פון א ניק אין אישי: מכתב פרידה לבנו היקר

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2679
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג מאי 19, 2019 1:51 pm

שוועמל האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:דער אינגערמאן האט א שטארקע כאראקטער, פאלירט זיך נישט אין די שווערסטע אומשענדן, האלט די קאפ אויף די פלייצע, א יודע ספר, אין באשאנקן מיט גאר טאלאנטפולע כשרונות.

דער הייליגע באשעפער זאל עם טרייסטן, אבער ביז דערווייל האט ער אונז געטרייסט.

#שכח פארן עס מיט טיילן צווישן אונז.

שטארק ניכר דער שרייבער איז א בן אר"י.
אויסערגעווענליכע שריפט און יודע ספר.

קיין בן ארץ ישראל איז ער זיכער נישט.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » זונטאג מאי 19, 2019 4:14 pm

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:
ב שולם האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:דער בריוו איז אונז מחזק, און דאס איז דער גרעסטער ניחום פאר דעם טייערן איד וואס איז ליידער דורך א ביטערן אומגליק ה״י.

אבער, ס׳איז זייער אינטרעסאנט א בליק צו טאן אין די גמרא וויאזוי די הייליגע חז״ל האבן געטרייסט עלטערן, נאכן דורכגיין א ביטערע טראגעדיע.

מראה מקום: בבא קמא.

היינט צו טאג טרייסט מען מער נישט אזוי.

עמוד?

מסתמא רעדט ער פון ב"ק לח ע"א: "מאי אית לי גבי נחמתא דבבלאי? דגידופא הוא, דאמרי מאי אפשר למיעבד, הא אפשר למיעבד עבדי".
אבער ס'פעלט הסברה וואס ס'האט שייכות אהער.



ניין.

קוק אין ב״ק לח:

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5825
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג מאי 19, 2019 11:27 pm

קרייסלער האט געשריבן:מרן רביה״ק מסאטמער זצ״ל האט אמאל מנחם אבל געווען א איד וואס האט פארלוירן א קינד פון עטליכע וואכן אלט און האט זיך דערביי אויסגעדרוקט: אמאל דארף א נשמה אראפקומען אויף די וועלט צו הערן בלויז איינמאל קידוש פון א טאטען עכל״ק
נסתרים דרכי השם


די בעסטע תגובה דערווייל. א שטארקע דברי חיזוק מפי קדשו.

ישר כח פארן ברענגען.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג מאי 19, 2019 11:50 pm

Next האט געשריבן:איין זאך קען איך אייך מחזק זיין מיר האבּן גאנץ לעצטענס בּאגראבּען די אכטע מאל,

so far i'm not the same person i whose before

אויב די גאנצע בריוו האט מיך נישט גענוג צושאקלט האט די תגובה מיך צושאסן.
איך האף אז איר האט געמאכט א טייפא ווייל מיין מוח פראסעסד עס עפעס נישט

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מאנטאג מאי 20, 2019 12:10 am

געלעגער האט געשריבן:
Next האט געשריבן:איין זאך קען איך אייך מחזק זיין מיר האבּן גאנץ לעצטענס בּאגראבּען די אכטע מאל,

so far i'm not the same person i whose before

אויב די גאנצע בריוו האט מיך נישט גענוג צושאקלט האט די תגובה מיך צושאסן.

איך האב ממש נישט קיין ווערטער. מיינע אויגן קוועלן
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג יולי 28, 2019 2:32 pm

יויש איז דעיס רירנד! ס'וועקט מיר אויף אלטע קאשמארן, אבער באגלייט מיטן נויטיגע דאזע חיזוק וויאזוי אנצוקוקן אזא געשעעניש מיט א העכערע בליק.
קורץ נאך מיין חתונה האב איך געהערט אויף איינעם אז ער האט געהאט א סטילבארן רח"ל און אז ס'תשעה באב דארט. כ'האב זיך פרובירט אריינצולייגן אין יענעמס שיך, אבער כ'האב עס נישט באגריפן געהעריג. פאר א נארישע סיבה איז מיר דורכגעלאפן א מחשבה זרה: אקעי, וואס איז שוין? נייס טריי, נישט געלונגען דאס מאל, אי"ה קומענדיגע מאל וועט דער מזל זיי בעסער שפילן.

ביז... ביז ווען די רייע (death row...) איז געקומען אויף מיר און דער מלאך המות האט געקלאפט אויף מיין טיר.
ווען כ'האב אפאר יאר שפעטער ליידער מיטגעמאכט גענוי דאס זעלביגע, האט מיר עס געפראסקעט אין פנים מיטן גאנצן קראפט.
דער מי בחניקה האט באקומען א נייע און שרעקדיגע אפטייטש!! (cord accident)

רעדנדיג מיט אנדערע האט זיך מיר ארויסגעשטעלט, אז אסאך יונגעלייט כאפן נישט וואסערע נסיון דאס איז, און ווי ווייט די נאכווייען ציען זיך און האבן א ווייטגרייכנדע אפעקט. זאל קיינער עס טאקע נישט שפירן. ס'יענס פּיל אראפצושלינגען.
דער כותב פונעם בריוו האט מיט טאלאנט ארויסגעברענגט זיינע הארציגע געפילן פונעם עמק הבכה און געמאכט אז יעדער זאל קענען מיטפילן די טיפקייט פון זיין צרה און שעפן חיזוק. (די לש"ק בריוו איז א wow, די אידישע איז אויך פיין)
אויך די וואס האבן געשריבן תגובות האבן זיך אויסגעגאסן זייערע ווייטאגן און שרעקליכע מיטמאכענישן. זיי האבן פשוט מעורר לבבות געווען ביז צו טרערן.

איינוועגס דערמאנט דאס אונז (מיר זיכער) אז אונטער יעדן ניק איז באהאלטן א מענטש מיט געפילן, יעדער מיט זיין פעקעלע, און מ'דארף אכטונג געבן (פרובירן כאטשיק) זיך אומצוגיין מיט יעדן בסבר פנים יפות.
און אוואדע געדענקען צו דאנקען דעם פון אויבן מיט א פולע מויל ווען זאכן גייען כשורה.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג יולי 28, 2019 3:06 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:איינוועגס דערמאנט דאס אונז (מיר זיכער) אז אונטער יעדן ניק איז באהאלטן א מענטש מיט געפילן, יעדער מיט זיין פעקעלע, און מ'דארף אכטונג געבן (פרובירן כאטשיק) זיך אומצוגיין מיט יעדן בסבר פנים יפות.

;l;p-
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » זונטאג יולי 28, 2019 6:28 pm

בס"ד
יש בו האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:
Next האט געשריבן:איין זאך קען איך אייך מחזק זיין מיר האבּן גאנץ לעצטענס בּאגראבּען די אכטע מאל,

so far i'm not the same person i whose before

אויב די גאנצע בריוו האט מיך נישט גענוג צושאקלט האט די תגובה מיך צושאסן.

איך האב ממש נישט קיין ווערטער. מיינע אויגן קוועלן

ווער ווייסט צו די גאנצע אשכול איז אפשר געקומען צו געבן א פתח פתוח פאר דעם יונגערמאן צו עפענען זיין צובראכן הארץ כפתחו של מחט.
עס טוט וויי, שטארק, נאר דער אייבערשטער קען טרייסטן, יעצט בין המצרים מיט גאנץ כלל ישראל.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » זונטאג יולי 28, 2019 8:09 pm

גאנץ לעצטנס האט מיר איינער געזאגט אז ער האט אכט קינדער ב"ה, באגראבן האט ער צען! פון גאנץ פרי ביז גאנץ שפעט.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מאנטאג יולי 29, 2019 4:27 am

די טרערן האבן זיך פליסיג געגליטשט... דאס איז דורך געווייקט מיט ריינע לויטערע אמונה.
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 9:52 pm

יום זה מכובד האט געשריבן:נישטא קיין ווערטער...
ס'וויינט זיך מיט...
ווען מ'טראכט אריין וואס טוהט זיך באמת אינעם טאטנ'ס הארץ, אוי, איך קען נישט ווייטער טראכטן!...

אגב, האב איך אמאל געהערט אויף א חשובע אינגערמאן וואס האט ליידער געפיהרט למנוחות א פיצל קינד, און נאכן לוי' האט ער נאכגעזאגט אז אין זוה"ק ווערט געברענגט אז דער באשעפער לערנט תורה מיט די תשב"ר וואס זענען פריה-צייטיג נסתלק געווארן, און ער האט אויסגעפיהרט מיט א רוהיגקייט: נו, האב איך געשיקט מיין קינד צו די בעסטער מלמד וואס איז פארהאן!!!

זאל השי"ת העלפן שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו, און אלע זאלן זוכה זיין בנים ובני בנים עוסקים בתומ"צ אן קיין עגמת נפש געזונטערהייט. אכי"ר.

אגב, איינער ווייסט וואו איז דער זוה"ק?

הא'מיר היינט באגעגנט אזא זאך אין גמרא אין ע"ז ג: ועי' רש"י ד"ה גמולי מחלב. זוה"ק האבעך נישט זוכה געווען צו לערנען.

און אז מרעדט שוין,
כבין אין איינע פון די סליחות טעג געשטאנן לעבן א יונגערמאן וועם כ'קען, און ביי הנשמה לך והגוף פעלך האט ער עפעס ביטערליך געוויינט.
כ'קען נישט דעם יונגערמאן אלס א 'טייפ' צו וויינען הויך אפי' ביי סליחות, ער איז מער פונעם קאלטן טיפ, בכלל נישט קיין שום בעל בכי.
נאך סליחות האבעך אים געזאגט אז כ'בין מקנא זיין דביקות, זאגט ער מיר,
אז ס'איז אים דאס יאר נעבעך געבוירן געווארן א נפל אין די הויכע חדשים, און יעצט ביי די ווערטער "חוסה על עמלך" האט ער פשוט געטראכט: דער רבש"ע האט דאך אריינגעלייגט א עמל (כביכול) צו באשאפן א בעיבי מיט אלע פיטשעווקעס, און עס איז נעבעך געגאנגען לקבורה, ווי מזעט ביים דור המבול אז ס'דא א בחינה פון "נתאבל על אבדן מעשה ידיו", דערפאר האט אים אזוי געכאפט א התעוררות ביי די ווערטער וואו מ'בעט אז דאס זאל מער נישט געשען.

זאל זיין זיס און לעטיג ביי יעדן.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: די דיזיינער, שווערע שטופער און 20 געסט