רעוועלאציע אין ווענעזואלע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:48 am

שוואכע תירוץ.

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 2:51 pm

אין צפון קארעא 1) זענען די מענטשען מיט קים 2)און ער האט נאקלאערע וואפען אויב זעהט ער אז ער האלט ביים פאלן עט ער נישט טראכטען קיין צוויי און שיסען.
משא'כ אין ווענעזואלע 1) זענען א גרויסע פראצענט קעגען מאדורא 2) און ער האט נישט קיין ערענסטע וואפען.
We believe in facts, not truth

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 3:35 pm

קודם כל קענסטו נישט וויסן צו דער עולם אין נ"ק איז מיט אים צו נישט, און אפי' ווען יא, דאס אז די מענטשן זענען מיט קים דארף נישט אפהאלטן אמעריקע פון מאכן א בלאקאדע.

צווייטנס, וואס דו זאגסט אז ער האט נוקלער, אויב לייגט מען אויף אים ארויף גענוג פחד אז ער זאל ציטערן צו אטאקירן אמעריקע, וועט ער נישט אטאקירן וויסענדיג אז דאס איז זעלבסמארד. און די שאנסן אז ער זאל זיך ברעכן זענען שטערקער.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 3:51 pm

אמעריקע גייט נישט געוואונען מיט א בלאקאדע קעגן נ"ק. זיי זענען נישט אזוי אויף צרות ווי ווענעזועלע ווי אויך האבן זיי אייגענע פראדוקציעס אויף וואס זיי קענען לעבן משא"כ ווענעזועלע.

און יא, נוקלעאר איז אויך א סיבה, אבער מ'דארף נישט אנקומען ביז אהין.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 3:54 pm

פעיק נוז האט געשריבן:קודם כל קענסטו נישט וויסן צו דער עולם אין נ"ק איז מיט אים צו נישט, און אפי' ווען יא, דאס אז די מענטשן זענען מיט קים דארף נישט אפהאלטן אמעריקע פון מאכן א בלאקאדע.

צווייטנס, וואס דו זאגסט אז ער האט נוקלער, אויב לייגט מען אויף אים ארויף גענוג פחד אז ער זאל ציטערן צו אטאקירן אמעריקע, וועט ער נישט אטאקירן וויסענדיג אז דאס איז זעלבסמארד. און די שאנסן אז ער זאל זיך ברעכן זענען שטערקער.

וואס זאל אמעריקע בלאקירן? וועלכע וואסערן?

ווענעזועלע דארף אלעס דורכגיין דעם אטלאנטיק, אמעריקע'ס נאז.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 3:56 pm

איך ווייס נישט. וויאזוי ליפערן לענדער - וואס פארלעצן די סאנקציעס - אריין זאכן קיין נ"ק?

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 3:59 pm

זיי ליפערן דורכ'ן וואסער, אבער אמעריקע קען נישט אנקומען אהין. מ'קען נישט גיין בלאקירן צו יענע עק וועלט.

צווייטנס, אפי' אמעריקע וועט יא בלאקירן, נ"ק האט טשיינע און רוסלאנד אינעם בעק יארד, אן קיין שום וואסער. אלעס וועט אנקומען דורך יבשה.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 12:53 pm

א פרישער באריכט אין "וואל סטריט זשורנאל" באשטעטיגט באריכטן וואס צירקולירן שוין עטליכע טעג אין די מידיא, אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט די לעצטע שטיק צייט אנגעהויבן דירעקטע געהיימע געשפרעכן מיט דעם מאדורא רעזשים אין ווענעזועלע.

לויט'ן באריכט, קומען די געשפרעכן פאר צווישן אמעריקאנער דיפלאמאטן און דיאסדאדאו קאבעלאו, דער פארזיצער פון די ווענעזועלער נאציאנאלע אסעמבלי, וואס די קערפערשאפט איז אונטער אמעריקאנער סאנקציעס צוליב פארדאכטן אז זיי זענען פארמישט אין דראג האנדל.

די געשפרעכן צילן צו ברענגען א פאליטישע לעזונג צום אנגייענדיגן קריזיס אין ווענעזועלע, וואס אמעריקע האט שוין אפילו געסטראשעט מיט מיליטערישע שריט קעגן דעם רעזשים. דער ציל פון די געשפרעכן איז צו לייגן דרוק אז מאדורא זאל אראפלייגן די לייצעס און אפטרעטן פון אמט.

איד דעילי


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בלינצע, בשבילי נברא, לפנות בוקר, נעם אין אכט און 88 געסט