קרעמער האט געשריבן:עס איז דא נאך א געוואלדיגע ספר פונעם רבי'נס מנהגים, אפגעשריבן געווארן דורך דעם ת"ח וידען נפלא ר' יאסל? ווייסהויז ע"ה, דער ברודער פון עקיבא ווייסהויז ע"ה, און להבחל"ח דער משמש דמתא ר' וואלוויש ני"ו. דער טאטע ר' זונדל זאגט מיר כסדר אז עס איז מוכן לדפוס, איך ווייס נישט אויב עס איז שוין ערשינען.
יאסל האט געשריבן:קרעמער ביסט א גרויסער חכם, זיכער קען יעדער אפשרייבן, עיין ערך מחזור וזמירות דברי יואל סאיז דא גענוג מענטשען וואס זענען גרייט צי פארדינען אפאר דאלאר סאיז דא א שיינער מארקעט פאר די זאכען
מ'רעדט דא איינער וואס האט געהאט די זכיה משמש צי זיין בקודש פנימה
אין ער האט דאן געהאט די שכל עס נאכציפאלגען אין פארשרייבען.
farshlufen האט געשריבן:ר' יאסל:
סתם נאכקוקן און אפשרייבן איז אויך נישט קיין קונץ, די רבותא פון ר' עקיבא איז אז ער האט זיך דערפון אפגעלערנט און ער לעבט דערמיט.
יאסל האט געשריבן:פארשלאפן מיר דארפסטי דאס דערציילען
ר' עקיבא איז א איד א צדיק פין גאר א דיפרענט ליג ווי רעגולע גבאים, שוין נישט פון היינט נאר אפילו ווען ער האט משמש געווען דעם הייליגען צדיק, נאך דאן האט ער געהאט א חברותא אין ווען ער איז געווען פריי פון זיין גבאות איז ער געזיצן אין געלערנט אינעם ביהמ"ד אינטערן רבינ'ס דירה.
ס'האט מיר פארציילט מיין פעטער אז אמאל אין שערן ספרינגס איז ער געזיצן אין געלערנט האט דער רבי האט אנגעוויזן פאר איינע פון די רבנים וואס זענען דארט געוועזן אז דאס איז זיין הויז בחור
אין דאס מיין איך ארויסציברענגן אז געווענליך ווען איינער איז אין אזא פאזיציע האט ער אנדערע תאוות ווי שררה וכדומה אין ר' עקיבא דנן האט יא געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ.
מיללער האט געשריבן:איך מיין אז מ'ברויך עפענען אן אשכול איבער ר' עקיבא אין 'על החסידים'..............
אבער צו שפינען דעם קייט ווייטער, ברויך מען מוסיף זיין אין יענע ליעג פון ר' עקיבא וויאזוי יאסל זאגט, ר' שמואל בראך מנאנאש וועלכער איז אן עובד ה' באמת ובתמים, און ר' וואלף בער לעבאוויטש ע"ה.