינהאלטן די קבלה. איך בין שוין כמה פעמים געזיצן אין טרעפיק, וואס כ'וואלט בדרך הטבע געקענט פארמיידן ווען כ'הער ווען פארדעם די ראדיא, אבער ס'ברענגט מיט זיך דעם גוטן געפיל, אז מ'ווייסט, מ'איז העכער פונעם גוי, אפגעשיידט פון אלע טומאת עמים.
דער אויבערשטער זאל אונז גיבן כח אנצוהאלטן די גוטע קבלות, און אונז אנשרייבן אלעם גוטן בזכות זה.
יישר כח פאר די צוויי נחשונים לדבר מצוה, זאלץ וואסער און שמעלקא. חפץ ה' בידינו יצליח.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מארטש 05, 2013 3:12 pm

איך מוז דיך גראטולירן, שאהן העננעטי.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1096
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » דינסטאג מארטש 05, 2013 3:12 pm

.
לעצט פאראכטן דורך יענקל פאטאש אום דינסטאג מארטש 05, 2013 3:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אביונה, גיט און 23 געסט