לכתחילה אריבער האט געשריבן:בעל רגש האט געשריבן:די עלסטע ספר תורה געפינט זיך צווישן די מגילות ים המלח, מזמן בית שני.
אויב ווילסטו יענץ נישט רעכענען, איז פאראן א ספר תורה געשאצט אויף בערך 1200 יאר אלט, דאס געפינט זיך אינעם מוזעיעם אין לעניגראד און רוסלאנד.
ים המלך איז נישט קיין ספר תורה.
איבער די פון רוסלאנד, אדרבה ברענג פרטים.
כ'טראכט צו שיקן די פראגע צום יונעווערסעטי, וועט מען דארפן ניצן טרענסלעיט.
ער מיינט מסתמא די Leningrad Codex געשריבן ד"א תשס"ח, דאס איז אויך נישט קיין ספר תורה.
לויט דעם קען מען שוין רעכענען די כתר ארם צובה אויך וואס איז געשריבן געווארן בערך ד"א ר"ץ, אבער די לענינגראד איז גאנץ.
אין וואלדאמאנע טראסט ברשות דזשעק לונצער פון לאנדאן, איז אויך דא זייער א אלטע היסטארישע כתב יד פון תנ"ך פון יענע תקופה.
אבער דאס איז אלץ נישט קיין ספרי תורה, ספרי תורה איז זייער שווער צו וויסן די יאר ווייל ס'קען נישט האבן א קאלאפאן.
אויב איז די איטאליענע ספר תורה [וואו אין איטאליע?] גאנץ איז עס טאקע א חשיבות, ווייל פון שטיקלעך ספר תורה טענה'ט די איזראעל מוזעאום אז זיי האבן פון די סעווענט סענטשורי, דאס מיינט אין ד"א אין די שי"ן יארן, און איינס שאצן זיי פאר אפשר אזוי פרי ווי די טירט סענטשורי ד"ה סוף ג' אלפים.