וועלט'ס עלטסטע ספר תורה

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

וועלט'ס עלטסטע ספר תורה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מאי 28, 2013 10:13 pm

א יונעווערסערי אין איטאליע זאגן אז זיי האבן די וועלט'ס עלסטע ספר תורה.

זיי האבן עס שוין לאנג, נאר עס איז געווען א טעות אינעם שאצונג פון איר עלטער. אצינד זאגן זיי אז עס איז 850 יאר אלט!

אינטערעסאנט וואס זיי שרייבן, אז נאך א ראיה אז עס איז שוין אזוי אלט, ווייל עס מוז זיין עלטער ווי די רמב"ם, ווייל די רמב"ם האט גאסור'ט צו שרייבן א ספר תורה, אויף דען אופן ווי דאס איז געשריבן!

Another reason for the dating is that the text has many features forbidden in later copies under rules laid down by the scholar Maimonides in the 12th Century, the university says.


ווייסט איינער וואס זיי מיינען?
צוגעלייגטע
_67855815_torah.jpg
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מאי 28, 2013 11:11 pm

אפשר די רמבם פ"ז מהל' ספר תורה ה"י.
ושיהיה בראש השיטין למעלה משירת הים הבאים. ביבשה. השם. מת. במצרים. חמש שיטין. ולמטה מן השירה חמש שיטין תחלת כל שיטה מהן כך. ותקח. אחריה. סוס. ויצאו. ויבאו.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מיטוואך מאי 29, 2013 12:32 am

שוועמל האט געשריבן:אפשר די רמבם פ"ז מהל' ספר תורה ה"י.
ושיהיה בראש השיטין למעלה משירת הים הבאים. ביבשה. השם. מת. במצרים. חמש שיטין. ולמטה מן השירה חמש שיטין תחלת כל שיטה מהן כך. ותקח. אחריה. סוס. ויצאו. ויבאו.


קענסט זעהן אין די פיקטשער די ראש השיטין מלמעלה - הבאים. ביבשה. השם. מת. במצרים
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מאי 29, 2013 1:09 am

נו איז דאך עס יא ווי דעת הרמב"ם.
אויך דער פסוק כי בא סוס וגו' איז געשריבן אריח ע"ג לבינה כמובא ברמב"ם שזה חלק מהשירה.

דארף מען אנפרעגן די יוניווערסיטי וואס זיי מיינען דערמיט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מיטוואך מאי 29, 2013 1:37 am

וועלכע יוניווערסיטי, פון ווי האבן זיי דאס? און דאס אז עס איז געשריבן אנדערש ווי דער רמב"ם מוז דעם מיינען אז עס איז עלטער פון אים? לאו דוקא.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

בעל רגש
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 21, 2012 11:52 pm

תגובהדורך בעל רגש » מיטוואך מאי 29, 2013 2:25 am

די עלסטע ספר תורה געפינט זיך צווישן די מגילות ים המלח, מזמן בית שני.

אויב ווילסטו יענץ נישט רעכענען, איז פאראן א ספר תורה געשאצט אויף בערך 1200 יאר אלט, דאס געפינט זיך אינעם מוזעיעם אין לעניגראד און רוסלאנד.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך מאי 29, 2013 10:55 am

דער שליסעל דא איז די ווארט 'שאצונג'.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מיטוואך מאי 29, 2013 11:16 am

איז דען די אלע זאכן 100% אוטענטיש, ס'איז אלעס נאר וואס מ'שאצט
נו באלד וועט ער טרעפן אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן לפי שיטת רבנן סבראי ממילא שאצט ער אז ס'איז עלטער ווי זיי
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך מאי 29, 2013 5:12 pm

בעל רגש האט געשריבן:די עלסטע ספר תורה געפינט זיך צווישן די מגילות ים המלח, מזמן בית שני.

אויב ווילסטו יענץ נישט רעכענען, איז פאראן א ספר תורה געשאצט אויף בערך 1200 יאר אלט, דאס געפינט זיך אינעם מוזעיעם אין לעניגראד און רוסלאנד.

