תגובהדורך בעאבאכטער » זונטאג אפריל 13, 2014 11:22 am
עס זענן דא כמה ניגונים וואס האבן אין זיי באקאנטע תנועות, כגון דער הויכער פאל פון ניגון "פתחו לי" איז זייער דומה צו "זדים הליצווווני עד מאאאד, מתורתך לא נטיתייייי" פון דעם שטאטן סקולען'ער "זכר דבר, ועוד.
אבער הדבר ברור אז רב"צ האט ב"ה נישט געדארפט גיין 'לקח'ען פון ערגעצוואו...
כמה הערות,
דער ניגון "מה אשיב" איז אויסערגעווענליך שיין, און ביי "לך אזבח" גיי ער אריבער צו 'תכלית' ממש געוואלדיג!
טרעק 5 "לפיכך אנחנו", איז א שטיק סדר נאכט, מיטן גאנצן פראכט, האט דאס איינער גענומען אין אכט? ידידים זענען דארט מיט נגיעות וואס עלעקטערזירן, און גייען אריבער צו מעטיגע בליצן...
חד גדיא, וויל איך אין א געלעגנהייט פרעגן פארוואס גאר מיינאר? (הערליך שיין אבער געקענט דאס אלעס מאכן אין מעידשער)
נאך איינער האט באמערקט?
אלעס (כמעט) גייט מיט מהלך וואס זאל זיך קענען 'זאגן' און לאו דווקא 'זינגען', [זולת כמה, ווי צ.ב.ש "לך אזבח" "הללו" "שיר המעלות" וואס קומט לכתחילה מיט א ניגון] מעין נוסח, אבער ברוב פאר והדר כראוי וכיאות צום סדר נאכט.
דאס איז מיוחד און אן עקסטער יופי פון דעם אלבאם.
א ווארט צו ידידים,
מלאכתכם הפלא ופלא! נישט געווילדעוועט, נישט אנגעווארפן "מיט וואס מען קען",
געפוצט ווי מען דארף און וואס מען דארף,
און יא, פון מאהל צו מאהל (און פיל מאהל...) נעמט איר ארויס פון די כלים מיט די אייערע הארמעניס און באגלייטונג!
קלוג האט רב"צ געטהון אז ער האט אייך גענומען צו די מלאכה.