אסון מירון - טרוקענע פאקטן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: אחראי, געלעגער

סמעטענע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 27, 2020 9:35 pm

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך סמעטענע » פרייטאג מאי 07, 2021 10:25 am

איינס האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:מען דארף אראפנעמען די ווארט "טרוקענע" פונעם קעפל, איך האב נאך נישט געזען קיין איין טרוקענע תגובה דא...

נו שוין, געוואלט האלטן דעם אשכול בלויז פאר די בילדער און וידאוס אבער סגייט נישט....

בד״ו איך מיין אלע טרוקענע פאקטן זענען שוין ארויסגעלייגט אין די ערשטע 2 בלעטער, יעצט קען שוין דער אשכול גיין צו דעבאטס.

איך זעה נישט וואס נאך קען מען אויסקלארן בענין דעם טראגעדיע, יעדער מיט אביסל שכל פארשטייט שוין וואס דארט איז פארגעקומען און ווער נישט איז א שאד די צייט און כח צו פראבין מסביר זיין...

גערעכט יעדער איז שוין קלאר מיט דעם אז די גרויסע מאסע מענטשן פינעם הדלקת תולדות אהרן זענען געווארן ממש געטרעפט מיט גאר א קליינער ארויסגאנג די אנדערע ארויסגענג מיטלען זענען ברוטאל פארקנאקט געווארן. אזעלכע בלוטיגע הענט דארפן גערופן ווערן אינעם וועלט’ס געריכט
די געריכט סיסטעם אין אר’’י וואס האט געלאזט לעבן די וואס האבן גערצחנט און געגאנבעט די תימנע קינדער זיי האבן נישט קיין נאמנות צו פסקן אויף אזא מאסן מערדעריי.

אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך נישט ווי יעדעם » פרייטאג מאי 07, 2021 11:13 am

איינס האט געשריבן:ביטע נישט אריינגיין אין קיין טענהערייען דא

נאר ברענגען קליפס אדער בילדער און אנצייכענען וואו דאס איז

(און אנטשולדיגט פון פאראויס פאר אלע מיינע ספעלינג מיסטעיקס...)

האב איך געליינט אייער ראיות און איך מיין אז כ'פארשטיי אז אין פאקט איז נישט געווען קיין געיט!!!
אבל ברם דא פארשטייען געבן פארן ציבור ביטע
ווי אזוי די עולם אונטן פון די טרעפ כלשונך אונטן פון #3 נישט געפלויגן פון די פרעשור פון די עולם (די קליפ פון די יונגל וואס בעט זיך ביי די פאליציי) ?
ביטע פארשטיין געבן (ס'קוקט מיר נישט אויס אז דאס איז צוליב די קערפער. ווייל זיי וואלטן געדארפט פליען פון די עולם פון הונטער זיי וואס שטופט) ???
א גרויסע ש'כח פאר די שווערע ארבעט וואס איר האט אריינגעלייגט מיטן צושטעלן פארן עולם די "טרוקענע פאקטן"

אוועטאר
shimon7323
שר שלשת אלפים
תגובות: 3280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך shimon7323 » פרייטאג מאי 07, 2021 12:02 pm

די אינגעל מיט די פאליציי איז בפשטות קעגן איבער דער רעמפ פאר די טרעפ בכלל, איינמאל מע'האט אויפגעריסן די וואנט סטאק ביי די גדר .

מען זעהט אז עס איז דארט ווי מע'האט אויפגעריסן די ווענט און ציביסלעך קומען מענטשען אריבער.