ים המלך איז נישט קיין ספר תורה.

איבער די פון רוסלאנד, אדרבה ברענג פרטים.

כ'טראכט צו שיקן די פראגע צום יונעווערסעטי, וועט מען דארפן ניצן טרענסלעיט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
על דא ועל הא
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 12:28 pm

תגובהדורך על דא ועל הא » מיטוואך מאי 29, 2013 5:17 pm

מען דארף נישט נוצן קיין טרעינסלעט, איך גאראנטיר אז דער פראפעסאר קען ענגליש.
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת (שבת נה, א)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך מאי 29, 2013 5:19 pm

על דא ועל הא האט געשריבן:מען דארף נישט נוצן קיין טרעינסלעט, איך גאראנטיר אז דער פראפעסאר קען ענגליש.

יא אבער זיך צו מאכן וויכטיג......
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » מיטוואך מאי 29, 2013 5:38 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
בעל רגש האט געשריבן:די עלסטע ספר תורה געפינט זיך צווישן די מגילות ים המלח, מזמן בית שני.

אויב ווילסטו יענץ נישט רעכענען, איז פאראן א ספר תורה געשאצט אויף בערך 1200 יאר אלט, דאס געפינט זיך אינעם מוזעיעם אין לעניגראד און רוסלאנד.

ים המלך איז נישט קיין ספר תורה.

איבער די פון רוסלאנד, אדרבה ברענג פרטים.

כ'טראכט צו שיקן די פראגע צום יונעווערסעטי, וועט מען דארפן ניצן טרענסלעיט.


ער מיינט מסתמא די Leningrad Codex געשריבן ד"א תשס"ח, דאס איז אויך נישט קיין ספר תורה.
לויט דעם קען מען שוין רעכענען די כתר ארם צובה אויך וואס איז געשריבן געווארן בערך ד"א ר"ץ, אבער די לענינגראד איז גאנץ.
אין וואלדאמאנע טראסט ברשות דזשעק לונצער פון לאנדאן, איז אויך דא זייער א אלטע היסטארישע כתב יד פון תנ"ך פון יענע תקופה.
אבער דאס איז אלץ נישט קיין ספרי תורה, ספרי תורה איז זייער שווער צו וויסן די יאר ווייל ס'קען נישט האבן א קאלאפאן.
אויב איז די איטאליענע ספר תורה [וואו אין איטאליע?] גאנץ איז עס טאקע א חשיבות, ווייל פון שטיקלעך ספר תורה טענה'ט די איזראעל מוזעאום אז זיי האבן פון די סעווענט סענטשורי, דאס מיינט אין ד"א אין די שי"ן יארן, און איינס שאצן זיי פאר אפשר אזוי פרי ווי די טירט סענטשורי ד"ה סוף ג' אלפים.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך מאי 29, 2013 11:16 pm

וואלדאמאנע טראסט ברשות דזשעק לונצער פון לאנדאן

די טראסט איז כעת ברשות סותביס אין נ.י. ,איר קענט עס נאך קויפען פאר א פאר צענדליג שלמים.

יונה כהן
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2009 2:48 pm

תגובהדורך יונה כהן » דאנארשטאג מאי 30, 2013 6:33 pm

איך לייג דא צי א לינק פון א מכתב פון הרה"ג דוד לייב גרינפלד פון ועד משמרת סת"ם וואס פון דעם אפשר קען מען פארשטיין פון וואס מ'רעדט דא. איך מיין אז דער פראפעסער מאכט דא א טעות ווען ער זאגט אז דער רמב"ם האט דאס גע'אסר'ט אפשר האט ער זיך דא אויס געמישט מיט דעם מהר"ם חגיז [איטאליע] אויך לייג איך צו צווי סקענס פון אנאנדערע מאמר פון הרב גרינפעלד מיט בילדער וויאזוי די צורות פון די אותיות משונות זעען אויס.
צוגעלייגטע
Tagin2.JPG
Tagin1.JPG

יונה כהן
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2009 2:48 pm

Updated letter from Rav Greenfeld

תגובהדורך יונה כהן » פרייטאג מאי 31, 2013 12:43 pm

הרב גרינפעלד האט מיר אריינגעשיקט א נייערע מכתב וואס טוט קלאר מאכען דעם ענין אויך בין איך דא מצרף א בעסערע בילד פון דעם אנטיק ס"ת וואס איז אין די נייעס
שכויח גדול פאר הרב גרינפעלד פאר פארשאפען דעם בילד
צוגעלייגטע
anticTorahS.JPG

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג מאי 31, 2013 3:27 pm

אה גרויסער ישר כח פאר אונזער טייערער ר' יונה. דאס הייסט געטאן צו די זאך. עס איז א לענגערע מכתב, דארף מען מאכן א געהעריגע צייט עס דורך צו טאן.

אדער אפשר קענט איר מאכן א שמועס אויף קולמע מיט הרב גרינפעלד - ווי שוין אמאל געווען - און איבערשמועסען דעם ענין איבער די נייעס. כ'פלאן צו שיקן א דעפעשע דעם פראפעסער אנצופרעגען וואס ער מיינט. אפשר זאל מען קודם ווארטען אויף דעם, צו זעהן אויב ער רעדט בכלל צום זאך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

יונה כהן
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2009 2:48 pm

תגובהדורך יונה כהן » זונטאג יוני 02, 2013 11:13 pm

אומר ועושה, מיר האבען טאקע געמאכט דעם אינטערוויו מיט הרב גרינפעלד איך מיין לע"ד אז עס איז גאר אינטערעסאנט!
איצט ארויף געלייגט אויף ק"מ
קוועטשט פון די מעין מעניו 3 1 852

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג יוני 03, 2013 2:07 pm

WOW ווי די אויסדריק גייט, "אנלי אין אמעריקע"!! מיר קענען זאגן "אנלי אין אייוועלט"!

קומט איינער פארציילט א נייעס, קומט א צווייטער און ראגירט, פרעגט מען און וועגן א אינטערוויו, און וואלא!! שוין ערלעדיגט!

גרויסע ישר כח אייך כבוד הרב. שוין געהערט א חלק.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג יוני 03, 2013 3:31 pm

כ'זעה נישט דא איינער זאל רעדן פון דעם, און אין דעם אינטערוויאו מיט הרב גרינפעלד רעדט ער אויך נישט דערפון, אבער אין פורום אוצה"ח איז איינער מעיר דארט א שטארקע קשיא אויף די ספר תורה, נעמליך, א 'גאנצע שורה' אין פרשת ויחי איז געשריבן אין די זייט אויפן גליון!!, (פארהאן דארט א בילד דערפון), איצטער ווי קאן בכלל זיין אזא ספר תורה זאל האבן אמאל געווען כשר??

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג יוני 03, 2013 3:34 pm

יהיה כן האט געשריבן:כ'זעה נישט דא איינער זאל רעדן פון דעם, און אין דעם אינטערוויאו מיט הרב גרינפעלד רעדט ער אויך נישט דערפון, אבער אין פורום אוצה"ח איז איינער מעיר דארט א שטארקע קשיא אויף די ספר תורה, נעמליך, א 'גאנצע שורה' אין פרשת ויחי איז געשריבן אין די זייט אויפן גליון!!, (פארהאן דארט א בילד דערפון), איצטער ווי קאן בכלל זיין אזא ספר תורה זאל האבן אמאל געווען כשר??

לינק?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג יוני 03, 2013 3:43 pm


יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג יוני 03, 2013 3:47 pm

נאך א גראבע גרייז אין פרשת ויחי!
ובדם 'ענוים' סותה

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג יוני 03, 2013 3:58 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:דא.

ישר כח.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט