וואס זאל איך טון אויב מיין שווער טוט...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

וואס זאל איך טון אויב מיין שווער טוט...

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 8:01 am

רעדנדיג מיט א ידיד(נד"נ) מיט א צייט צוריק זע איך אויף אים אז ער איז שטארק פארטראכט, אויף מיין אנפראגע דערויף, האט ער מיר מדחה געווען בדברים של מה בכך, נאכן זיך איינבעטן, פארציילט ער מיר דברים כהויתן:

מיין שווער, -הייבט דער אינגערמאן אן- איז א פרומער, און דערויף נעמט ער פרומע איידימער, איינע פון זיינע פרומקייטן איז אז ער לאזט נישט אריין אינדערהיים נאר געוויסע דריי-פיר הכשרים, און דאס איז זינט די פינקל מעשה האט פאסירט אין מאנסי, איך -זאגט ווייטער דער אינגערמאן- בין געווען זייער צופרידן דערפון ווייל אלס בחור נאך, האב איך שטארק אכטונג געגעבן אויף הכשרים, מיין מאמע פלעג וויסן אז ווען עס קומט בין הזמנים דארף זי קויפן נאר גוטע הכשרים...
און אויף פסח איז אפגערעדט, זי פלעגט מיר באקן אנדערע מיני קעיקס צוליב דעם וואס פארשידענע פראדוקטן איז נישט געווען צו שאפן נאר מיט נישט די בעסטע הכשרים, עכ"פ איך האב מיך שטארק געפריידט צו מיין שווערס פרומקייט.

און ב"ה איך קען זאגן בפה מלא, אז מיין בני בית ווען זי קויפט עפעס אין גראסערי די ערשטע זאך וואס זי קוקט איז, וואסערע הכשר האט דער פראדוקט, קען מען עס ארייננעמען ביי מיר אינדערהיים...

אבער, ביים שווער איז אביסל אנדערש, ער גייט דאס נישט נאך, ער האט אראפגעשטעלט אזא כלל און ער פאלאויט עס נישט, און ווען מען שיקט די קינדער אין גראסערי, טוען זיי ווייטער פונקט דאס זעלביגע ווי זיי פלעגן טון ביז יעצטעט, דהיינו מען לייגט אריין זאכן אינעם וועגעלע נאר ווייל עס ליגט אויפן שעלוו, ספאלט נישטאמאל איין צו קוקן אויפן הכשר... נישט ביין איינקויפן און נישט ביין עסן און אפילו נישט ביין אוועקווארפן... עד כדי כך אז זאכן וואס דארפן א גאר גוטן השגחה ביים מאכן ווי למשל טונא פיש, וואס קען זיך דארט אריינמישן נישט כשר'ע פיש, האט מען איינמאל געקויפט דארט מיט אן א הכשר... אה יא איין מינוט, עפעס א סטאר קעי האט עס יא געהאט...

דער אינגערמאן שוין עטוואס אפגעמוטשעט פון אזוי לאנג זיך אויסרעדן הייבט אויף זיינע אויגן צו מיר און פרעגט מיר, "נו יעצט פארשטייסטו אביסל מיין פראבלעם"? מיין טרוקענע "יא" האט אים ווייט נישט בארוהיגט, נאר ער האט זיך גענומען ווייטער אפרעדן:
לעצטע וואך האב איך גענומען אביסל אויל ביים שווער אינדערהיים, אבער נאכן זען די הכשר דערויף, וואס איך האלט מיר צוריק צו עסן פון דעם בעל מכשיר, האב איך צוריקגעגאסן די אויל אינעם באטל און מיט א גאר שווער הארץ אוועקשפאצירט... אויף מיין שאלה דערויף, קוקט ער מיר מיט ווייטאג אריין אין די אויגן און ענטפערט מיר, "ווייל איך האב מיר דאן געכאפט, אז איך האב איין טאג פריער געגעסן, אייער צוויבל מיט טשולענט וואט דארט איז געליגן די דאזיגע אויל"....