און ווען מענטשען זענען אריין געלאקט איין פיס אריין און דער צווייטער נישט איין שירה נאר 5,6,7,8,9,10 שירות מענטשען איז עס ליידער שטערקער ווי א געיט
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדזשיוקעטעד חכם ווי אן עדזשיוקעטעד טיפש

ווען איר קויפט אויף אמעזאן, קויפט דורך דא און שטיצט א איד בדרך כבוד

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 12654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך איינס » פרייטאג מאי 07, 2021 12:06 pm

+ וואס החי נושא את עצמו, און ליידער א בר מינן וועגט זייער אסאך
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

צדיקל
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2013 5:19 pm

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך צדיקל » פרייטאג מאי 07, 2021 3:47 pm

א קליפ פון אויבן, ווי מזעהט נעבעך מענטשן ליגן איינער אויפן צווייטן, און קיינער נישט אדורך גיין, מ'שלעפט ארויס מענטשן.

https://www.dropbox.com/s/5byb8fx4nz5uk ... 2.mp4?dl=0

חדשות
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך חדשות » פרייטאג מאי 07, 2021 4:04 pm

צדיקל האט געשריבן:א קליפ פון אויבן, ווי מזעהט נעבעך מענטשן ליגן איינער אויפן צווייטן, און קיינער נישט אדורך גיין, מ'שלעפט ארויס מענטשן.

https://www.dropbox.com/s/5byb8fx4nz5uk ... 2.mp4?dl=0

דאס טייטש אז נאכדעם וואס מען האט אוועקגענומען יעדעם פונן די סטעפס, האט מען ערשט "אנגעהויבן" מיט די מענטשען וואס זענען געליגן אויפן רעמפ, רחמנא ליצלן.

ב.ד.דוו. עס איז גרינג צו זיין א חכם למפרע, אבער עס קען זיין אז די קריטישסטע טעות איז גווען אז מען האט נישט גלייך מודיע גווען אויבן אז דער עולם דארט זאלן אלע צוריקגיין צו די הדלקה. איך רעד פון 12:51 ווען הצלה און פאליציי זענען שוין געווען פעסט דארט, למעשה האט דאס געדויערט נאך 9 קריטישע מינוט ביז1:00. אזוי מיין איך אויבן אויף.

ווי זאגט די גמרא אין גיטין משיב חכמים אחור ודעתם יסכלו. ווען עס איז דא א גזירה איז אין חכמה וגו'.
לעצט פאראכטן דורך חדשות אום פרייטאג מאי 07, 2021 4:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

נאך איינער
שר האלף
תגובות: 1357
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך נאך איינער » פרייטאג מאי 07, 2021 4:05 pm

צדיקל האט געשריבן:א קליפ פון אויבן, ווי מזעהט נעבעך מענטשן ליגן איינער אויפן צווייטן, און קיינער נישט אדורך גיין, מ'שלעפט ארויס מענטשן.

https://www.dropbox.com/s/5byb8fx4nz5uk ... 2.mp4?dl=0

וואס איז דער אייזן וואס מזעט אויף די לינקע זייט דיע ערשטע 2 סעקונדען?

צדיקל
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2013 5:19 pm

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך צדיקל » פרייטאג מאי 07, 2021 4:12 pm

קוקט אויס ווי די רעילינג פון די סטעפס.

loyodea
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך loyodea » זונטאג מאי 09, 2021 2:03 am

חדשות האט געשריבן:ב.ד.דוו. עס איז גרינג צו זיין א חכם למפרע, אבער עס קען זיין אז די קריטישסטע טעות איז גווען אז מען האט נישט גלייך מודיע גווען אויבן אז דער עולם דארט זאלן אלע צוריקגיין צו די הדלקה. איך רעד פון 12:51 ווען הצלה און פאליציי זענען שוין געווען פעסט דארט, למעשה האט דאס געדויערט נאך 9 קריטישע מינוט ביז1:00. אזוי מיין איך אויבן אויף.

וויאזוי אין די וועלט איז געווען מעגליך אנצוקומען אויבן
און, מ'שרייט און מ'שרייט פון אונטן ארויף, וואס טוט עס אויף

באריכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 09, 2018 11:41 am

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך באריכט » זונטאג מאי 09, 2021 9:18 am

איינס האט געשריבן:

לאחר הדלקה היה בשעה 12:40 לא 12:50...

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 12654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך איינס » זונטאג מאי 09, 2021 10:50 am

די בילדער האט מען ארויס געלייגט נאך פארן וויסן וואס ווען

איך האב דאס נאר געבערענגט צו וויזן דעם געיט
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 12654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך איינס » זונטאג מאי 09, 2021 10:51 am

איך האב געבויעט א 3d צו אביסל אויסקלארן די אלע עדיות וואס פארט ארום

מער ווייניגער אלס שטעקט אין ״וואו״ און ״ווען״ דער מענטש איז געשטאנען

סאו ווען איר הערט א עדות און ווילסט פארשטיין וואס ער פארציילט, ערשט זוך אויף ווואו איז ער געשטאנען און מיט דעם פארשטייט מען וואס ער פארציילט

https://home.by.me/en/project/1ativelt-1761/meron
לעצט פאראכטן דורך איינס אום זונטאג מאי 09, 2021 11:10 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 12654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך איינס » זונטאג מאי 09, 2021 10:52 am

ֿ

דא האבן מיר דעם גאנצן פלאץ

איך האב אנגעצייכנט אויך די אריינגאנג צו הכנסת אורחים וואס דארט דארף צו זיין די פתח המערה
די מעשה מיט זוטשקא רבי איז דארט און האט קיין שייכות נישט מיט גאנצע טראגעדיע (סארי פאר די וואך, אבער זיי האבן נישט געטראפן קיין גוטע אייטעם...)

ווער סהאט געזעהן די ווידאוס און בילדער וועט כאפן מער וויניגער וואס דא גייט פאר (איך זעה נישט וואו אנצוהייבן און וואו צו ענדיגן מסביר זיין, סאו אויב איינער פארשטייט עפעס נישט איז ער מכובד צו פרעגן)

יעצט צו די מעשה מיט דרעי

וויפל איך פארשטיי פון זיינע ווערטער, במחילת כבודו הרמה האט ער קיין אנונג ווי מירון קוקט אויס, און די מעשה מיט איהם איז געווען אזוי
ער טענהט אז סאיז געווען א געיט (ווי ער רופט דאס קיר המות) ביים אריינגאנג צו שביל ר׳ דוב
מענטשן האבן געפילט אז מגייט שטארבן איז ער ארויף די אנגעצייכנטע טרעפ און דארט געטראפן א אפיציר און איהם באשריגן

שפעטער ווען ער האט געהערט א מעשה מיט א געיט, טרעפ און טויטע האט ער צאמגעשטעלט די צוויי, און שרייט חי וקים געיט, טרעפ, אפיציר, טויטע
די פראבלעם איז אז ער כאפט נישט אז די אסון איז א צווייטע פלאץ אינגאנצן, קיין שייכות מיט זיין מעשה

(אויך סארי פאר איהם אז ער האט געעהאט א האט אייטעם און סאיז ממש ארויסגערינעם פון זיין האנט...)

יעצט לאמיר אויסקלארן די משעה מיט די געיטס
1) דרעי געיט - דאס איז די מעשה מיט די געיט אויבן ביים אריינגאנג צו שביל ר׳ דוב
לפי וואס ער טענהט און אזוי אויך דערציילט איינער אויף א ווידאו אין ענגליש, איז דער געדרענג אויבן געווען געפערליך, נראה אז דערפאר האט די פאליציי פארמאכט מזאל נישט קענען מער אריינקומען

2) דער מיסטעריעזן געיט, וואס אויף דעם האט מען אנגעפילט א 20 בלעטער מיט טענהרייען צו דאס איז יא געווען אדער נישט

(יעצט הייבט אן קומען שמועות אז 20 מינוט פארן טראגעידע איז דארט געווען א געיט, ווייטער לכאורה כדי מזאל נישט קענען ארויף גיין ווייל סאיז געווען צו סאך מענטשן
וואס איז איינמאל זיכער אז די טראגעדיע האט נישט געהאט קיין שום שייכות מיטן בעריקעיט)

דער געיט זעהט מען אין די וידאוס ליגן אויפן זייט

3) דער וידאו געיט
דאס איז א זייטיגע געיט, וואס אין איינע פון די ווידאוס זעהט מען דאס אין פראנט פון די מענטשן, און דאס האט געמאכט מענטשן צו טענהן אז סאיז געווען א געיט צו בלאקן די סטעפס

ווי מזעהט דא אנגעצייכנט, די מענטשן זענען געפאלן פון די טרעפ (3) צום ריכטונג פון די (הצלה אדער זק״א) בודקע וואס שטייט קעגן די טרעפן,
אזוי אויך האבן זיי געפאלן צו די טרעפן (7) וואס פירט צו תולדות אברהם יצחק, מיטן פנים צום געיט
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
יוחנן בוקסבוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 28, 2018 3:26 pm

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך יוחנן בוקסבוים » זונטאג מאי 09, 2021 11:32 am

איינס האט געשריבן:ֿ

אנטשולדיג'ט @איינס
אויבער סאיז נישט דא דארטן קיין טיר צו הכנסת אורחים די טיר איז פון צוויטע זייט

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 12654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך איינס » זונטאג מאי 09, 2021 11:34 am

/viewtopic.php?p=1981217&sid=5e03d6aca05339f1cda16fedf1779415#p1981217

א בליק אריין אין מירון ווי מקען דארט זעהן מערערע דיטעליס איבער די געבוי פון די מערה און ארום (קרעדיט: @טוב ה׳ לכל)

לעצט פאראכטן דורך איינס אום זונטאג מאי 09, 2021 11:53 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 12654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך איינס » זונטאג מאי 09, 2021 11:35 am

יוחנן בוקסבוים האט געשריבן:אנטשולדיג'ט @איינס
אויבער סאיז נישט דא דארטן קיין טיר צו הכנסת אורחים די טיר איז פון צוויטע זייט

בין איך מיט מיינע צוויי פיס שוין אריין דארט צענדליגער מאל (יתכן ל״ג בעומר איז עס פארמאכט אבער א טיר איז דא דארט)

אין אונטער גרינד זעהט מען די בודקע, סאיז טאקע נישט הצלה און נישט זק״א נאר א מרפאה

----

יעצט כאפ איך דו רעדסט לכאורה איבער דעם טיר אינמיטן שביל ר׳ דוב

סאיז א טיר צו הכנסת אורחים צו זייער קאך נישט פאר מענטשן אריינצוגיין (לויט ווי איך האב פארשטאנען פון ר׳ יואל שלעזינגערס אינטערוויו)
לעצט פאראכטן דורך איינס אום זונטאג מאי 09, 2021 11:46 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אבן יקרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3884
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך אבן יקרה » זונטאג מאי 09, 2021 11:36 am

איינס האט געשריבן:ֿ

א מויראדיגע ארבעט

איינער צאלט אויף דעם?

די הכרת הטוב זאלסט באקומען

שכויח, און זאלסטו קענען מאכן אזעלכע שיינע זאכן נאר אויף גוט'ס

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 12654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך איינס » זונטאג מאי 09, 2021 11:40 am

פיינעלי געטראפן א בילד איינמאל פאר אלעמאל פון דעם וידאו געיט

קקק.jpg
קקק.jpg (282.26 KiB) געזעהן 1554 מאל
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
יוחנן בוקסבוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 28, 2018 3:26 pm

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך יוחנן בוקסבוים » זונטאג מאי 09, 2021 11:45 am

איינס האט געשריבן:
יוחנן בוקסבוים האט געשריבן:אנטשולדיג'ט @איינס
אויבער סאיז נישט דא דארטן קיין טיר צו הכנסת אורחים די טיר איז פון צוויטע זייט

בין איך מיט מיינע צוויי פיס שוין אריין דארט צענדליגער מאל (יתכן ל״ג בעומר איז עס פארמאכט אבער א טיר איז דא דארט)

אין אונטער גרינד זעהט מען די בודקע, סאיז טאקע נישט הצלה און נישט זק״א נאר א מרפאה

נישט אויף דיי טיר רעד איך
נאר סאיז נישט דא קיין טיר פון שביל ר' דוב
2.png
2.png (398.64 KiB) געזעהן 1545 מאל

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 12654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך איינס » זונטאג מאי 09, 2021 11:50 am

שוין פריער געענטפערט

די טיר זעהט מען אויף אלע בילדער און וידאוס
זעה דא
viewtopic.php?p=2760546#p2760546

סאיז א פארשפארטע טיר און נישט געמאכט צו אריינגיין צו הכנסת אורחים
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אבן יקרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3884
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך אבן יקרה » זונטאג מאי 09, 2021 11:54 am

באריכט האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:

אין די אלע סעריע בילדער, קען מען זעהן די טיר פון די הכנסת אורחים, אנקעגן איבער די טרעפ

ס'קוקט ממש אויס א חלק פון די וואנט

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך נו שוין » זונטאג מאי 09, 2021 2:45 pm

איין טרוקענע פאקט, לעת עתה איז נישטא קיין שום חקירות וואס דא האט פאסירט, און לכאורה (נישט טרוקענע פאקט) גייט נישט פארקומען קיין שום חקירות, סיי ווייל די פאליציי זוכט עס נישט, און אויך ווייל יהדות החרידית האט אנגענומען דעם מהלך חלילה קיינעם צו באשולדיגן.

# א מין פאריקט לאנד

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 12654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך איינס » זונטאג מאי 09, 2021 2:46 pm

נו שוין האט געשריבן:איין טרוקענע פאקט, לעת עתה איז נישטא קיין שום חקירות וואס דא האט פאסירט, און לכאורה (נישט טרוקענע פאקט) גייט נישט פארקומען קיין שום חקירות, סיי ווייל די פאליציי זוכט עס נישט, און אויך ווייל יהדות החרידית האט אנגענומען דעם מהלך חלילה קיינעם צו באשולדיגן.

# א מין פאריקט לאנד

מקור?

דאכצעך סאיז ברייט בריכטעט אז מח״ש (די אפטיילונג אין פאלציי וואס דארף אויספארשן די פאליציי פארבערכן) פירט אן א אויספארשונג, די טענות איז נאר אז די פאליציי קען זיך נישט אליין אויספארשן.
איז להוי ידוע און יעדער קען דאס אנפרעגן ביי עני פאליציאנט: די שרעגעדיסטער שונא פאר די פאליציי איז מח״ש (מחלקת חקירת שוטרים), די פאליציאנטן האבן זיי מער פיינט ווי זיי האבן פיינט פרומע אדער אפילו אראבער.
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך נו שוין » זונטאג מאי 09, 2021 2:52 pm

איינס האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:איין טרוקענע פאקט, לעת עתה איז נישטא קיין שום חקירות וואס דא האט פאסירט, און לכאורה (נישט טרוקענע פאקט) גייט נישט פארקומען קיין שום חקירות, סיי ווייל די פאליציי זוכט עס נישט, און אויך ווייל יהדות החרידית האט אנגענומען דעם מהלך חלילה קיינעם צו באשולדיגן.

# א מין פאריקט לאנד

מקור?

דאכצעך סאיז ברייט בריכטעט אז מח״ש (די אפטיילונג אין פאלציי וואס דארף אויספארשן די פאליציי פארבערכן) פירט אן א אויספארשונג, די טענות איז נאר אז די פאליציי קען זיך נישט אליין אויספארשן.
איז להוי ידוע און יעדער קען דאס אנפרעגן ביי עני פאליציאנט: די שרעגעדיסטער שונא פאר די פאליציי איז מח״ש (מחלקת חקירת שוטרים), די פאליציאנטן האבן זיי מער פיינט ווי זיי האבן פיינט פרומע אדער אפילו אראבער.
צוגעלייגטע
meron.png
meron.png (157.89 KiB) געזעהן 958 מאל

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

Re: אסון מירון - טרוקענע פאקטן

תגובהדורך נו שוין » זונטאג מאי 09, 2021 2:56 pm

און ער למשל זאגט גאר צום פינטל
צוגעלייגטע
meron.png
meron.png (202.4 KiB) געזעהן 923 מאל

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט