כאפטס אריין: אינטערוויא מיט עלטערע יודן

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2047
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

כאפטס אריין: אינטערוויא מיט עלטערע יודן

תגובהדורך להגדיל שמו » זונטאג דעצמבער 08, 2013 2:06 pm

איך ווייס נישט צי עס איז שוין דא אזא אשכול, אויב יא ביטע ציזאם שטעלען.
אזוי ווי עס איז באקאנט איז היינט ציטאג דא א גאר קליין ביסל עלטערע יודן פין די פריעדיגע דור, אין פין די וואס איז יא דא איז דא א קליין פערצענט וואס איז שיך צי אינטערוויען, איז מיר ביגעפאלען זיך צי נעמען צי די עבודת הקודש צי כאפען א שמיעס מיט א חשובע עלטערע יוד לעיוש"ט, יליד גאליציע/ פולן, ומכאן הקרואה יוצא צי אלע אנ"ש, אזוי ווי איך ווייס נישט וואס צי פרעגען בעט איך הילף פונם חשוב'ן ציבור, ביטע לאטס מיר וויסען וואס איר האלט וועגען אזא געדאנק, אין בעיקור שיקטס מיר אריין פראגעס וואס איך זאל פרעגען.
מיט דאנק פין פאראויס
להגדיל
לעצט פאראכטן דורך להגדיל שמו אום מאנטאג דעצמבער 09, 2013 11:06 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג דעצמבער 08, 2013 2:10 pm

שוין דא א ענדליכע אשכול דא.
פעלט נישט אויס איבער צו קייען גייטס אהין וועסט זיין וועלקאם

viewtopic.php?f=31&t=21233
参考专家

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2047
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » זונטאג דעצמבער 08, 2013 2:14 pm

ישר כוח. אבער אייגענטליך זעט נישט אויס אז די האסט געליינט מיין תגובה, אדער יענע אשקול, איך זעי נישט אז מען זאל דארט מאכען א אינטערוויא מיט קיין שום מענטש, דארט רעדט מען בעיקור פין ניקס וואס קענען עלטערע יודן, (אין מען מאלט דארט סתם וואסער) איך רעדט פין א אינטערוויא מיט א יוד וואס ווייסט אסאך, אין איך האף אז מען זאל אריין שיקען שאלות למען יעמוד ימום רבים, אין אז עס זאל ברענגען אנדערע צי אינטערוויאען זייער באקאנטע.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג דעצמבער 08, 2013 2:26 pm

וואס גייט איר טון דערמיט?

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2047
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » זונטאג דעצמבער 08, 2013 2:28 pm

איך וועל עס ארויף לייגען דא אויפען וועלטעל, אבער איך דארף הילף פונם ציבור
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג דעצמבער 08, 2013 2:31 pm

איר זענט אביסל גערעכט אבער נישט אינגאנצן איך האב אלעס געזעהן דא אין דארטן אין פארשטאנען
וואס מיין איך איז אזוי דארט איז לכתחילה אויך נתייסד געווארן דער אשכול [אזוי האב איך פארשטאנען פין דער ווערטער פין דער מייסד האשכול] אויף ארויפצולייגען אנטערוויא מיט עלטערע יודן נאר למעשה האט קיינער נישט געמאכט אין אריין געלייגט ממילא זעט עס אויס אזוי ווי עס איז אבער דער מטרה איז דער זעלבער אין אדרבה ואדרבה איך ווארט אויך צו זיין דער תוצאות וכו' איך בין מוכן צו העלפן
אין וועלכע חלק דארפסט איהר הילף??
参考专家

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג דעצמבער 08, 2013 2:32 pm

נעם א נאמען וועם דו גייסט אינטערוויו'ן. מאך זיכער אז דו קענסט צוקומען צו יענעם. איינמאל דאס איז גרייט וועט מען דיר קענען העלפן מיט פראגעס

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2047
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » זונטאג דעצמבער 08, 2013 2:36 pm

איך האב א נאמען אין איך קען ציקימען צי אים.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2637
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » זונטאג דעצמבער 08, 2013 3:06 pm

להגדיל שמו האט געשריבן:איך האב א נאמען אין איך קען ציקימען צי אים.

שרייב דא פון וועלכע געגענט יענער איד קומט, און צו וועלכע קרייז זיין משפחה האט געהערט אינדערהיים, וועט מען קענען לייגן שאלות וואס דו קענסט אפשר פרעגן.

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2047
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » זונטאג דעצמבער 08, 2013 3:09 pm

הרב שמואל חיים וואגשאהל שליט"א, ער קימט פין גאליציע, צאנז- ראפשיטץ-דינוב ועוד ועוד
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1686
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » זונטאג דעצמבער 08, 2013 3:38 pm

אקעי פרעגט אים
וועגען זיינע זיידעס וואס ער האט געקאנט

סיפורים וואס ער האט געהערט אונדערהיים אויף זיינע זיידעס ר' יהשע'עלע יאסלער וכדומה

קאלשיצער רב

די תקופה און סיביר ווען איז מען געגאנגען פארוואס וויאזוי איז דאס לעבען געווען דארטען, אידשקייט טהרה

רביס וואס ער האט געקאנט און אמעריקא עובדות וואס ער האט מיטגעהאלטען וואס ער איז געווען דערביי

איר ווילט נאך?
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2047
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » זונטאג דעצמבער 08, 2013 3:51 pm

איך דארף דיטעלט פראגעס
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1686
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » זונטאג דעצמבער 08, 2013 4:03 pm

דיטעלד פראגען גייט שוין לויטען מענטש.

כלליתדיג גייט עס ווי פריער דערמאנט, אויב ווילסטע פרטיותדיג גייט עס לויט דעם מענטש וועמען מען אינטערוויוט

אקעי די פראגעס וואס כ'האב געשטעלט וועט אימ'ן מאכען רעדען מיטען אויברשטנס הילף אדרבה פרעגט איםו
א)וועלכע פון זיינע זיידעס האט געקאנט?
ב)ווען האט ער זיי געזעהן?
ג) וויאזוי זענען זיי געווארען רבנים און זייערע שטעט-פארוואס פונקט זיי (ער איז געווען בכור אדער וכדומה)
ד) וועלכע צדיקים האט ער געזעהן אינדערהיים?
ה)ווען ווי לאנג וועלכע צייט פון יאהר )לדוגמא חנוכה וויאזוי האט ער געצינדען וואספארע מנורה וואס האט ער געטוען ביים צינדען וכו' געטיילט חנוכה געלט וואטעווער ער געדענקט איז אינטערסאנט פאר אים און די וועלט)?
ו) ווען איז מען אנטלאפען? פארוואסאיז מען אנטלאפען? וויאזוי?
ז) די תקופה און סיביר וויאזוי איז דאס לעבען געווען דארטען?, וויאזוי האט מען געקאנט האלטען אידשקייט טהרה
ח) וואס האט איר מיטגעהאלטען ביים סאטמארען רבין יו"ט קוויטלעך סקוויר'ער רבי סקולען וויזשניץ וכו' וכו' וכדומה
זאגט אים איר זענט נייגעריג און זאכען וואס ער ווייסט און איר נישט וזהו.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2047
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » זונטאג דעצמבער 08, 2013 6:59 pm

פיין האב איך שוין מיט וואס צי גיין צום טיש, איך בעט פון די עולם לתועלת הענין ווער עס האט נאך זאכען צי פרעגען זאל שרייבען, אז מען זעצט זיך אראפ מיט אזא איד וואס איז מלא וגדש וויל איך עס אויסניצען ביז א מאקסימעם. איך האף בקרוב אהער ציברענגען א שיינע זאך.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9637
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג דעצמבער 08, 2013 7:26 pm

סתם צו הערן ווי אזוי די לעבן אינעם אלטן היים איז צוגעגאנגען איז אויך אינטרעסאנט, ווער איז געווען די שוחט, חזן, מוהל, ווער איז געווען זיינע מלמדים, איז ער געפארן לערנען אין א ישיבה? אויב יא, וועלכע? און פארוואס פונקט די ישיבה.

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » זונטאג דעצמבער 08, 2013 8:33 pm

אז די ביזט שוין אין מאנסי, גיי פליז צו צי דעם איד ר' אהרן מאיר קרויז, ער איז איבער די ניינציג קע"ה אין ער פארציילט אן א שיעור שיינע מעשיות מיט א קלארקייט.

כאפטס אריין ווילאנג מען קען
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

אוועטאר
טרעוולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

תגובהדורך טרעוולער » זונטאג דעצמבער 08, 2013 8:38 pm

די גריגנסטע וועג פון אינטערוויוען כדי אריינצוגיין אין א שמועס ,אגב יעדער קען דאס ,איז פרעגן נאך וועם הייסט איר נאכוועם הייסן אייערע קינדער און פון דארט איז זייער גרינג צו ציען די שמועס ווייטער. ווי למשל איר הייסט ר' שמואל חיים ?נאכוועם ? ווי האט ער געוואוינט ? ביי וועם איז ער געווען אן איידעם ? זיינע קינדער האבן געהייסן? און פון דא פארט געווענליך א שמועס גאר גרינג בעזהשי"ת

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2047
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » זונטאג דעצמבער 08, 2013 10:14 pm

AHA האט געשריבן:אז די ביזט שוין אין מאנסי, גיי פליז צו צי דעם איד ר' אהרן מאיר קרויז, ער איז איבער די ניינציג קע"ה אין ער פארציילט אן א שיעור שיינע מעשיות מיט א קלארקייט.

כאפטס אריין ווילאנג מען קען

ס'גייט זיך נישט אזוי צו צי א יוד אין די ניינציג יארן כאפען א שמיעס, איבערהויפט א לאנגע שמיעס, פאר די וואס ווייסען, פערצאפאל קען איך מיך זייער גיט מיט הרב שמואל חיים, אין איך ווייס זיין שפראך וויאזוי אים צי מאכען רעדען,
(משום חוסר פנאי בין איך מקצר היינט, איך האף צוריק קומען אין די קימענדיגע טעג מיט א שטיקעל סך הכל פין וועם מען רעדט דא, וואס ער ווייסט אלץ אזוי אז דער עולם זאל קענען בעסער פארשטיין די חשובות פין אזא אינטערוויא)
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג דעצמבער 08, 2013 10:27 pm

געדענק מיט צו נעמען א קליינע ריקארדער אז זאכן זאלן זיך נישט פארלירן

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4585
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מאנטאג דעצמבער 09, 2013 12:00 am

AHA האט געשריבן:אז די ביזט שוין אין מאנסי, גיי פליז צו צי דעם איד ר' אהרן מאיר קרויז, ער איז איבער די ניינציג קע"ה אין ער פארציילט אן א שיעור שיינע מעשיות מיט א קלארקייט.

כאפטס אריין ווילאנג מען קען

איר מיינט דעם סידני רב ? יאך בין לעצטינס געווען ביי אים
זייער געשמאק

שתוקא בתרין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 16, 2013 11:01 pm

תגובהדורך שתוקא בתרין » מאנטאג דעצמבער 09, 2013 12:09 am

זיי מזכה אביסל דא אהער אויך פון די פערלדיגע ווערטער פון סידנער רב שליט"א. אפילו א ווארט אדער צוויי איז אויך כדאי.

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4585
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מאנטאג דעצמבער 09, 2013 12:17 am

להגדיל שמו האט געשריבן:הרב שמואל חיים וואגשאהל שליט"א, ער קימט פין גאליציע, צאנז- ראפשיטץ-דינוב ועוד ועוד

דאכט זיך זיינע קינדער האבן שוין געדרוקט א שיין ספר מזכרונתיו==כאפט אריין אנדערע

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4585
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מאנטאג דעצמבער 09, 2013 12:19 am

שתוקא בתרין האט געשריבן:זיי מזכה אביסל דא אהער אויך פון די פערלדיגע ווערטער פון סידנער רב שליט"א. אפילו א ווארט אדער צוויי איז אויך כדאי.

ער איז במלא מובן המלה א "זקן ויושב בישיבה " ממש לא פסק פומיה ב"ה
אגב אין ב"פ איז דא א איד הישיש הרב ציטראן שליט"א בן הרב מדאראג- ידען נפלא ול"ע אין לו בנים וכדאי לבקרו ולרשום זכרונותיו

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2047
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » מאנטאג דעצמבער 09, 2013 9:25 am

איך קען שוין די יוד פאר יארן, ער איז א יוד מלא וגדש פין די אלטע היים, א יוד וואס חיץ פין דעים אז ער האט געקענט אסאך צדיקים פין דערהיים, איז ער א נאנטע שיניווא אייניקעל, (זיין מאמע איז א איר אייניקל פין שינווא רב, ) א נאנטע רופשיץ אייניקעל, (פין זיין טאטעס זייד) אזוי אז ער האט געלעבט שינאווא/רןפשיטץ. ועוד קדושי עליון ואכמ"ל. יעצט בנוגע די ספר וואס זיין זין איז ארויס געקימען, טאקע אמת א הערלעך ספר אבער דאך נישט בבחונות אינטערוויא. אין יעצט צום עצם זאך בנוגע א אינטערוויא, די געדאנק פין א אינטערוויא איז נישט געמאכט אויף צי הערן מעשות פין פריערדיגע צדיקים, (אויף דעם איז דא גאנצעטע ספרים מינום ומינום שונם), די געדאנק פין א אינטערוויא איז
1) צי הערן זאכען וואס ער האט אליין מיטגעהאלטען.
2)צי פרעגען זאכען וואס מען האט געהערט אויף די אין די רבי/רב/אדמו"ר, אין מען וויל עס באשטעטיגען (ווי למשל, צי אין צאנץ האט מען טאקע נישט געווארט 6 שעה פין פלייש צי מילך).
3) א הנהגה וואס מען האט זיך געפירט אין די גזע אין מען וויל וויסען פין ווי עס שטאמט וכ"ו וכ"ו.
אויב סאיז נישט אינטרעסאנט וועל איך סטאפען דא, אבער איך האב געהאלטען אז מען קען אסאך נאשען פין אזא איידיע.
אויב איך וועל זעין אז עס איז דא א פארלאנג וועל איך נעמען די צייט אין זיך אוועק זעצען מיט אים אין פראבורן די מערסטע וואס שיך צו שלעפען.
אין ווען איך וועל האבען א דבר משלם עס דא ארויף לייגען מיט א שטיקעל באריכט ארום די יוד.
נ.ב.
אזוי ווי איך בין נישט קיין גיטע שרייבער (פראדאסער) בעט איך ווער עס קען מיר ארויס העלפען זאל זיך ביטע אנטראגען. שעכוח
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10112
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג דעצמבער 09, 2013 9:41 am

קאם אן, פארוואס פעלט אויס דער פאראגראף "אויב סאיז נישט אינטרעסאנט וועל איך סטאפען דא"???
עס איז זיכער יא אינטערעסאנט!!!
היות איך ביניש קיין צאנזער וכו' ווייסעך טאקע נישט וואס מ'קען אים פרעגן, אבער צו ליינען די ידיעות וועט מיר אוודאי זיין זייער באלערנד און געשמאק.
קיפיראפ "להגדיל שמו".....
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: לעגאו מענטשעלע, שואל ומשיב און 11 געסט