מיט א פאווייטיגטע שטימע פירט ער אויס, אויל און טונא זענען נישט די איינציגסטע מחותנים אין א אידישע שטוב, נאך אסאך פראדוקטן פארנעמען דארט פלאץ און אסאך פון זיי האבן שוואכע הכשרים ביי מיין שווער אינדערהיים, מיין שווער איז פון איין זייט נישט שולדיג, ער דרייט זיך קיינמאל נישט אין קאך צו דערשנאפן דעם פראבלעם, ער זעצט זיך צום טיש, עסט וואס מען דערלאנגט אים, בענטשט און גייט לערנען וכדו'... פון די אנדערע זייט אפשר וואלט ער געדארפט זיין אביסל שטרענגער דערין... מיין שוויגער און די קינדער אינדערהיים וואס געבן נישט אכטונג, קען זיין זענען שולדיג...
אבער די ווארט איז נישט ווער עס איז שולדיג ווייל דאס וועט מיר סייווי נישט העלפן, מיין שאלה איז נאר וואס זאל איך טון??? קלאר אויפמערקן מיין שווער קען איך נישט, ער וועט זיך שטארק באליידיגן און עס וועט אים באדערן און בכלל קען איך נישט נעמען די העזה דאס צו טון, רעדן צום שוויגער אדער צו די קינדער אינדערהיים קען נישט אין באטראכט קומען, מיין בני בית ווען איך רעדט צו איר זאגט זי שארף אפ א סטעיטמענט "מען קען נישט טוישן די שטוב דא" בין איך אובד עצות... זאל איך אויפהערן אריינטרעטן אין מיין שווערס שטוב, דאס איז אויך קיין אפציע...

מיט ווייטאג באטראכט איך אים און זיין בעטנדיגע בליק האט מיר באוואויגן אים צו זאגן אז איך וועל פרובירן אים צו ארויסהעלפן עד כמה שידי מגעת, אבער איך בין אינעם זעלבן דילעמע, איך ווייס באמת נישט וואס אים צו זאגן ב"ה אז איך האב נישט די פראבלעם אבער וויאזוי העלף איך אים???
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2014 3:02 pm

תגובהדורך Elmo » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 8:35 am

סע שוין דא עפעס אזא דילעמא אפטיילונג און ק׳י בולעטין

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21826
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:47 am

פרעג א דיין.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:50 am

אריינרופן צום שווער אינדערהיים אין בעטן צו בארגן פארשידענע ארטיקלען ווי למשל די אויל, און ער זאל קלאר פרעגן די שווער האט אפשר אויל מיט די השגחה פון התאחדות צו בארגן אביסל, אזוי וועט די שווער באמערקן פלוצלינג וואס עס טוט זיך אינעם קאך.
אויך קען מען כסדר אהין טראגן די קליינע קינדער, און ווען זיידי אדעיר באבי גיבט די נאש קען מען אנזאגן אז זיי זאלן נישט נעמען נאר מיט די הכשר וואס טאטי לאזט, און ווען זיי וועלן זיך תמימות'דיג אנרופן, וועט עס זיכער ווירקן
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:03 am

ער האט באשלאסן אז "ער וועט זיך שטארק באליידיגן און עס וועט אים באדערן" האט ער א פראבלעם. לדעתי וועט עס אים גאנץ מעגליך נישט שטערן, אדרבה ער וועט אים שטארק מכיר טובה זיין פארן אויפמערקן דערויף. זעלבסט פארשטענדליך אז מ'דארף עס טון בדרך כבוד, נישט מיט קיין בייזקייט אדער חוצפה ח"ו. נאר איידל מעורר זיין בדרך אפשר אז ס'דארף א תיקון.

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:06 am

סאיז זייער נארמאל צו בעטן מיט א געוויסע הכשר פארטייטסעך טאנער סדא, כהאב עס געזעהן ביי מיין שכן און כהאב עס אנגעהויבן נאכצוטוהן (מכל .... השכלתי) מיין מאמע האט געפרעגט אויב אונז קען מיר בארגן א מיינעיז מיט התאחדות הכשר....

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 12:11 pm

סביב העולם האט געשריבן:אריינרופן צום שווער אינדערהיים אין בעטן צו בארגן פארשידענע ארטיקלען ווי למשל די אויל, און ער זאל קלאר פרעגן די שווער האט אפשר אויל מיט די השגחה פון התאחדות צו בארגן אביסל, אזוי וועט די שווער באמערקן פלוצלינג וואס עס טוט זיך אינעם קאך.
אויך קען מען כסדר אהין טראגן די קליינע קינדער, און ווען זיידי אדעיר באבי גיבט די נאש קען מען אנזאגן אז זיי זאלן נישט נעמען נאר מיט די הכשר וואס טאטי לאזט, און ווען זיי וועלן זיך תמימות'דיג אנרופן, וועט עס זיכער ווירקן

הרב סביב, זייער א פיינע איידיע, אבער כמיין אז ביי דיין שוויגער איז אויך אזוי אז מען קאלט די היים נאמבער ווען מען וויל עפעס בארגן מען קאלט נישט דעם שווער אויפן סעל...
און לגבי די קינדער, פון איין זייט א מעידשער איידיע אבער פון די אנדערע זייט שטעכט עס אביסל צו שטארק... און בכלל זיינע קינדער רעדן נאכנישט.
היימישער איד האט געשריבן:ער האט באשלאסן אז "ער וועט זיך שטארק באליידיגן און עס וועט אים באדערן" האט ער א פראבלעם. לדעתי וועט עס אים גאנץ מעגליך נישט שטערן, אדרבה ער וועט אים שטארק מכיר טובה זיין פארן אויפמערקן דערויף. זעלבסט פארשטענדליך אז מ'דארף עס טון בדרך כבוד, נישט מיט קיין בייזקייט אדער חוצפה ח"ו. נאר איידל מעורר זיין בדרך אפשר אז ס'דארף א תיקון.

ווילסט איך זאל דיר זאגן מיט א נאמען?? נאר אזוי וועסטו פארשטיין ווער דער איד איז??
green האט געשריבן:סאיז זייער נארמאל צו בעטן מיט א געוויסע הכשר פארטייטסעך טאנער סדא, כהאב עס געזעהן ביי מיין שכן און כהאב עס אנגעהויבן נאכצוטוהן (מכל .... השכלתי) מיין מאמע האט געפרעגט אויב אונז קען מיר בארגן א מיינעיז מיט התאחדות הכשר....

קוק וואס איך האב געענטפערט פאר סביב
למעשה שטייט דא דער אינגערמאן אובד עצות...
רבותי לאמיר אים נישט לאזן פאלן...
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 12:16 pm

ער ברויך נישט דוקא רעדן מיטן שווער
די זעלבע קען געטאן ווערן מיטן שוויגער
נאר אזוי וועט איר אריינגיין אין קאפ אז איר איידעם עסט נישט פון כל הבא ליד
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 12:21 pm

מיניסטער
סאיז שוין געהערט געווארן אסאך אז די איידעם עסט נישט אלעס וואס מ'עסט ביים שוויגער און מ'קען עס טוהן אויף א שיינע אויפן
כהאב א שוואגער וואס פלעגט זיך מיטברענגן צום שווער כמעט די גאנצע סעודה שבת ווייל ער איז געווען זייער אפגעהיטן וועלכע פלייש צו עסן

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9976
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 12:23 pm

green האט געשריבן:מיניסטער
סאיז שוין געהערט געווארן אסאך אז די איידעם עסט נישט אלעס וואס מ'עסט ביים שוויגער און מ'קען עס טוהן אויף א שיינע אויפן
כהאב א שוואגער וואס פלעגט זיך מיטברענגן צום שווער כמעט די גאנצע סעודה שבת ווייל ער איז געווען זייער אפגעהיטן וועלכע פלייש צו עסן

כ'האב אויכעט אזא שוואגער (אפשר זעמיר שוואגערס...) אבער מ'מאכט טאקע שטארק חוזק פון אים אזוי שטילערהייט.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 12:26 pm

איין זאך זאג דעם אינגערמאן ער זאל געדענקען
אז דער רבש"ע האט געזאגט ימחה שמי וועגן שלום בית
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 12:27 pm

@גרין
קנאפער האט עס זייער קלאר פארענטפערט... דאס איז לדעתי קיין מהלך בכלל, און ווי אויך דארף קיינער נישט די שושקערייען אונטערן רוקן...

@סביב
א שטיקל מהלך, סקען אפשר גיין גאנץ דיפלאמאטיש... יכול להיות...
לעצט פאראכטן דורך אויסערן מיניסטער אום זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 12:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21826
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 12:32 pm

וואס איז דען דאס גאנצע עסק? אן ענין פון חומרות און זהירות ע"פ הלכה, דאס האט אויך א מהלך ע"פ הלכה, ולכן כתבתי
farshlufen האט געשריבן:פרעג א דיין.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 12:39 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
green האט געשריבן:מיניסטער
סאיז שוין געהערט געווארן אסאך אז די איידעם עסט נישט אלעס וואס מ'עסט ביים שוויגער און מ'קען עס טוהן אויף א שיינע אויפן
כהאב א שוואגער וואס פלעגט זיך מיטברענגן צום שווער כמעט די גאנצע סעודה שבת ווייל ער איז געווען זייער אפגעהיטן וועלכע פלייש צו עסן

כ'האב אויכעט אזא שוואגער (אפשר זעמיר שוואגערס...) אבער מ'מאכט טאקע שטארק חוזק פון אים אזוי שטילערהייט.

סעים היער, ביים טאטען אינעדערהיים עס מיר אויך נישט די פלייש וואס די מאמע האט אנגעהויבן די לעצטע פאר צו קויפן, שוין געבעטן אפאר מאל אויף א שיינעם אופן אז מ'זאל עס נישט נוצן ווען מיר קומען, זיי טוען עס נישט אלץ שלעכטיגקייט

נאופס מיר זענען "נישט" אייערע שוואגערס, ווייל ניטאמאל מיין אידענע כאפט וואס מיר דרייען אן, און יעדער גייט ארויס העכסט צופרידן ב"ה

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 12:40 pm

דאס רעכט איז מיט אייך הרב פארשלאפן, אבער א זאך צו וואס מען האלט זיך זייער שטארק פאר א לאנגע צייט גלוסטעט זיך נישט אזוי שנעל צו מותר זיין דערויף אלזא אויב איז דא אנאנדער דיפלאמאטישער עצה וואלט עס אפשר גוט געארבעט.

יעקב טייערער א שטארקע נקודה האט איר ארויסגעברענגט, מען דארף דאס שטענדיג שטענדיג געדענקען, קיין חילוק שווער שוויגער זיידע באבע וכדו' אפילו אויסמעקן דעם הייליגער באשעפערס נאמען איז מותר וועגן שלום בית, איז זיכער אז לגבי דעם דארף מען שטארק נזהר זיין וויאזוי מען האנדעלט עס מצד די ב"ב
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 12:41 pm

איז נישטא קיין שוואגער א זון? אויב איז די שווער אזא מענטש, אפשר קען ער דורכן א זון ערלעדיגען די מעסעדזש.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 1:10 pm

א ווייטאגליכע פראגע, בפרט אז ס'איז מער ווי נוצן סתם הכשירים, נאר טאקע הזנחה אינגאנצן אן קיין גבול.

גאנץ מעגליך אז אויף דעם איז געזאגט געווארן די ערשטע הלכה אין שו"ע יהודה בן תימא אומר ... ער זאל זיך דורכרעדן מיט א מורה דרך וואס זאל פארשטיין דעם מצב פון דער נאנט קלארער.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 1:22 pm

ג"א בחלומי האב געהאט אזא פראבלעם (מיט "נישט אונזער פלייש") לעצטנס זיצענדיג נעבן מיין שווער, האב איך געגעסן פחות מכשיעור!

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 1:45 pm

יקוםפרקן האט געשריבן:ג"א בחלומי האב געהאט אזא פראבלעם (מיט "נישט אונזער פלייש") לעצטנס זיצענדיג נעבן מיין שווער, האב איך געגעסן פחות מכשיעור!

מיט נישט אונזער פלייש איז נאך א זאך וואס יעדער מורה הוראה וועט דיר זאגן זאלסט פארקוקן מפני השלום, אבער ווי ער לייגט אראפ אז ס'איז נישטא קיין שום לימיט ס'איז הפקר בכלל דאס ענין פון איינקויפן, איז אן אנדערע מעשה.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 1:48 pm

@לכתחילה
פיינע נייעס, א גוטע איידיע, נישט פייגעבאלן.

דער איד וויל נישט גיין זיך דורכרעדן מיט א מורה הוראה, ווייל דער עולם קען אים און מען קען זיין שווער אויך.... ער וויל אים נישט פארשעמען...
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 1:49 pm

עקבי הצאן האט געשריבן:
יקוםפרקן האט געשריבן:ג"א בחלומי האב געהאט אזא פראבלעם (מיט "נישט אונזער פלייש") לעצטנס זיצענדיג נעבן מיין שווער, האב איך געגעסן פחות מכשיעור!

מיט נישט אונזער פלייש איז נאך א זאך וואס יעדער מורה הוראה וועט דיר זאגן זאלסט פארקוקן מפני השלום, אבער ווי ער לייגט אראפ אז ס'איז נישטא קיין שום לימיט ס'איז הפקר בכלל דאס ענין פון איינקויפן, איז אן אנדערע מעשה.

טו דע פוינט הרב עקבי.
;l;p- ;l;p- ;l;p-
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 2:37 pm

אויסערן מיניסטער האט געשריבן:מיין שווער, -הייבט דער אינגערמאן אן- איז א פרומער, און דערויף נעמט ער פרומע איידימער, איינע פון זיינע פרומקייטן איז אז ער לאזט נישט אריין אינדערהיים נאר געוויסע דריי-פיר הכשרים

איך בין נישט קלאר, ער נעמט נאר דריי-פיר הכשרים, אדער איז ער נישט מקפיד ?
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17359
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 2:43 pm

ווילסט הערן די מאסע אדער פרעגן קאשעס?

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 2:44 pm

לאדיךארויס האט געשריבן:
אויסערן מיניסטער האט געשריבן:מיין שווער, -הייבט דער אינגערמאן אן- איז א פרומער, און דערויף נעמט ער פרומע איידימער, איינע פון זיינע פרומקייטן איז אז ער לאזט נישט אריין אינדערהיים נאר געוויסע דריי-פיר הכשרים

איך בין נישט קלאר, ער נעמט נאר דריי-פיר הכשרים, אדער איז ער נישט מקפיד ?

ער האט בעצם א ריסטריקשען אז נאר דריי-פיר הכשרים מעג מען ארייננעמען אינדערהיים אבער ליידער וכו'...
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 4:12 pm

איך וואלט געזאגט די ערשטע זאך דארף ער טוישן די בליק אויף זיין שווער, אין דערנאך וועט אלעס ממילא גיין אין פלאץ בע"ה

זיין יעצטיגע בליק
"ליידער" מיין שווער שטוב נעמט אריין אלע הכשרים
"ליידער" איז מיין שווער סתם אן היפאריט ער זאגט איין זאך און למעשה טוט ער/ווערט געטוהן א צווייטע זאך

די ריכטיגע בליק
מיין שווער'ס שטוב טוט זייער א נארמאלע זאך אז זיי נעמען אריין אלע הכשרים, פאקטיש איז עס כשר, און פערטיג
מיין שווער איז זייער א נארמאלע מענטש, ווייל ער פירט זיך אויף וואו רוב נארמאלע מענטשן, מען מאכט אפיציעלע רולס און למעשה טוט מען אנדערש

פון די סקונדע אין ווייטער, וואס פארשטייסט אז דיין שווער אין שוויגער זענען נארמאלע מענטשן וואס טוהן נארמאלע זאכן, פשוט די האסט א פריוואטע פראבלעם אז די עסט נישט זייערע הכשרים,

קודם ווערט געסאלוועט א האלבע פראבלעם די ביסט נישט אנגעגעסן אויף דיין שווער, און די פרובירסט נישט איבערצוטוישן זייער שטוב, ווייל זיי טוהן דאך זייער א נארמאלע זאך
דערנאך פשוט פאר שלום בית, מאכסט דיין ווייב פילן שלעכט אז זי האב ביז היינט געגעסן נבילות וטריפות,

און חוץ פון דעם וועלן די מהלכים צו סאלווען דיין פראבלעם ארבעטן בע"ה

1)גיי איבער מיט דיין אידענע, ברענג איר ארויס אז איר שטוב איז באמת זייער א געהויבענע שטוב וואו מען היט יעדע קוצו של י פון שו"ע, והא ראיה אז מען עסט גארנישט אן קיין הכשר, יעצט קענסטו איר מסביר זיין זייער נארמאל, אז די ביסט פרומער אין די עסט נישט אלעס
אין די זעלבע קענסטו טוהן ביי דיין שווער אין שטוב,
און גיי טאקע איבער מיט א בעל מכשיר אויף וואס די זאלסט דיר שטעלן און אויף וואס נישט,

כ'בין דיר כמעט מבטיח אז מיט די צוגאנג, גייט מען נישט לאכן פון דיר אין די בעק. ווייל אויב קוקסטו יענעם אן נארמאל, און די פילסט ביי דיר אז די טוסט א נארמאלע פשוטע זאך, גייט יענער אויך אזוי פילען

2)גיי שמועס דיר איבער מיט א דעת תורה
די טענה אז די ווילסט נישט פארשעמען דיין שווער, איז שוין בכלל נישט, ווייל די האסט דאך אליינס יעצט געזאגט אז דיין שווער טוט א נארמאלע זאך. סך הכל גייסטו איבערשמועסן מיטן דיין דיינע אייגענע פראבלעמען

3)גיי פרעג דיין שווער
אבער נישט לגבי זיין שטוב, ווייל ער טוט דאך א נארמאלע זאך, נאר רעד זיך דורך מיט אים לגבי דיר וואס ער וואלט דיר געעצט צוטוהן, מאך מיט פולסטע תמימות


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט